אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רזא דשבת
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:30 pm

אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רזא דשבת »

בעזהשי"ת
היות ס'איז מיר אויסגעקומען צו וויילן מערערע מאל אין סיגעיט במשך די פאלאפענע יארן, איז מיר אויסגעקומען זיך צו באקענען פון די נאנט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א רב דקהל דבר צבי וואס ער איז א אוצר נפלא און א ידען נפלא אין פילע הינזיכטן ובפרט במנהגי ישראל אויף וואס ער האט שוין מו"ל געווען פילע ספרים אויף שבת, מועדים, בר מצוה, ברית מילה, ועוד.

אבער בעיקר שיינט ארויס דעם נאנטן קשר וואס דער רב האט צום שבת קודש, ווי ער האט ארויסגעגעבן עטליכע ספרים אויף שבת זעלבסט, ובפרט ווי ער קאכט ארום מען זאל פארשטיין די טעמים פארוואס מיר אלע עסן דווקא די מאכלי שבת צ.ב.ש. חלות פיש (געפילטע צו סאלמען) חריין זופ פלייש גאלע לעיביר קאטשעניו וכו'.
אזוי אויך האט די רב שוין רעקארדירט איבער 100 שיעורים אויף שבת קודש אנגעהויבן פון הכנה לשבת צו בגדי שבת מקוה ער"ש תפילות שבת הדלקת נרות וכו' ביז נאך מלוה מלכה. אוצר השבת ושלחן השבת ועוד ועוד (כ'גלייב א טייל עולם דא האט שוין מסתמא געהערט זיינע שיעורים, א חלק צו אלע).

אשר ע"כ האב איך מיך פארבינדן מיטן רב שליט"א און אים געפרעגט רשות צו איך מעג אנהייבן א פראיעקט פון מפרסם זיין דעם "שבת קודש" דא אויפן "אידישע וועלט פלאטפארמע" ווי מען וועט יעדע וואך ארויפלייגן איין שיעור (ס'וועט גיין לויט'ן סדר השבת) אין דורך אויס די וואך - סיי וועלעכע קשיא הערה וכדו' וואס איינער וועט האבן וועל איך עס שיקן צום רב, און ער וועט ענטפערן, מעיר זיין, קאמענטירן דערויף.

אלס אן הקדמה צום פראיעקט וועלן מיר דא ארויפלייגן א בריוו וואס דער רב שליט"א האט אריינגעשיקט צום מערכת "דער איד" (עטליכע וואכן צוריק) וואס פון דער בריוו וועט מען באקומען א נענטערע בליק וואס דאס הייסט א שבת קודש, א שבת טיש, א טאטע מאמע ביים טיש וכדו'. און אויף קומענדיגע וואך וועט מען אי"ה ארויפלייגן די ערשטע שיעור.

פאלגענד איז די בריוו:

התעוררות'דיגע ווארעם-הארציגע בריוו איבער סעודת שבת קודש.
לכבוד די חינוך אפטיילונג פון דער אויסגאבע 'דער איד'.
איך האב געלייענט די ארטיקל פון פרשת שמיני בנוגע עצות וויאזוי עלטערן קענען האבן א רואיגע סעדות שבת, און איך מוז ארויסברענגען מיין מיינונג אז ס'איז א גרויסע שאד און ווייטאג אז מען פארזעהט גרויסע עיקרים און יסודות אין דעם ענין פון סעודת שבת. מען באציעט זיך אין יענעם ארטיקל איבער דעם נושא מיט קינדער וואס זיצן נישט איין ביי די סעודה, אבער למען האמת איז אין גאר אסאך שטיבער דער פראבלעם אזוי ווייט אז די קינדער האבן אפילו נישט קיין געדולד צו שטיין שטיל ביי קידוש. דער עיקר גורם איז אז רוב עלטערן אליין פארשטייען נישט די דערהויבנקייט און די שיינקייט פון די סעודות שבת קודש. אויב עלטערן וואלטן געליגן אין די יסודות דעמאלט וואלטן די שבת'דיגע סעודות געהאט גאר אן אנדער פנים אין אידישע שטיבער.איך וועל נאר ארויסברענגען בקיצור געוויסע ענינים פון די סעודות כדי צו געבן א שטיקל באגריף ווי ווייט מיר זענען פון דעם אמת'ן געדאנקען גאנג.

א גרויסע פראבלעם איז אז מען האט נישט קיין באגריף וויפיל מצות עשה דאורייתות און מצות דרבנן און מנהגים זענען מיר מקיים ביים שבת טיש. די מצוה פון עסן אלע סעודות שבת, קידוש, קוקן אויף די שבת ליכט, לחם משנה, נטילת ידים, מצות עונג שבת, כבוד שבת, שמחה בשבת, זמירות שבת, ברכת המזון, און נאך און נאך. אסאך פון אונז קלערן אז די מטרה פון 'עונג שבת 'איז אז אונז זאלן האבן תענוג פונעם שבת, דאס הייסט אז דער שבת וויל אונז געבן הנאה, און ווי מער מען האט הנאה אז אלץ בעסער. דאס איז אבער א פארדריסליכער טעות. פארקערט, מיר דארפן מענג זיין דעם שבת, מיר דארפן וואס שענער מכבד זיין דעם שבת טיש, אלעס ביים טיש זאל אויסזעהן א כבוד פארן הייליגן שבת.

יעדע קליינע פרט וואס מען וועט נאר אנכאפן איז אין ערוך ואין שיעור. די קדושה פון מאכלי שבת זענען אזוי הייליג ווי די קרבנות און נאכמער. אזוי אויך ווערט געברענגט פון ספרים אז דער שבת טיש איז דומה צום מזבח, די ליכט איז ווי די מנורה, די פייער פון די ליכט איז די פייער פון די מזבח, די בשמים איז אזוי ווי די קטורת, די בגדי שבת פארמאגן אין זיך די קדושה פון די בגדי כהונה, די זמירות איז דומה צו די שירה וואס די לוויים האבן געזונגען אין בית המקדש, די חלות איז גלייך צו די לחם הפנים, און די מאכלים וואס מען עסט איז א השפעה רוחני און גשמי וואס טוט אונז אויסאיידלען און מקרב זיין לאבינו שבשמים.

די סעודות שבת קודש איז געבויעט צו שטארקן אונזער אמונה, אזוי ווי מיר זאגן פאר יעדע סעודה 'אתקינו סעודתא דמהימנותא' - מיר גרייטן צו א סעודה פאר אונזער ריינע אמונה. די סעודה טוט משפיע זיין אויף אונז יראה, אזוי ווי דער פסוק זאגט ביי אכילת קדשים 'למען תלמד ליראה'. ווען די כהנים האבן געגעסן די קדשים פלייש אין בית המקדש האט דאס משפיע געווען די גרעסטע מדרגות אין קדושה און אהבת ה'. אויב מען לאזט אויס מאכלים פון די סעודת שבת שאדט דאס פאר יראת שמים.

דער טאהשער רבי זי"ע ברענגט פון צדיקים אז קינדער וואס לאזן אויס א מאכל פון די שבת'דיגע סעודה, איז דאס גורם א טומטום הלב והמוח וואס דאס שטערט זיי צו דאווענען און לערנען. איך ווייס פערזענליך פון א מלמד וואס האט אמאל געמאכט א פראיעקט אז די תלמידים זאלן עסן אלע מאכלים פון די סעודות שבת, נאך א צוויי חדשים האט ער מיר דערציילט אז ער האט געזעהן געוואלדיגע שינויים לטובה ביי יעדעם איינעם. אסאך קינדער האבן נישט פארשטאנען קיין תורה אדער נישט געהאט קיין געדולד צו דאווענען, און זיי האבן זיך געביטן מן הקצה אל קצה.

די רואיגקייט ביים שבת טיש איז ווען מען שפירט זיך דערהויבן אז מיר האבן א זכיה צו זיצן ביים טיש פונעם אייבערשטן. פונקט ווי איינער וואס וועט אנטייל נעמען ביי א חתונה, ער קען זעהן פאר זיך די בעסטע געקעכצן און הערן די שענסטע מוזיק, אויב אבער ער קען נישט די מענטשן ביים טיש, וועט ער נישט פארמאגן קיין געדולד דארט צו זיצן און עסן. די זעלבע איז מיט די שבת מלכתא. אויב האט מען נישט ארויס די זכי' און קדושה פון די שבת'דיגע סעודה. איז נישט מעגליך צו האבן נערוון צו זיצן ביי די סעודה.

שבת קודש איז די בת זוג פון כלל ישראל. א גוטע שידוך מיינט ווען די חתן און כלה פאסן צוזאמען. שבת קודש מאכט אונז הייליג, און מיר דארפן אויך צושטעלן אונזער חלק ביי די סעודה פון קדש עצמך במותר לך. שבת גיט אונז קדושה, און מיר דארפן אויך עסן נאר קדושה'דיגע מאכלים אז די סעודה זאל זיין א שבת'דיגע סעודה. וועגן דעם טיילט מען קידוש וויין פאר אלע מסובים, ווייל די קדושה פון שבת גייט אריין אין די וויין בשעת קידוש, דעריבער טרינקען אלע די שיריים פון קידוש וויין כדי צו ווערן געהייליגט פון דעם וויין. דאקעגן ביי הבדלה גייט דער שבת קודש ארויס, דעריבער איז דער מנהג אז מען טיילט נישט קיין שיריים ווייל יעצט גייט מען ארויס פון קדושה דעריבער טרינקט נאר איינער.

די יסוד פון א געלונגענע שבת טיש, איז נישט וואס דער טאטע זאל רעדן ביים טיש, ס'איז נישט די שיינע מעשיות וואס די קינדער זאלן הערן. נאך מער פון דעם, די סעודה איז בכלל נישט געבויעט אויפצובויען די שטוב. נאר וואס דען? – די ציהל פון די סעודה איז צו מאכן א קשר פון אונז צום אייבערשטן. די פסוק זאגט 'ביני ובין בני ישראל אות הוא לעולם'. דא הייבט זיך אן אידישקייט! פונעם זיצן ביים טיש פונעם רבונו של עולם באקומט יעדער איינער א צופרידנקייט און אידישקייט. שבת איז 'תחלה למקראי קודש,' נעמליך אז דא הייבט זיך אן אידישקייט. דאס וועלן אלע בעלי תשובות מודה זיין! פון דא הייבט זיך אן דאס לערנען און דאווענען!

לאמיר גיין א טריט ווייטער. דער פסוק זאגט 'זכור את יום השבת לקדשו - אתה ובנך ובתך עבדך ואמתך...,' לכאורה דארף מען פארשטיין, וואו איז די ווייב? פארוואס זאגט נישט דער פסוק ואשתך? נאר רש"י הק' זאגט אז 'ובנך ובתך' גייט ארויף ביז די בר\בת מצוה. איינמאל מען איז שוין מחוייב במצוות, גייט יעדער איינער אריין אין כלל פון 'אתה.' דאס הייסט אז דער אייבערשטער לאדנט איין יעדעם איינעם צו די סעודות שבת אפילו די גאר קליינע קינדער.

רבי שמעון בר יוחאי זאגט אז איינער וואס איז פוגם אין איינע פון די סעודות שבת, זאגט אויף אים דער אייבערשטער ער איז נישט מיין קינד. די יסוד פונעם שבת'דיגע סעודה איז אז דא הייבט זיך אן דער קשר מיטן אייבערשטן. די סעודה איז השי"ת סעודה. א גוי טאר נישט היטן שבת ווייל ער האט נישט דעם קשר. איינער וואס הייבט זיך אויף אינמיטן די סעודה און גייט אוועק פונעם טיש, דער גייט רח"ל אוועק פונעם אייבערשטן. ער צייגט אז עס פעלט אים אמונה אין הקב"ה. ער האלט נישט מיט פון אנהייב שמחה ביז צו די ענדע, ער איז אוועק אינדערמיט. ער איז רח"ל נישט אין הקב"ה משפחה.

דערפאר ליגט א פליכט אויף די עלטערן אז אלע קינדער זאלן זיצן ביים טיש כדי אז קינדער זאלן נישט זיין פון די וואס השי"ת זאגט אויף זיי אז זיי זענען נישט פון מיינע קינדער. רבי שמעון בר יוחאי פלעגט אויסרופן פאר יעדע סעודה, "מיר גייען יעצט עסן די סעודה פון אונזער אמונה, גרייט צו די סעודה פון אונזער קעניג." דעריבער דארף מען זיך באקענען מיט די סעודה כדי יעדער זאל האבן שמחה ביים טיש. כדי מיר זאלן באקומען אלע הצלחות און ברכות ביים טיש, דארף מען טאקע מכבד זיין דעם שבת אזוי ווי עס פאסט. דער וואס איז פוגם אין די סעודת שבת, זאגט דער זוה"ק אז דאס איז ווי ער טשעפעט דעם אייבערשטן ח"ו. דער קען נישט זוכה זיין צו די געוואלדיגע השפעות וואס די סעודה ברענגט אונז.

ליידער קען מען זעהן יונגעלייט וואס זיצן ביים סעודה אן דעם שטריימל, מען פירט זיך מיט לייכטזיניגקייט, מען שמועסט ארום דברים של מה בכך, דאס קומט ווייל זיי פארשטייען נעבעך נישט אז די סעודה פון שבת איז נישט פאר אונזער כבוד, נאר פארן כבוד פונעם אייבערשטן. הבו לה' כבוד – מען דארף געבן כבוד פארן באשעפער. מיר זיצן ביי השי"ת'ס טיש. ווען מען עסט די סעודות שבת איז דאס אזוי ווי א כהן וואס זיצט און עסט קדשים, און נאך אפילו מער פון דעם. איינער וואס האט נישט ארויס די אוצרות פון יעדע ריר און מנהג ביים שבת טיש, איינער וואס האט נישט ארויס די עבודה ביים טיש אז יעצט מאכן מיר א קשר צום באשעפער און ווייסט אפילו נישט מיט וואס השי"ת האט געבענטשט דעם שבת, האט נעבעך נישט קיין שום געפיל דערצו.

די אשת חיל וואס טוט צוגרייטן די מאכלים צו די געהויבענע סעודה, איז נישט בלויז א סארווירער ביים טיש, נאר רוב עבודה פון קרבנות וואס מען גרייט צו דעם קרבן ביז מען קען דאס מקריב זיין איז די ארבעט פון די פרוי. אנגעהויבן פון איינקויפן, קאכן, באקן לכבוד שבת, אד"ג. אזוי אויך בשעת די סעודה איז איר עבודה 'הולכה' – דאס איז ברענגען די מאכלי שבת צום מזבח. דערצו פאדערט זיך פון איר אויך צו זיין אנגעטוהן מיט שיינע בגדי שבת פונקט ווי דער כהן האט געמוזט זיין אנגעטוהן מיט די בגדי כהונה ביי די עבודה פון הולכה. ווען דער כהן האט געטראגן די דם ואיברים מקטיר צו זיין אויפ'ן מזבח האט ער געמוזט אנטון בגדי כהונה און מאכן א ברכה דערויף. די זעלבע איז מיט די פרוי וואס ברענגט די הייליגע קדשים מאכלים צו די שבת טיש וואס האט די קדושה פון מזבח. בשעת מיר עסן די מאכלים, איז דאס אזוי ווי מזבח פארברענט די קרבנות און מיר אלע ווערן געהייליגט דורך דעם עבודה פון עסן. עס איז פארהאן אן א שיעור ארומצורעדן פון די אלע מתנות וואס מיר זענען קונה ביים סעודות שבת.

אז מען רעדט שוין פון די נשים צדקניות איז זייער וויכטיג אויפצומערקן, אז בערך אכציג פראצענט פון די הכנות פון שבת קודש איז די ארבעט פון די מאמע. זי גרייט אן די גאנצע הויז, זי רייניגט, זי קאכט די מאכלים, זי ברענגט אריין דעם שבת קודש מיט ליכט צינדן, א.א.וו. יעדע ריר פון די שבת'דיגע סעודה איז רוב רובם די עבודה פון די פרויען. אונטער דעם גאנצן שבת ליגט די מאמע. דער הייליגער חפץ חיים ברענגט בשם גדול אחד א פחד'יגע ווארט. אז ווען די פרויען צינדן אן די פייער צו קאכן די שבת'דיגע מאכלים, דעמאלט טוט מען אין הימל אויסלעשן די פייער פון גיהנם פאר די רשעים. עס איז גארנישט פארצושטעלן די געוואלדיגע זכי' וואס די פרויען האבן.

מען קען נעמען יעדע נקודה פון די סעודה און ארומרעדן אן א שיעור. די קדושה פון די לעכט, די קדושה פון א טישטוך. וואס ליגט אונטער א בעכער? וואס מיינט דאס א חלה דעקל? אין יעדע זאך ליגן באהאלטן דימאנטן וואס מען דארף דורכטון. נאכדעם זענען דא די ווערטער פון קידוש, וואס איז טייטש בורא פרי הגפן? איז הגפן טייטש דער בוים, אדער די וויין וואס ליגט אין בעכער? וויפיל מוסר און הדרכה קענען זיך די קינדער לערנען ווען זיי זעהן ווי דער טאטע וואשט זיך די הענט יעדע וואך פאר די סעודה?! קינדער קענען זיך דערלערנען צו הייליגן אונזער הענט פונקט ווי דער כהן הייליגט זיינע הענט פאר ער עסט תרומה, ווייל אונזער עסן איז אויך הייליג. עס זענען פארהאן אזויפיל מוסר און הדרכה זיך צו לערנען פון יעדע מאכל פון שבת קודש.

יעדער טאטע אין זיין דיינונג-רום איז א רבי פאר די קינדער. ער לערנט אויס די קינדער וויאזוי מען רעכט אפ אזא הייליגע סעודה. אויב דער טאטע אליין איז נישט קלאר וואו ער שטייט, ער ווייסט נישט וועלכע מאכל מען עסט ווען, ער פירט א סעודה לויט זיין גיסטע און לויט זיין געשמאק, אד"ג, דעמאלט איז דאס רח"ל א גרויסע חורבן פאר די דורות. אויב דער טאטע הייבט אן צו עסן די אלע געטונקאכצער ווייל ער מיינט אז עונג שבת מיינט אז מען דארף זיך נאכגעבן די תאוות, דעמאלט איז דאס גורם א געוואלדיגע הירוס אין כבוד שבת. אויב די עלטערן לייגן צו צום סעודה נאך מאכלים וואס פארמאגן נישט קיין שום מקור, דעמאלט האט זיך אויפגעוויזן אז ווען די קינדער זענען געווארן ערוואקסן האבן זיי אנגעהויבן אינגאנצן נאכצולאזן פון געוויסע מאכלים וואס איז יסודתם בהררי קודש.

יעדע מאכל וואס מיר עסן שבת איז געבויעט זיך צו באקענען מיטן שבת קודש. פונקט ווי להבדיל ווען מען שליסט א גרויסע ביזנעס-דיעל גייט מען ארויס אין א רעסטוראנט ווי דארט עסן ביידע צדדים די זעלבע מאכלים, אזוי אויך ווען מיר באקענען זיך מיט שבת מלכתא מוזן מיר עסן יעדע וואך די זעלבע הייליגע מאכלים. אויב מען רייסט זיך אוועק פון די אלע הייליגע מאכלים וואס יעדע מאכל איז בגי' שב"ת, דעמאלט רייסט מען זיך אוועק פונעם שבת קודש. דער הייליגע קשר ווערט רח"ל אויפגעלעזט.

די יסוד היסודות פון א שיינע סעודה איז די שמחה של מצוה, ד.מ. מיר זענען צופרידן אז מיר היטן דעם שבת. איינער וואס האט פארלוירן זיין ארבעט רוהט נישט מיט שמחה, נאר ער איז צובראכן פון זיין מצב. ווען מיר זיצן ביים שבת טיש פרייען מיר זיך אז מיר זיצן צוזאמען מיט די הייליגע שכינה. מיר פרייען זיך מיט הקב"ה. און כדי די קינדער זאלן באגרייפן די זיסקייט און דער דערהויבנקייט פון די סעודה, מוזן די עלטערן אליין ארויס האבן די געהויבנקייט פון דעם שבת טיש. די עלטערן אליין זאלן ארויסהאבן פון וואס דא רעדט זיך. אנדערש וועט עס נישט ארבעטן. עלטערן פאר זיך זאלן לערנען בעיון רב די באדייט פון די סעודת שבת, די סגולות פון די סעודה. מען זאל אין אכט נעמען ווי מען זיצט אין בית המקדש ביים טיש פונעם אייבערשטן. דעמאלט וועט דאס אריבערגיין צו די קינדער אויך אז מען וועט נישט דארפן בכלל זוכן קיין עצות זיי זאלן איינזיצן.

איינער וואס האט נישט קיין געפיל צו די סעודות, איז בכלל נישט קיין וואונדער אז מען איז נישט מכבד די סעודות. טאמער מען ווייסט נישט די קדושה פון די לעכט, דעמאלט קוקט קיינער נישט אויף די לעכט נאר ביי קידוש שענקט מען א בליק איף א רגע. מען ווייסט בכלל נישט פארוואס איז וויכטיג צו קוקן אויף די שבת ליכט. קוקן אויף די ליכט הייליגט די אויגן. די גאנצע קדושה פון שבת ליגט אין די ליכט. די סעודה איז באקרוינט מיט א העכערקייט וואס הייבט אויף יעדע אידישע נשמה. ווען דער שבת גייט ארויס זאל מען קוים קענען אויסווארטן ווען מען וועט נאכמאל קענען זיצן ביי אזא הייליגע טיש.

אז מען ווייסט נישט וואס דאס מיינט די גרויסקייט פון שלש סעודות האט מען נישט קיין כח דאס צו עסן ווינטער, און זומער עסט מען זיך אן מיט אזויפיל קנאקעדיגע מאכלים אז דאס זאל מכפר זיין אויף די אלע וואכן וואס מען האט נישט געגעסן ווינטער... מען ווייסט נישט אז של"ס איז א ספעציעלע ענין צו עסן ווייניג.

צום באמערקן, מיר רעדן בכלל נישט דא קיין חסיד'שע זאכן. מיר רעדן דא בלויז די יסודות פאר יעדן שומר שבת איד וואס קומט פון חומש רש"י. מיר זאגן דא בלויז פסוקים חומש. "כי אות הוא ביני ביניכם" איז א פסוק אין די תורה! דאס זענען נישט קיין רבי'שע ענינים! אין פאקט, אלע מאכלי שבת וואס מיר עסן ביי די סעודה האט גארנישט קיין שייכות צו חסידות. אלע מאכלים זענען שוין פון דורות דורות צוריק וואס אלע אידן פון אלע קרייזן עסן דאס. (אויסער פערפעל וואס שטאמט יא פונעם בעל שם טוב הקדוש.) שבת ווערט אנגערופן "מקרא קודש". רש"י טייטשט אויף דעם 'אכילה ושתי וכסות נקיה.' דאס עסן און טרינקן זענען שבת'דיג, די מלבושים זענען שבת'דיג, דעמאלס האט די סעודה א תוכן און קינדער וועלן איינזיצן און וועלן בלייבן ביי דעם הייליגן שבת טיש. יעדער וויל זיין נאנט צו השי"ת. ווען מען זיצט ביי די סעודה מיט כבוד, דעמאלט ברענגט עס נאענטשאפט צום אייבערשטן.

יעדע קלייניגקייט איז מרומז אויף גאר הויכע ענינים. איך וועל אנכאפן איין דוגמה אבער דאס איז בלויז איין מציאות, די זעלבע קען מען רעדן פון נאך זאכן. לאמיר אנכאפן די ווייסע פארטוך. עס איז געווען מקובל פון פריעדיגע דורות אנצוטון אזא הייליגע מלבוש ביים ליכט צינדן, און עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געזאגט אז די פארטוך דארף מען אנטון פון בענטשן ביזן בענטשן. נעמליך פון ליכט בענטשן ביז נאך ברכת המזון.

ליידער איז געווארן א גרויסע ירידה אין דעם ענין. עס כאפט א שוידער וואס איך האב שוין געהערט פון גרויסע מספר קינדער פון די פרומסטע שטיבער וואס זאגן קלאר אז זיי האבן קיינמאל נישט געזעהן דעם מלבוש אין שטוב. מען באגרייפט נישט א פארטוך ביי די פרויען איז פונקט ווי א טלית ביי די מענער. פונקט ווי עס איז א בושה צו דאווענען אין שול אן א טלית, איז אויך א בושה פאר אן אשת חיל נישט אנצוטון איר 'טלית' ווען זי טוט איר עבודה.

נאר מער פון דעם, אין אסאך היימישע מקומות פירט מען זיך אז ווען א פרוי גייט אוועק פון די וועלט טוט מען איר מקבר זיין מיט דעם ווייסן פארטוך. לאמיר זיך פארשטעלן וואס פאר א בושה דאס איז ווען מען קומט ארויף אויך יענע וועלט מיט א מלבוש וואס מען איז געווען נאכלעסיג דאס אנצוטון? וואס פאר א פנים האט דאס?!

אין פסוק שטייט אויך 'לעשות את השבת לדורותם' מען זאל זעהן אז די קינדער זאלן אויך האלטן דעם קדושה פון שבת. דער שבת גייט און קומט מיט אט די זעלבע כוונה פון האבן גוטע קינדער. סיי ווען מען ברענגט אריין דעם שבת מיט ליכט צינדן טוט זיך די מאמע אויסוויינען פאר דורות ישרים ומבורכים. און אזוי אויך ווען דער שבת גייט ארויס טוט זיך דער טאטע אויסוויינען ביי של"ס "וזכינו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות." אויב מען נוצט נישט אויס די צייט אויף די ריכטיגע מטרה, דעמאלט פארפאסט מען די ציל פון פסוק אז שבת איז געגעבן געווארן "לדורותם."

די נקודה איז נאכאמאל אז יעדער וואס זיצט ביים טיש זאל קלאר וויסן ווער האט אונז באפוילן צו קומען צום שבת טיש, ביי וועמען טיש זיצן מיר, און וועמען דארפן מיר געבן כבוד דא ביים טיש, און וויפיל קדושה זענען מיר קונה דא ביים דעם סעודת מצוה פונען שבת טיש. א סעודת שבת איז נישט קיין 'בית משפט', דאס איז אויך נישט קיין פלאץ צו זאגן מוסר. דאס איז א פלאץ וואו מען איז קונה מנוחה וקדושה און שמחה של מצוה אויף אלע געביטן. מיר אלע זיצן ביים טיש ווייל מיר זענען השי"ת'ס קינדער. מיר פרייען זיך יעצט מיט השי"ת שמחה. אויב מען וועט ארויסהאבן די אויבנדערמאנטע געדאנקן, מען וועט וויסן אז מיר זיצן ביי זה שהלחן אשר לפני ה', צו געבן כבוד פאר די שכינה וואס רועט ביים שבת טיש דעמאלט וועט זיך נישט גליסטן פאר די קינדער אוועקצוגיין פון דארט.

עס איז שוין געקומען די צייט פון מחנכים און מלמדים צו לערנען מיט די קינדער די אלע מתנות פון א שבת'דיגע סעודה. סיי א טאטע אין שטוב, סיי א מלמד אין חדר, און אויך לערערינ'ס אין מיידל שולע, קענען נעמען ספרים אויף דעם ענין און דאס פארלערנען פאר די קינדער. עס זענען פארהאן ספרים סיי אין אידיש, און אויך אין לשון קודש וואס טוט אביסל אויפהייבן די השגה פון סעדות שבת. די בעסטע צייט וואס איז געאייגנט דערפאר איז דבר בעתו מה טוב, ביי די סעודה זעלבס זאל מען ארומרעדן די געהויבנקייט און הייליגקייט פון אלע מנהגים וואס מיר טוען ביים שבת טיש. צולייגן מח מיט וואס מיר קענען נאר שענער מאכן דעם אייבערשטנס טיש.

הצלחה מרובה
הכו"ח למען קדושת השבת:
הק' דוד דוב מייזליש
סי-געיט, ניו יארק.
מח"ס אוצר השבת, שלחן השבת על מאכלי שבת.

לאור דעם יארצייט פון התנא ר' יונתן בן עוזיאל וואס געפאלט אום שבת קודש געבט די רב איבער אן אינטערסאנטע מאמר וואס ער האט לעצטענס געהערט פון זיינ'ס א מחותן וואס האט נאכגעזאגט פון אן אלטן איד, אז אינדערהיים האט מען געזאגט אז איינער וואס עסט נישט שבת קיין "פצעי" דארף מעביר סדרה זיין מיטן תרגום יונתן. ער זאגט אז ער האט די פארגאנגענע 2 וואכן געזוכט די מקור דערפון, אבער דערווייל איז זיין ערשטע מקור דערויף די קיוויאשד'ע רב זצ"ל, אבער די שייכות פון פצעי צו תרגום יונתן האט ער נאכנישט געטראפן, אלזא דער וואס ווייסט זאל ביטע מגיב זיין און מיר וועלן עס שיקן צום רב.

ליינט און הערט און האט הנאה
הכו"ח למען כבוד השבת
הק' רזא דשבת
לעצט פארראכטן דורך רזא דשבת אום דאנערשטאג יולי 22, 2021 8:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א גרויסן ייש"כ!
מיר ווארטן דערויף, זיך אנווארעמען די נפש לכבוד שב"ק.

איז די שיעורים פרישע פון יעדע וואך? אדער איז אלס אלטע שיעורים וואס ווערן כסדר אפדעיטעד און נאר דו וועסט ארויפלייגן דא איינס יעדע וואך?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

רזא דשבת האט געשריבן:[/b]
לאור דעם יארצייט פון התנא ר' יונתן בן עוזיאל וואס געפאלט אום שבת קודש געבט די רב איבער אן אינטערסאנטע מאמר וואס ער האט לעצטענס געהערט פון זיינ'ס א מחותן וואס האט נאכגעזאגט פון אן אלטן איד, אז אינדערהיים האט מען געזאגט אז איינער וואס עסט נישט שבת קיין "פצעי" דארף מעביר סדרה זיין מיטן תרגום יונתן. ער זאגט אז ער האט די פארגאנגענע 2 וואכן געזוכט די מקור דערפון, אבער דערווייל איז זיין ערשטע מקור דערויף די קיוויאשד'ע רב זצ"ל, אבער די שייכות פון פצעי צו תרגום יונתן האט ער נאכנישט געטראפן, אלזא דער וואס ווייסט זאל ביטע מגיב זיין און מיר וועלן עס שיקן צום רב.

ליינט און הערט און האט הנאה
הכו"ח למען כבוד השבת
הק' רזא דשבת

געפרעגט מיין חבר א שטיקל קאפ (דריי קאפ און מחדש) איבער די שייכות פון פצעי מיט תרגום יונתן, זאגט ער מיר גלייך אויפ'ן פלאץ, אז פצעי פלעגט מען מאכן פון די פיס פון בשר עוף, און ווען יונתן בן עוזיאל האט געלערנט איז דאך דער עוף הפורח העכער אים פארברענט געווארן בהבל פיו, ממילא אויב עסט ער נישט קיין פצעי מיז ער כאטשיג האבן א תירוץ פארוואס, מיז ער לערנען די תורת פון יונתן בן עוזיאל, אזוי קען ער זאגן אז דער פייגל איז פארברענט געווארן, און די פיסלעך זענען נישטא......
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

האב איך געטראפן אן עלטערן איד ביי א שלום זכר עטליכע וואכן צוריק דערציילט דער איד א זקן ונושא פנים אז ער האט דעי וואך די ערשטע מאל קידוש געמאכט אין זיין לעבן,
מהאמער נישט געוואלט גלייבן אז דער אנגעזענער איד מיט אזאנע חשובע קינדער אין אייניקלעך האט פאר פופציג יאר נישט קיין קידוש געמאכט,
שוין לאנג סטארי שארט ער האט אינז אלע אויפגעפאדערט צו גיין פרעגן הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש פון סיגעט די טייטש פון אשר ברא אלוקים "לעשות" אויב מיר ווילען נישט אויסקיקען ווי עם,
האב איך געקלערט צו ווארטן ביז מהעמער האבן א ברית מיטן רב אדער אז סהעט אויסקימען נאכאמאל צו זיין שבת אין סיגעט
אבער אז מ'רעדט שוין דא אפשר קען איינער אריינגעקומען מיט די ריכטיגע טייטש
לעצט פארראכטן דורך winner אום דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
naftula shia
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:51 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך naftula shia »

וואס איז שווער אשר ברא אלוקים אלוקים לעשות
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

naftula shia האט געשריבן:וואס איז שווער אשר ברא אלוקים אלוקים לעשות

עפעס האט דעם איד געבאדערט אז עס שטייט שוין מלאכתו אשר "עשה"
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

אויב רזא קען ברענגען תשובה וואלט געווען א גרויסע תועלת, א שבת נחמו מיט די ריכטיגע כוונות,
רזא דשבת
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:30 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רזא דשבת »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ!
מיר ווארטן דערויף, זיך אנווארעמען די נפש לכבוד שב"ק.

איז די שיעורים פרישע פון יעדע וואך? אדער איז אלס אלטע שיעורים וואס ווערן כסדר אפדעיטעד און נאר דו וועסט ארויפלייגן דא איינס יעדע וואך?

עס איז אלטע שיעורים (פון די לעצטע 2 יאר) אזוי אויך געבט ער ווייטער שיעורים...
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

ווי קען מען הערן די שעורים אויפן טעלעפאן?
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

געוואלדיגע אשכול דאס!

אסאך געשמועסט מיט אים איך האלט שוין לאנג אז הרב מייזליש פארדינט א עקסטער אשכול
א ידען עצום א ווארימע צוגעלאזענע ריכטיגע אוהב ישראל א שכל הישר מיט א זעלטענע רואיגע ישוב הדעת
גאר געשמאק צו פארברענגען מיט אים
לעצט פארראכטן דורך עולם האמת אום דאנערשטאג יולי 22, 2021 6:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
רזא דשבת
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:30 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רזא דשבת »

winner האט געשריבן:ווי קען מען הערן די שעורים אויפן טעלעפאן?

אויף פילע מערכת'ן פון פארשידענע קהילות. צומאל אויך אויף קולמע

מערכת סאטמאר לייגט דאס ממש יעדע וואך. אזוי אויך קול דושינסקיא און קול וויזניץ בני ברק (שיכון)
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

עולם האמת האט געשריבן:געוואלדיגע אשכול דאס!

אסאך געשמועסט מיט אים איך האלט שוין לאנג אז הרב מייזליש פארדינט א עקסטער אשכול
א ידען עצום א ווארימע צוגעלאזענע ריכטיגע אוהב ישראל א שכל הישר מיט א זעלטענע רואיגע ישוב הדעת
גאר געשמאק צו פארברענגען מיט אים

ער איז אן איידעם ביים אראדער רב ע"ה (פארדינט אויך א בזינדערע אשכול אויב סאיז נאכנישט דא)
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

ערגעץ אויף לדעת דארף מען צו טרעפן זיין גליון.
אויב איינער קען ציווייזן
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

עולם האמת האט געשריבן:ערגעץ אויף לדעת דארף מען צו טרעפן זיין גליון.
אויב איינער קען ציווייזן

got it

http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20210724&gil=648

עולם האמת האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:ערגעץ אויף לדעת דארף מען צו טרעפן זיין גליון.
אויב איינער קען ציווייזן

got it

http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20210724&gil=648

וועכנטליכע הערליכע גליון
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

winner האט געשריבן:האב איך געטראפן אן עלטערן איד ביי א שלום זכר עטליכע וואכן צוריק דערציילט דער איד א זקן ונושא פנים אז ער האט דעי וואך די ערשטע מאל קידוש געמאכט אין זיין לעבן,
מהאמער נישט געוואלט גלייבן אז דער אנגעזענער איד מיט אזאנע חשובע קינדער אין אייניקלעך האט פאר פופציג יאר נישט קיין קידוש געמאכט,
שוין לאנג סטארי שארט ער האט אינז אלע אויפגעפאדערט צו גיין פרעגן הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש פון סיגעט די טייטש פון אשר ברא אלוקים "לעשות" אויב אינז וויל מער נישט אויסקיקען ווי עם,
האב איך געקלערט צו ווארטן ביז איך האבן א ברית מיטן רב אדער אז סהעט אויסקימען נאכאמאל צו זיין שבת אין סיגעט
אבער אז מ'רעדט שוין דא אפשר קען איינער אריינגעקומען מיט די ריכטיגע טייטש

לעשות אויף ווייטער.

רזא דשבת האט געשריבן:.

לייג אריין א ליידיגע שורה נאך יעדע פערעגרף, סזאל זיין גרינגער צו ליינען.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

winner האט געשריבן:ווי קען מען הערן די שעורים אויפן טעלעפאן?

מערכת סאטמאר.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
רזא דשבת
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:30 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רזא דשבת »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
רזא דשבת האט געשריבן:.

לייג אריין א ליידיגע שורה נאך יעדע פערעגרף, סזאל זיין גרינגער צו ליינען.

פאראכטן
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

רזא דשבת האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
רזא דשבת האט געשריבן:.

לייג אריין א ליידיגע שורה נאך יעדע פערעגרף, סזאל זיין גרינגער צו ליינען.

פאראכטן

און יעצט האב איך עס געליינט.

נ"ב סאיז מיר זייער מאדנע דער צושטעל פון א מנהג ביז א מצות עשה דאורייתא, אפי צו א מצוה קיומי, דאס גיין מיט א פארטוך, איז נישט קיין טלית... עס קען זיין א מנהג, וואס מען האט נאכדעם געזאגט רמזים כדרכם של צדיקים, אבער אז עס זאל ווערען א הלכה און שו"ע איז א חידוש, דאס אז מ'דארף דאווענע מיטען טלית און דוקא אויפן קאפ ווערט גברענגט און הלכה, ווערט דאס גיין מיטען פארטוך אויכעט גברענגט?

מען דארף וויסען פונקטליך וואס איז א חיוב, וואס איז א מנהג, און פון ווי שטאמט די מנהג, וואס איז די סיבה פון די מנהג, און צו היינט דארף מען עס אנהאלטען. כידוע די מחלוקת צי די זיסע פיש קומט פאר די זוערע וואס אין להקדש אלא מקומו ושעתו.

אגב אז מען רעדט שוין, אלטס בחור האב איך געגעסען ביי גאר א חשובע איד, א צדיק פונעם פריערדיגע דור און דארט האבען געגעסן אויכעט ליטווישע בחורים פלעגט ער זאגען נאך קידוש פאר זיי אז זיי זאלען אויסוען דו היט און רעקל בשעת'ן עסען. איך האב זיך געטענט מיט אים האט ער מיר געזאגט אז עונג שבת מזאל זיך נישט מצטער זיין ביים סעודה איז איבער אלעס. און ביי א חסידישער וואס טוט עס אויס איז א פריקת עול, אבער ביי איינער וואס דאס איז זיין מנהג, איז עס נישט פריקת עול נאר פארקערט.

שטעל זיך פאר ווען איינער עסט די סעודה אויפן קאויטש... אבער אזוי איז געווען אמאל די מנהג סעודה. אבער ווען איינער טוט עס היינט איז עס פריקת עול ער זיצט נישט געהעריג ביים שבת טיש.

און די זעלבע האט ער מסביר געווען אויב איינער וועט אנטוען זיינע ארבעטס קליידער ביי די סעודה איז עס א פריקת עול, אבער אויב איינער טוט אן א כאלאט [ד"ה א געבלימטע בעקיטשע] וואס מען ניצט נישט צום דאווענען (ווייל עס איז נישט קיין כבוד ווייל עס איז א עסען כאלאט [חוץ ביי מנחה שבת נאכמיטאג]) אבער ביים סעודה דארף מען זיצען באקוועם. והיינו טעמא וואס די פרויען טוען אן דאסטער צו די סעודה און נישט קיין קלייד, אודאי אויב וועט מען גיין מיט א שלאף ראק איז עס ניט קיין כבוד, אבער צו גיין א קלייד, איז א חסרון און עונג, און מען דארף גיין מיט א שבתדיגע דאסטער. והמהדרין מאכען זיכער אז עס זאל זיין שיין שבתדיג ווי א קלייד. ודפח"ח.

דער ענין פון דיפס, איז יסודותו בהררי קודש מנהג עתיק דבני ציון היקרים, און ביי יעדע סעודה האט מען לויט חז"ל געהאט טינקעכטס וואס איז א חלק פון אכילת הלחם און עס ווערט נישט גערעכנט ווי א מאכל בפני עצמו, ד"מ די פיש הייסט די ערשטע מאכל נאך די חלה, ווייל דיפס דאס איז א חלק פון אכילת חלה. והדבר פשוט אז ווער סקען נישט עסען פיש זיפ פלייש און קוגעל אויב ער עסט דיפס, ברויך ער זיך איינהאלטען כדי צו האבען פלאץ פאר די עיקר סעודה, אבער ווער עס קען יא, אדער האט נישט קייין געלט פאר קיין געהעריגע פיש זיפ פלייש וכו' נאר א לעק אויף יוצא צו זיין כמנהג בני ציון היקרים מקדמת דנא, איז כל המוסיף בדיפס לכבוד שבת קודש הרי זו משובח וכן יעשה.

דאס איז זיכער אז די שיינקייט פון א שבת טיש פעלט ביי אסאך, און מען דארף א התעררות און דעם, אבער לענ"ד מי שלא טעם קען מען אים נישט מסביר זיין, די וועג ווי מען מאכט בעלי תשובה איז נישט מיטן מסביר זיין וואס א שבת סעודה איז, נאר מען ברענגט זיי אריבער צו א עכטע שבת סעודה און ווען מען שפירט עס וויל מען עס האבען.

א יישר כח פארן ברענגען דעם אוצר השבת הערליכע בריווו
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
winner האט געשריבן:האב איך געטראפן אן עלטערן איד ביי א שלום זכר עטליכע וואכן צוריק דערציילט דער איד א זקן ונושא פנים אז ער האט דעי וואך די ערשטע מאל קידוש געמאכט אין זיין לעבן,
מהאמער נישט געוואלט גלייבן אז דער אנגעזענער איד מיט אזאנע חשובע קינדער אין אייניקלעך האט פאר פופציג יאר נישט קיין קידוש געמאכט,
שוין לאנג סטארי שארט ער האט אינז אלע אויפגעפאדערט צו גיין פרעגן הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש פון סיגעט די טייטש פון אשר ברא אלוקים "לעשות" אויב אינז וויל מער נישט אויסקיקען ווי עם,
האב איך געקלערט צו ווארטן ביז איך האבן א ברית מיטן רב אדער אז סהעט אויסקימען נאכאמאל צו זיין שבת אין סיגעט
אבער אז מ'רעדט שוין דא אפשר קען איינער אריינגעקומען מיט די ריכטיגע טייטש

לעשות אויף ווייטער.

יישר כח, האמער שוין א חידוש אויף שבת נחמו, איך בלייב אינדערהיים
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

winner האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
winner האט געשריבן:האב איך געטראפן אן עלטערן איד ביי א שלום זכר עטליכע וואכן צוריק דערציילט דער איד א זקן ונושא פנים אז ער האט דעי וואך די ערשטע מאל קידוש געמאכט אין זיין לעבן,
מהאמער נישט געוואלט גלייבן אז דער אנגעזענער איד מיט אזאנע חשובע קינדער אין אייניקלעך האט פאר פופציג יאר נישט קיין קידוש געמאכט,
שוין לאנג סטארי שארט ער האט אינז אלע אויפגעפאדערט צו גיין פרעגן הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש פון סיגעט די טייטש פון אשר ברא אלוקים "לעשות" אויב אינז וויל מער נישט אויסקיקען ווי עם,
האב איך געקלערט צו ווארטן ביז איך האבן א ברית מיטן רב אדער אז סהעט אויסקימען נאכאמאל צו זיין שבת אין סיגעט
אבער אז מ'רעדט שוין דא אפשר קען איינער אריינגעקומען מיט די ריכטיגע טייטש

לעשות אויף ווייטער.

יישר כח, האמער שוין א חידוש אויף שבת נחמו, איך בלייב אינדערהיים

סאיז דא א דרש עיין ברש"י רמב"ן אבל אני מכון (מסיבא כל שהיא) פירוש שאר ראשוניםר באבן עזרא ופירוש אשר ברא אלהים לעשות - השרשים בכל המינים , שנתן בהם כח לעשות דמותם. רד"ק אשר ברא אלהים לעשות - לעשות מכאן ואילך. הוא בראם בששת ימי בראשית , שיהיו הם עושים מכאן ואילך כל מין ומין תולדותיו , כפי מה שהם.
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

געדענק איך נאך ווען די רב שליט"א איז געקומען פירן א שב"ק אין מחנה דברי יואל (בשנת תשע"ו אדער ע"ז) און ער האט געפירט עקסטער שבת צופרי מיט חלק ג', ער האט מסביר געווען יעדע ריר פונעם שבת טיש וואס מען טוט, און פארוואס מען טוט עס, און די סגולה דערצו.

מען האט אים סערווירט אן עקסטער רינדערכיגע קוגל ער האט דאס אויפגעהויבן מיט זיין האנט און מסביר געווען אלע ענייני וסודות וואס ליגן אינעם קוגל. כ'געדענק נישט אלע עניינים אבער עטליכע וואס כ'געדענק יא איז ווי פאלגאנד:
קוגל איז ר"ת ו'תאסוף ג'ליותינו ל'חצרות ק'דשיך דהיינו אז בזכות קוגל יגאלו.
לאקשאן קוגל האט ר' איציקל געזאגט איז מסיני.
קוגל קומט צו זיין רינדעכיג ווייל די ווארט קוגל מיינט כ'עיגול.
קוגל וועט מען לייגן אויפ'ן וואגשאל (כ'מיין ער האט עס נאכגעזאגט פון צדיקי בית פשעווארסק, כ'בין נישט זיכער).

בקיצור, ער איז געועון מורא'דיג אינטערעסאנט.

יישר כח פארן פותח האשכול. צדיקים פלעגן זאגן "ווער עס טוט פארן שבת קודש וועט די שבת נישט שולדיג בלייב
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
רזא דשבת האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
רזא דשבת האט געשריבן:.

לייג אריין א ליידיגע שורה נאך יעדע פערעגרף, סזאל זיין גרינגער צו ליינען.

פאראכטן

דער ענין פון דיפס, איז יסודותו בהררי קודש מנהג עתיק דבני ציון היקרים, און ביי יעדע סעודה האט מען לויט חז"ל געהאט טינקעכטס וואס איז א חלק פון אכילת הלחם און עס ווערט נישט גערעכנט ווי א מאכל בפני עצמו, ד"מ די פיש הייסט די ערשטע מאכל נאך די חלה, ווייל דיפס דאס איז א חלק פון אכילת חלה. והדבר פשוט אז ווער סקען נישט עסען פיש זיפ פלייש און קוגעל אויב ער עסט דיפס, ברויך ער זיך איינהאלטען כדי צו האבען פלאץ פאר די עיקר סעודה, אבער ווער עס קען יא, אדער האט נישט קייין געלט פאר קיין געהעריגע פיש זיפ פלייש וכו' נאר א לעק אויף יוצא צו זיין כמנהג בני ציון היקרים מקדמת דנא, איז כל המוסיף בדיפס לכבוד שבת קודש הרי זו משובח וכן יעשה.

א יישר כח פארן ברענגען דעם אוצר השבת הערליכע בריווו

דער רב שליט"א איז א שארפער מתנגד צו אלע דיפ'ס מינים ומינים שונים שאין יסודתו מהררי קודש.

מען קען צולייגן אז די געלע פעפער וואס מען לייגט צו פאר שיינקייט צו די אייער צוויבל איז אויך נישט קיין מאכל שבת, ודו"ק.

למעשה איז דאס א עונג שבת און מען קען דאס נישט אזוי אוועקמאכן...

געהערט אמאל פון אן עלטערע ירושלימער איד, איינער האט איהם געפרעגט אויף די אלע געטינקעכצער הייתכן ס'איז דאך נישט קיין שבת'דיגע מאכלים, האט ער געענפערט מיט אויפברויז "וואס הייסט ס'איז נישט מאכלי שבת, איך אליין האב עס געמאכט לכבוד שבת קודש"...

זאלן אלע אידן האבן א פרייליכן לעכטיגן שבת.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלעס ארום שבת קודש מיט הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א מח"ס אוצר השבת ושלחן השבת ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מרן הגרי"מ ערלאנגער האט א גרויסע א עבודה יעדן שבת מיט די דיפס, וואס איז כנגד די עשר ספירות אויסגעשטעלט לויט די קאלירן, כליו"ח.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”