מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

לזכות את הרבים עפן איך א באזונדערע אשכול איבער די שיעורים נפלאים פון הרב ר' שמעון שפיצער שליט"א לאור די פרישע סעריע שיעורים איבער תפילה וואס ווערט אנגעהויבן די וואך, זעט מער דערוועגן ווייטער.


ר' שמעון און זיינע שיעורים זענען שוין היינט באוואוסט בכל כדור העולם און ווי אומצאליגע זענען מעיד איז די געוואלדיגע געשמאק און אויסערגעווענליכע קלארקייט ווי אזוי יעדע נושא/ספר/צדיק ווערט אפגעלערנט, א מתנה פונעם בורא עולם פארן דור להאיר ולבאר ולפתוח היסודות והמתיקות שביהדות ועבודת השם וחסידות, (זעט זיין ביאגראפיע בקיצור אינעם קומענדיגן תגובה).


די שיעורים ווערן געגעבן יעדן טאג, טייל לויפן אויף סעריעס פון ספרים און נושאים און טייל ענינא דיומא / על הפרשה / יארצייט וכדו', און סוף וואך קומט ארויס א קונטרס "הבינני" פון די שיעורי השבוע צאמגענומען בלה"ק.



קומט זיך א באזונדערע דאנק פארן מכון פאר די גרויסע אויסוואל פון פלאטפארמעס מיטצוהאלטן די שיעורים און באקומען די קונטרסים.


    צו באקומען אויף אימעיל שרייבט צו [email protected]
    צו באקומען אויף וואטסעפפ שרייבט צו 347-661-7285


טעמו גם אתם מהמעיין המתגבר וראו כי טוב! (ואין טוב אלא תורה, שאם היו בני אדם מרגישין במתיקות ועריבות טוב התורה היו משתגעים ומתלהטים אחריה אור החיים הק' דברים כ"ו י"א)
לעצט פארראכטן דורך derech eretz אום זונטאג דעצעמבער 27, 2020 4:27 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: מכון הבינני / ר' שמעון שפיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

קול הלשון

הרב שפיצר יליד שכונת בורו פארק שבברוקלין ניו יורק. תושב שכונת גבעת זאב שבהרי ירושלים תו''ב. שימש קודם לכן כמגיד שיעור בישיבה גדולה בית אהרן וישראל קרלין בירושלים. כיום מגיד שיעור דינאמי הידוע ביכולתו לקחת את המושג הקשה ביותר ולהבהיר אותו כך שכל אחד יכול להבין, הוא כוכב עולה בעולם לימוד התורה. אלפי אנשים מאזינים לשעוריו המלהיבים בכל יום כאשר הוא נושע במגוון נושאים רחב החל מ''ד.נ.א. בהלכה כיצד לזכור את הלימוד ועד למשמעות העמוקה של לכה דודי. כמו כן מסר הרב שיעור דף היומי פופולרי מאוד למשך מחזור שלם וסדרת שיעורים עמוקים בתורת החסידות בדרך השווה לכל נפש.




תורה עניטיים

Rabbi Shimon Spitzer, a dynamic maggid shiur renowned for taking the most difficult concept and explaining it so clearly anyone will understand, is a rising star in the world of teaching Torah. Thousands of people tune into his exciting shiurim every day, which touch on subjects varying from “DNA in halachah” to how best to remember one’s learning or the mystical meaning behind Lecha Dodi. A daf yomi maggid shiur, Rabbi Spitzer was previously a yeshivah gedolah maggid shiur in Yeshivah Beis Aharon V’Yisroel of Yerushalayim. He uses his analytical mind to plumb the depths of chassidus and convey to listeners every day how to blend it in to their daily lives. Regular listeners to Rabbi Spitzer’s “Lomdos V’Chassidus” say that their lives have changed since they started. His clarity and charm has made Rabbi Spitzer an electrifying addition to the global lecture circuit. For speaking engagements, feedback and other inquiries please call or email [email protected] 7329070123


גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
נשמת כל חי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:17 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת כל חי »

אריינגעלאגט לכבודו, ממש ווי דו זאגסט א מתנה פונעם בורא עולם פארן דור, בפרט די חובת הלבבות שיעורים ווי ער לערענט אפ אמונה ובטחון בשיעור עיון עמוק עמוק אבער איז דאס מסביר אזוי פשוט באופן השוה לכל, אז ווען מהערט עס אויס הייבט מען ממש אן לעבן דערמיט נישט נאר וויסן די ידיעה.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

א גרויסען דאנק פאר'ן עפענען די אשכול! ר' שמעון'ס זענען אדיקטיוו ובפרט די חובת הלבבות שיעורים יעדן זונטאג ווי ער קומט אריין מיט א מוראדיגע קלארקייט אין די שווערסטע נושאים.
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

ישר כח פארן גיין פתיחה.

כ'ווינדער מיך שוין א לאנגע צייט אז קיינער האט נאך נישט אויף געברענגט דא איבער די געוואלדיגע לעכטיגע שיעורים.

איך האב אים אנגעהויבן הערן בערך פאר א יאר צוריק, בעיקר די חובת הלבבות שיעורים, וואס זאל איך אייך זאגן טייערע אידן, דער איד האט מיר אויף געלאכטן, דער איד האט מיך געטוישט אויף א גאר א שטארקן אופן.

זיין מהלך איז עפעס אויסער געווענליך ווי אזוי ער קומט אריין מיט אזא מין קלארקייט, דער וועג ווי אזוי ער לייגט אראפ א קשיא און דערנאך ווי זיס עס ווערט פארענטפערט, מ'קען שפרינגען.

איין גאר בארימטע שיעור פון די חוה"ל סעריע איז שיעור 26: איך ובמה לבטוח כשיש ילד שאינו הולך בדרך הישר? והם אפשר לקבלו בשמחה? און שיעור 27: המשך ענין ביטחון בניסיון הגדול של ילדים המתמודדים וואס האט שוין ליכטיג געמאכט די אויגן פון צענדליגער עלטערן וואס מוטשענען זיך מיט קינדער וואס גייען ליידער נישט בדרך הישר.
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

שכוח פארען עפענען די אשכול, איך ווער משיגע פאר זיינע שיעורים אינעם חובת הלבבות, בפרט יעצט איז ארויס א קו' פון זיינע ערשטע צענדליגע שיעורים גאנץ שיין געשריבען (פעהלט אבער א גיטע עריכה ובפרט וואס עס איז סה"כ א ליקוט פון זיינע קו' וואס קימען ארויס יעדער וואך) אבער דער איז ווערט יעדער פעני.
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

יאו! שכויח פאר די מפתח השיעוירם און קול הלשון אזוי שיין מסודר
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

געבענטשט זאלן זיין די מכון פארן מזכה זיין דעם מיט די געשמאקע שיעורים, און זענען דולה ומשקה להחיות בהם נפש כל חי.

כמדומה זייט די אנהויב פון די חובת הלבבות שיעורים איז נישט דורך א חו"ה שיעור וואס כ'זאל פארפאסן, ס'איז א שיעור דכולי ביה, שיעור עיון בחו"ה, לומדות וחסידות, יסודות האמונה ויהדות, חיזוק און ווארעמקייט.

האטס מיר א גוט שבת און לאזט מיר וויסן וויאזוי ס'איז געווען..
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

היו משתגעין אחריו בניחותא.

ממש איך גיי משוגע פאר זיינע שיעורים, די לעצטע קנאפע צוויי יאר, א קלארקייט אין יעדע נושא, ממש א מחיה צו הערן.

און בפרט יעצט אז ער האט אנגעהויבן רעדן פון תפלה, וועט זיכער זיין גרויס חיזוק פאר פולע אידן, וואס דאווענען, אבער ווייסן נישט וואס דאווענען מיינט, און איך האף ער וועט אויך מסבירן יעדע שטיקל פארוואס מען דאוונט דאס.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

איך בין מיך מצטרף צו אלע זאכן וואס זענען דא געשריבן , איך ווער משיגע פאר זיינע שיעורים אינעם חובת הלבבות, אויך די יארצייט שיעורים זענען זייער אינטערעסאנט
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

דער שיעור דעם פארגאנגענעם זונטאג אין חובת הלבבות איז עפעס אויסערגעווענליך אויסנאם.
כדאי פאר יעדעם עס צו הערן.
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

איך האב זיך באקענט מיט עם ביי די קרבתנו שבתים ממש א חידוש און די גרעסטע חידוש איז זיין אצילות'דיגע באנעמונג נישט ער לאזט זיך אראפ צו יעדן ער איז בכלל נישט העכער...

אין קארלין-סטולין די חסידות ווי ער געהערט צו איז ער אויך א קאנאן די רבי האט עם פארבעטן צו שאכן די דרשה וועגן די אינטערנעט כידוע האבן זיי גענומען א מיוחד'דיגע מהלך אין די נושא, די שיעור געפינט זיך אויף תורה עני טיים
א'מונה ב'טחון ג'עלט
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

איז דא עפעס גוטע דרשות פון אים ביי קירבתנו? א שנעלע געזיך אויף תורה עניטיים האט מיר נישט געוויזן קיין קירבתנו דרשות פון אים
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

Amazing האט געשריבן:איך האב זיך באקענט מיט עם ביי די קרבתנו שבתים ממש א חידוש און די גרעסטע חידוש איז זיין אצילות'דיגע באנעמונג נישט ער לאזט זיך אראפ צו יעדן ער איז בכלל נישט העכער...

אין קארלין-סטולין די חסידות ווי ער געהערט צו איז ער אויך א קאנאן די רבי האט עם פארבעטן צו שאכן די דרשה וועגן די אינטערנעט כידוע האבן זיי גענומען א מיוחד'דיגע מהלך אין די נושא, די שיעור געפינט זיך אויף תורה עני טיים

וואס הייסט א מיוחד'דיגע מהלך?
קענסט צוברענגן אפשר א לינק פונעם דרשה?

ייש"כ פון פארויס
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

וועןרענטל האט געשריבן:איז דא עפעס גוטע דרשות פון אים ביי קירבתנו? א שנעלע געזיך אויף תורה עניטיים האט מיר נישט געוויזן קיין קירבתנו דרשות פון אים

זיכער איז דא, ער איז דארט געווען עטליכע מאל, איינמאל האט ער געזאגט די זונטאג צענטראלע סיום דרשה
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

פנחס זיסקינד האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:איך האב זיך באקענט מיט עם ביי די קרבתנו שבתים ממש א חידוש און די גרעסטע חידוש איז זיין אצילות'דיגע באנעמונג נישט ער לאזט זיך אראפ צו יעדן ער איז בכלל נישט העכער...

אין קארלין-סטולין די חסידות ווי ער געהערט צו איז ער אויך א קאנאן די רבי האט עם פארבעטן צו שאכן די דרשה וועגן די אינטערנעט כידוע האבן זיי גענומען א מיוחד'דיגע מהלך אין די נושא, די שיעור געפינט זיך אויף תורה עני טיים

וואס הייסט א מיוחד'דיגע מהלך?
קענסט צוברענגן אפשר א לינק פונעם דרשה?

ייש"כ פון פארויס

בקיצור, אז דאס איז א מציאות וואס מען דארף זיך אויסלערנען וויאזוי זיך צו באנוצען דערמיט.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

Amazing האט געשריבן:
וועןרענטל האט געשריבן:איז דא עפעס גוטע דרשות פון אים ביי קירבתנו? א שנעלע געזיך אויף תורה עניטיים האט מיר נישט געוויזן קיין קירבתנו דרשות פון אים

שיעורי ר' שמעון שפיצער שבת קרבתנו
דא האט איר 10 דרשות אינקלודעט א Q&A מיט הרב בנציון קלעצקוי
א'מונה ב'טחון ג'עלט
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

Amazing האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
וועןרענטל האט געשריבן:איז דא עפעס גוטע דרשות פון אים ביי קירבתנו? א שנעלע געזיך אויף תורה עניטיים האט מיר נישט געוויזן קיין קירבתנו דרשות פון אים

שיעורי ר' שמעון שפיצער שבת קרבתנו
דא האט איר 10 דרשות אינקלודעט א Q&A מיט הרב בנציון קלעצקוי

א דאנק!
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

איינער קען אפשר מיר העלפען ווי טרעף איך די שיעורי תפלה ביי די טלפון ליין פון קול הלשון? שכוח
אזוי צו אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי צו אזוי »

נשמת כל חי האט געשריבן:אריינגעלאגט לכבודו, ממש ווי דו זאגסט א מתנה פונעם בורא עולם פארן דור, בפרט די חובת הלבבות שיעורים ווי ער לערענט אפ אמונה ובטחון בשיעור עיון עמוק עמוק אבער איז דאס מסביר אזוי פשוט באופן השוה לכל, אז ווען מהערט עס אויס הייבט מען ממש אן לעבן דערמיט נישט נאר וויסן די ידיעה.

ב"ה ענדליך איז שוין דא א פלאץ ווי מען קען זיך אויס געבן די הרגשים נאך א קנאקעדיגן שיעור פון הרב ר' שמעון.

דער היינטיגער חובת הללבבות שיעור, איי איי משהו משהו. אזעלעכע מושגים מיט אזא קלארקייט, אנבעליוועבל, אזא שיעור דארף מען איבער הערן עטליכע מאל מיטן פולסטן יושב הדעת עס ארויס צו האבן מיט דעם גאנצען בהירות.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

פון ווי קומט זיין ירושלימע אידיש/אקצענט? ככלייך שטארק די ימים טובים שיעורים אבער אסאך מאל קריכט די אקצענט נעמענדיג אין באטראכט אז סאיז א יליד בארא פארק
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

געמבלער האט געשריבן:פון ווי קומט זיין ירושלימע אידיש/אקצענט? ככלייך שטארק די ימים טובים שיעורים אבער אסאך מאל קריכט די אקצענט נעמענדיג אין באטראכט אז סאיז א יליד בארא פארק

אינטערסאנט, איך גלייך גראדע זיין אקצענט.

מיר הערט ער זיך דער אקצענט אביסל ווי ר’ יו"ט ערליך ז"ל, קען זיין איך חלום?!
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

א בילד פון ר' שמעון?
עס מיז דאך זיין כאילו בעל השמועה עומד כנגדו
אז יענער קען קענסטו אויך
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

פרוביר אויך האט געשריבן:א בילד פון ר' שמעון?
עס מיז דאך זיין כאילו בעל השמועה עומד כנגדו

פון torahanytime
אטעטשמענטס
650485860_640x360.jpg
650485860_640x360.jpg (48.54 KiB) געזען 23471 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”