לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

יעפ, אזוי ווי די קעפל זאגט. א יוד איז באשאפן געווארן צו דינען גאט און צו טון מצוות ומעשים טובים, אבער וואס טוט זיך מיט די מינימום וואס א יוד ברויך לערנען כדי צו קענען בלייבן ערליך און וויסן וויזוי צו פירן א יודיש ווארימע שטוב און זיין כאטש א שטיקל יודע ספר?

א יוד וואס ארבעט פון צופרי ביז שפעט נאכמיטאג, קומט אהיים און האט קינדערלעך אין שטוב וואס מ'ברויך זיך אפפגעבן מיט זיי און מ'ברויך זיך אויך אביסל אפריען פון די ארבעט, ווי שטיפט מען נאך אריין צייט צו לערנען כאטש די מינימום? וויזוי קען אזא איינער דורך לערנען חומש רש"י יעדע וואך, א בלאט גמרא גפ"ת א טאג, שו"ע מיט די נושא כלים צו וויסן פארן טאג טעגליכן לעבן?

דערמאנט מיר א ווערטל. א יוד קומט אמאל ארויף אויף יענע וועלט צום בי"ד של מעלה, מ'פאנגט אים צו פרעגן עסקת בתורה? ס'קומען צו פליען שווארצע מלאכים פון אלע זייטן און פאנגן אן אויסצורעכענען זיין סדר היום, צופרי איז ער באלד פון בעט געלאפן כאפן א שחרית און באלד דעראויף געקויפט א פיינעם פרישטאג מיט מזונות ברויט וואס איז געווען קבועת סעודה און זיך נישט געוואשן, דערנאך געגאנגן אין דזשאב אריין, ביינאכט איז ער אהיים געקומען און זיך געזעצט אויפן קאוטש ביז מנחה מעריב, נאך מעריב האט ער געכאפט אזא שיעור'ל וואס ער די גאנצע זאך דורכגעשלאפן...

מ'גייט ווייטער, נשאת ונתת באמונה? ס'קומען ווייטער צו פליען גאנצעטע מחנות פון די שווארצע חברה און זאגן אז ער האט געהאט ב"ה זייער א שיינע פעי אויף וואס ער האט געלעבט דערמיט ברייט מיט א שיינע גרויסע הויז און מיט א שיינעם אוטא, און בנוסף צו דעם האט ער נאך געהאט חלק שמונה מיט נאך זאכן פונעם רייכן פעטער...

דער יוד זעהט אז ס'איז צרות ווי א בארג גיט ער א פרעג צוריק "עסקת בפריה ורביה? ווען עטס וועטס וויסן וואס ס'מיינט אויפציען א יודיש שטוב וועט עטס נישט האבן אזאנע שאלות... פארשטייצעך אז ס'איז נאר א ווערטל אבער ס'ציםט ווייטער

למעשה, די מענטש ווערט עלטער, די פנים ווערט צוקנייטשטער, די בארד ווערט ווייסעם און? בון! וואס קען מען טון דערצו, ס'קען דאך נישט ווייטער אזוי אנגיין???
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

דער נייער ספר קביעת עתים לתורה פארן בעל בית און ארבעטער פארענטפערן אביסל די שאלה

איינער וואס לערנט בקביעות קומט צוביסלעך אן נאך און נאך
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פראבירט אויס צו שרייבן.....

צום ענין ס’פעלט זיך אויס א שטארקע אומבויגזאמע סדר היום, מיט א אמת’ע אמונה, אז קיין איין דאלער גייט מיר נישט פעלן אויב כ’וועל נישט ארבעטן אזוי פיל

#קוק ווער ס’רעדט...... :oops:
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

קביעות עתים.

צדיקים האבן געזאגט כל קבוע כמחצה על מחצה, אז מ'לערנט מיט א קביעות הייסט עס כאילו מען לערנט א האלבע טאג (2 קביעות'ן איז כאילו אגאנצע טאג...)

#קוק ווער ס’רעדט...... :oops:
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

דאס קעפל האט מיר דערמאנט פון ר' נפתלי בלומענפעלד...
לעצם הענין, איך האב נישט קיין תריץ פאר דיר. אדרבה, ווען דא האסט לאז מיר וויסן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

סיז מסודר האט געשריבן:דער נייער ספר קביעת עתים לתורה פארן בעל בית און ארבעטער פארענטפערן אביסל די שאלה

איינער וואס לערנט בקביעות קומט צוביסלעך אן נאך און נאך

שיין ספר'ל, מיט זאפט. איך האב עס געקויפט און איך בין מיך משתשע דערמיט.
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

נשמה האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:דער נייער ספר קביעת עתים לתורה פארן בעל בית און ארבעטער פארענטפערן אביסל די שאלה

איינער וואס לערנט בקביעות קומט צוביסלעך אן נאך און נאך

שיין ספר'ל, מיט זאפט. איך האב עס געקויפט און איך בין מיך משתשע דערמיט.

גם אני בהקיץ ב''ה
אוועטאר
יום אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום אחד »

די חפץ חיים האט אמאל געפרעגט, ווי אזוי קען א מענטש ארויסגיין ארבייטען פאר ער קען גאנץ אורח חיים וואס מ'דארף פשוט וויסען ווי א איד דארף פירן זיין טאג, דערנאך יו''ד חלק ב און אזוי אויך גאנצע חלקים חו''מ וואס איז נוגע פאר מו''מ, און אויב איינער האט דאס גוט דורך געלערענט און קען דאס גוט איז דאך שוין בעסער אז ער ווערט א דיין..
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פרישע קוגל האט געשריבן:דאס קעפל האט מיר דערמאנט פון ר' נפתלי בלומענפעלד...

פון אים האבעך טאקע גענומען דעם לשון...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:קביעות עתים.

צדיקים האבן געזאגט כל קבוע כמחצה על מחצה, אז מ'לערנט מיט א קביעות הייסט עס כאילו מען לערנט א האלבע טאג (2 קביעות'ן איז כאילו אגאנצע טאג...)

#קוק ווער ס’רעדט...... :oops:

מיין פוינט איז נישט די עצם עוסק זיין אין תורה, כ'האב ב"ה קביעות עתים לתורה, אבער וואס טוט זיך מיט די מינימום ד"ה חומש רש"י + א שעה גמרא גפ"ת + שו"ע ועוד ועוד וואס א יוד ברויך האבן אנצוגיין מיטן לעבן. וויזוי שטיפט מען עס אריין אין אזא טייטע סדר היום?

;l;p-
יום אחד האט געשריבן:די חפץ חיים האט אמאל געפרעגט, ווי אזוי קען א מענטש ארויסגיין ארבייטען פאר ער קען גאנץ אורח חיים וואס מ'דארף פשוט וויסען ווי א איד דארף פירן זיין טאג, דערנאך יו''ד חלק ב און אזוי אויך גאנצע חלקים חו''מ וואס איז נוגע פאר מו''מ, און אויב איינער האט דאס גוט דורך געלערענט און קען דאס גוט איז דאך שוין בעסער אז ער ווערט א דיין..

אטע דאס איז מיין פראבלעם
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

סיז מסודר האט געשריבן:דער נייער ספר קביעת עתים לתורה פארן בעל בית און ארבעטער פארענטפערן אביסל די שאלה

איינער וואס לערנט בקביעות קומט צוביסלעך אן נאך און נאך

ער בארואיגט אדער ער האט א סעלושן? איך לערן שוין א שיינע פאר יאר בקביעות מיט א סדר, אבער די סדר נעמט נישט אריין אלעס אין זיך
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

דער ספר האט א סעלושן ער מאלט נישט סתם וואסער. סאיז היילי רעקאמענדעד פאר יעדן צו ליינען
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

סיז מסודר האט געשריבן:דער ספר האט א סעלושן ער מאלט נישט סתם וואסער. סאיז היילי רעקאמענדעד פאר יעדן צו ליינען

וויל איך עס קויפן. ווער איז דער מחבר?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

sheetrock האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:דער ספר האט א סעלושן ער מאלט נישט סתם וואסער. סאיז היילי רעקאמענדעד פאר יעדן צו ליינען

וויל איך עס קויפן. ווער איז דער מחבר?

פון דיין צובראכענקייט איז משמע אז דו זעהסט א בארג פאר זיך אבער נישט קיין סאלאשען,

ביסיידס וואס ער איז סאלאשען פאקעסד, בויעט ער אויך אויף א פעסטע בליק אויף לימוד התורה פאר ארבייטער

דער ספר איז איבערגעארבייט פון די גליונות
https://drive.google.com/file/d/1vOmqW7 ... IOuGd/view

אויפן לעצטן בלאט פונעם גליון זענען דא לינקס צו די אנדערע גליונות

די גליונות האט ער געשריבן אונטער א פען נאמען, אבער אויפן ספר איז שוין דא זיין נאמען, מיט א ווארעמע הסכמה פון הרה"ג ישרא דוד הארפענעס שליט"א
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

א דאנק
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

עס איז געווען אויסגעשפרייט אין די בתי מדרשים און דארט האב איך עס שנעל דורכגעבלעטערט. דער עיקר האט ער א מהלך פאר לערנען גמרא, חזר'ן און געדענקען. פאר דיין פראבלעם האט ער לכאורה נישט קיין תשובה.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

להודות האט געשריבן:עס איז געווען אויסגעשפרייט אין די בתי מדרשים און דארט האב איך עס שנעל דורכגעבלעטערט. דער עיקר האט ער א מהלך פאר לערנען גמרא, חזר'ן און געדענקען. פאר דיין פראבלעם האט ער לכאורה נישט קיין תשובה.

ער רעדט ארום דערפון אין יסוד ב'

מקען עס קויפן אין אלע ספרים געשעפטן. די ספר איז איבערגעארבעט און האט שוין מער ווי די גליונות
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

sheetrock האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:קביעות עתים.

צדיקים האבן געזאגט כל קבוע כמחצה על מחצה, אז מ'לערנט מיט א קביעות הייסט עס כאילו מען לערנט א האלבע טאג (2 קביעות'ן איז כאילו אגאנצע טאג...)

#קוק ווער ס’רעדט...... :oops:

מיין פוינט איז נישט די עצם עוסק זיין אין תורה, כ'האב ב"ה קביעות עתים לתורה, אבער וואס טוט זיך מיט די מינימום ד"ה חומש רש"י + א שעה גמרא גפ"ת + שו"ע ועוד ועוד וואס א יוד ברויך האבן אנצוגיין מיטן לעבן. וויזוי שטיפט מען עס אריין אין אזא טייטע סדר היום?

15 מינוט חימש רשי א יעדע טאג ענדיגסטו די סדרה במשך פון די וואך בערך 20 פיסוקים א טאג אין 10 מינוט נביאים 10 מינוט כתיבים ענדגסטו אין 3-4 יאר נך
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:קביעות עתים.

צדיקים האבן געזאגט כל קבוע כמחצה על מחצה, אז מ'לערנט מיט א קביעות הייסט עס כאילו מען לערנט א האלבע טאג (2 קביעות'ן איז כאילו אגאנצע טאג...)

#קוק ווער ס’רעדט...... :oops:

מיין פוינט איז נישט די עצם עוסק זיין אין תורה, כ'האב ב"ה קביעות עתים לתורה, אבער וואס טוט זיך מיט די מינימום ד"ה חומש רש"י + א שעה גמרא גפ"ת + שו"ע ועוד ועוד וואס א יוד ברויך האבן אנצוגיין מיטן לעבן. וויזוי שטיפט מען עס אריין אין אזא טייטע סדר היום?

15 מינוט חימש רשי א יעדע טאג ענדיגסטו די סדרה במשך פון די וואך בערך 20 פיסוקים א טאג אין 10 מינוט נביאים 10 מינוט כתיבים ענדגסטו אין 3-4 יאר נך

צו לערנען פשוט חומש מיט רש"י און נ"ך מיט רש"י ברויך מען נישט מער ווי א האלבע שעה א טאג, און דו ענדיגסט אלעס אין 'איין יאר', מען לערנט יעדן טאג איין פרק נביאים און איין פרק כתובים אויפן סדר, און אזוי ווי כתובים איז קלענער ווי נביאים לערנט מען סוף יאר צוויי פרקים פון נביאים אנשטאט א פרק כתובים. מען קען אויך אויסשטעלן אז די מגילות זאל מען לערנען אין די ימים טובים וואס מען זאגט דאס וכו'.

אויב איך וועל האבן א געלעגנהייט וועל איך בל"נ ארויפלייגן א געטייפטע סדר דערויף וואס איך האב אין באזיץ פון איינעם.

אגב, די עצה פון לערנען א פרק נביאים און א פרק כתובים א טאג איז פונעם יסוד ושורש העבודה זי"ע.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

אוי פרעגט ער גוט.........
די בעסטע תירוץ קען נישט פארענפערן די שאלה....
גיוואלד, הזמן קצר... המלאכה מרובה...
חטוף ואכול, חטוף ואכול,,,, כאפ אריין ווי עס גייט נאר אביסל.
מקומט אן אין בית המדרש פאר מנחה, אפילו עס איז דא בלוז איין מינוט, כאפ א גמרא, חומש, און קויף איין אביסל פון די טייערע חיי נצח!

דאכט זיך מיר אז ר’ הלל קאלאמייער שרייבט אז ווען מען וועט צוריק אהיימקומען צום עולם האמת און שטיין פאר די קרייץ פארהער, וועט בי’’ד של מעלה בודק זיין אלעס, און ווען א איד וועט ענפערן אז ער האט נישט געקענט לערנען מער ווייל די אלע אויבנדערמאנטע סיבות, וועט מען אפירשלעפן זיינע שבתים...... דעמאלס האט מען דאך נישט קיין ארבעט, טירדות, וכו’.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

לערן די ספרי קיצורי הלכה, ווער עס קען נאר קיצור שו"ע איז דאס גוט, איינער קען מער זאל ער גיין צום משנה ברורה, שועה"ר א.א.וו. לערנען און חזר'ן הפך בה והפך בה, און אזוי ווערט מען צוביסלעך א ת"ח אין עניני אורח חיים. קען זיין ס'איז שוין דא א היינטיגער ספר וואס מען קען לערנען על הסדר געהעריג מיט אלע היינטיגע שאלות און מציאות'ער.

פון די אנדערע זייט איז אויך די הלכה אז מען דארף משליש זיין שליש במקרא ושליש במשנה, אויב לערנט מען בלויז ספרי הלכה וואס איז נישט בלול מכולן דארף מען מקפיד זיין אויף דעם אויך. (דער פונקטליכער שיעור יל"ע, ווייל דער תלמוד בבלי איז דאך נישט איינגעטיילט 3 3 3, זעהט אויס אז ישליש איז לאו דוקא נאר מען זאל זיכער מאכן צו לערנען אביסל פון אלעס).

גמרא און אפגערעדט שו"ע אינעווייניג איז נאר געאייגנט פאר איינעם וואס האט די צייט און כלים דערפאר דאס גוט צו פארשטיין. (גמרא איז אין א וועג יא שייך צו לערנען מער פשוט'ער יעדער לפי דרגתו, און אסאך טוען טאקע אזוי און שפירן דערין מער געשמאק ווי אין לערנען טרוקענע הלכות, איז דאס אין א וועג בעסער ווייל אזוי טוט מען עס ענדערש און מען האט מער חשק).
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

סיז מסודר האט געשריבן:דער ספר האט א סעלושן ער מאלט נישט סתם וואסער. סאיז היילי רעקאמענדעד פאר יעדן צו ליינען

כ'האב עס געליינט אין שטארק הנאה געהאט, ער שרייבט גאר גוט, אין לייגט אראפ א גוטע מהלך.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

פארשטיי דאס חשיבות פון דיין לערנען‎ - הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א.
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=153765
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: לערנען לערנען און לערנען. וואס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

Programming האט געשריבן:לערן די ספרי קיצורי הלכה, ווער עס קען נאר קיצור שו"ע איז דאס גוט, איינער קען מער זאל ער גיין צום משנה ברורה, שועה"ר א.א.וו. לערנען און חזר'ן הפך בה והפך בה, און אזוי ווערט מען צוביסלעך א ת"ח אין עניני אורח חיים. קען זיין ס'איז שוין דא א היינטיגער ספר וואס מען קען לערנען על הסדר געהעריג מיט אלע היינטיגע שאלות און מציאות'ער.

סיז דא די ספר קיצושו"ע מיט הערות פון די פסקי תשובות, איך בין נישט באקאנט מיט דעם פערזענליך, און טאמער איינער וויל עס לערנען אלס הלכה למעשה זאל ער פארדעם פרעגען זיין מורה הוראה, אבער טאמער מען קען זיך פארלאזען אויף דעם (ד. ה. לאו דוקא אויף די פונקטליכע מקורות, נאר בעיקר אויף די הלכה למעשה) איז עס לכאורה א פראקטישע ספר פאר הלכה למעשה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”