סידיראם האט געשריבן:שביעי של פסח דארף מען נישט קיין זכר פון די פייגלעך מיט די שירה וכו' דעמאלס האט מען דאך די שירה אליין. די זכר דארף מען נאר בשעת עס איז נאר דא די קריאה המעורר הזמן, ודו"ק
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דער טעם איז ווייל די פייגלעך האבען אויפגעגעסען דעם מן וואס דתן ובירם האבען ארויסגעלייגט ליל ש"ק
די פוסקים אין ס' שכ"ד (תוס' שבת מנורה הטהורה דעת תורה מנחת שבת ערוך השלחן כף החיים ועוד) זאגען גראדע אז עס האט יא מיט די שירה אז די עופות האבען מיטגעזאגט
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממשאגרא דכלה פרשת בהר
די מעשה קען אפשר זיין אמת, אבער איך האב געהערט אן ענליכע מעשה וואס איז אדער אויך אמת, אדער איז דאס די זעלבע מעשה אין צוויי ווערסיעס: דער רבי פלעגט קיינמאל נישט טרינקען מער ווען עס איז געווען הייס וכדו', און ער האט געזאגט אז איינמאל אלס קינד האט ער אויסגעשטרעקט די האנט פאר נאך טרינקען, און זיין טאטע האט אים געגעבן א שטרענגן בליק, און זייט דעמאלטס האט ער קיינמאל נישט געטרינקען מער ווי נארמאל.
די פאקטן זענען ביידע אמת. דהיינו, ער פלעגט נישט טרינקען סתם וואסער (דאס האב איך געהערט פונ'עם הויז בחור הרה"ח ר' שלום יוסף ווייס שליט"א), און ער פלעגט נישט טרינקען קיינמאל מער ווי נארמאל (דאס האב איך געהערט מערערע מאל כ'געדענק נישט פונקטליך פון וועם). די מעשה/יות זענען אדער ביידע אמת, אדער איינס, אדער קיין איינס. (דער רבי האט דאך אויסגעלערנט אז מ'גלייבט נישט קיין מעשיות, נאר מ'דארף גלייבן אז ס'קען זיין אמת)
וויפוהל איז "טרינקען נארמאל" אין נישט מער ? האר ער אלס געטרונקען די זעלבע מאס? אויב יא וויפוהל? אויב ווייסט מען נישט וויפוהל פארשטיי איך נישט די מעשה, אויסער אז איינער האט געהערט פון אים אליין אז דאס איז זיין מנהג...
יא, ער האט אייביג געטרינקען די זעלבע מאס. וויפיל די מאס איז געווען ווייס איך נישט, און עס איז מיר נישט קיין נפ"מ. און אז דו פארשטייסט נישט די מעשה, ווארט אויס ביז די זוממער, דאן שטיי פאר א האלבע שעה אונטער די ברענעדיגע זון, און טרינק גארנישט...
אויב ווייסט קיינער נישט וויפוהל די מאס איז געווען דאן פון ווי ווייסט מען אז ס'איז אלס געווען די זעלבע מאס?-- אויסער ווי איך האב געזאגט אז ער אליין זאל'ס האבן געזאגט אויף זיך! יעדער פארשטייט די פוינט פון די מעשה אז ער האט נישט געטרינקען מער ווען ס'איז געווען הייס... איך וואלט ווען געדארפט ארויסשרייבען "פארשטיי איך נישט "וויאזוי מ'קען וויסען" צי די "מקור" פון די מעשה, כדי איינער ווי אייך זאל אויך פארשטיין וואס איך מיין... איך האב מיך באצויגען אויפ "די צוויי ווערסיעס" פון די מעשה אז וויפוהל עטס ברענגטס איז מער מסתבר די ערשטע ווערסיע וואס מ'האט געברענגט אויפ דעם א מקור אז ס'איז די מקור התאוות ( בד"ו איך דארף נישט "גארנישט טריקען" צי פארשטיין די מעשה, איך קען טרינקען נאר וויפוהל איך טרינק נארמאל צי פארשטיין וואס דו זאגסט. )
farshlufen האט געשריבן:די מאס האט אויך א גענויע מקור, אין ראשית חכמה שער הקדושה פרק ז'
אינטערסאנט ציציצייכענן אז די רמב"ם פ"ד הלכות דעות כאטש ער מאכט א חילוק לענין אכילה ציווישען קאלטע טעג אדער מקומות אדער הייסע טעג אדער הייסע מקומות מאכט ער נישט קיין חילוק לענין "טרונקען" דאס איז אפשר א מקור אז אפילו פאר די פשוטע געזונט ( אן מדריגות) דארפ מען נישט טרונקען מער, אויסער אז ס'איז א דבר פשוט וואס ער דארף נישט זאגען אז ווען מ'שטייט "אינדרויסען" אין מ'ווערט אויסגעטריקענט דארף מען מער טרינקען? די מדרש שמואל אויפ מים במשורה תשתה זאגט אז כאטש ס'שטייט קודם פת "במלח" תאכל וואס מאכט בטבע צמא פאר אסאך וואסער דאך ומים במשורה תשתה...
( ס'נישט אינגאנצען א ציגלאך ווי ווען מ'איז הייס פון זיין זומער אין גאס וואס דאן קען מען באמת זיין מער "אויסגטריקענט" אין די גופ דארף באמת מער וואסער. נישט נאר "דארשטוג" ווי נאך זאלץ. אבער אזויפוהל איז'ס נאך א מקור אז דרכה של תורה היא אז מטרונקט אביסל "אפילו ווען מ'איז מער דארשטוג")
שאינו יודע האט געשריבן:וואו איז די מקור פון געבן צדקה לויט א געוויסע מספר
101 ? עס ליגט מיר אין קאפ אז עס איז א בעלזער זאך
כ'פארשטיי די שאלה זיינע איז איבער די אנגענימענע מהלך ביי בנ"א צו געבן צדקה כמספר ח"י אדער ב' פעמים ח"י וכדו' אדער כמספר הוי"ה וכדו'
האט דאס א מקור?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
איך מיין עס זייער ערנסט, איך האב מיך שוין דערמאנט פון ווי איך האב דאס צום ערשטן מאל געהערט, פון דעם הרב האניג פון עזר לבחורים פלעגט א שטיק צייט רעדן פון די חשיבות פון דער סכום..
יש הנאה האט געשריבן:איך מיין עס זייער ערנסט, איך האב מיך שוין דערמאנט פון ווי איך האב דאס צום ערשטן מאל געהערט, פון דעם הרב האניג פון עזר לבחורים פלעגט א שטיק צייט רעדן פון די חשיבות פון דער סכום..
שאינו יודע האט געשריבן:
רב האָניג האָט אַ גמטרי' אויף יעדן סכום.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט