וואו איז דער מקור?....

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

דיימאנט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 07, 2021 6:34 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיימאנט »

מתחת השמים לא תשכח
אוי האט זיך געטוהן די וואך די יונגע עולם האט געקלאפט מיט די פיס און די עלטערע האבן פארפירט,
איז דא א מקור צו קלאפן אדער א מקור נישט צו קלאפען
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

דיימאנט האט געשריבן:מתחת השמים לא תשכח
אוי האט זיך געטוהן די וואך די יונגע עולם האט געקלאפט מיט די פיס און די עלטערע האבן פארפירט,
איז דא א מקור צו קלאפן אדער א מקור נישט צו קלאפען

ווי עס זעהט מיר אויס איז דער מנהג צו קלאפען און צו שישקען תוך כדי דיבור
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
4g קאפ
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

דיימאנט האט געשריבן:מתחת השמים לא תשכח
אוי האט זיך געטוהן די וואך די יונגע עולם האט געקלאפט מיט די פיס און די עלטערע האבן פארפירט,
איז דא א מקור צו קלאפן אדער א מקור נישט צו קלאפען

לכאורה תלוי אין די מחלוקת בין החתם סופר והדברי יואל צי א יאר לפני שמיטה דארף מען אינזון האבן מחיית עמלק....
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

דיימאנט האט געשריבן:מתחת השמים לא תשכח
אוי האט זיך געטוהן די וואך די יונגע עולם האט געקלאפט מיט די פיס און די עלטערע האבן פארפירט,
איז דא א מקור צו קלאפן אדער א מקור נישט צו קלאפען

ביז לעצטנס איז נישט געווען אזא מנהג דא אין אמעריקע נישט שבת זכור און אוודאי נישט כי תצא
נישט אז עס איז א פירצה... Just setting the record straight
פוצה פה ומצפצף
דיימאנט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 07, 2021 6:34 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיימאנט »

Mezofzef האט געשריבן:

ווי יא. אין שושן ?
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

Mezofzef האט געשריבן:
דיימאנט האט געשריבן:מתחת השמים לא תשכח
אוי האט זיך געטוהן די וואך די יונגע עולם האט געקלאפט מיט די פיס און די עלטערע האבן פארפירט,
איז דא א מקור צו קלאפן אדער א מקור נישט צו קלאפען

ביז לעצטנס איז נישט געווען אזא מנהג דא אין אמעריקע נישט שבת זכור און אוודאי נישט כי תצא
נישט אז עס איז א פירצה... Just setting the record straight

אכשר דרא.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

דיימאנט האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
דיימאנט האט געשריבן:מתחת השמים לא תשכח
אוי האט זיך געטוהן די וואך די יונגע עולם האט געקלאפט מיט די פיס און די עלטערע האבן פארפירט,
איז דא א מקור צו קלאפן אדער א מקור נישט צו קלאפען

ביז לעצטנס איז נישט געווען אזא מנהג דא אין אמעריקע נישט שבת זכור און אוודאי נישט כי תצא
נישט אז עס איז א פירצה... Just setting the record straight

ווי יא. אין שושן ?

איך מיין (נישט זיכער) אז אין א"י איז יא געווען אזא מנהג
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

דארט ווי איך דאווען איז שוין פאר 30 יאר צוריק געווען אזא מנהג (צוזאמען מיט די שישקענען...)
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אלטע אלטע מנהג, אין ארץ ישראל זיכער
איבעית אימא
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:21 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבעית אימא »

דיימאנט האט געשריבן:מתחת השמים לא תשכח
אוי האט זיך געטוהן די וואך די יונגע עולם האט געקלאפט מיט די פיס און די עלטערע האבן פארפירט,
איז דא א מקור צו קלאפן אדער א מקור נישט צו קלאפען

מתוך הסכמת בי דינא רבא דעיה"ק ירושת"ו בשנת תרמ"ו, נדפס בשו"ת בן ימין (סימן ג'), שהסכימו לבטל המנהג של הכאת עמלק בסוף פרשת כי תצא, נמצא למד שכבר נהגו במנהג זה מאז ומקדם.

ואעתיק מקצת לשון מכתב הבי"ד: "על אודות המנהג הנהוג להרעיש את העולם ולהכות בשבתות של סדר בשלח, ושבת זכור, וסדר כי תצא, בכל כחם בהזכיר השליח צבור שם עמלק וברגליהם מבלבלים את הצבור וכו'".
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

גלאזער האט געשריבן:
איבעית אימא האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:מה המקור להתפלה אחר שיר השירים ?

מובא בספר "תקוני שבת" (כפי יסודו של האריז"ל), נדפס לראשונה בוויניציאה שנת שנ"ו, כ"ד שנה אחרי פטירת האריז"ל.

אגב, כהקדמה כתוב שם בזה הלשון (העתקתי מדפוס קרקוב שע"ג): "ולעלות לרצון יאמר תפלה זו אחר שיר השירים בכונה ברעותא דליבא ואשרי לו ואשרי חלקו כי תפלה זו היא פתח פתוח להרבה פתחים סגורים למי שיש לו מוח בקדקדו. וזו היא רבון כל העולמים", וכו'.

יישר כח
תמהתי על הנוסח 'בכל תנאיו' מה פירושו
וראיתי מי שרוצה לומר שזה ראשי תיבות, אבל אינו נראה מכל הסידורים הישנים
שוב ראיתי שבקל"ח פתחי חכמה כתוב ג"כ כדברים הללו

אין די יהי רצון ווען מ'גייט אריין אין סוכה זאגט מען אויך "בכל תנאיו", דארט שטימט זיכער נישט די ראשי תבות
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

דריידל האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:
איבעית אימא האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:מה המקור להתפלה אחר שיר השירים ?

מובא בספר "תקוני שבת" (כפי יסודו של האריז"ל), נדפס לראשונה בוויניציאה שנת שנ"ו, כ"ד שנה אחרי פטירת האריז"ל.

אגב, כהקדמה כתוב שם בזה הלשון (העתקתי מדפוס קרקוב שע"ג): "ולעלות לרצון יאמר תפלה זו אחר שיר השירים בכונה ברעותא דליבא ואשרי לו ואשרי חלקו כי תפלה זו היא פתח פתוח להרבה פתחים סגורים למי שיש לו מוח בקדקדו. וזו היא רבון כל העולמים", וכו'.

יישר כח
תמהתי על הנוסח 'בכל תנאיו' מה פירושו
וראיתי מי שרוצה לומר שזה ראשי תיבות, אבל אינו נראה מכל הסידורים הישנים
שוב ראיתי שבקל"ח פתחי חכמה כתוב ג"כ כדברים הללו

אין די יהי רצון ווען מ'גייט אריין אין סוכה זאגט מען אויך "בכל תנאיו", דארט שטימט זיכער נישט די ראשי תבות

דארט שטימט עס כפשוטו, אלס די תנאי המצוות.
אזוי אויך איז דא אנדערע תפלות פאר מצוות, בכל תנאיהם ודקדוקיהם וכדומה. וואס דארט איז נישט קשה
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

פון ווי נעמט זיך דאס זאגן בליעה"ר (קעניינעהארע), שטייט ערגעץ אז דאס העלפט?
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קלאנג האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך דאס זאגן בליעה"ר (קעניינעהארע), שטייט ערגעץ אז דאס העלפט?

האט כנראה נישט קיין ספעציפישע מקור און דער באנוץ דערפון איז נישט זייער אלט. (אבער עס איז אינטערעסאנט אז ביי די ספרדים אנשטאטס "בלי עין הרע" וועלן זיי זאגן "בן פורת יוסף עלי עין" אויך דער זעלבער סארט זאך, אבער אפשר יענץ איז מער א סגולה סארט זאך זינט עס איז א פסוק.)

אבער איז עס דען אנדערש ווי סתם דאס וואס מען זאגט "חס ושלום", "לא עלינו", "השם ירחם", "היל"ת", וכדו'? עס איז פשוט ווי א תפילה צום גרויסן טאטן אין הימל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קנאפער ידען האט געשריבן:האט כנראה נישט קיין ספעציפישע מקור און דער באנוץ דערפון איז נישט זייער אלט.

עלטער ווי מיינע באבעס זיכער, דאס גייט צוריק א גוט 120 יאר בערך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

farshlufen האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:האט כנראה נישט קיין ספעציפישע מקור און דער באנוץ דערפון איז נישט זייער אלט.

עלטער ווי מיינע באבעס זיכער, דאס גייט צוריק א גוט 120 יאר בערך.

אע"פ שאין ראי' לדבר, זכר לדבר יש.
ה' אלקיכם הרבה אתכם והנכם היום ככוכבי השמים לרב׃
ה' אלקי אבותכם יסף עליכם ככם אלף פעמים ויברך אתכם כאשר דבר לכם׃
לעצט פארראכטן דורך Mezofzef אום מיטוואך אוגוסט 25, 2021 11:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

farshlufen האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:האט כנראה נישט קיין ספעציפישע מקור און דער באנוץ דערפון איז נישט זייער אלט.

עלטער ווי מיינע באבעס זיכער, דאס גייט צוריק א גוט 120 יאר בערך.

יא יא, אין "מקור" טערמינען אין אונזער היסטאריע הייסט דאס נישט "זייער אלט" (דאס מאכט עס נישט ווייניגער חשוב, נאר פשוט מ'זאל נישט מיינען אז עס קומט פון ראשונים אדער פון חז"ל גאר...)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
איבעית אימא
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:21 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבעית אימא »

קלאנג האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך דאס זאגן בליעה"ר (קעניינעהארע), שטייט ערגעץ אז דאס העלפט?

ראה בזוה"ק (במדבר דף קי"ז ע"ב): "האי מאן דאמר שבחא דחבריה דבנוי או דממוניה בעי לברכא ליה ולאודאה עליה ברכאן, מנלן, ממשה דכתיב (דברים א' י') והנכם היום כככבי השמים לרוב לבתר מה כתיב, יי' אלהי אבותיכם יוסף עליכם ככם אלף פעמים וכו', וברכתא בעי לברכא לה בעינא טבא ולא בעינא בישא".
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

איבעית אימא האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך דאס זאגן בליעה"ר (קעניינעהארע), שטייט ערגעץ אז דאס העלפט?

ראה בזוה"ק (במדבר דף קי"ז ע"ב): "האי מאן דאמר שבחא דחבריה דבנוי או דממוניה בעי לברכא ליה ולאודאה עליה ברכאן, מנלן, ממשה דכתיב (דברים א' י') והנכם היום כככבי השמים לרוב לבתר מה כתיב, יי' אלהי אבותיכם יוסף עליכם ככם אלף פעמים וכו', וברכתא בעי לברכא לה בעינא טבא ולא בעינא בישא".

קען איינער איבערטייטשן דעם זוהר? איך מיין ס'שטייט אז ווען מ'זאגט א שבח פון א צווייטן דארף מען צולייגן א ברכה און די ברכה וואס מ'לייגט צו דארף געזאגט ווערן מיט א גוט אויג, דהיינו פארגינען.
האט לכאורה נישט צו טון מיט זאגן "בליעה"ר"
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קלאנג האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך דאס זאגן בליעה"ר (קעניינעהארע), שטייט ערגעץ אז דאס העלפט?

פלא יועץ מערכת עין הרע

ואם יתגלגלו הדברים שיזכיר שבח וטובות חברו, תכף יברכהו שלא ישלט בו עין הרע:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אוראייניקל האט געשריבן:פלא יועץ מערכת עין הרע

ואם יתגלגלו הדברים שיזכיר שבח וטובות חברו, תכף יברכהו שלא ישלט בו עין הרע:

אה, ישר כח.

ס'איז מיר געליגן אין קאפ אז כ'האב געזען א מקור.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

אוראייניקל האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך דאס זאגן בליעה"ר (קעניינעהארע), שטייט ערגעץ אז דאס העלפט?

פלא יועץ מערכת עין הרע

ואם יתגלגלו הדברים שיזכיר שבח וטובות חברו, תכף יברכהו שלא ישלט בו עין הרע:

שכח

לפי"ז דארף מען נישט זאגן אויף זיך אליין, למשל "איך האב צען קינדער בליעה"ר"
וקול התור נשמע בארצנו
איבעית אימא
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:21 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבעית אימא »

קלאנג האט געשריבן:קען איינער איבערטייטשן דעם זוהר? איך מיין ס'שטייט אז ווען מ'זאגט א שבח פון א צווייטן דארף מען צולייגן א ברכה און די ברכה וואס מ'לייגט צו דארף געזאגט ווערן מיט א גוט אויג, דהיינו פארגינען.
האט לכאורה נישט צו טון מיט זאגן "בליעה"ר"

בפשטות מקור "אמירת בלי עין הרע" הוא מזוה"ק הנ"ל. ומה שדיקדקת בלשון הזוהר שמיירי רק במקרה שאחד משבח את 'חבירו', ולא אמר שיאמר כן ל'עצמו'. הנה אי משום הא לא איריא, שהזוהר דיבר בהווה, שבדרך כלל אין אדם מרנן את שבחיו בעצמו, רק בפי אחרים שבח נותנים לו, וכמאמר החכם מכל אדם (משלי כ"ז ב') "יהללך זר ולא פיך" וגו'. ופשוט שמכאן נשתרבב המנהג אצל הרבה לברך ל'עצמו' בליעה"ר וכדומה, ובפרט כשאין חבירו מברכו [דוגמת ברכת 'אסותא', שכתב החוות יאיר ז"ל בספרו "מקור חיים" (סימן ר"ל) וז"ל: "בהיותי לבדי ואין אומר, אמרתי אני על עיטושי אסותא"].

ובעצם השאלה איפה המקור לברך לעצמו 'בלי עין הרע', הלא כן מתפללים בכל יום [באופן כללי]: יה"ר שתצילני היום ובכל יום וכו' מעין הרע. אכי"ר.

ועוד רגע אדבר, שאולי מה שמאחלים לעצמו בליעה"ר, אין הכוונה לינצל מעינא בישא של חבירו, רק שלא ליתן על עצמו עין הרע, וכמבואר בתוספות רי"ד (בבא קמא דף פ"ג ע"א) שאדם יכול ליתן על עצמו עין הרע יותר ממה שכל העיר יכולים ליתן בו, וזה לשונו: "מה דכתיב (איכה ג' נ"א) "עיני עוללה לנפשי מכל בנות עירי" וכו', והכי קאמר עיני העלולה לעצמו בעין רעה יותר מכל בנות עירי, שאני בעצמי שמתי בי עין רעה מרוב טובה שהייתי רואה לעצמי, יותר ממה שהכניסו בי עין רעה כל בנות עירי, ועין רע שבי שלטה בי, ולקיתי וחסרתי כל אותה הטובה". ועיין בדרשות ר"י אבן שועיב ז"ל (פרשת בלק עה"פ שתום העין) מעשה נפלא בענין זה.
דיימאנט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 07, 2021 6:34 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיימאנט »

די וואך בין איך געווען צו גאסט אין וומס''ב צו מנחה מעריב, בין איך געווען אין א שוהל און מהאט געבלאזן שופר נאך מנחה, איז דא א מקור דערויף ?
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

דיימאנט האט געשריבן:די וואך בין איך געווען צו גאסט אין וומס''ב צו מנחה מעריב, בין איך געווען אין א שוהל און מהאט געבלאזן שופר נאך מנחה, איז דא א מקור דערויף ?

מטה אפרים
מראש חודש אלול ואילך תוקעים בכל יום אחר גמר התפילה תשר"ת קודם אמירת תהלים. ומתחילים לתקוע מיום שני של ראש חדש, ויש נוהגין להתחיל לתקוע ביום ראשון של ראש חודש, ויש שתוקעים גם כן אחר תפילת ערבית, ולא שמעתי נוהגין כן במדינתנו. ותוקעין כל ימי החול של החודש אלול, מלבד בערב ראש השנה שאין תוקעין בו כלל, ואין לתקוע אפילו בביתו להתלמד. ובמקומות שנוהגין לתקוע ערבית, אין להם לתקוע בליל שלפני ראש השנה. ויש שנוהגין שבכל חודש אלול אחר המנחה מכריז השמש: שובו בנים שובבים. ומנהג יפה הוא:
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”