וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אידן פרובירן צו דאווענען מיט כוונה און צולייגען קאפ צו די חלק ההבנה
איז דא ברכות וואו מען טרעפט זיך גרינגער די פלאץ און מען פילט וואו מען האט וואס צו בעטן א שטייגער וואו ברכת אתה חונן , השיבנו, רפאינו, ראה נא, ברך עלינו , מודים, און שמע קולינו ווידער איז דא ברכות וואו געוויסע מיטשענען זיך צו relate’ען צו די ברכות ( וואו דער מענטש פרעגט זיך - איז דאס טאקע וואס פעלט מיך?! באמת איז דאס אבער מחוסר ההבנה פון די אמת׳ע ציל פון געוויסע ברכות )

העל איך בעטן די עולם און ידענים זאל ביטע מיטטיילן וואס זיי האבן אינזינען און וויאזוי זיי קאנעקטען מיט די הייליגע ברכות וואס איז מיסודם פון די אנשי כנסת הגדולה

דערנאך וויל איך פרעגען נאך א שאלה , פארוואס איז דא עטליכע ברכות וואס זענען בעצם אלעס די זעלבע ענין פון גאולה , א שטייגער וואו ראה נא, תקע, השיבה שופטינו, ולירושלים, את צמח , ברכת השיבה איז טאקע מער אויף די נקודה פון שופטים אבער די איבריגע זענען מער אויפן גאולה באופן כללי

וואו געשריבן וואלט איך הנאה געהאט צו הערן וואס די עולם האט אינזינען , אדרבה קומט אריין מיט א שטיקעל הבנה אויף יעדער ברכה לפי אייער הרגש וזכות הרבים תלוי בכם
לעצט פארראכטן דורך וואס עפעס? אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אפשר הייבט מען אן מיט די ערשטע ברכה?

די המשך הדברים כאפעך נישט עד היום
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איך פראביר צו אינזין האבן די פירוש המלות, אמאל כאפט מיר די ווערטער און אמאל נישט, אמאל כאפט עס מיר מער און אמאל ווייניגער.

אין הכי נמי אז די אלע ברכות ענדלען, אבער אין יעדע ברכה ווערט עס ארויסגעברענגט מיט אן אנדערע קנייטש.

וועל איך שרייבן בערך וואס איך האב אינזין ברכה ביי ברכה. עכט קען מען צונעמען יעדע ווארט באזונדער. אבער כ'וועל ארויסבענגען די בעסיקס ווי מ'רופט עס.

מגן אברהם - די קאנעקשאן פון אונז וואס ציהט זיך פון די אבות, אז מיר זענען איין טשיען פון די אבות ביז תש"פ.
מחי' המתים - די גרויסקייט פון די באשעפער ווי מ'ברענגט ארויס וואס ער טוט אלץ און דאס איז א פלאץ ווי מ'קען אינזין האבן אויך צו בעטן אויף די זאכן וואס ווערן דארטן ארויסגעברענגט. (ווי ס'ווערט געברענגט פון צדיקים אז מען זאל ביים דאנקען די באשעפער אינזין האבן אים צו בעטן, ווייל ביים בעטן מישן זיך די מקטריגים אריין צו פרעגן וואס די מענטש איז ווערט, משא"כ ביים דאנקען.)
הקל הקדוש - די זכיה אז מיר זענען מער ווי די מלאכים אז מיר קענען דאנקען און גרויס מאכן די באשעפערס נאמען יעדען טאג דריי מאל.
חונן הדעת - דאנקען און בעטן די באשעפער אויף שכל. און אנערקענען כאטש דריי מאל א טאג אז די באשעפער גיבט די שכל און יעדע ליאדע מינוט קען ער עס אוועקנעמען פונעם מענטש.
הרוצה בתשובה - די גרויסקייט פון די באשעפער אז ער נעמט אן יעדעם זיין תשובה נישט קיין חילוק וויפול מאל מען זאגט צו אז מען גייט זיין גוט. (יעדען טאג ווער איך נאכאמאל איבערגענומען פון די ווערטער "הרוצה בתשובה" ער "וויל" מיר זאלן תשובה טוהן.)
סלח לנו - מען בעט די באשעפער זאל אונז מוחל זיין אויף וואס מען האט זיך נישט אויפגעפיהרט ערליך. (לויטן ליקוטי אמרים פונעם תניא איז דא די פלאץ צו טראכטן פון עבירות וואס מען האט געטוהן און חרטה האבן, משא"כ א גאנצען טאג זאל מען אנגיין מיט א פרישקייט. [עי' פרק כ"ו, כ"ז, כ"ח.]) און אז די חנון 'המרבה' איז אנלימיטעד.
ראה נא - עצם ברכה איז טאקע גאולה, אבער מען ברענגט ארויס אז די באשעפער זאל זעהן אונזער פיין (יעדער קען דארטן ארויסברענגען זייערע געפילן וויאזוי זיי שפירן צער אין גלות.)
רפאנו - רפואה ברוחנית ובגשמיות פאר זיך און גאנץ כלל ישראל. (רופא 'נאמן' ווי די גמרא ברענגט די חילוק צווישן א רופא בשר ודם און די באשעפער.)
ברך עלינו - אויף פרנסה, און אויף וואקסן/שטייגן/ און אין רוחניות. (וברך שנותינו כשנים הטובות - מען זאל קענען אויסנוצן די יארן ווי עס דארף צו זיין. ושבענו מטובה - מען זאל ווערן זאט פון וואס מען עסט [אוכל קמעה והוא מתברך במעיו])
תקע - מען בעט אויף גאולה. און אויף קיבוץ גליות. (די אידן זאלן ווערן צוזאמגענומען)
השיבה - אויף גאולה. (די באשעפער זאל שוין קעניגן.) "וצדקנו בצדק ובמשפט" די באשעפער זאל אונז דן זיין לויט די היינטיגע נסיונות.
ולמלשינים - בעטן אויף די מפלה פון די רשעים/מינים.
על הצדיקים - בעטן אויף די צדיקים און אלע אידן און אויף גרים אז די באשעפער זאל רחמנות האבן אויף זיי. און אויך בעטן מען דארטן אויף בטחון ביי 'ותן שכר טוב לכל הבוטחים בשמך באמת, ושים חלקנו עמהם"'(חפץ חיים)
ולירושלים - אויף גאולה, אין בעיקר אויף בנין ירושלים און אז די באשעפער זאל אונז צירוקקערן צו ירושלים.
את צמח - אויף מלכות בית דוד (?) בעיקר כאפט מיר די ווערטער "כי לישועתך קוינו כל היום".
אב הרחמן - מען ברעגט דארטן ארויס ווי מען גלייבט אז די באשפער הערט אויס וואס מען רעדט צו אים און אז ער זאל אננעמען די תפילות "ריקם 'אל' תשיבנו". און מיר דאנקן די באשעפער אלץ די "שומע תפילה".
רצה - בעט מען אז די באשפער זאל אננעמען כלל ישראל וויאזוי זיי זעהען נאר אויס, און ער זאל אננעמען אונזערע תפילות. "ותהי לרצון 'תמיד' עבודת ישראל עמך". און מען בעהט אז מען זאל שוין קענען טוהן די עבודה אינעם בית המקדש.
מודים/ועל כולם - דאנקען די באשעפער אויף אלעס וואס ער טוט צו אונז און אלעס וואס ער גיבט אונז. "הטוב שמך, ולך נאה להודות". נאר אים איז ראוי צו לויבן און קיינעם אויסער אים.
שים שלום - יעדע ווארט דארטן קען מען צונעמען. מען בעהט אויף שלום, און אויף "אור פניך" וואס דאס גיבט אונז די וועג פון לעבן און די אלע זאכן וואס ווערן דארטן אויסגערעכנט.

ייש"כ פארן עפענען אזא מין אשכול. כ'גלייב אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן פון דעם.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ראה נא - עצם ברכה איז טאקע גאולה, אבער מען ברענגט ארויס אז די באשעפער זאל זעהן אונזער פיין (יעדער קען דארטן ארויסברענגען זייערע געפילן וויאזוי זיי שפירן צער אין גלות.)

רש" אין מגילה יז ע"ב שרייבט וז"ל: האי גאולה לאו גאולה דגלות היא אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד, דהא ברכת קיבוץ ובנין ירושלים וצמח דוד יש לכל אחת ואחת ברכה לעצמה לבד מגאולה זו.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גלות איד האט געשריבן:

אהא, ייש"כ פארן אויפמערקזאם מאכן דעראויף.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גלות איד האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ראה נא - עצם ברכה איז טאקע גאולה, אבער מען ברענגט ארויס אז די באשעפער זאל זעהן אונזער פיין (יעדער קען דארטן ארויסברענגען זייערע געפילן וויאזוי זיי שפירן צער אין גלות.)

רש" אין מגילה יז ע"ב שרייבט וז"ל: האי גאולה לאו גאולה דגלות היא אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד, דהא ברכת קיבוץ ובנין ירושלים וצמח דוד יש לכל אחת ואחת ברכה לעצמה לבד מגאולה זו.

טאקע איך אויכעט, האב אינזין די פריוואטע גאולות וואס כדארף דא און דארט - און אפילו ווען איך האב א קאנפליקט מיט עימיצן וועל איך בעטן השי"ת ער זאל מיר אויסלייזן פון דעם.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אויב מעג מען מער אויסברייטערן דברי ידידינו גע"ה.

מגן אברהם, מחיה המתים און אתה קדוש זענען ברכות השבח, ווי די גמרא זאגט שוין אז מ'הייבט אן מיט שבח און דערנאך קען מען גיין בעטן ווייטער פונעם מלך.

פאר מער איבער די טשעין, איז עס סיי אונזער קשר מיט די אבות, און סיי וואס 'אלקינו ואלקי אבותינו' מיינט, אז מיר האבן דעם זעלבן באשעפער ווי אונזערע אבות האבן געהאט מיט טויזנטער יאר צוריק. הוא לא ישתנה והוא לא ישתנה. אויב טראכט מען אריין ברענגט דאך עס ארויס געוואלדיגע געגועין און אהבה, אז אז איך קליינע מענטשעלע אין תש"פ, קען רעדן צו די זעלבע גרויסע באשעפער ווי די הייליגע אבות האבן גערעדט!
הערה. איך פערזענליך טייטש ממית ומחיה, ער מאכט שטארבן און ער מאכט לעבעדיג, דהיינו 'געבוירן'. אויסער וואס ער איז מחיה די מענטש און אלע עולמות בכל רגע ורגע, האט ער נאך א גבורה אז בידו נפש כל חי כמה יעברון וכמה יבראון.

חונן הדעת - די סידורים טייטשן אויך אויף הבנת והשגת התורה, און השגת רוח הקודש, וואס לענ"ד מיינט עס נישט אז מ'זאל קענען תופס מחשבות זיין, נאר פשוט אז די מח זאל טראכטן הייליג, מ'זאל זיין דבוק אין קדושה.

השיבנו אבינו לתורתיך - לב יודע מרת נפשו, ס'ציפט מיר און ס'בענקט מיר צו די פריערדיגע יארן ווען כ'האב מער געלערנט און געהאט אסאך שאיפות.. וקרבנו מלכינו לעבודתיך - קענען זיין אן עובד ה'. די אנדערע חלק האט דאך גע"ה אזוי שיין ארויסגעברענגט, וכן בברכת סלח לנו.

ראה נא בענינו וגאלינו - ווי איך ווייס גייט עס אויך ארויף אויף גאולה פרטית, יעדער מיט זיינע שוועריגקייטן און מוטשענישן, סיי בגשמיות בגוף ובנפש, (און ווי ידידנו ר' דניאל האט אויסגעשמועסט), און סיי ברוחניות זיך צו קענען מתגבר זיין אויף נסיונות.

השיבה שופטינו - האב איך געזען אין איינע פון די סידורים איז מדגיש אז דער אויבערשטער אליין זאל אונז דן זיין, ווייל ער ווייסט אונזער מצב און אונזערע נסיונות.

שומע תפלה - איז כדאי צו ברענגן דאס ווארט פון צדיקים, כי אתה שומע תפלת כל פ"ה, דער אויבערשטער הערט צו אפילו פון איינער וואס איז א פע..

מודים - כ'געדענק נישט וואו כ'האב געזען אדער געהערט אז דא איז אין פלאץ צו בעטן אויף ערליכע קינדער, לדור ודור נודה לך ונספר תהלתך, די ווייטערדיגע דורות זאלן אויך לעבן מיטן אויבערשטן. (דאס שטימט לויטן נוסח מגן ישענו אתה הוא, לדור ודור נודה וגו'. ס'דא א אנדערע נוסח וואס צעטיילט עס, אתה הוא לדור ודור, נודה לך ונספר תהלתיך)

און אז איך כאפ מיר אז כ'האלט שוין סוף שמו"ע אוןן כ'בין בכלל נישט געווען דאהי, איז דא די ווארט פון צדיקים "אז יענער כאפט, כאפ דו אויך!", און ביי אלקי נצור פרוביר איך אריינצוכאפן... אין יעדעס ווארט קען מען דאך אזויפיל אריינטייטשן צו אינזין האבן..

דער אויבערשטער זאל טאקע צוהערן אלע אונזערע תפלות און מיר זאלן אלעמאל פועל'ן אלעס גוטס!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ייש"כ פארן פארברייטערן.
די מעשה צום סוף איז די משל פונעם הייליגן חפץ חיים איבער די אלמנה מיט די עפל אין מארק.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לדור ודור איז פון בעלזער רב כ'ווייס נישט וועלכע..

ממית ומחיה איז דא א טייטש אז דער אויבשטער איז ממית א גוי, און דורכדעם מחי' א איד, ווי צדיקים פלעגן טון, ווען א איד איז לא עלינו נישט געזונט געווען, האט מען געמאכט זה חלפתי מיט א גוי
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:לדור ודור איז פון בעלזער רב כ'ווייס נישט וועלכע..

ממית ומחיה איז דא א טייטש אז דער אויבשטער איז ממית א גוי, און דורכדעם מחי' א איד, ווי צדיקים פלעגן טון, ווען א איד איז לא עלינו נישט געזונט געווען, האט מען געמאכט זה חלפתי מיט א גוי

די לדור ודור ווארט איז פון איינער פון די פריעדיגע בעלזא רבי״ס זיע

ער זאגט אז וויבאלד בעטן אויף די דורות איז אזא וויכטיגע נושא האט מען עס אריינגעלייגט ברמיזא און אזוי זאל נישט זיין קיין עיקוב פון די וואס שטערן אונזערע תפילות
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

איז אין בעלזא טאקע די נוסח מגן ישענו אתה הוא, לדור ודור נודה לך?
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

וואס האט דער עולם אינזינען ביי תקע, השיבה שופטינו, ולירושלים, את צמח?
אויפן גאולה בעהט מען דאך שוין ביי ראה נא

נאך וויל איך פארשטיין די ברכת על הצדיקים
פארוואס דארפן מיר בעהטן אז די צדיקים זאלן באקומען שכר?
אפשר איז די עיקר ברכה די חלק פון יהיו נא רחמיך באופן כללי?

ווער עס קען ביטע אויסברייטערן
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

כדאי צו קוקן אין ספר יערות דבש ח״א דרוש א׳ ווי ער גייט אדורך גאנץ שמו״ע וואס מ׳זאל אינזין האבן ביי יעדע ברכה. אינטערעסאנט, ער זאגט דארט אז מחיה מתים גייט אויף תשובה ווייל רשעים בחייהם קרויים מתים עיי״ש
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

ביי ברכת על הצדיקים זאגן מיר וְשִׂים חֶלְקֵנוּ עִמָּהֶם, וואס איז פשט פון די ווערטער?

בעטען מיר דען פאר א ״פרי רייד״ :grin:?

מיר וויסען דאך הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, נא אז מ׳וויל אמת׳דיג קאן מען דאך זיין א צדיק, נא וואזשע בעט מען דא?

די זעלבע איז דא ביי בריך שמיה, זאגט מען וְלֶהֱוֵי אֲנָא פְקִידָא בְּגוֹ צַדִּיקַיָּא.

אויך פסח ביים סדר, הָרַחֲמָן הוּא יַנְחִילֵנוּ לְיוֹם שֶׁכֻּלוֹ טוֹב. (לְיוֹם שֶׁכֻּלוֹ אָרוֹךְ. יוֹם שֶׁצַּדִּיקִים יוֹשְׁבִים וְעַטְרוֹתֵיהֶם בְּרָאשֵׁיהֶם וְנֶהֱנִים מִזִּיו הַשְּׁכִינָה, וִיהִי חֶלְקֵינוּ עִמָּהֶם).
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים איז אן עונש פאר דעם וואס די אידן זענען געווען כפויי טובה ביי מתן תורה (עיין עבודה זרה ה.), זעהט אויס אז מיט תפילה קען מען צוריקדרייען, כאטש טיילווייז.

אז מ'וויל אמת'דיג קען מען טאקע זיין א צדיק, און טאקע דאס בעט מען, אז מ'זאל וועלן אמת'דיג...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:ביי ברכת על הצדיקים זאגן מיר וְשִׂים חֶלְקֵנוּ עִמָּהֶם, וואס איז פשט פון די ווערטער?

בעטען מיר דען פאר א ״פרי רייד״ :grin:?

מיר וויסען דאך הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, נא אז מ׳וויל אמת׳דיג קאן מען דאך זיין א צדיק, נא וואזשע בעט מען דא?

כ'האב אמאהל געזאגט בדרך רמז, ע"פ וואס שטייט פון מרן מהר"י מבעלזא זי"ע אויפ'ן פסוק "ומל ה"א את לבבך ואת לבב זרעך וגו' למען חייך", אז לכאורה איז שווער די זעלבע קשיא, הכל בידי שמים חוץ מיר"ש, האט ער געענטפערט, אויב א יוד אנערקענט אז דאס איז זיין לעבן, אויב אזוי, אויף לעבן קען מען דאך יא בעטן!
דאס זאגט דער פסוק "למען חייך".

די זעלבע קען מען זאגן דא, ע"פ וואס שטייט אין זוהר אז ווען א מענטש באקומט שכר מתנת חינם, שעמט ער זיך. בעט מען "ושים חלקנו עמהם", וואס דאס איז א זאך וואס מ'קען בעטן, און דאך "ולעולם לא נבוש", ווי אזוי וועט דאס זיין, נאר אז "כי בך בטחנו".
חוח בין השושנים האט געשריבן:
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

עס וואלט ווען געברויכט זיין א הקדמה אז די מינימום וואס שטייט אין שו״ע, איז צו אינזין האבן פירוש המילות, פארשטייט זיך אליינס אז עס זענען פארהאן פארשידנארטיגע מדריגות אין כוונה, אזוי ווי למשל די חסידים הראשונים וואס זענען צוגעקומען צו התפשטות הגשמיות, אבער אינזין האבן די פשוטע טייטש איז א הלכה מפורשת.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

מראה מקום?
אוועטאר
אפגערעדט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:24 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגערעדט »

חלב ישראל האט געשריבן:מראה מקום?

סימן ק"א סעיף א' ועיין במשנה ברורה שם סק"ב
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

ס'דא צו באקומען א הערליך קונטרס פון ר'שאול סירוטה שליט''א, ווי ער איז מבאר די שמו''ע פון ר''ה מלה במלה , איז ער אויך מבאר דארט די ערשטע דריי ברכות הנוגע בכל יום, האמיר זיך עס איינגעהאנדלט ער''ה, ויקרה הוא מפנינם ומפז חשובים, מ'כאפט זיך אליינס נישט וויפיל תפלות ובקשות ליגט אריינגעפלאכטן און יעדע ווארט.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

איך האב געווענטליך אינזין פארוואס איך האב נישט אינזין....
לפנות בוקר
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

מענין לענין, ס'איז מיר היינט בייגעפאלן ביי ברכת אהבת עולם / אהבה רבה, ותן בלבינו בינה וכו' "ולקיים את כל דברי תלמוד תורתיך באהבה", אז מ'קען דא מתפלל זיין מ'זאל אליין, און אויך די קינדער ודורות הבאים, מקיים זיין אלע מצוות ה' ובתוכם "פרו ורבו", "ושננתם לבניך", האבן די כוחות צו מקיים זיין מצוות אויף דער עלטער ובתוכם פאסטן יום הקדוש. האבן די פינאנציעלע מגליכקייטן צו מקיים זיין אלע מצוות בהידור רב ווי ד' מינים, כתיבת ספר תורה ועוד. תן לחכם ויחכם עוד והשי"ת יקבל תפלתינו לרחמים ולרצון תמיד.
טי בעג
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 7:38 am

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טי בעג »

מהו הלכה אם לא כיון באבות אבל כיון בכל הברכות?
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.
נפש יהודי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2021 12:22 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש יהודי »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:ביי ברכת על הצדיקים זאגן מיר וְשִׂים חֶלְקֵנוּ עִמָּהֶם, וואס איז פשט פון די ווערטער?

בעטען מיר דען פאר א ״פרי רייד״ :grin:?

מיר וויסען דאך הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, נא אז מ׳וויל אמת׳דיג קאן מען דאך זיין א צדיק, נא וואזשע בעט מען דא?

די זעלבע איז דא ביי בריך שמיה, זאגט מען וְלֶהֱוֵי אֲנָא פְקִידָא בְּגוֹ צַדִּיקַיָּא.

אויך פסח ביים סדר, הָרַחֲמָן הוּא יַנְחִילֵנוּ לְיוֹם שֶׁכֻּלוֹ טוֹב. (לְיוֹם שֶׁכֻּלוֹ אָרוֹךְ. יוֹם שֶׁצַּדִּיקִים יוֹשְׁבִים וְעַטְרוֹתֵיהֶם בְּרָאשֵׁיהֶם וְנֶהֱנִים מִזִּיו הַשְּׁכִינָה, וִיהִי חֶלְקֵינוּ עִמָּהֶם).

עיי' מהרש"א ברכות ד"ף י' ע"א ד"ה חטאים כתיב וגם בחזון איש סוף או"ח בהעתקות מגליון החומש דברים ה' וויאזוי זיי פארענפרען די קשיא
"אויב מנהגים שרייבט השי"ת מיט א בליי, הלכות מיט א פעדער, דאורייתות מיט טינט פון א ספר תורה, און די עשרת הדברות אויסגעקריצט אין שטיין, זענען הלכות הטבע איינגעקריצט אין דער סאמע עקזיסטענץ פון דער וועלט" יצחק לעווי
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: וואס האט איר אינזינען ביי ברכת שמונה עשרה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

נפש יהודי האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:ביי ברכת על הצדיקים זאגן מיר וְשִׂים חֶלְקֵנוּ עִמָּהֶם, וואס איז פשט פון די ווערטער?

בעטען מיר דען פאר א ״פרי רייד״ :grin:?

מיר וויסען דאך הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, נא אז מ׳וויל אמת׳דיג קאן מען דאך זיין א צדיק, נא וואזשע בעט מען דא?

די זעלבע איז דא ביי בריך שמיה, זאגט מען וְלֶהֱוֵי אֲנָא פְקִידָא בְּגוֹ צַדִּיקַיָּא.

אויך פסח ביים סדר, הָרַחֲמָן הוּא יַנְחִילֵנוּ לְיוֹם שֶׁכֻּלוֹ טוֹב. (לְיוֹם שֶׁכֻּלוֹ אָרוֹךְ. יוֹם שֶׁצַּדִּיקִים יוֹשְׁבִים וְעַטְרוֹתֵיהֶם בְּרָאשֵׁיהֶם וְנֶהֱנִים מִזִּיו הַשְּׁכִינָה, וִיהִי חֶלְקֵינוּ עִמָּהֶם).

עיי' מהרש"א ברכות ד"ף י' ע"א ד"ה חטאים כתיב וגם בחזון איש סוף או"ח בהעתקות מגליון החומש דברים ה' וויאזוי זיי פארענפרען די קשיא

איך בין איצט על אם הדרך,האבעך נישט א ספרים-שאנק ביי די האנט.
לאמיר הערן בקיצור, וואס זאגט די הייליגע מהרש״א?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”