נוסחאות התפלה ומנהגיה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

אויפריכטיג האט געשריבן:יו"ט ביי מוסף שטייט אין אלע מחזורים
מֶלֶךְ רַחֲמָן, רַחֵם עָלֵינוּ, טוֹב וּמֵטִיב הִדָּרֶשׁ לָנוּ, שׁוּבָה אֵלֵינוּ בַּהֲמוֹן רַחֲמֶיךָ, בִּגְלַל אָבוֹת שֶׁעָשׂוּ רְצוֹנֶךָ.
אין רמב"ם שטייט: שובה עָלֵינוּ.


וכן הוא בנוסח אדמו"ר הזקן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

וויאזוי?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יהיה כן האט געשריבן:המונקאטשעווער רב בעל מנחת אלעזר זי"ע, בנוסח התפלה שלו גם כן כותב שגם היחיד המתפלל ביחידות יחזור על המילים ה' אלקיכם אמת

רעדנדיג מיט איינעם איבער דעם ענין האב איך געזאגט פון זיכרון אז איינער האט שוין דא אמאל צוגעצייכנט דעם שו"ת מנחת אלעזר צו מען זאל ביחידות אויך זאגן ה אלקיכם אמת, למעשה זע איך עס נישט דא וואו מען רעדט דערפון. צייכן איך עס דא אן שו"ת מנחת אלעזר ח"ב סימן כ"ח, עיי"ש.
ער ברענגט דארט בתו"ד, "וכן שמעתי שנהג מרן הגה"ק רבשכבה"ג מצאנז זי"ע בעל דברי חיים".
אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר »

הערה.
הש"ץ כשמתחיל חזרת התפלה במנחה או במוסף, לא יאמר הפסוק "כי שם ה' אקרא הבו גודל לאלקינו",
אלא יתחיל מן "ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך",
כך מובא באחרונים, ועיין בפסקי תשובות, כיון שזה הפסק להש"ץ, ולכתחילה אסור להש"ץ להפסיק אחר שמו"ע לחזרת השמו"ע.

וכן בכל המחזורים בר"ה ויו"כ לא נמצא הפסוק "כי שם" וגו' קודם חזרת הש"ץ של מוסף.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אין זה דבר מוסכם בפוסקים, ותלוי במנהגים שונים.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

שוטה האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:יו"ט ביי מוסף שטייט אין אלע מחזורים
מֶלֶךְ רַחֲמָן, רַחֵם עָלֵינוּ, טוֹב וּמֵטִיב הִדָּרֶשׁ לָנוּ, שׁוּבָה אֵלֵינוּ בַּהֲמוֹן רַחֲמֶיךָ, בִּגְלַל אָבוֹת שֶׁעָשׂוּ רְצוֹנֶךָ.
אין רמב"ם שטייט: שובה עָלֵינוּ.


וכן הוא בנוסח אדמו"ר הזקן.

און אלע אלטע מחזורים פון ביפאר די צייטן פון דער משכיל יצחק סאנטו וועט איהר טרעפן "עלינו" דער משכיל האט פרובירט אין זיין ספר ויעתר יצחק צו פארבעסערן די נוסחאות התפילה עס זאל מער שטומען ע"פ דקדוק. צוליב דעם האט ער משנה געוועהן עטליכע נוסחאות. ובתוכם געטוישט דעם מוריד הגשם פון א סגו"ל אונטער די ג' צו א קמץ אונטער די ג' האלטנדיג אז דער קמץ איז מער מדוייק זייענדיג די ענדע פון א זאץ. ער האט אבער נישט פארשטאנען אז די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געוועהן די נוסחאות ע"פ סוד. ער ווערט שוין באריכות אראפגעריסן פון כמה גדולים אז עס איז דא ע"פ סוד פארוואס די ווארט גשם דארף זיין מיט די זעלבע נקודות ווי מלך. (אגב, האב איך געהערט אז חאטש אין אלע אשכנז'ישע סידורים שטייט די ג' מיט א קמץ, האט הגאון ר' יונתן שטייף גע'פסק'עט פאר די באקאנטער חזן קבוע אין וויענער קהלה הרב עמרם שטראססער זצ"ל צו זאגן מיט א סגול אויך ביים גשם בענטשן) די זעלבע האט ער אויך געהאלטן אז אלינו איז מער מדוייק ע"ש הכתוב שובה אלי ואשובה עליכם. אבער מ'ברויך צו וואוסן פון ווי דאס שטאמט. און פיל גדולים האבן דאס שוין צוריק געטוישט. איך דענק אויך אז אין תולדות אהרן זאגט מען אזוי.
עס קען זיין אז מ'קען טרעפן שיטות פון פריערדיגע צו זאגן אזוי אדער ביי ספרדים. אבער מען דארף פארשטיין אז טאמער האט מען נישט אזוי אנגענומען ביי אונז, און די סיבה אויף איינצופירן אזוי פון ניי איז געוועהן נאר ווייל עס האט בעסער געשטומט פאר דעם משכיל און זייענדיג די מדפיסים האבן זיי דאס געטוישט, אויף אזא אופן טאר מען נישט משנה זיין.
עס האט מיך שוין לאנג גע'עגבערט אויף א געוויסע מקום האט מען משנה געוועהן צו זאגן ביי קדושה "ככתוב על ידי נבואיך אנשטאט די אנגענומענע על "יד" נבואיך. דאס אז ס'שטומט נישט אזוי ע"פ דקדוק ווייל יד איז ל' יחיד און נביאיך איז רבים, דאס איז דאך שוין כבר דשו בו רבים. אונז האמיר נאך געהאט אזעלכע גרויסע צדיקים וואס האבן צו דעם פארשטאנען און דאך האבן זיי דאס נישט משנה געוועהן. ומי יבין את סודם ונמוקים. און הגם מ'טרעפט מקומות ווי ביי די ספרדים אדער געוויסע שיטות וואס האבן אזוי געזאגט. אבער אז ביי אונז האט מען נישט, איז פילייכט דא עפעס א סוד דערצו.
אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר »

א איד אין בני ברק האט ארויסגעגעבן א קונטרס, ווי ער ווייזט אויף די אלע פארדרייטע נוסחאות וואס דער משכיל האט משנה געווען.

איינער האט געוויזן פאר דעם תו"א רבי זצ"ל דעם קונטרס, און געוויזן אז מען דארף זאגן "עלינו" אנשטאט אלינו, דער תו"א רבי האט אים געענטפערט, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס שטייט ערגעץ "אלינו", איך האב אייביג געדאווענט אין סלאוויטא מחזור, און דארט שטייט "עלינו", אזוי אויך אין אלע פריערדיגע מחזורים אין סידורים.

די פריעריגע מפרשים אויפ'ן סידור, זאגן פשט אויף דעם ווארט "עלינו", און קיינער דערמאנט נישט "אלינו".
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער "שובה עלינו" האט מען שוין כמה פעמים אדורכגעטאן בבית מדרשינו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

אשר האט געשריבן:די פריעריגע מפרשים אויפ'ן סידור, זאגן פשט אויף דעם ווארט "עלינו", און קיינער דערמאנט נישט "אלינו".

דוכט זיך מיר אז אין איינע פון די לעצטע מהדורות פון סידור הגר"א ברענגען זיי יא אז אין סידור ר' עמרם שטייט אילינו. אבער ווי ערווענט, אז עס איז קלאר אז עס איז נישט געוועהן אנגענומען די נוסח, ווי מען זעהט אין אלע מחזורים שפעטער. אויב אזוי איז ווען א משכיל פאלט איין צו נעמען א נוסח אפי' אויב עס שטומט מיט איין שיטה, איז אסור דאס אנצונעמען

-
אנטשולדיגט פארשלאפן, כ'האב געמעגט?? נישט געקענט זיך איינהאלטן...
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

אשר האט געשריבן:א איד אין בני ברק האט ארויסגעגעבן א קונטרס, ווי ער ווייזט אויף די אלע פארדרייטע נוסחאות וואס דער משכיל האט משנה געווען.

איינער האט געוויזן פאר דעם תו"א רבי זצ"ל דעם קונטרס, און געוויזן אז מען דארף זאגן "עלינו" אנשטאט אלינו, דער תו"א רבי האט אים געענטפערט, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס שטייט ערגעץ "אלינו", איך האב אייביג געדאווענט אין סלאוויטא מחזור, און דארט שטייט "עלינו", אזוי אויך אין אלע פריערדיגע מחזורים אין סידורים.

די פריעריגע מפרשים אויפ'ן סידור, זאגן פשט אויף דעם ווארט "עלינו", און קיינער דערמאנט נישט "אלינו".


וואס איז די נאמען דערפון און ווי קען מען עס באקומען?
ייש''כ
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך מיין אז עס איז מכלכל חיים פון ר' חיים קרויס
ער האט אויך א גאנצער חיבור וועגען טבילה אויף שבת קודש...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

ראיתי באיזה סדור הנוסח "ותמלוך עלינו מהרה" בקדושה של שבת, איז דאס א אלטע נוסח ? היכן נדפס בסדור ישן ?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

כמדומה אז אין באבוב זאגט מען אזוי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

msp האט געשריבן:כמדומה אז אין באבוב זאגט מען אזוי

כמדומה אויך אין סאטמאר, און ראפשיצער גזע, וייסט עמיצער פון ווי ס'שטאמט ?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

farshlufen האט געשריבן:הרב א"ז שנעעבאלג בספרו כבר הרחיב הדיבור בזה.



וועלכער ספר?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך האב היינט צום ערשטען מאל דורך געקוקט די אשכול, דא זענען מיינע "צוויי צענט."

scy4851""
דער תפילה וואס מעזאגט א יעדען מושב"ק 'ג-ט פון אברהם' איז א גאר א פארצייטישע נאך אסאך פארען קדושת לוי זי"ע.
דער הייליגער קדושת לוי זי"ע האט צוגעשטעלט און מרחיב געווען די תפילה.


נישט ממש, די תפילה איז טאקע א אלטע, וואס איז געמאכט "פאר די פרויען" במקום אתה חוננתנו וואס די מענער זאגן ביים דאווענען, און דער הייליגער קדושת לוי זי"ע האט נאר געזאגט אז בנוסף צו די פרויען זאלען "אויך די מענער און קינדער" דאס זאגן, "אין איך בין פארזיכערט אז זיי וועלען אי״ה באגליקן" אמן וכן יהי רצון.



בכלל נישט אקוראט, אין די ערשטע מקורות שטייט בכלל נישט אז דאס האט מיט נשים, און ווי פריער ערווענט אז במקור איז דאס קורצער און דער קדושת לוי [לכאורה] האט דאס מרחיב געווען.

בייגלייגט א בילד פון קראקא שנ"ז
אטעטשמענטס
58.jpg
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

אן אונטרעסאטנטע זאך
שמעתי פעם בשם היעב"ץ ועד עכשיו לא מצאתי בספריו אולי יהיה מישהו שיוכל למצוא איזהו מקומן של שבחים

דער יעב"ץ שרייבט אז ער האט זיך אייביג געווינדערט ביים קדושה של שחרית בשב"ק,
ווי די חזנים ציען ארויף מיטן קול, אז בקול רעש גדול אדיר וחזק משמיעים קול, און ער האט זיך אייביג געווינדערט
אז ס'איז נישט דער פונעם סידור אזוי מאריך צו זיין מיט לשונות בקול רעש גדול אדיר וחזק, און בכלל שרייבט ער
פארוואס שטייט נישט ארויסגעשריבען ווער זענען דיע משמיעים קול??

שרייבט ער ווייטער אז ער איז געגאנגען פארשען און נאכזוכען ביז ער האט געטראפן דער אן אלטע סידור ווי ס'שטייט
אז בקול רעש גדול או"ח משמיעים קול וגו', זאגט דער יעב"ץ אז לכאורה מיינט עס, אז בקול רעש גדול אופנים וחיות משמיעים קול
מיוסד אויפן תפלה של קרי"ש והאופנים וחיות הקודש ברעש גדול מתנשאים לעומת השפרים לעומתם משבחים ואומרים וגו'.
איז געגאנגען א בחור הזעצער און אנגעפולט דעים ראשי תיבות מיט אדיר וחזק, שאין לו ביאור ושחר כלל, ונדפס אחריו בכל הסדורים
בטעות, ווער ס'קען א טובה טוען און טרעפען דער מראי מקום פונעם יעב"ץ ולדעתי הוא פליאה נשגבה וואס מענטשען און איבערהויפט חזנים
ווייסען אפי' נישט וואס זיי זאגען
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

ראש הקהל האט געשריבן:אן אונטרעסאטנטע זאך
שמעתי פעם בשם היעב"ץ ועד עכשיו לא מצאתי בספריו אולי יהיה מישהו שיוכל למצוא איזהו מקומן של שבחים

דער יעב"ץ שרייבט אז ער האט זיך אייביג געווינדערט ביים קדושה של שחרית בשב"ק,
ווי די חזנים ציען ארויף מיטן קול, אז בקול רעש גדול אדיר וחזק משמיעים קול, און ער האט זיך אייביג געווינדערט
אז ס'איז נישט דער פונעם סידור אזוי מאריך צו זיין מיט לשונות בקול רעש גדול אדיר וחזק, און בכלל שרייבט ער
פארוואס שטייט נישט ארויסגעשריבען ווער זענען דיע משמיעים קול??

שרייבט ער ווייטער אז ער איז געגאנגען פארשען און נאכזוכען ביז ער האט געטראפן דער אן אלטע סידור ווי ס'שטייט
אז בקול רעש גדול או"ח משמיעים קול וגו', זאגט דער יעב"ץ אז לכאורה מיינט עס, אז בקול רעש גדול אופנים וחיות משמיעים קול
מיוסד אויפן תפלה של קרי"ש והאופנים וחיות הקודש ברעש גדול מתנשאים לעומת השפרים לעומתם משבחים ואומרים וגו'.
איז געגאנגען א בחור הזעצער און אנגעפולט דעים ראשי תיבות מיט אדיר וחזק, שאין לו ביאור ושחר כלל, ונדפס אחריו בכל הסדורים
בטעות, ווער ס'קען א טובה טוען און טרעפען דער מראי מקום פונעם יעב"ץ ולדעתי הוא פליאה נשגבה וואס מענטשען און איבערהויפט חזנים
ווייסען אפי' נישט וואס זיי זאגען


אין סידור ראב"ן וסידור ר"ש מגרמייזא יאיז דער נוסח האופנים וחיות הקודש בקול רעש גדול

ולעצם הענין איז נישט אזוי אויסגעהאלטען וואס די שרייבסט ווייל אין סדר רב עמרם גאון איז שוין דא אזוי ווי אונזער נוסח, והספרדיים כמדומני בכלל לא אומרים קטע זה
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך האב עס געהערט נאכזאגן בשם דעם קאשיגלאווער - ארץ צבי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

און איך האב געהערט די המצאה אין נאמען פון תורה תמימה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

כתר ישועה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:כמדומה אז אין באבוב זאגט מען אזוי

כמדומה אויך אין סאטמאר, און ראפשיצער גזע, וייסט עמיצער פון ווי ס'שטאמט ?




אין סאטמאר זאגט מען ביי אויך ביי רצה, ותחזינה עינינו "במהרה" בשובך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אוהב ספרים האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הרב א"ז שנעעבאלג בספרו כבר הרחיב הדיבור בזה.



וועלכער ספר?


ארחות ימים חנוכה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(ווייסעך נישט צו עס קומט דא, קיין בעסערע פלאץ האבעך נישט געטראפן.)

פארן בענטשען זאגט מען שיר המעלות. אין די סידורים שטייט אז אינדערוואכן זאגן מען על נהרות בבל, און שבת זאגט מען שיר המעלות. כ'מיין אבער אז למעשה זאגט מען היינט אלס שיר המעלות, און אין פילע פון די בענשטערלעך שטייט בכלל נישט די על נהרות בבל.

ווילעך וויסען צו עס האט א מקור צו זאגן די שיר המעלות אלס, אדער איז עס פשוט א גרייז?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שאינו יודע האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:כמדומה אז אין באבוב זאגט מען אזוי

כמדומה אויך אין סאטמאר, און ראפשיצער גזע, וייסט עמיצער פון ווי ס'שטאמט ?




אין סאטמאר זאגט מען ביי אויך ביי רצה, ותחזינה עינינו "במהרה" בשובך

אין באבוב זאגט מען ואשי ישראל ותפלתם באהבה און מ'לאזט אויס דער מהרה
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

ללמוד וללמד האט געשריבן:עס האט מיך שוין לאנג גע'עגבערט אויף א געוויסע מקום האט מען משנה געוועהן צו זאגן ביי קדושה "ככתוב על ידי נבואיך אנשטאט די אנגענומענע על "יד" נבואיך. דאס אז ס'שטומט נישט אזוי ע"פ דקדוק ווייל יד איז ל' יחיד און נביאיך איז רבים, דאס איז דאך שוין כבר דשו בו רבים. אונז האמיר נאך געהאט אזעלכע גרויסע צדיקים וואס האבן צו דעם פארשטאנען און דאך האבן זיי דאס נישט משנה געוועהן. ומי יבין את סודם ונמוקים. און הגם מ'טרעפט מקומות ווי ביי די ספרדים אדער געוויסע שיטות וואס האבן אזוי געזאגט. אבער אז ביי אונז האט מען נישט, איז פילייכט דא עפעס א סוד דערצו.

למעלה משבעים האט עס נישט געמעקט, אקעי איך וועל זיך שוין אפרעכענען מיט אים... :i" [פארשטייט זעך ס'נאר א ווערטל].
ולעצם הענין דו מיינסט אוואדע סידור עבודת השם של רביה"ק מבעלזא שליט"א, ליהוי ידיע אז ס'דא א מקור צו דעם כמדומה סידור רב עמרם.
וכמדומה אז די סיבה פארוואס ס'שטומט נישט אזוי על פי דקדוק איז נישט מחמת וואס דו האסט געשריבן [יחיד רבים] ופשוט.
...כי אם ליראה וגו'
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”