מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

הויעך האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:איז דא סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט אין די וועלט גייען דורך א אפעראציע?
נעמט נישט די אויבענדערמאנטע פראבלעם אינגאנצן אוועק די היתר פון חלב סתם?

וואס עפעס?
חלב סתם האב איך מורא אז דער גוי מישט אריין מילך פון א טמאנע בהמה,
אויב עפעס פארקערט די חלב ישראל מילך ווייסט מען צו היטען אז מזאל נישט מילקען פון א גענידעלטע בהמה אדער פון א בהמה וואס איז אדורך א אפאראציע, משא"כ ביי חלב סתם וואס מנוצט אויך לכאורה גענידעלטע קוהן וואס די קוה איז א וודאי טריפה.

טעיתי.
פארשטאנען אז די ווילסט אוועק נעמען די איסור פון חלב סתם, נישט באמערקט אז די ווילסט אוועקנעמען די היתר, ווי די ביסט גערעכט כמו שכתבתי.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שיין!

ענינא דיומא.. קומט דאך דער יו"ט שבועות!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שיין געשריבן.

ס'נאך געבליבן וואס דן צו זיין, צוליב דעם וואס היינט איז דא א מיעוט המצוי פון טריפה'נע בהמות, און מ'מישט אויס אלע מילך און ריזיגע טאנקן.

לידיעה בעלמא: הגאון ר' הערשל שעכטער שליט"א פון YU און OU האלט אז מ'טאר נישט טרינקן די מילך (פאר זיך איז ער מחמיר), ער האט לעצטענס געזאגט (אין א אינטערוויאו אין הקולמוס) אז ער איז ספעציעל אראפגעפארן צו הרב אלישיב רעדן צו אים וועגען דעם נושא, ער האט אים נישט געהאט וואס צו ענטפערן, אבער ער האט עס בשום אופן נישט געוואלט אסר'ן. למעשה איז ער ווייטער מתיר די מילך פארן ציבור.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

יישר כח זייער שיין!
נאר צוצולייגן אז אין געוויסע לענדער איז נאך אלס רוב בהמות כשרות הן, לדוגמה אין סאוט אמעריקא, ווי פון א טאג שחיטה קען ארויסקומען אזוי סאך ווי 55 ביז 60 פראצענט כשר!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער הנאה געהאט! א הערליכער שיעור.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

שכוח אלע יודען פאר די חיזוק!
כהאב מורא געהאט אז ס'איז צו טיף, ב"ה כ'זעה די עולם האט הנאה!!

יעצט לגבי דעם
הײמישער זײגער האט געשריבן:איז דא סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט אין די וועלט גייען דורך א אפעראציע?
נעמט נישט די אויבענדערמאנטע פראבלעם אינגאנצן אוועק די היתר פון חלב סתם?

איז דא א סייט און א"י וואס הייסט כושורת, סא'יז א מזרחיסטישע סייט,
זיי ברענגען פון ר' וויטמאן (די רב פון תנובה) וואס טענה'ט אזוי ווי די זאגסט, אבער זיי ברענגען 3 סיבות פארוואס מ'דארף נישט חושש זיין ביי סתם א בהמה אז ס'איז דא דארטען חלב טריפה. (זיי זאגען אז ס'רעדט זיך פון וויניגער ווי 1 פערצענט, ממילא איז עס אפילו נישט קיין מיעוט המצוי).
אבער איך ווייס נישט ווי ווייט מ'קען זיך פארלאזען אויף זיי.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

נא_שכל האט געשריבן:שיין געשריבן.

ס'נאך געבליבן וואס דן צו זיין, צוליב דעם וואס היינט איז דא א מיעוט המצוי פון טריפה'נע בהמות, און מ'מישט אויס אלע מילך און ריזיגע טאנקן.

לידיעה בעלמא: הגאון ר' הערשל שעכטער שליט"א פון YU און OU האלט אז מ'טאר נישט טרינקן די מילך (פאר זיך איז ער מחמיר), ער האט לעצטענס געזאגט (אין א אינטערוויאו אין הקולמוס) אז ער איז ספעציעל אראפגעפארן צו הרב אלישיב רעדן צו אים וועגען דעם נושא, ער האט אים נישט געהאט וואס צו ענטפערן, אבער ער האט עס בשום אופן נישט געוואלט אסר'ן. למעשה איז ער ווייטער מתיר די מילך פארן ציבור.

וועל איך איבערברענגען וואס איך האב געשריבען אויפן פריערדיגע בלאט.

פנימחדשות האט געשריבן:זייער שיין און קלאר געשריבען!

חילך לאורייתא!

(מ'קען צולייגן אז היינטיגע צייטען איז אויפגעקומען א נייע שאלה, אז אזויווי מען מישט צאם די מילעך פון פילע בהמות, איז ע"פ סטאטיסטיקס זיכער אויך דא מילעך פון טריפה'נע בהמות, וואס ווערט נישט בטל ברוב, ווייל לח בלח ווערט נאר בטל בששים, איז אויב אזוי דארף לכאו' אלע מילעך זיין אסור, אויסער טאמער איינער מעלקט א איינציגע בהמה, און ס'זענען טאקע פארהאן געציילטע מחמירים, אבער רוב פוסקי דורינו האבען גע'פסקנ'ט אז ס'איז מותר לכתחילה, אזויווי איך האב נאכגעברענגט עטליכע חדשים צוריק, וז"ל:)
פנימחדשות האט געשריבן:פונקט יעצט האב איך אנגעטראפען אין א קובץ עטליכע גאר שטארקע תשובות אז ס'איז מותר לכתחילה צו טרינקען מילעך, אויך היינטיגע צייטען וואס מען מישט אויס מילעך פון פילע בהמות צוזאמען, ווייל איינמאל מ'איז מתיר די מילעך פון יעדע בהמה פאר זיך בלייבט עס מותר אויך נאכן אויסמישען מיט אנדערע מילעך, און זיי האבען גאר שטארקע ראיות, סיי פון גמרות און פוסקים, און סיי פון אנדערע הלכות (לדוגמא אז מ'מעג נוצען די זעלבע טאפ צו קאכען אין דעם יעדע טאג פלייש פון א אנדערע בהמה, כאטש אז ע"פ סטאטיסטיק'ס איז די טאפ געווארען אסור פון א בהמה וואס האט געהאט איינע פון די י"ח טריפות, און נאך פיל אזעלכע ראיות).

די תשובות הייבען זיך אן דא (איך האב בעיקר געלערנט די תשובה פון הגר"א ווייס שליט"א, און חלקים פון די תשובות פון הגרז"נ גולדברג און הגרלו"י הלפרין זצ"ל).
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הערליך שיין א גרויסען שכח נאר 2 שאלות
1 ווי איז די רמ“א דארט אין ספ“א זאגט נישט די רמ“א די היתר
2 דעיס וואס היינט זענען רוב בהמות טריפה שטייט שוין אין פר“ח סל“ט אע“ג דהאידנא ברוב המקומות הטרפות שכיחי טפי מהכשרות טעמא דמילתא משום שמחמירין הרבה חומרות שאינם מעיקר דין התלמוד וכן איכא מילי טובא דבעו בדיקה ולא בקיאינן בבדיקה ומטרפינן להו וכן כמה בהמות מחמת ספק מטרפינן להו
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:הערליך הערליך שיין און אינטערעסאנט
האסט געליינט מיין תגובה? האסט הנאה געהאט? געב א לייק!
דאס גיבט כוח און מוט צו שרייבן נאך!.
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

יעדער האט געשריבן:הערליך שיין א גרויסען שכח נאר 2 שאלות
1 ווי איז די רמ“א דארט אין ספ“א זאגט נישט די רמ“א די היתר
2 דעיס וואס היינט זענען רוב בהמות טריפה שטייט שוין אין פר“ח סל“ט אע“ג דהאידנא ברוב המקומות הטרפות שכיחי טפי מהכשרות טעמא דמילתא משום שמחמירין הרבה חומרות שאינם מעיקר דין התלמוד וכן איכא מילי טובא דבעו בדיקה ולא בקיאינן בבדיקה ומטרפינן להו וכן כמה בהמות מחמת ספק מטרפינן להו

גערעכט די רמ"א זאגט עס נישט, אבער די רמ"א איז נישט מסכים צו די היתר פון די מחבר אל'ס ספק ספיקא (לגבי סירכות, נאר ער האלט אז סירכות איז מותר וועגען חזקה הבאה מכח הרוב). איז עס באמת נישט די דברי הרמ"א אבער כדאי צו מסביר זיין על פי הרמ"א האב איך דעס געשריבען, אבער אה"כ דאס ממש שטייט נישט און רמ"א, נאר און אנדערע.
שכוח
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער אינפארמאטיוו און גוט געשריבן!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

כ'וויל האט געשריבן:שכוח אלע יודען פאר די חיזוק!
כהאב מורא געהאט אז ס'איז צו טיף, ב"ה כ'זעה די עולם האט הנאה!!

יעצט לגבי דעם
הײמישער זײגער האט געשריבן:איז דא סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט אין די וועלט גייען דורך א אפעראציע?
נעמט נישט די אויבענדערמאנטע פראבלעם אינגאנצן אוועק די היתר פון חלב סתם?

איז דא א סייט און א"י וואס הייסט כושורת, סא'יז א מזרחיסטישע סייט,
זיי ברענגען פון ר' וויטמאן (די רב פון תנובה) וואס טענה'ט אזוי ווי די זאגסט, אבער זיי ברענגען 3 סיבות פארוואס מ'דארף נישט חושש זיין ביי סתם א בהמה אז ס'איז דא דארטען חלב טריפה. (זיי זאגען אז ס'רעדט זיך פון וויניגער ווי 1 פערצענט, ממילא איז עס אפילו נישט קיין מיעוט המצוי).
אבער איך ווייס נישט ווי ווייט מ'קען זיך פארלאזען אויף זיי.

אבער, דו ווייסט דאך נישט וויפיל איז געווען דער כלל פון חז"ל, אז רוב בהמות זענען כשר.
אפשר איז געווען דער הכרע ממש א משהו, וואס דער יעצטיגער פחות מפראצענט אחד נעמט שוין אוועק דער רוב.

ואינו פשוט כלל וכלל.

אמר"ש.
א שיינע ארטיקל.
ועל העתיד, זאלסט וועלן שרייבן נאך, און נישט נאר בלייבן ביים וועלן.
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

פארווייטאגט האט געשריבן:
כ'וויל האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:איז דא סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט אין די וועלט גייען דורך א אפעראציע?
נעמט נישט די אויבענדערמאנטע פראבלעם אינגאנצן אוועק די היתר פון חלב סתם?

איז דא א סייט און א"י וואס הייסט כושורת, סא'יז א מזרחיסטישע סייט,
זיי ברענגען פון ר' וויטמאן (די רב פון תנובה) וואס טענה'ט אזוי ווי די זאגסט, אבער זיי ברענגען 3 סיבות פארוואס מ'דארף נישט חושש זיין ביי סתם א בהמה אז ס'איז דא דארטען חלב טריפה. (זיי זאגען אז ס'רעדט זיך פון וויניגער ווי 1 פערצענט, ממילא איז עס אפילו נישט קיין מיעוט המצוי).
אבער איך ווייס נישט ווי ווייט מ'קען זיך פארלאזען אויף זיי.

אבער, דו ווייסט דאך נישט וויפיל איז געווען דער כלל פון חז"ל, אז רוב בהמות זענען כשר.
אפשר איז געווען דער הכרע ממש א משהו, וואס דער יעצטיגער פחות מפראצענט אחד נעמט שוין אוועק דער רוב.
ואינו פשוט כלל וכלל.

איר האט אויסגעמישט 2 זאכען.
1. איז ווען איך האב א בהמה וואס איך ווייס נישט צו ער איז א טריפה ד.ה. ווען מ'וועט איהם שעכטען צו ער וועט זיין כשר אדער נישט, אזא בהמה זאגען אינז חכמים אז רוב בהמות זענען כשר, איז ממילא אפילו 49 פערצענט זענען טריפה, גייט מיר נישט אהן, ווייל איך זאג אז די בהמה איז פון די רוב כשר'ע.
2. איז א בהמה וואס איך האב א ספק אז מחיים האט מען איהם געמאכט טריפה, למשל ער איז אריבער אן אפרעציא, און די שאלה איז צו דאס דארף מען חושש זיין ביי א יעדע בהמה וואס איז נישט מבוקר, אויך דעם זאגען די סייט כושרות אז וויבאלד די שכיחות פון אזעלעכע אפערציאס איז נישט מעהר ווי איין פערצענט, ממילא איז דאס ווייניגער ווי די מיעוט המצוי וואס חז"ל זענען חושש צו בודק זיין. ממילא קען מען נעמען מילעך אן בודק זיין צו די קי איז אריבער איינער פןו די אפאראציעס.

אגב: בכלל איז דאס נאר און ארץ ישראל וואס די בהמות גייען נישט אויפען פעלד פריי, נאר מ'קיקט זיי נאך וואס זיי עסען איז ממילא דא ווייניגער פראבלעמען, אבער און חוץ לארץ וואס די בהמות פאשען פריי איז דא מער פראבלעמען ממילא ווייס איך נישט וואס די דין איז.

לויט ווי איהר ענטפערט, האט איהר נישט פארשטאנען מיין טענה.

א. איהר שרייבט 49 פראצענט. אפשר איז עס 49.5 פראצענט?
ב. עס איז דא בערך איין פראצענט, וואס גייט אריבער אן אפאראציא, עכ"פ לויט ווי איהר ברענגט נאך.

יעצט טוה וואס איך האב געטוהן.
מיש צוזאמען ביידע זאכן, ווערט עס 50.5 פראצענט טריפה.

איז ווי אזוי איז דער מילך כשר?
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

תגובה דורך אושפיזין »

ווען איך האב געזען דעם קעפל האב איך געמיינט די רעדסט פון א אנדערע שאלה, צו ברענגען פלפול העמיר אונז עס דא ארויפברענגען

די הלכה איז אז אויב טרינקט מען א משקה וואס מען האט נישט ליב פשוט פאר רפואה דארף מען נישט מאכן א ברכה.
פארן דאווענען זענען דא געוויסע פוסקים וואס האלטן אז מ'טאר נישט אריינלייגן מילך מיט צוקער אין די קאווע, ווייל מ'טאר נישט טרינקען פארן דאווענען.

איז יעצט אויב איינער טרינקט פארן דאווענען א פשוט'ע שווארצע קאווע וואס דאס מעג מען יא טרינקען לפני התפלה, און ער האט עס זייער נישט ליב, ער טרינקט עס נאר כדי זיך צו קענען מכין זיין צום דאווענען וואס דאס איז באמת א טרינק לצורך רפואה, ברויך ער מאכן א שהכל אדער נישט. געוויסע דיינים האבן מיר גע'פסק'נט אז מ'דארף נישט מאכן קיין שהכל.
חינוך האט געזיגט!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

אושפיזין האט געשריבן: אויב איינער טרינקט פארן דאווענען א פשוט'ע שווארצע קאווע ......

נעמט אייך אריין א פאקט.
א שווארצע קאווע איז גארנישט פשוט..
דאס קנאקט דאך אריין אויף אלע פראנטן.
איך בין מער חושש צו מאכן גאהר המוציא וג' ברכות...
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

:lol:
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

פארווייטאגט האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן: אויב איינער טרינקט פארן דאווענען א פשוט'ע שווארצע קאווע ......

נעמט אייך אריין א פאקט.
א שווארצע קאווע איז גארנישט פשוט..
דאס קנאקט דאך אריין אויף אלע פראנטן.
איך בין מער חושש צו מאכן גאהר המוציא וג' ברכות...

מראה מקומות ביטע
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

פארווייטאגט האט געשריבן:
כ'וויל האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
כ'וויל האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:איז דא סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט אין די וועלט גייען דורך א אפעראציע?
נעמט נישט די אויבענדערמאנטע פראבלעם אינגאנצן אוועק די היתר פון חלב סתם?

איז דא א סייט און א"י וואס הייסט כושורת, סא'יז א מזרחיסטישע סייט,
זיי ברענגען פון ר' וויטמאן (די רב פון תנובה) וואס טענה'ט אזוי ווי די זאגסט, אבער זיי ברענגען 3 סיבות פארוואס מ'דארף נישט חושש זיין ביי סתם א בהמה אז ס'איז דא דארטען חלב טריפה. (זיי זאגען אז ס'רעדט זיך פון וויניגער ווי 1 פערצענט, ממילא איז עס אפילו נישט קיין מיעוט המצוי).
אבער איך ווייס נישט ווי ווייט מ'קען זיך פארלאזען אויף זיי.

אבער, דו ווייסט דאך נישט וויפיל איז געווען דער כלל פון חז"ל, אז רוב בהמות זענען כשר.
אפשר איז געווען דער הכרע ממש א משהו, וואס דער יעצטיגער פחות מפראצענט אחד נעמט שוין אוועק דער רוב.
ואינו פשוט כלל וכלל.

איר האט אויסגעמישט 2 זאכען.
1. איז ווען איך האב א בהמה וואס איך ווייס נישט צו ער איז א טריפה ד.ה. ווען מ'וועט איהם שעכטען צו ער וועט זיין כשר אדער נישט, אזא בהמה זאגען אינז חכמים אז רוב בהמות זענען כשר, איז ממילא אפילו 49 פערצענט זענען טריפה, גייט מיר נישט אהן, ווייל איך זאג אז די בהמה איז פון די רוב כשר'ע.
2. איז א בהמה וואס איך האב א ספק אז מחיים האט מען איהם געמאכט טריפה, למשל ער איז אריבער אן אפרעציא, און די שאלה איז צו דאס דארף מען חושש זיין ביי א יעדע בהמה וואס איז נישט מבוקר, אויך דעם זאגען די סייט כושרות אז וויבאלד די שכיחות פון אזעלעכע אפערציאס איז נישט מעהר ווי איין פערצענט, ממילא איז דאס ווייניגער ווי די מיעוט המצוי וואס חז"ל זענען חושש צו בודק זיין. ממילא קען מען נעמען מילעך אן בודק זיין צו די קי איז אריבער איינער פןו די אפאראציעס.

אגב: בכלל איז דאס נאר און ארץ ישראל וואס די בהמות גייען נישט אויפען פעלד פריי, נאר מ'קיקט זיי נאך וואס זיי עסען איז ממילא דא ווייניגער פראבלעמען, אבער און חוץ לארץ וואס די בהמות פאשען פריי איז דא מער פראבלעמען ממילא ווייס איך נישט וואס די דין איז.

לויט ווי איהר ענטפערט, האט איהר נישט פארשטאנען מיין טענה.

א. איהר שרייבט 49 פראצענט. אפשר איז עס 49.5 פראצענט?
ב. עס איז דא בערך איין פראצענט, וואס גייט אריבער אן אפאראציא, עכ"פ לויט ווי איהר ברענגט נאך.

יעצט טוה וואס איך האב געטוהן.
מיש צוזאמען ביידע זאכן, ווערט עס 50.5 פראצענט טריפה.

איז ווי אזוי איז דער מילך כשר?

פארוואס זאל די %1 אפארירטע זיין עקסטער פון די טריפה׳ס?

אויב עפעס קומט נאר צו א %0.49
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

איז דאס RBST?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

הערליך! זייער שיין באשריבן

אין הלכות יו"ט איז אויך דא א מדובר וועגן די שאלה, וויאזוי מען מעג שעכטן א בהמה אפשר וועט דאס אויסקומען טריפה. דוכט זיך אז דארט נעמט מען טאקע יא אן מער להחמיר
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

טעוועליך האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן: אויב איינער טרינקט פארן דאווענען א פשוט'ע שווארצע קאווע ......

נעמט אייך אריין א פאקט.
א שווארצע קאווע איז גארנישט פשוט..
דאס קנאקט דאך אריין אויף אלע פראנטן.
איך בין מער חושש צו מאכן גאהר המוציא וג' ברכות...

מראה מקומות ביטע

מראה מקומות אויף וואס?
דין המוציא? כ'האב נישט לע"ע.
אבל אפשר לדון עפי"ד התוס' בדף מא: בדין פת פוטר, ואף באינו בא ללפת, וכדברי רש"י בדף מב. בדין השוני בין יין לשאר משקין, דבכמה מקומות הוא בא וכו' שלא היו צריכים לשתייתו, וזהו החשיבות, וגם הכא אישתני למעליותא, ובין מיסעיד סעיד אית בי'ה, ונוסף על זה שמוחי משמחי.
ובדין ג' ברכות, הרי לדעת ר"ע, הדבר פשוט כביעתא בכותחא לחייב בי'ה ג' ברכות כתיקונו, ואנו בודאי נוסיף ברכת הזימון ועל הכוס דייקא, שהרי בימינו שנתגלה ענין האטקינס ואביזרייהו, אשר כך עיקר מזוני דישראל הם בקוה אל ה', הרי פשוט הוא לחייבו כן. וביותר לפי דעת הגר"צ מייזליש ודעימיה, וכן נהגו כל מי שאינו מכיר בין ימינו לשמאלו בהלכתא דברכתא, ובחומר לא תשא.

גענוג מקורות?

כ'מיין, וואס פאר א מקור זיכט איהר?
אויף הלכות? כ'האף אז איהר פסק'נט נישט פון קיין שום באהאלטענע שרייבער, וואס איהר האט נישט קיין אהנונג ווי א גרויסער עם הארץ באהאלט זיך אונטערן ניק.

און פאר דער וואס פארשטייט טאקע נישט, כ'האב נישט מער ווי געמאכט א ווערטל ארויסצודרוקן מיין אינערליכע ווייטאג אויף איינער וואס שרייבט אויף א שווארצע קאווע בלשון "פשוט'ע"
וישתקע הדבר ולא יאמר כן חלילה.

אבער להלכה? לא מיניה ולא מקצתיה.
וחלילה לי לפסוק במקום גדולים.......
ומי כמוני יודע מך ערכי (יעצט נאכ'ן שרייבן, איז שוין אפשר דא נאך וואס ווייסען......).
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

ערעב איד האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
כ'וויל האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
כ'וויל האט געשריבן:
איז דא א סייט און א"י וואס הייסט כושורת, סא'יז א מזרחיסטישע סייט,
זיי ברענגען פון ר' וויטמאן (די רב פון תנובה) וואס טענה'ט אזוי ווי די זאגסט, אבער זיי ברענגען 3 סיבות פארוואס מ'דארף נישט חושש זיין ביי סתם א בהמה אז ס'איז דא דארטען חלב טריפה. (זיי זאגען אז ס'רעדט זיך פון וויניגער ווי 1 פערצענט, ממילא איז עס אפילו נישט קיין מיעוט המצוי).
אבער איך ווייס נישט ווי ווייט מ'קען זיך פארלאזען אויף זיי.

אבער, דו ווייסט דאך נישט וויפיל איז געווען דער כלל פון חז"ל, אז רוב בהמות זענען כשר.
אפשר איז געווען דער הכרע ממש א משהו, וואס דער יעצטיגער פחות מפראצענט אחד נעמט שוין אוועק דער רוב.
ואינו פשוט כלל וכלל.

איר האט אויסגעמישט 2 זאכען.
1. איז ווען איך האב א בהמה וואס איך ווייס נישט צו ער איז א טריפה ד.ה. ווען מ'וועט איהם שעכטען צו ער וועט זיין כשר אדער נישט, אזא בהמה זאגען אינז חכמים אז רוב בהמות זענען כשר, איז ממילא אפילו 49 פערצענט זענען טריפה, גייט מיר נישט אהן, ווייל איך זאג אז די בהמה איז פון די רוב כשר'ע.
2. איז א בהמה וואס איך האב א ספק אז מחיים האט מען איהם געמאכט טריפה, למשל ער איז אריבער אן אפרעציא, און די שאלה איז צו דאס דארף מען חושש זיין ביי א יעדע בהמה וואס איז נישט מבוקר, אויך דעם זאגען די סייט כושרות אז וויבאלד די שכיחות פון אזעלעכע אפערציאס איז נישט מעהר ווי איין פערצענט, ממילא איז דאס ווייניגער ווי די מיעוט המצוי וואס חז"ל זענען חושש צו בודק זיין. ממילא קען מען נעמען מילעך אן בודק זיין צו די קי איז אריבער איינער פןו די אפאראציעס.

אגב: בכלל איז דאס נאר און ארץ ישראל וואס די בהמות גייען נישט אויפען פעלד פריי, נאר מ'קיקט זיי נאך וואס זיי עסען איז ממילא דא ווייניגער פראבלעמען, אבער און חוץ לארץ וואס די בהמות פאשען פריי איז דא מער פראבלעמען ממילא ווייס איך נישט וואס די דין איז.

לויט ווי איהר ענטפערט, האט איהר נישט פארשטאנען מיין טענה.

א. איהר שרייבט 49 פראצענט. אפשר איז עס 49.5 פראצענט?
ב. עס איז דא בערך איין פראצענט, וואס גייט אריבער אן אפאראציא, עכ"פ לויט ווי איהר ברענגט נאך.

יעצט טוה וואס איך האב געטוהן.
מיש צוזאמען ביידע זאכן, ווערט עס 50.5 פראצענט טריפה.

איז ווי אזוי איז דער מילך כשר?

פארוואס זאל די %1 אפארירטע זיין עקסטער פון די טריפה׳ס?

אויב עפעס קומט נאר צו א %0.49

כ'הייב שוין אהן טראכטן, אז אפשר ווייס איך דא טאקע נישט וואס איך רעד.
עפעס איז דא מקושי הבנה, איך ווייס נישט פארוואס.

לאמיר אהנהייבן.

אונז ווייסן מיר וואס חז"ל האבן אונז פארציילט, אז רוב בהמות כשרות הן.
ווען עס מאכט זיך א קרענק, פארשטייט זיך קען מען זיך נישט פארלאזן אויף די קראנקע בהמות אז זיי זענען רוב כשרים, ווייל עס איז דאך דא נאך קראנקהייטן. (אם טעיתי בזה, נא לעורר אותי, ולדעתי הקלושה, הדבר פשוט כן, ואין אני רואה בכלל להאריך בראיות, עכ"פ אויבן אויף)
וויפיל איז דער רוב כשרים, ווייסט מען נישט (אפשר יא?).
קען זיין אז דער חזקה פון חז"ל איז געווען 49.99% טרפות קייגן 50.01% כשר. עכ"פ לפחות דעם נומער.
יעצט ווען איין פראצענט גייט אדורך א מחלה, מיט אן ערהוילינגס פראצעדור וואס מאכט איהם א טרפה, ווערט דאך דער טרפה נתרבה אויפ'ן אלטע 49.99% פראצענט פון טרפות וואס קען זיין, ממילא האסטו שוין נישט קיין רוב כשר.

ולעצם הטענה, פארוואס בין איך מוסיף דער איין פראצענט צום 49, און נישט כולל בתוכו, איז ווייל ווען חז"ל האבן געזאגט זייערע רייד, איז דאך געווען פאר ווען עס האט זיך ערפונדען דעם פראבלעם. ממילא, איז דאך דאס א תוספת אויף זייער חזקה.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

אבער די מחלה איז %1 פון די אלע, די כשר׳ע און טריפה גלייך.

די מחלה איז נישט נאר אויף כשר׳ע
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

ערעב איד האט געשריבן:אבער די מחלה איז %1 פון די אלע, די כשר׳ע און טריפה גלייך.

די מחלה איז נישט נאר אויף כשר׳ע

ריכטיג.

איז לייג נישט צו א גאנצע פראצענט צום טרפה, נאר א האלבע.
יעצט שטומט שוין מיין שאלה?
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”