chicken האט געשריבן:אלי' מקוה יוד האט געשריבן:פעינטער האט געשריבן:יישר כח גדול!
מיר ווארטן צו הערן מעהר! אל תמנע טוב.
יישר כח יישר כח ר' אזוי צו אזוי; איר לייגט עס אראפ געשמאק! אז איך בין מקנא!! אבער אלעס איז באשערט
איך האב מיך דערמאנט נאך א נקודה וואס ר' שמעון האט ערווענט פרייטאג צונאכטס אויף די גמרא אין יומא פו ע"א: "ואהבת את ה' א-להיך– שיהא שם שמים מתאהב על ידך, אז ווען א מענטש האט געהאט נסיון און ער איז עס בייגעשטאנען און געזען נאכדעם ווי דאס האט אים געברענגט א הצלחה זאל ער עס נישט האלטן ביי זיך, נאר זאל עס ארום גיין דערציילן פאר זיינע באקאנטע, שיחו בכל נפלאותיו, זיי מתאהב דעם אייבירשטענס נאמען, און דאס ביי סיי וועלכע נסיון, צו איז עס שמירת עיניים, צו עס בסוגית אמונה ובטחון סיי ווען און סיי וואס, ווייל מען זעהט דאך בחוש אז עס ארבעט, זיי מקרב אידן צום אייבערשטן, טייל מיט דיין עקספיריענס.
בצפרא דשבתא ביי די קדושא רבה האט ר' שמעון אויף געטרעטן מיט א שטארק יסודות'דיגע שיעור איבער לימוד התורה ע"פ תורת הבעש"ט, אז אידן קענען הארעווען יארן בלימוד התורה אבער דער ציל אין די כוונה איז נישט געווען ריכטיג און עס ברענגט נישט דעם קירבת אלוקים וואס לימוד התורה דארף ברענגען פאר א איד.
אין די צייטן ווען דער הייליגער בעש"ט איז נתגלה געווארן איז געווען א סאך תורה אויף די וועלט, אבער עס האט נישט געברענגט די נאענטקייט צום אייבערשטן ווייל עס איז געווען מיט די נישט ריכטיג כוונה. א גאנצער שמועס באריכות.
בשעת מעשה האב געכאפט דעם שפיץ פון די נקודה וואס ער האט ארויס געברענגט, אבער כ'קען מיך נישט מצמצם זיין דעם גאנצן שמועס וואס ער האט מסביר געווען. חבל ווייל דער פאר-רעדנער האט געזאגט פאר דעם אז מען גייט יעצט רעדן איבער א נושא וואס מען וועט נישט רעדן דערפון בימי החול ווען מען קען רעקארדן ודי.
המשך יבוא בס"ד