פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

הבהרה: ווייס איך נישט צי ס'פאסט דא, אייוועלט האט זיך קיינמאל נישט פארנומען מיט קיין מחלוקת וכדו', אבער אפשר מחלוקת פון דעם סארט איז אנדערש, אבער אפשר וועט עס די הנהלה פארמעקן. איך וועל נישט זיך קעגנשטעלן אויב די הנהלה האלט אז דער אשכול איז נישט אין פלאץ.

...
אינערהאלב די קהילה פון הגאון ר' שאול אלתר, טוט זיך אפ א פייער, די גאנצע קהילה קאכט ווי א קעסל. אנגעהויבן האט זיך עס מיטן שיעור פון דער ראש-ישיבת פני מנחם, הגאון ר' מענדל שאפראן שליט"א, וואס האט ביי זיין וועכנטליכן שיעור כללי אין מסכת בבא-מציעא ארויסגעברענגט דער לומדי'שער סוגיא פון מיגו און כח הטענה, אראפלייגנדיג די יסודות הדברים כפי הבנתו.

עטליכע טעג שפעטער, האט הגאון ר' שאול אלתר שליט"א געזאגט א שיעור אין ישיבה, בשעת די בחורים האבן אים געבעטן אז ער זאל מקדיש זיין דעם שיעור אויף דער סוגיא פון מיגו, וואס מען לערנט יעצט אין ישיבה. דער ראש-ישיבה ר' שאול, האט שארף מחולק געווען מיט דעם גאנג פון הגאון ר' מענדל שאפראן, און האט געבויעט זיינע יסודות לויט ווי אזוי דער חזון-איש האט געענטפערט אויף די סוגיא פון מיגו. אנהויב פון זיין שיעור, האט דער ראש-ישיבה ארויפגעברענגט נאסטאלאגישע זכרונות פון זיינע יונגע יארן אין ישיבת חידושי הרי"ם, וואו דארט האט מען געלערנט דער סוגיא, און זיינע יסודות אין מיגו האט ער מקבל געווען פון דער ראש-ישיבה רבי יהודא סילמאן שליט"א.

פון דארט האט זיך דער נושא אנטוויקלט ווייטער, בשעת די בחורים האבן אראפגעשריבן הערות אויף די צוויי שיעורים, אויף וואס ביידע גאונים האבן געענטפערט בכתב, זה בכה וזה בכה, אויף וואס אנדערע תלמידי חכמים האבן מגיב געווען בכתב ובעל-פה, אזוי אז עס איז געווארן א נושא וואס די גאנצע קהילה, אינאיינעם מיט נאך תלמידי חכמים פון איבער די גאנצע וועלט, זענען מגיב און שליסן זיך אן במלחמתה של תורה.

פון די אלע געשרייבערייען איז ארויסגעקומען קונטרסים מיט די שיעורים און בריוו פון די גאונים, ותהי הקהילה כמרקחה. איך ברענג דא א לינק, וואו מ'קען זען צווישן אנדערע איבער די שיעורים בסוגיא דמיגו, אין וואס ס'קאכט זיך אין עולם הישיבות.
https://cloud.mesergo.co.il/umail/?page ... TMxkTO0IDN

...
נ.ב. עס איז באקאנט וואס הגאון רבי אברהם גנחובסקי זצ"ל פלעגט זאגן, אז ער זעט די קעפלעך פון די נייעס, און ער האלט אז אין דער עולם התורה וואלט געדארפט זיין אנדערע סארט קעפלעך, צום-ביישפיל, "געטראפן אן אייזערנעם תירוץ אויף א צע"ג פון רבי עקיבא אייגער", אדער "אויפדעקונג: "רש"י מיט ר"ת קריגן זיך נישט באמת איבער זמנים", אדער אזעלכע קעפלעך.

אין דעם ליכט האבן מיר געמאכט דעם אשכול, איך האב אנגעהויבן אויף אן אופן וואס זאל ציען דעם ליינער, כמובן, ודו"ק וכו' וכו' וכו'.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ווידיאו
הגאון ר' שאול אלתר ביי די שיעור
https://drive.google.com/file/d/1rVhI3c ... kkcAa/view

די קונטרס
https://drive.google.com/file/d/1wRrci3 ... TSYEy/view
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

זייער גוט! פייער פון די באלאטעס!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

לייק פאר די קעפל, כ׳האב שיעור נישט געשיקט א דווח פאר די מנהלים דא...
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

די חסידישע עולם התורה אין ארה"ק האלט מיט די פייער, דאס איז שיחת היום אין אלע ישיבות און כוללים!
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

Wow. זיי פארשטייען גוט צו PR

געדענק איך אין ישיבה אין קרית יואל איז יעדען טאג געווען אזעלעכע פייערס אינעווייניג אין ישיבה. (פלעגט גיין פייער צווישן ר מרדכי ראזענבערג הסברים/שיעורים און ר זלמן לייב רובין וכדו')
נעבעך, אנשטאט רעדן פון די פייערס האט מען אלעמאל אין גאס גערעדט ופן אנדערע פייערס.
הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה "שבהיכל" די פייער פון היכל ... ודו"ק.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

די קליינע אויפרייס סוף פונ'ם שיעור איז שוה הרבה כסף... פיין עטץ וויטלט'ס דוקא כח הטענה האלט'ס ענק דערמיט...

יישר כח פאר'ן ברענגן ברענג נאך אזאנע סחורה
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

;l;p-
פארן קעפל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ניצחנתני... ביידע שרייבן גראדע גאנץ צום זאך.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

וואס איז די דיון? וועגען ר' אלחנן'ס חידוש אז מיגוי איז כח הטענה?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

איינס האט געשריבן: ;l;p-
פארן קעפל
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

געשמאק!

הפלא זיין צוגאנג צו ראשונים כמאלכים.

וואו נאך איז דא שיעורים פון עם?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ביי זיי רעדט מען נישט און אידיש? ער ווארפט דא דארט אריין אידישע ווערטער ביי זיין שיער
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:די קליינע אויפרייס סוף פונ'ם שיעור איז שוה הרבה כסף... פיין עטץ וויטלט'ס דוקא כח הטענה האלט'ס ענק דערמיט...

בערך ביי וועלכע מינוט?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ליבי ובשרי האט געשריבן:געשמאק!

וואו נאך איז דא שיעורים פון עם?

שיעורים פון הגאון ר' שאול אלתר שליט"א
אידיש / עברית

https://www.kolhalashon.com/New/RavDaf/ ... x?RavID=36
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
איינס האט געשריבן: ;l;p-
פארן קעפל
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אפענע וועלט האט געשריבן:Wow. זיי פארשטייען גוט צו PR

געדענק איך אין ישיבה אין קרית יואל איז יעדען טאג געווען אזעלעכע פייערס אינעווייניג אין ישיבה. (פלעגט גיין פייער צווישן ר מרדכי ראזענבערג הסברים/שיעורים און ר זלמן לייב רובין וכדו')
נעבעך, אנשטאט רעדן פון די פייערס האט מען אלעמאל אין גאס גערעדט ופן אנדערע פייערס.
הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה "שבהיכל" די פייער פון היכל ... ודו"ק.


אריין אין זכרונות פון ישיבה קר"י

א גוטע און אמתע נקודה ארויסגעברענגט
אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 2:17 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאנטשיקל »

לא אלמן ישראל און ס'איז נאך דא פאליטיק אויף הלכה...
---
געווען ווען ראחמסטריווקא רבי שליט"א פון אר"'י האט געהאט די ציווילינג, האט מען דענסמאל געהאלטן אינמיטן טיש און איינער (געדענק איך נישט גוט די פרטים... והיודע יודיע...) האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט א ברכת שהחיינו מיט'ן גאנצן ברען בשם ומלכות... ס'געווען א חידוש און ס'האט זיך אנגעהויבען טון אויף קעסל און כלים און ירושלים איז געפארן אויף רעדער, יא געמעגט מאכן א ברכה! נישט געמעגט מאכן א ברכה!... בקיצור ס'האט זיך געטוט'זיך'ט... טרעפט אים איינער א וואך שפעטער און פרעגט אים "היתכן די האסט געמאכט א שהחיינו בשם ומלכות?!" האט ער אים גענטפערט אויף די ירושלימ'ער מהלך "וואסי מיר א חילוק?!" "אבי איך האב געמאכט גאנץ ירושלים לערנען!...."
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

אור האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:
איינס האט געשריבן: ;l;p-
פארן קעפל

;l;p-
אריגינעלע איידיע..
געטראכט
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

שכוייח, האסט מיר מזכה געווען מיט א שעה לערנען, זייער אינטרעסאנט די אופן ווי ער געט די שיעור, גאר הנאה געהאט.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דאס איז טייטש "כי הם חיינו", קוקט אים אן ווי ער לעבט אריין מיט אזא זיסע געשמאק.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

להודיע האט געשריבן:דאס איז טייטש "כי הם חיינו", קוקט אים אן ווי ער לעבט אריין מיט אזא זיסע געשמאק.

אפילו פארגעסן פון די גלעזלע טיי
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
עוד ישבו
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 4:22 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד ישבו »

א הערליכע גליון פון הגאון ר' שאול שליט"א
בנאות דשא [email protected]

לקבלת עוד דברים נפלאים מהגאון הראש ישיבה יש להירשם במייל הבא של דבר אמת:
[email protected]

ולקבלת השלוש סעודת תורה יש להירשם במייל הבא:
דברי רבינו ראש הישיבה [email protected]


טעמו וראו כי טוב

הפלא ופלא!
אליעזר ב.
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:17 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ב. »

איז שייך אז מזאל דא בריינגען זיינע שיעורים כסדר אין דרייוו?
פארשטייט זיך ברשות המנהלים....
איך רעד פון די שיעורים וואס ס'איז דא סיי שמיעה און סיי ראיה..
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אליעזר ב. האט געשריבן:איז שייך אז מזאל דא בריינגען זיינע שיעורים כסדר אין דרייוו?
פארשטייט זיך ברשות המנהלים....
איך רעד פון די שיעורים וואס ס'איז דא סיי שמיעה און סיי ראיה..

דאכט זיך אז איר קענט זיי געפינען אין קול הלשון.
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”