דממה דקה האט געשריבן:וואס הייסט א סוד, דו זאגסט דאך אז די רמב"ם האט געוויסט פון די מורקס, וועגן עפעס א גרייזיגע ווערסיע פון אריסטו ווי ס'שטייט מלאן, סא לשיטתך האט ער געוויסט וואס די חלזון איז.
ביסטו נישט די זעלבער וואס שרייעט אז די חוות יאיר און שלטי הגיבורים האבן נאר געוואוסט מתוך הכתב און בכלל נישט געוואוסט וואס דאס איז אין פאקט?
דממה דקה האט געשריבן:און מען האט לויט דיר אקטיוו געפארבט דערמיט אין קאנסטיטאנאפאל בימיו, און אין שפאניע לכאורה ווי די רמב"ן האט געוואוינט, סא מען האט געוויסט ווי צי פארבן אויך, און די רמב"ם האט פון גארנישט געוויסט, ניטאמאל זיך געקימערט צו מאכן ריסורטש צו מקיים זיין א מצוות עשה מן התורה, גארנישט, אפגעשריבן להלכה למעשה אז אינו בנמצא בידינו היום, אפשר האט איינער יא?
צוביסלעך, קאנסטיטאנאפאל יא, שפאניע נישט, מאכן ריסוירטש אפשר זאגסטו מיר וויאזוי? א גוגל סוירטש? דו ווייסט טאקע נישט אז די וועלט איז אמאל געווען גרויס? און להלכה למעשה? געשריבן די טריקענע מציאות ביי כלל ישראל
דממה דקה האט געשריבן:בכלל דאס ליצנות, צו זאגן אז אידן אין די אלע לענדער וואס זענען נישט געווען אינטער די רומיים האבן פלעין איגנארירט א מצוות עשה דאורייתא.
דו האסט איין פראבלעם, דו פארשטייסט בכלל נישט די טענות פונעם צד שכנגד, און וועגן דעם פרעגסטו קשיות וואס הייבט זיך נאר אן לויט דיין האלבע הבנה אין די זאך, אין די לעצטע תקופה האט מען געוואוסט צו פארבן די חלזון נאר אין קאנסטאנטינאפאל, און נאר פאר די בגדי מלכות, און נאכאמאל די וועלט איז געווען גרויס