יודע ועד האט געשריבן:אנטשולדיג נאכאמאל, אבער אויף אונזערע שאלות און קשיות פון פריער, האט זיך עמיצער באמיהט צו ענטפערען, מען האקט און מגייט ווייטער.. יא א תשובה: 'אנטי מורעקס אגענדע'! אקעיי מיין תשובה: 'פרא מורעקס אגענדע'!
לאמיר נאר וויסען, אונס ברענט נישט די גאנצע וויכוח מנעמט זיך נאר דא און דארט אן פאר די תורה הקדושה סזאל נישט זיין קיין גרויסע קטרוג אויייווען חס ושלום. אבער זאגט זשע מיר, רבותיי דיינים מומחים, דממה, מצפים 77, 770.. עטץ ווילסט פיהרען א וויכוח מיט ענק אליין? רעדען צו זיך?? נאו פראבלעם, ווי עפראוו... יו העוו איט.
היות הרב 'יודע ועד' האט זייער מאריך געווען, וועל איך איבער זאגען וואס ער זאגט אין פונקטען:
א') פורפורא האט מען בעיקר גענוצט נאר פאר ארגמן (ויתכן גם וואילעט), און היות עס איז געווען זייער טייער האבען נאר מלכים אדער עשירים עס גענוצט, און אויכעט די אידען פאר די בגדי כהונה.הערה: פליניוס (געלעבט גלייך נאכן חורבן הבית) שרייבט (אין לטינות - היא שפה הרומאית) אז פון די חלזון פורפורא האט מען געפארבט די קאליר 'פורפורא' און די קאליר 'קונכיליא', און די קאליר 'אמתיסט' - געמישט פון צוויי פון די חלזונות.
וואס זענען די 3 קאלירן?
פורפורא - דאס זענען אלע תרגומי יווניים של התורה מתרגם 'ארגמן' = פורפורא.
אמתיסט (Amethyst) - דאס איז די קאליר פון די שטיין אמתיסט, און פליני איז מסביר אין א אנדערע פלאץ אז דאס איז די קאליר
פון וואילעט ביז נאנט צו פורפורא.
קונכיליא - איז פליני מסביר אין א אנדערע פלאץ אז דאס איז די קאליר
פון ריין בלוי כמראה הרקיע ביז בלוי-וואילעט.יעצט אויב אזוי ווייסען מיר פון פליני אז מען האט קלאר געפארבט א פאר קאלירן פון די חלזון הפורפורא, וואס איינס איז די קאליר קונכיליא, וואס איז פון ריין בלוי ביז בלוי-וואילעט.
נאך א מקור, איז פון די רוימישע חוקים, וואס דארט שטייט אז מען טאר נישט פארבען פון די פורפורא קיין שום קאליר, און עס איז דארט אויסגערכענט סתם רויט, א קלארע רויט, און היקינתוס.
וואס איז די קאליר 'היקינתוס'?
אלע תרגומי יווניים של התורה (
יוסיפון, פילון אלכנסדרי, תרגום השבעים, עקילוס הגר), זענען מתרגם תכלת - 'היקינתוס'.
ווייסען מיר אז 'היקינתוס' וואס מען האט געפארבט פון די חלזון הפורפורא איז בלוי - תכלת.
נאך א מקור איז דאס אז 'היקינתוס' איז די נאמען פון די שטיין Sapphire (
והוא המקור להשם של 'צבע' היקינתוס), וואס פליני און אנדערע שרייבען אז עס איז דומה צו די שטיין 'ספפירוס' (ספפירוס = ספיר בחז''ל [הדומה לרקיע] שהוא האבן לאפיס לאזולי - Lapis lazuli),
און זיי שרייבען אז די ביידע שטיינער זענען דומה למראה הרקיע.
איז ווייסען מיר פון די חוקי רומיים אז מען האט געפארבט אפאר קאלירן פון די חלזון הפורפורא, וואס איינע פון זיי איז היקינטות, וואס איז ''תכלת''.
נאך א מקור איז פון בגדים וואס מען האט געטראפען געפארבט בלוי, וואס מען האט עס בודק געווען און עס איז פון די פורפורא.
נאך א מקור איז די ירושלמי וואס רופט אן די פתיל תכלת פורפירון - געפארבט פון די פורפורא.
חז''ל (מובא בתוס' השלם על התורה)
זאגען קלאר אז פון די חלזון וואס זבולון האט געהאט, איז נישט נאר תכלת האט ער געפארבט מיט דעם פאר די ציצית (כדאיתא בתרגום יונתן), נאר אויכעט אנדערע טייערע קאלירן (הבאנו לשונו לקמן).
ב') די מלכים פלעגען נישט גיין מיט תכלת, וועגען מען קען דאס מאכען פון אינדיגו און עס איז נישט קיין חשובע קאליר, נאר די מלכים פלעגען גיין מיט ארגמן.
חוץ ביי אחשורות שטייט קלאר א חשיבות פון תכלת, אבער דארט איז 'תכלת' בלשון השאלה (כדלהלן) און מען רעט פון די ביליגע קלא אילן, אבער עס איז געווען א חשיבות וועגען ער האט גענוצט נישט נאר קלא אילן אליינס, נאר פארשידענע קאלירן מיט אים.
און דאס וואס די רמב''ן זאגט אז די מלכים גייען מיט 'תכלת', איז נישט זיין כוונה 'תכלת' נאר 'ארגמן'. און אזוי אויך די מדרש הגדול וואס זאגט שדרכן של מלכים פורפירא שלהן 'תכלת' מיינט 'ארגמן'.הערה: א', אין די מגילה שטייט אז 'תכלת' איז געווען איינע פון די 'לבושי מלכות', ומרדכי יצא מלפני המלך 'בלבוש מלכות' - 'תכלת', וחור, ועטרת זהב גדולה, ותכריך בוץ, וארגמן". און מען זעט אויך אז עס איז יא געווען א חשובה מלבוש.
ב', אין די געפארבטע בילדער פון די מלכים זעט מען אז זיי זענען געגאנגען סיי מיט ארגמן און סיי מיט 'תכלת'. דא האט איר נעמען פון מלכים וואס איך האב געזען די געפארבטע בילדער פון זיי וואס גייען מיט תכלת, (וואס זיי זענען א מיעוט פון אלע מלכים וואס מען האט נישט געפארבעט בילדער פון זיי):
במאה הח' והט', האט איר:
Pippin III - King of the Franks (B.714 - D.768)
Charles the great - Roman Emperor (B.748 - D.814)
(Carloman - King of the Franks (B.751 - D.771
Louis the Pious - Roman Emperor and King of the Franks (B.778 – D.840)
Lothair I - Roman Emperor (B.795 - D.855)
(היות מען קען נישט ארויף לייגען מער ווי 3 בילדער וועל איך שיקען נאך אין א צווייטע תגובה)
דרך אגב, על התמונה של הכתרתו של Charles the great וועל איך מעתיק זיין וואס די אמן וואס האט צייר געוון די בילד שרייבט (מתורגם):
"25 בדצמבר 800: ביום שראינו את קרל הגדול בכנסיית פטרוס הקדוש ברומא, ערכנו תוכנית. זה היה מורכב מציורו מבלי שהוא ידע זאת. כאן הצלחנו לצייר את סצנת ההכתרה מכיוון שהיינו בשורה הראשונה בגלריות הכנסיות. האפיפיור לובש גלימה ארוכה צהובה, מאחוריו אנו רואים אנשי כנסייה. קרל הגדול כורע מולו עם פמליתו,
הוא לובש מעיל כחול גדול עם פלור דה ליז כמו מלכי צרפת (אך הוא מלך הפרנקים ועכשיו קיסר המערב)".
ובנוגע הרמב''ן והמדרש הגדול, קען נישט זיין אז זייערע כוונה איז 'ארגמן' (חוץ מזה אז זיי זאגען קלאר תכלת און נישט ארגמן -
כמובן). וועגען די רמב''ן רעדט דארט פון תכלת און ארגמן, ובכל זאת כאפט ער אן דוקא די תכלת, אז בימיו גייעט די מלך מיט תכלת.
וז''ל הרמב''ן:
רמב"ן ריש פרשת תצוה (כח, ב): "לכבוד ולתפארת: שיהיה נכבד ומפואר במלבושים נכבדים ומפוארים, כמו שאמר הכתוב (ישעיה סא, י) 'כחתן יכהן פאר', כי
אלה הבגדים לבושי מלכות הן, כדמותן ילבשו המלכים בזמן התורה. ...
והם זהב וארגמן ותכלת, וכתיב (תהלים מה, יד) 'כל כבודה בת
מלך פנימה ממשבצות
זהב לבושה', וכתיב (דניאל ה, טז) '
ארגונא תלבש והמניכא די
דהבא על צוארך [ותלתא
במלכותא תשלט]', (ביז דא האט ער נאר געברענגט ראיות אויף 'זהב' און 'ארגמן', און יעצט גייט ער ברענגען א ראיה פאר 'תכלת' אויכעט).
והתכלת גם היום לא ירים איש את ידו ללבשו חוץ
ממלך גוים. (יעצט גייט ער ברענגען א פסוק וואס האט אלע דריי מינים) וכתיב (אסתר ח, טו) 'ומרדכי יצא מלפני המלך
בלבוש מלכות -
תכלת וחור ועטרת
זהב גדולה ותכריך בוץ
וארגמן', והתכריך הוא המעיל שיעטה בו".
בקיצור ער רעדט פון ארגמן און תכלת, און ער בדוקא מיינט תכלת - כפשוטו.
די מדרש הגדול מיינט אויך דווקא תכלת, וז''ל:
מדרש הגדול (במדבר ד, ה): "
אבל הארון עור תחש מלמטה
ותכלת מלמעלה,
ולמה? שכן דרכן של
מלכים פורפירא שלהן
תכלת".
וואס ווייסן מיר בנוגע מלכים בתקופת הרמב''ן (1194-1270), אויף די געפארבטע בילדער טרעפין מיר אויך אז זיי האבען געגאנגען מיט תכלת:
Louis VIII - King of France (B.1187 – D.1226)
Innocent IV - Roman Pope (B.1195 - D.1254)
Edward I - King of England (1239 – 1307)
בנוגע די סברה אז זיי האבען געגאנגען מיט ארגמן און נישט מיט תכלת, וועגען תכלת קען מען מזייף זיין מיט קלא אילן, איז וואס איז די חשיבות? די תירוץ איז פשוט, אזוי ווי דו פארשטייסט אז אמת'ע גאלד און אמת'ע זילבער און אמת'ע דיימענטן, און אמת'ע פערלס וכדו', האט א חשיבות למרות אז מען קען היינט מזייף זיין די זאכען.
והלא פליני שרייבט קלאר אז מען קען זיי מזייף זיין ואעפ''כ מענשען זענען זיך מוסר נפש פאר די אמת'ע תכלת. ובפרט אז די סיבה דארט איז נאך מער פשוט, וועגען אינדיגו ווערט נפגם מיטן אסאך וואשן וכו'.
וז''ל פליני:
פליניוס הזקן בספרו 'חקר הטבע', (ספר כב, ג): "...גאול שמעבר לאלפים יכולה לצבוע צבעי
הצורי והקונכיליא (
צבע התכלת מחלזון הפורפורא כנ"ל) -
וכל הגוונים - מצמחים, (וע"ש בספר לה פרק כו שמזכיר שם את צבע האינדיגו ‘Indico’ הבא מארץ הודו ‘India’ - שהוא שני בחשיבתו להפורפורא). וזה בלי לחפש במצולות את המורקס (Murex) ולהציע את עצמו כמאכל למפלצי הים - בבהילותו לחטוף את שללו ולחקור הקרקעית שלא נגע בה עוגן, רק כדי למצוא חן בעיני אחרים. שם, בעמידה על היבשה הם יכולים לקצור את הצבע כמו שקוצרים את התבואה.
אולם, יש חסרון בצבעים אלו שהם מתדהים בכביסה; בלי פגם זה, לוקסוס היה יכול להיות מקושט בצבעים המבהיקים ביותר, ובודאי בלי הסתכנות לחיי אדם".
ועוד בעיקר, פליני שרייבט קלאר אז מען פלעגט אויך מזייף זיין די אנדערע קאלרין פון די מורקס, צבע הצורי (אין א אנדער פלאץ איז ער מסביר אז עס איז פון די קאליר ארגמן) און די אנדער קאלירן.
און טאקע זע זהר עמר 'הארגמן', באריכות אז מען פלעגט פונקט אזוי מזייף זיין ארגמן מיט געוויקסען ווי תכלת, און מען טרעפט היינט בגדי ארגמן מזויפים פון דעמאלסט. ובפרט ע''פ רוב האט מען גענוצט אינדיגו מיט פואה, צו מזייף זיין די ארגמן.
איז טאמר די פראבלעם פון תכלת איז אז מען קען עס מזייף זיין מיט אינדיגו, איז אויך ארגמן די זעלבע, מען האט פונקט אזוי מזייף געווען די ארגמן פון אינדיגו און אנדערע מיני צמחים בדמיון מוחלט צו די ארגמן.
ג') די קאליר בלוי האט מען גענוצען פון אינדיגו.הערה: נכון - וביתר ביאור: די 'תכלת מזויפת' האט מען געמאכט פון אינדיגו.
ד') 'תכלת' איז געווען א רעגליעזער פארב וואס מען האט עס נאר גענוצט פאר עניני דת: ציצית און בגדי כהונה. און פארוואס נישט די אלגעמיינע אינדיגו בלוי, יתכן בגלל עס האלט זיך נישט אזוי גוט ווי 'תכלת'.
ה') באופן השאלה, ווערט אויך די ביליגע קלא אילן אנגערופען 'תכלת'.
ו') היות תכלת האלט זיך בעסער ווי אינדיגו, האבען אידישע עשירים וכדו' אפאר מאל גענוצט תכלת אויך פאר עיניני חול.מען דארף א מקור צו זאגען אזא חידוש שאינו הגיוני אז תכלת איז אנדערש פון די אנדערע מינים וואס שטייען מיט אים.
דיין שכל זאגט אז תכלת איז געווען א רעגליעזע זאך פון דאס וואס די תוספתא זאגט אז תכלת איז פסול שלא מן החלזון. די זעלבע תוספתא זאגט אויך אז תולעת שני איז פסול שלא מן התולעת שבהרים, און שש איז פסול שלא מן הפשתים וכו' (וכבר אמרנו לעיל למה לא הוצרכה התוספתא לומר הפסול של ארגמן מזויפת), איז אויך די מינים געווען א רעגליעזע זאך?! עס איז געווען א גויעשע תולעת שני, און א גוישע שש, און די אידין האבען געהאט א אידישע תולעת שני און א אידישע שש?!
טאמער אינדיגו האלט זיך נישט אזוי גוט, דעמאלסט פארוואס האבען די גוים נישט גענוצט 'תכלת' וואס האלט זיך יא אזוי גוט?!
און טאמער דו זאגסט אז די גוים האבען גענוצט תכלת פון די פורפורא וואס האלט זיך יא גוט, הלא די פורפורא איז געוון זייער זייער טייער (כדלקמן), פארוואס האבען זיי נישט גענוצט די אידישע חלזון וואס איז אסאך בילגער און האלט זיך גוט?! ובפרט אז ביידע חלזונות האט מען געמאכט אין די זעלבע פלעצער באיזור צור און איטליא?!
גמרא שבת (כו.): "ומדלת הארץ
השאיר נבוזראדן רב טבחים לכרמים וליגבים (מלכים-ב כה, יב).
...תני רב יוסף, ...'יוגבים' אלו
ציידי חלזון מסולמות של צור ועד חיפה".
זעט מען אז נבוזראדן האט יא געדארף פאר זיך די אידישע חלזון און די גוים האבען זיך באניצט מיט אט די זעלבע חלזון וואס די אידען האבען. וכמו שפי' רש''י בפירוש: "ליוגבים, ...פוצעין את החלזון להוציא דמו, ...והניחם נבוזראדן
ללבושי המלך".
ב"ר (מקץ צא): "קחו מזמרת הארץ בכליכם (מקץ מג, א), רבי יהושע דסכנין בשם רבי לוי, דברים
שהן מזמרין בעולם - חלזון חמר קטף ומור איגורי". דו זאגסט דאך אז 'חלזון' אין חז''ל מיינט דאך די אידישע חלזון. איז יעקב אבינו האט אויך זיך באנוצט מיט די אידישע חלזון?! אויך, דא שטייט ביי די חלזון 'מזמרין בעולם' זעט מען אז עס איז געווען א חשיבות אין די וועלט, נישט א אידישע זאך.
לקח טוב (פסיקתא זוטרתא, שמות לה): "וכל איש אשר נמצא אתו
תכלת וארגמן, מלמד
שהיו להם ממצרים כל מיני צבעונין הללו", זעט מען אז אין מצרים האט מען גענוצט אט די תכלת וואס מען האט גענוצט פאר די משכן!
מדרש - (מובא בתוס' השלם עה"ת, ופירושי התורה לר' חיים פלטיאל, בראשית מט, יג): "'וירכתו על צידן', ...המדרש אומר: בשעה ששמע זבולן, בכה לפני אביו, ואמר מה אעשה לחוף ימים, א"ל שבימים ספון דבר טוב,
וזהו חלזון, ועושים ממנו כל מיני צבעים, ואתה תמכרינן לאחרים בדמים יקרים".
שטייט קלאר אז פון די חלזון האט מען נישט נאר געמאכט תכלת נאר אויך די אנדער קאלירן, וכנ''ל אויך ארגמן וכדו', דאס איז דאך די פורפורא!
וכנ''ל מהירושלמי אז תכלת של ציצית איז געווען פון די פורפורא!
ז') די סיבה פארוואס חז''ל דערמאנען נאר די פסול פון קלא אילן און נישט פון די אנדערע חלזון הפורפורא, איז וועגען עס איז סייווי געווען זייער זייער טייער - סאך מער ווי די אידישע חלזון. ועוד, נישט אלעמאל איז געלונגען צו מאכען תכלת פון די פורפורא.הערה: טאמער למעשה האט מען אויך געמאכט תכלת פון די חלזון הפורפורא המפורסם, און דאס איז פסול, היתכן אז די תוספתא וואס איז קובע די הלכה פון די פסול 'שלא מן החלזון' און מכשיר 'מן החלזון', נישט פוסל די תכלת פון די אנדערע חלזון, נישט מצד אזהרה של 'זיוף', נאר אזהרה מצד 'הלכה', די גאנצע תוספתא דארט איז נישט מזהיר דברים מצד זיוף, נאר קובע די הלכות פון אלע סארטן זאכן וואס מען דארף פאר די בהמ"ק, (עצים, מלח, תכלת, תולעת שני, שש, מנורה, כלי שרת, חצוצרות וכו'), וואס איז כשר און וואס איז פסול, איז היות עס איז בנמצא צוויי חלזונות וואס מען קען און מען נוצט פאר בלוי, וואלט געדארפט שטיין אז נאר די 'חלזון היהודיי' איז כשר און די 'חלזון של העולם' איז פסול. ובפרט אז מען האט גענוצט די חלזון של העולם אין די זעלבע פלעצער פון די חלזון היהודיי. איז אויב די תוספתא איז קובע סתם 'מן החלזון' כשרה, און 'שלא מן החלזון' פסולה, איז לשיטתך אז עס איז געווען דארט צוויי חלזונות פאר בלוי, איז קומט אויס אז די תוספתא איז קלאר מכשיר ביידע חלזונות. און עס איז נישט דא קיין שום מקור לפסול החלזון של העולם!
[און נאך מער, טאמער דו וועסט זאגען אז מן 'החלזון' און שלא מן 'החלזון' היינו די באקאנטע חלזון מיט א ה' הידיעה, (אין אמת'ן אז מען קוקט אריין אין די גאנצע תוספתא זעט מען אז עס איז נישט אזוי: 'מן התולעת שבהרים' 'מן הקנבוס' 'מן העשת' 'מן הגרוטאות', 'מן הכסף' 'מן הגוש', אבער להניח אז אזוי וועסטו טענן), איז אדרבה ואדרבה, הלא 'החלזון' המפורסם איז געווען די פורפורא! איז קומט גאר אויס פון די תוספתא אז נאר די חלזון הפורפורא המפורסם וואס די וועלט נוצט איז כשר, און נישט די ביליגע חלזון היהודיי!]
למעשה איז נישט דא קיין שום מקור פון חז''ל אז די חלזון הפורפורא זאל זיין פסול, איז מנא לך אז עס איז פסול?!
ח') פארוואס זאל תכלת זיין פסול פון די חלזון הפורפורא, ווייסען מיר נישט.הערה:מען ווייסט נישט ווייל עס שטייט נישט, איז ממילא אכן עס איז טאקע נישט פסול.
ט') די סיבה פארוואס די גמרא זאגט נישט בפירוש וועלכע חלזון און וועלכע סממנים, איז וועגען עס איז געווען א סוד.הערה:פארוואס איז עס געווען א סוד?! אזעלכש שלעכטע מענשין?!
...