קריאת שמע קודם להנחת תפילין או לאחר הנחת תפילין?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

קריאת שמע קודם להנחת תפילין או לאחר הנחת תפילין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

בס"ד

אין די וואכעדיגע סדרה שטייט די פרשה ראשונה פון קריאת שמע. מיר ליינען דריי פרשיות. אין צוויי פרשיות פון די דריי שטייט די מצוה פון הנחת תפילן און קריאת שמע. אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין די ערשטע פרשה האט די תורה מקדים געווען די מצוה פון קריאת שמע און דערנאך הנחת תפילן ווי עס שטייט אין פסוק "ושננתם לבניך ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך. וקשרתם לאות על ידך והיו לטטפת בין עיניך".

ווידעראום אין די צווייטע פרשה פון והיה אם שמע, שטייט ערשט די מצוה פון הנחת תפילן און הערשט דערנאך מצות קריאת שמע, "ושמתם את דברי אלה על לבבכם ועל נפשכם וקשרתם אתם לאות על ידכם והיו לטוטפת בין עיניכם. ולמדתם אתם את בניכם לדבר בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך". די קשיא ווערט נאך געברענגט אין ספר 'זבח השלמים' פון 'רבי משה גאלאנטי' וואס האט געלעבט בימי האר"י ובית יוסף אין ארץ ישראל.

אין די גמרא (מסכת ברכות יד:) איז דא א גאנצע דיון אויב מ'מעג בכלל מקדים זיין קריאת שמע פאַר הנחת תפילין.

דער פני יהושע, האט תופס געווען די אויבערמאנטע קשיא און שרייבט דארט אין מסכת ברכות, וז"ל ולפ"ז מדשני קרא דבפ' שמע הקדים ק"ש לתפילין ובפ' והיה אם שמוע תפילין לק"ש משמע שבא ללמד דשקולין הם ואיזה שירצה יקדים. בקיצור, די תורה האט דירעקט משנה געווען דעם סדר הנחת תפילין און קריאת שמע צו זאגן אז זיי זענען גלייך און עס קיין חילוק וועלעכע מ'זאגט ערשט. א פליאה עצומה! ווייל די גמרא פירט דארט אויס בשם עולא כל הקורא ק"ש בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר בעצמו א"ר חייא בר אבא א"ר יוחנן כאילו הקריב עולה בלא מנחה וזבח בלא נסכים, און אזוי פסק'נט מען להלכה.

דער מהרש"ל זאגט אז די ערשטע פרשה קען מען ליינען פאַר הנחת תפילן וויבאלד ס'איז בעיקר פאַר קבלת עול מלכות שמים איז רעכט דאס צו טוען די קודם.

דער קליינווארדיינער דיין אין זיין ספר 'שלחן מלכים', פארענטפערט מיט דעם די סתירה צווישן די צוויי פרשיות. די ערשטע פרשה האט די תורה מקדים געווען די מצוה פון קריאת שמע און דערנאך הנחת תפילן ווייל די ערשטע פרשה איז מותר צו ליינען פאַר הנחת תפילת, משא"כ די צווייטע פרשה טאר מען נישט ליינען אָן תפילין וועגן דעם שטייט קודם הנחת תפילן און קריאת שמע.

דער פראבלעם איז אבער אז אונז חסידים ליינען אלע דריי פרשיות כדברי הפני יהושע, תיכף נאָך ברכת התורה, נאָך פאַר הנחת תפילן איז הדרא קושיא לדוכתא פארוואס האט די תורה משנה געווען און איינמאל מקדים געווען קריאת שמע פאַר הנחת תפילן און דערנאך הנחת תפילן פאַר קריאת שמע?

דער שעדליצער רב, רבי ברוך מרדכי ליפשיץ ז"ל שרייבט אין זיין ספר א חידוש, אז די פרשה ראשונה גייט ארויף בעיקר אויף נאַכט ווען מ'איז פטור פון מצות תפילין - לילה לאו זמן תפילין, איז דא קודם די מצוה פון ובשכבך ובקומך דהיינו מצות קריאת שמע און דערנאך איז מקיים דעם אנדערן פירוש פון ובשכבך ובקומך מ'לערנט (א גאנצע נאכט) און ווען עס ווערט טאג ליינט מען קריאת שמע של שחרית.

ער טוט דאס אונטערשטיצן ע"פ דרך דרוש. די ערשטע פרשה פון קריאת שמע גייט ארויף אויף תורה שבע"פ און די צווייטע פרשה אויף תורה שבכתב ווי עס שטייט אין מדרש תנחומא (נח ג), ואמר רב דימי בר חמא וכו' ללמדך שפרשה ראשונה שבק"ש אין בה פירוש מתן שכרה בעוה"ז כמ"ש בפרשה שנייה והיה אם שמוע תשמעו וגו' ונתתי מטר ארצכם, זה מתן שכר עוסקי מצות (ס"א תורה שבכתב) שאין עוסקין בתלמוד, ובפ' שנייה כתיב בה בכל לבבכם ובכל נפשכם ולא כתב בכל מאדכם ללמדך שכל מי שאוהב עושר ותענוג אינו יכול ללמוד תורה שבע"פ לפי שיש בה צער גדול ונדוד שינה ויש מבלה ומנבל עצמו עליה לפיכך מתן שכרה לעה"ב.

תורה שבע"פ לערנט מען ביינאכט ווי עס שטייט אין מדרש תנחומא (תשא לו) ויהי שם עם ה' ארבעים יום וארבעים לילה. מנין היה יודע משה אימתי יום? אלא כשהקדוש ברוך הוא היה מלמדו תורה בכתב, היה יודע שהוא יום. וכשהיה מלמדו על פה משנה ותלמוד, היה יודע שהוא לילה. קומט אויס אז די ערשטע פרשה איז געווידמעט פאַר נאַכט ווייל דאס איז תורה שבע"פ און לילה לאו זמן תפילין כדאמרן לעיל.

באמת איז שווער די קשיא נישט נאר סדר פון קריאת שמע און תפילין, נאר אויך דער "ושננתם לבניך" ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך" - לימוד התורה האט די תורה אויך משנה געווען די סדר פון די ערשטע פרשה צו די צווייטע פרשה.

ע"פ דרך הגדה שטייט אין ספר פרי עץ הדר. אויף תורה שבכתב האבן די אידן געזאָגט נעשה ונשמע. תורה שבע"פ וואס איז שווער און מיט צער האבן די אידן נישט געוואלט מקבל זיין ווי עס שטייט דארט אין מדרש תנחומא (נח ג): ולא קבלו ישראל את התורה עד שכפה עליהם הקדוש ברוך הוא את ההר כגיגית, שנאמר ויתיצבו בתחתית ההר (שמות, יט). ואמר רב דימי בר חמא, א"ל הקב"ה לישראל אם מקבלים אתם את התורה מוטב ואם לאו שם תהא קבורתכם, ואם תאמר על התורה שבכתב כפה עליהם את ההר והלא משעה שאמר להן מקבלין אתם את התורה, ענו כלם ואמרו נעשה ונשמע מפני שאין בה יגיעה וצער והיא מעט אלא אמר להן על התורה שבע"פ שיש בה דקדוקי מצות קלות וחמורות והיא עזה כמות וקשה כשאול קנאתה, לפי שאין לומד אותה אלא מי שאוהב הקדוש ברוך הוא בכל לבו ובכל נפשו ובכל מאודו שנא' ואהבת את ה' אלהיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך (דברים, ו).

און ווי מיר האבן שוין פריער געברענגט, די ערשטע פרשה פון קריאת שמע גייט ארויף אויף תורה שבע"פ און די צווייטע פרשה אויף תורה שבכתב. די צווייטע פרשה האבן די אידן געזאגט נעשה פאר נשמע שטייט די עשייה פאר די שמועה - "וקשרתם אתם לאות על ידכם והיו לטוטפת בין עיניכם" און דערנאך "ולמדתם אתם את בניכם" וכו'. ווידעראום די ערשטע פרשה איז תורה שבע"פ וואס די אידן האבן נישט געוואלט מקבל זיין שטייט די ציווי קודם און הערשט נאכדעם די עשייה.

אין ספר שערי תורה פון רבי מרדכי עפשטיין ברעגט ער בשם זיין זיידן דער בעל הפרדס. אין גמרא אין ברכות (יד:) תניא ר"ש בן יוחי אומר בדין הוא שיקדים שמע לוהיה אם שמוע שזה ללמוד וזה ללמד. די גמרא אין בבא קמא (יז.) ברעגט א מעשה מיט רבי יוחנן אז ווען ער איז ארויס פון ביה"ס און א תלמיד האט אים געפרעגט א שאלה, האט ער האט קודם אנגעטוען תפילין און דערנאך געענטפערט די שאלה. פרעגט די גמרא, והאמר מר גדול למוד תורה שהלמוד מביא לידי מעשה? ל"ק הא למיגמר [ללמוד-אליינס צו לערנען] הא לאגמורי [ללמד- צו לערנען מיט אנדערע]. די ערשטע פרשה וואס איז ללמוד-אליינס צו לערנען איז קודם "לימוד" דהיינו "ושננתם לבניך ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך" און הערשט דערנאך "מעשה" דהיינו "וקשרתם לאות על ידך והיו לטטפת בין עיניך". וחלופיהן בפרשה שנייה.

און אין ספר 'תיקון שלמה' פון רבי שלמה זלמן שפיצר, שרייבט ער אז די אין די צווייטע פרשה רעדט מען שוין פון א בעל תשובה ווי עס שטייט ועצר את השמים וכו' און הערשט דערנאך וועט ער תשובה טוען - ושמתם את דברי אלה על לבבכם. תשובה איז חרטה בלב אן קיין מעשה, בינו לבין קונו. נאר דער רבוש"ע דער בוחן לבבות ווייסט אז ער האט באמת תשובה געטוען אבער דער זון ווייסט דאס נישט. פאר דער זון זעט דעם טאטן עוסק זיין במצות קען ער נישט מחנך זיין דעם זון. איינמאל דער זון זעט דעם טאטן עוסק זיין במצות, וויאזוי ער איז עוסק במצות הערשט דערנאך קען זיין ולמדתם את בניכם וכו'. די ערשטע פרשה אבער רעדט פון א צדיק וואס האט נאך קיינמאל געזינדיגט און דער זון האט קיינמאל נישט געזען דעם טאטן זינדיגן, וועגן דעם שטייט קודם ושננתם לבניך ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך.

ולי הקטן נראה ע"פ מעשה שהיה מיטן פלאנטשער רב, דער סאטמערער רבי'נס שווער. פלאנטשער רב איז געווען אמאל אין א קור ארט. איין אינדערפרי האט ער זיך נישט גוט געשפירט, האט ער געדאוונט אביסל שפעט. געווען איז דארט א דייטשער איד וואס זיינע קינדער זענען ליידער פארפארן פונעם ערליכן וועג (לכאורה צוליב דעם שוואכן חינוך וואס די טאטע האט זיי געגעבן). דער איד האט געגעבן א פסק פאר'ן פלאנטשער רב פארוואס ער ליינט נישט קריאת שמע וברכותיה פאר סוף זמן קריאת שמע. דער פלאנטשער רב האט אים צוריק-געזאגט איר ליינט דאך אויך נישט קריאת שמע כתיקונה. פרעגט דעם איד צוריק, וואס הייסט איך דאווען יעדן טאג גאר פרי? האט אים דער פלאנטשער רב געענפערט מצוה פון ליינען קריאת שמע איז צוטיילט אין צוויי חלקים, איינס, ליינען קריאת שמע אין צייט און דאס צווייטע, מקיים זיין אלע מצוות וואס שטייט דארט. אין די פרשה פון קריאת שמע שטייט "ולמדתם אותם את בניכם" לערנען די קינדער צו גיין בדרך ה' און איר זענט דאס נישט מקיים, זענט איר נישט מקיים מצות קריאת שמע כתיקונה! (מנחת יצחק על התורה, פרשת ויגש).

דער לשון "ושננתם" איז א לשון פון שינון לערנען תורה. דער לשון "ולמדתם" איז לערנען, לאו דווקא לערנען תורה נאר אויך לערנען די קינדער ווי אזוי צו צו גיין בדרך ה' כמובואר בתורה. מצות "ושננתם" שטייט אין די ערשטע פרשה פאר הנחת תפילין. מצות "ולמדתם" שטייט אין די צווייטע פרשה נאך הנחת תפילין.

אויסלערנען די קינדער ווי אזוי צו צו גיין בדרך ה' גייט נישט על רגל אחת. מצות חינוך הייבט זיך אן ביי די זעקס יאר. ולמדתם אותם את בניכם הייבט זיך ביי די בר מצוה און ענדיגט זיך ווען דער טאטע זעט אז דאס קינד גייט בדרך ה'. מצות "ושננתם" קען מקיים זיין פאר "וקשרתם". אויספירן מצות "ולמדתם" דארף מען מקיים זיין לאנג נאך "וקשרתם"!
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

Re: קריאת שמע קודם להנחת תפילין או לאחר הנחת תפילין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

PDF
אטעטשמענטס
Document1.pdf
(61.26 KiB) געווארן דאונלאודעד 33 מאל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קריאת שמע קודם להנחת תפילין או לאחר הנחת תפילין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הערליכע ידיעות התורה!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

Re: קריאת שמע קודם להנחת תפילין או לאחר הנחת תפילין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:הערליכע ידיעות התורה!

א דאנק!

hi class האט געשריבן:PDF

א גרויסן דאנק!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קריאת שמע קודם להנחת תפילין או לאחר הנחת תפילין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

hi class האט געשריבן:PDF

ס'פעלט א חלק פונעם ארטיקל צום סוף.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: קריאת שמע קודם להנחת תפילין או לאחר הנחת תפילין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

זייער שיין.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
טאלנער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 6:52 pm

Re: קריאת שמע קודם להנחת תפילין או לאחר הנחת תפילין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער יונגערמאן »

חסידים ברענגן א ראי' פון רש"י אין פרשת בלק (כ"ג כ"ד) "הן עם כלביא יקום וגו' - כשהן עומדים משנתם שחרית, הן מתגברין כלביא וכארי לחטוף את המצות, ללבוש טלית לקרוא את שמע ולהניח תפילין", קריאת שמע פאר הנחת תפילין.
'געשענישען זענען באשערט, דאס עגמת נפש מאכט זיך דער מענטש אליין' (הרה"ק בעל שפת אמת זי"ע)

רבותי, איך בין שוין ארויס פון'ם וועלט. איך בין אויך נישט דא אויף א אנדערע ניק. מ'קען זיך אייביג פארבינדען מיט מיך דארך אימעיל - [email protected]
.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”