חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
ער איז עלטער וואו איך האב געמיינט
ער האט שוין א שיינע פאר ווייסע האר
ער האט שוין א שיינע פאר ווייסע האר
הצלחה
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
שאשא האט געשריבן:ער איז עלטער וואו איך האב געמיינט
ער האט שוין א שיינע פאר ווייסע האר
וואס האסטו געמיינט?
ער איז פון די ערשטע דור יואל'ישלעך, געבוירן אין די ערשטע יאר פון די פטירה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2698
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
לכאורה האט געשריבן:ליבי ובשרי האט געשריבן:אידישע מוח האט געשריבן:https://ahblicklive.com/post.php?u_id=PwyDKBL0z6yqg1vHbPX
די מגי''ש איז מיט די שווארצע בארד וואס גיט די האנט פאר סקועלענע רבי?
יא
א שיינע הדרת פנים
אינטערעסאנט ער איז נאכנישט קיין רב מיט א אייגענע בית מדרש
איך פריי מיך צו זעען די ערשטע מאל דאס פנים פון די מגי”ש וואס איך באלעק מיך מיט זיינע שיעורים
מזל טוב צו די חתונה און זאל ער זעען אסאך נחת פון אלע זיינע קינדער און אייניקלעך
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
לכאורה האט געשריבן:וואס האסטו געמיינט?
ער איז פון די ערשטע דור יואל'ישלעך, געבוירן אין די ערשטע יאר פון די פטירה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע
דער קול פון די שיעורים הערט זיך זייער יונג און מונטער. אבער למעשה זענען די שיעורים דאך נישט פאר יעצט נאר פון אפאר יאר צוריק.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
לכאורה האט געשריבן:אידישע מוח האט געשריבן:https://ahblicklive.com/post.php?u_id=PwyDKBL0z6yqg1vHbPX
געפעלט מיר דער קעפל "הגר"י מייזליש"...
מיך אויך געוואונדערט.
דערמאנט עפעס פון הגר"י ראטה, אדער הגרח"צ מייזליש...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1559
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
מזל טוב מגיד שיעור, אסאך אסאך אידיש נחת געזונטערהייט, מ'זאל קענען אויפטוהן פאר אידישקייט אויף אלע פראנטן!
שיינע שטריימל...
שיינע שטריימל...
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז

בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
אז דער אשכול קומט ארויף, דערמאן איז זיך גירסא דינקותא ווי איך בין געזיצן מיט א תענית גמרא א טיש ארויפצו, און אריינגעקלאצט ווי דער חשובער מגיד שיעור לערנט אזוי פאר מיט זאפטיגקייט דעם טעגליכן חק שיעור. אפגעזען צי עס זיצן דארט איינס און האלב אידן, צי באלד צוויי מנינים גאר... מען זעט די גאנצע צייט ווי ער האט אינזין דעם רעקארדער בפניו אז די מקשיבי הטעלעפאן זאלן באקומען פולע סערוויס.
בין איך נאר נייגעריג צו די שיעורים וואס מען רעדט דא זענען טאקע די שיעורים וואס ער האט דאן פארגעלערנט, ווייל אויב אזוי איז דא מער ווי איין יאר שיעוירים. און צי מען הערט נישט די בעקראונד פון די לומדי הביהמ"ד אדער די קשיות פון די מקשיבים.
בין איך נאר נייגעריג צו די שיעורים וואס מען רעדט דא זענען טאקע די שיעורים וואס ער האט דאן פארגעלערנט, ווייל אויב אזוי איז דא מער ווי איין יאר שיעוירים. און צי מען הערט נישט די בעקראונד פון די לומדי הביהמ"ד אדער די קשיות פון די מקשיבים.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:בין איך נאר נייגעריג צו די שיעורים וואס מען רעדט דא זענען טאקע די שיעורים וואס ער האט דאן פארגעלערנט, ווייל אויב אזוי איז דא מער ווי איין יאר שיעוירים. און צי מען הערט נישט די בעקראונד פון די לומדי הביהמ"ד אדער די קשיות פון די מקשיבים.
ניין, די טעלעפאון שיעורים זיינען ספעציעל פארגעלערנט געווארן פאר מפעל החק מיט איין איינציגער באטייליגטער ביים שיעור (דע רעקארדער..) און זיי האבן די פולע רעכטן אויף דיעזער שיעורים.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Kollel האט געשריבן:הלבלר בקולמסו האט געשריבן:בין איך נאר נייגעריג צו די שיעורים וואס מען רעדט דא זענען טאקע די שיעורים וואס ער האט דאן פארגעלערנט, ווייל אויב אזוי איז דא מער ווי איין יאר שיעוירים. און צי מען הערט נישט די בעקראונד פון די לומדי הביהמ"ד אדער די קשיות פון די מקשיבים.
ניין, די טעלעפאון שיעורים זיינען ספעציעל פארגעלערנט געווארן פאר מפעל החק מיט איין איינציגער באטייליגטער ביים שיעור (דע רעקארדער..) און זיי האבן די פולע רעכטן אויף דיעזער שיעורים.
סא, יענער רעקארדער איז געווען פאר פאן?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:Kollel האט געשריבן:הלבלר בקולמסו האט געשריבן:בין איך נאר נייגעריג צו די שיעורים וואס מען רעדט דא זענען טאקע די שיעורים וואס ער האט דאן פארגעלערנט, ווייל אויב אזוי איז דא מער ווי איין יאר שיעוירים. און צי מען הערט נישט די בעקראונד פון די לומדי הביהמ"ד אדער די קשיות פון די מקשיבים.
ניין, די טעלעפאון שיעורים זיינען ספעציעל פארגעלערנט געווארן פאר מפעל החק מיט איין איינציגער באטייליגטער ביים שיעור (דע רעקארדער..) און זיי האבן די פולע רעכטן אויף דיעזער שיעורים.
סא, יענער רעקארדער איז געווען פאר פאן?
אויב איר זיינט גאר שטארק נייגעריג..קאנעך פרעגן די מגי''ש קומעדיגס מאל יאך באגעגענענעים.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
Kollel האט געשריבן:הלבלר בקולמסו האט געשריבן:בין איך נאר נייגעריג צו די שיעורים וואס מען רעדט דא זענען טאקע די שיעורים וואס ער האט דאן פארגעלערנט, ווייל אויב אזוי איז דא מער ווי איין יאר שיעוירים. און צי מען הערט נישט די בעקראונד פון די לומדי הביהמ"ד אדער די קשיות פון די מקשיבים.
ניין, די טעלעפאון שיעורים זיינען ספעציעל פארגעלערנט געווארן פאר מפעל החק מיט איין איינציגער באטייליגטער ביים שיעור (דע רעקארדער..) און זיי האבן די פולע רעכטן אויף דיעזער שיעורים.
ביסט זיכער? מען הערט אמאל אריינפרעגן וכדו טאקע זייער ווייניג אבער סאיז דא
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
מנשה מאיר האט געשריבן:Kollel האט געשריבן:הלבלר בקולמסו האט געשריבן:בין איך נאר נייגעריג צו די שיעורים וואס מען רעדט דא זענען טאקע די שיעורים וואס ער האט דאן פארגעלערנט, ווייל אויב אזוי איז דא מער ווי איין יאר שיעוירים. און צי מען הערט נישט די בעקראונד פון די לומדי הביהמ"ד אדער די קשיות פון די מקשיבים.
ניין, די טעלעפאון שיעורים זיינען ספעציעל פארגעלערנט געווארן פאר מפעל החק מיט איין איינציגער באטייליגטער ביים שיעור (דע רעקארדער..) און זיי האבן די פולע רעכטן אויף דיעזער שיעורים.
ביסט זיכער? מען הערט אמאל אריינפרעגן וכדו טאקע זייער ווייניג אבער סאיז דא
כך שמעתי מפי הרב שליט''א.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:וואס האסטו געמיינט?
ער איז פון די ערשטע דור יואל'ישלעך, געבוירן אין די ערשטע יאר פון די פטירה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע
דער קול פון די שיעורים הערט זיך זייער יונג און מונטער. אבער למעשה זענען די שיעורים דאך נישט פאר יעצט נאר פון אפאר יאר צוריק.
די לענגערע שיעורים זענען אלע פארגעלערנט געווארן בשעת תשע"א, די קורצערע זענען פארגעלערנט געווארן תש"ע-ע"א, ווידער די חומש רש"י שיעורים זענען שפעטער פארגעלערנט געווארן, בערך תשע"ג-ה.
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
בערל קראקאווער האט געשריבן:מזל טוב מגיד שיעור, אסאך אסאך אידיש נחת געזונטערהייט, מ'זאל קענען אויפטוהן פאר אידישקייט אויף אלע פראנטן!
שיינע שטריימל...
גראדע ווייס איך אז דאס איז א געבארגטע שטריימל...
שוין ס'צווייטע חתונה וואס דער מגי"ש בארגט פונעם זעלבן מענטש א שיינע שטריימל אויף די חתונה נאכט
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24620
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: Re:
לכאורה האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:וואס האסטו געמיינט?
ער איז פון די ערשטע דור יואל'ישלעך, געבוירן אין די ערשטע יאר פון די פטירה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע
דער קול פון די שיעורים הערט זיך זייער יונג און מונטער. אבער למעשה זענען די שיעורים דאך נישט פאר יעצט נאר פון אפאר יאר צוריק.
די לענגערע שיעורים זענען אלע פארגעלערנט געווארן בשעת תשע"א, די קורצערע זענען פארגעלערנט געווארן תש"ע-ע"א, ווידער די חומש רש"י שיעורים זענען שפעטער פארגעלערנט געווארן, בערך תשע"ג-ה.
סתם פאר נייגריגקייט. די הערסט אויך אויס די שיעורים פין די מגי"ש?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
לכאורה האט געשריבן:בערל קראקאווער האט געשריבן:מזל טוב מגיד שיעור, אסאך אסאך אידיש נחת געזונטערהייט, מ'זאל קענען אויפטוהן פאר אידישקייט אויף אלע פראנטן!
שיינע שטריימל...
גראדע ווייס איך אז דאס איז א געבארגטע שטריימל...
שוין ס'צווייטע חתונה וואס דער מגי"ש בארגט פונעם זעלבן מענטש א שיינע שטריימל אויף די חתונה נאכט
מי יתן והי' אזאנע גמ''ח'ן.. וואלט ווען געקאנט שפארן א געוואלד פאר אסאאאך אידן.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:אז דער אשכול קומט ארויף, דערמאן איז זיך גירסא דינקותא ווי איך בין געזיצן מיט א תענית גמרא א טיש ארויפצו, און אריינגעקלאצט ווי דער חשובער מגיד שיעור לערנט אזוי פאר מיט זאפטיגקייט דעם טעגליכן חק שיעור. אפגעזען צי עס זיצן דארט איינס און האלב אידן, צי באלד צוויי מנינים גאר... מען זעט די גאנצע צייט ווי ער האט אינזין דעם רעקארדער בפניו אז די מקשיבי הטעלעפאן זאלן באקומען פולע סערוויס.
בין איך נאר נייגעריג צו די שיעורים וואס מען רעדט דא זענען טאקע די שיעורים וואס ער האט דאן פארגעלערנט, ווייל אויב אזוי איז דא מער ווי איין יאר שיעוירים. און צי מען הערט נישט די בעקראונד פון די לומדי הביהמ"ד אדער די קשיות פון די מקשיבים.
אויף די מפעל החק טעלעפאן ליניע און אזוי אויך אויפ'ן וועבזייטל, קען מען טרעפן קורצערע און לענגערע שיעורים
די לענגערע זענען פארגעלערנט געווארן ספעציעל פאר'ן רעקארדירער (אין בית המדרש אוסטריק אויף סקילמאן סטריט, על פי רוב, אויסער אין די זומער וואכן ווען דער מגי"ש וויילט אין קאנטרי), און די קורצערע זענען פארגעלערנט געווארן אין שול פאר א ציבור אידן [דער שיעור איז אנגעגאנגען ניין יאר, אבער מ'האט בלויז רעקארדירט איין-צוויי יארן].
דער מפעל (און אזוי אויך קרן שמואל ישעי') האבן אדורכגעזיפט די שול שיעורים פון אלע איבריגע גערודער.
Re: Re:
מומחה יוחס האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:וואס האסטו געמיינט?
ער איז פון די ערשטע דור יואל'ישלעך, געבוירן אין די ערשטע יאר פון די פטירה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע
דער קול פון די שיעורים הערט זיך זייער יונג און מונטער. אבער למעשה זענען די שיעורים דאך נישט פאר יעצט נאר פון אפאר יאר צוריק.
די לענגערע שיעורים זענען אלע פארגעלערנט געווארן בשעת תשע"א, די קורצערע זענען פארגעלערנט געווארן תש"ע-ע"א, ווידער די חומש רש"י שיעורים זענען שפעטער פארגעלערנט געווארן, בערך תשע"ג-ה.
סתם פאר נייגריגקייט. די הערסט אויך אויס די שיעורים פין די מגי"ש?
די שיעורים אויף חק לישראל כמעט נישט, זינט איך לערן נישט קיין חק
אבער מיט די שיעורים אויף חומש רש"י באלעק איך מיך כסדר (לעצטנס זיך געמאכט א קביעות אז יעדע מאל כ'פאר אריין אין שטאט וכדומה, הער איך דאס אויס אויפ'ן וועג)
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
Kollel האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:בערל קראקאווער האט געשריבן:מזל טוב מגיד שיעור, אסאך אסאך אידיש נחת געזונטערהייט, מ'זאל קענען אויפטוהן פאר אידישקייט אויף אלע פראנטן!
שיינע שטריימל...
גראדע ווייס איך אז דאס איז א געבארגטע שטריימל...
שוין ס'צווייטע חתונה וואס דער מגי"ש בארגט פונעם זעלבן מענטש א שיינע שטריימל אויף די חתונה נאכט
מי יתן והי' אזאנע גמ''ח'ן.. וואלט ווען געקאנט שפארן א געוואלד פאר אסאאאך אידן.
איך ווייס פון אנדערע אידן וואס טוען אויך אזוי (איינער פון די רבנים ביי וועמען איך פלעג דאווענען, פלעגט בארגן פון זיינס א פלומעניק דעם שטריימל אויף די גאנצע שבעת ימי המשתה).
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
אויב בין איך מעביר סדרה פרייטאג די גאנצע סדרא, דארף איך אויך זאגן ביים סדר חק מידי יום ביומו די מקרא ותרגום ?
און אויב איז די ענין דוקא יא זאגן די מקרא און די תרגום, דאן בנידון דידי מוז עס זיין "שנים" מקרא ?
ווי אויך, איז אויך א ענין צו זאגן די נביאים און כתובים ב' מקרא וא' תרגום, נו אויב טאקע נישט, איז אפשר בנידון דידי דארף איך אויך נישט ביי תורה, וויל איך לערן דאך נישט חק אויף צו מעביר סדרא זיין
ס'איז מיר פשוט מבלבל מיטן לימוד חו"ר, דאס אריינהאקן די נאכאמאל מקרא און דאס תרגום זאגן אינמיטן לערנען
(כאטש וואס ביי נביאים און כתובים איז די תרגום געווענדליך מער מיט חידושים וביאורים)

הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
בעל החבית האט געשריבן:אויב בין איך מעביר סדרה פרייטאג די גאנצע סדרא
פארוואס טאקע? איז נישט שמו"ת ביי חק גענוג? איך זע נישט פארוואס דאס זאל נישט זיין א לכתחילה קיום דער חיוב פון מעביר סדרה זיין.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:בעל החבית האט געשריבן:אויב בין איך מעביר סדרה פרייטאג די גאנצע סדרא
פארוואס טאקע? איז נישט שמו"ת ביי חק גענוג? איך זע נישט פארוואס דאס זאל נישט זיין א לכתחילה קיום דער חיוב פון מעביר סדרה זיין.
און פרייטיג זאל מען אנהויבן ווייטער דארט ווי מהאלט? (נאך די 26 פסוקים)
אפילו אינמיטן א קפיטל/פרשה?
איך בין שוין לאנג צומישט מיט דעם
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
טאוסטעד האט געשריבן:און פרייטיג זאל מען אנהויבן ווייטער דארט ווי מהאלט? (נאך די 26 פסוקים)
אפילו אינמיטן א קפיטל/פרשה?
איך בין שוין לאנג צומישט מיט דעם
מיר זעט אויס פשוט אזוי. זע אויך דא viewtopic.php?p=1858501#p1858501
אבער לאמיר ווארטן אויף די תלמידי חכמים.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
א דאנק
כבין טאקע געווען צומישט אויב מדארף ארויסזאגן די שמות
אינטערעסאנט די מגיד שיעור אויפן טעלעפאון זאגט עס נישט ארויס ס'איז דאך ריקארדעד פון א לייו שיעור
אינטערעסאנט טאקע פארוואס

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: חק לישראל - הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א
מ'איז ביינוז סיי ווי מעביר סדרה דייקא אן א הפסק מרישא לסיפא, צו ס'איז ע"פ הלכה אדער ע"פ סוד דאס לאז איך פאר די וואס קענען די קליינע אותיות, ע"כ איז גארנישט נוגע וואס מ'האט שוין געזאגט פון פריערט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]