איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג יולי 23, 2020 12:44 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:דאס איז נישט קיין חסידישע מנהג. דאס איז א יודישער מנהג. ווערט נאך געברענגט אין חז״ל.

וועלכע חז"ל, דו מיינסט אפשר די רש"י אין כריתות דף ה: ד"ה מספר? אדער אפשר מיינסטו די ירושלמי אין ראש השנה פ"א ה"ג וואס ווערט געברענגט אין טור או"ח סוף סימן תקפ"א?

פון דארט קען אויך זיין א ראי׳.
עס איז דא מערערע מקורות דערויף.
איינס דערפון איז אין מס׳ גיטין דף נח. ווי די גמ׳ ברענגט די מעשה ווי ר׳ יהושע בן חנני׳ איז גאגאנגען לכרך גדול שברומי האט מען אים פארציילט איבער א קינד וואס זיצט אין תפיסה יפה עינים וטוב רואי ״וקווצותיו סדורות לו תלתלים״

מיט אזעלכע ראיות ווער דארף נאך פירכות? :lol:

זאג נאר, האסט שוין אמאל געזעהן א קינד מיט א לאנגע בארד? און זינט ווען איז קווצותיו טייטש א בארד? ביטע טרייבט נישט קיין לצנות פון זיך אליינס.

איך האב מיך באצויגען צו דעי תגובה.
דניאל אויערבאך האט געשריבן:פון וואו דען שטאמט דער מנהג אז חסידים גייען לאנגע בארד און פיאות?

גערעכט. דעי ראי׳ איז נישט אויפן בארד. דאכציך אז א ראי׳ אויף איין זאך איז נאך נישט ממש ליצנות געמאכט.

אוועטאר
פירורים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:33 am

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך פירורים » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 2:16 am

געהערט אמאל אויפן הייליגען רמח"ל, אז איינע פון די שטארקע טענות אויף איהם בשעתו, פון די מקובלים, איז געווען אויף זיין אייגענארטיגע מנהג פון דווקא יא שערן די בארד, כדי עס זאל נישט ארויס פאלן קיין האר פון שורש(ווען די האר איז לאנג איז שווער אכטונג צו געבן עס זאל נישט ארויספאלן האר) וואס דאס (ארויסנעמען א האר פון שורש) איז לכולי עלמע גאר הארב (כיודע שזה מורה על צינורת השפע) שפעטער האט ער עס יא געלאזט וואקסן, כך שמעתי. איינער האט א מקור אויף דעם?????? אויב יא א דאנק.
פירורים פירורים מצטרפים ללחם גדול

להודות
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך להודות » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:07 pm

זמירות ע"פ מנהג באסטאן האט געשריבן:מנהג האריז"ל לומר פרשת ולקחת סולת אחרי מוסף ש"ק

פון וואו האבן זיי גענומען דער מנהג האר"י?
אז מען טוט דיר א טובה, זאג ייש"כ! #טוב להודות

סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך סיפורי צדיקים » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 1:46 pm

ווייסט איינער אויב זאגן ויהי ערב ויהי בוקר שטיל פאר קידוש קומט פון אר"י הק'?
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

להודות
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך להודות » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 2:23 am

סיפורי צדיקים האט געשריבן:ווייסט איינער אויב זאגן ויהי ערב ויהי בוקר שטיל פאר קידוש קומט פון אר"י הק'?

פארוואס טראכסטו אזוי?
ער האט עס מסתמא בכלל נישט געזאגט.

אין לבוש שטייט בלחש.
אז מען טוט דיר א טובה, זאג ייש"כ! #טוב להודות

גיזוגט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2015 1:09 am

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך גיזוגט » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 5:06 am

זאגן ברכו נאכן דאווענען דיקא אין ארץ ישראל, ע"פ האר"י

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 7:03 am

גיזוגט האט געשריבן:זאגן ברכו נאכן דאווענען דיקא אין ארץ ישראל, ע"פ האר"י

דאכצעכמער אז ס'איז א ספרדישע מנהג נאך פון פאר'ן אריז"ל וואס די ערשטע חסידים וואס האבן עולה געווען קיין ארץ ישראל האב אנגענומען אלץ מנהג המקום וויבאלד רוב אידן אין ארץ ישראל פלעגן זיין ספרדים. די זעלבע איז מיט נישט מאכן אן עקסטערע ברכה אויף תפילין של ראש, דוכנ'ען יעדן טאג, אויסלאזן ברוך השם לעולם ביי מעריב, נישט מאכן א ברכה אויף האלב הלל, און נאך אפאר וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט. פארשטייט זיך אז די אלע זאכן זענען אויך ע"פ אר"י ווייל ער פלעגט זיך פירן מיט די ספרדישע מנהגים.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 7:38 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:ביי חסידים האט מען פשוט געלייגט א שטארקן דגוש אנצוהאלטן דעם יודישן לבוש/אויסזעהן מיט מסירת נפש.

עס איז איין זאך נישט צו אפשערן די בארד און פיאות אינגאנצן (ווי טייל ליטאים) כדי אויסצוזעהן ווי א חסידישער יוד, און גאר אן אנדערע זאך פון "נישט צורירן" די בארד (גראדע פיאות שניידן מיר זיך יא, טייל זענען אפילו מקפיד ס'זאל נישט זיין צו לאנג, אבער פונקט די בארד איז מען מקפיד נישט צורירן, און וועגן דעם גייען טייל לאנגע בערד מיט א "קנאבל" אין די בארד)


הרב שטיינמאן זצ״ל׳ס קאלטענעס אין די בארד האט מיט חסידים?

פשוט: נבורדאק׳ער און קעלמער תלמידים האבן נישט גערירט די בארד, און געגאנגען אפגעריסן אפגעשליסן און ממאס געווען בנימוס. מיט א ספעציעלע כוונה.

תלמידי סלאבאדקע, מיר, פאנעווידזש האבן געטראגן שניפסלעך, געשניטן די בערד, (בבחרותם) און זיך ספעציעל אהער געשטעלט צו מאכן א איינדרוק אלץ גאר נארמאלע מענטשן, און אז ת״ח דארפן זיין שיין, און מענטשליך.

קומט טאקע נישט אריין דא, אבער גאר אסאך ליטאים גייען אנגעטאן גאר צעשטרויבלט וואס מ׳זעהט בכלל נישט ביי אונז.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 8:43 am

סיפורי צדיקים האט געשריבן:ווייסט איינער אויב זאגן ויהי ערב ויהי בוקר שטיל פאר קידוש קומט פון אר"י הק'?

ווייס איך נישט וועגן די אר"י, אבער דאס צולייגן ויהי ערב ויהי בוקר איז פשוט נישט צו זאגן קיין האלבע פסוקים (אין די קאנטעקסט פון א פסוק), אין טייל פלעצער זאגט מען טאקע די גאנצע פסוק אנגעהויבן פון וירא אלוקים את אשר עשה (די וואס הייבן אן ביי ויהי ערב איז עס וויבאלד ס'איז פון אן אתנחתא און דעריבער הייסט עס נישט א האלבע פסוק)

די סיבה פארוואס מען זאגט עס שטיל איז וויבאלד עס איז נישט א חלק פון קידוש
...

גיזוגט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2015 1:09 am

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך גיזוגט » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 9:51 am

חלב ישראל האט געשריבן:
גיזוגט האט געשריבן:זאגן ברכו נאכן דאווענען דיקא אין ארץ ישראל, ע"פ האר"י

דאכצעכמער אז ס'איז א ספרדישע מנהג נאך פון פאר'ן אריז"ל וואס די ערשטע חסידים וואס האבן עולה געווען קיין ארץ ישראל האב אנגענומען אלץ מנהג המקום וויבאלד רוב אידן אין ארץ ישראל פלעגן זיין ספרדים. די זעלבע איז מיט נישט מאכן אן עקסטערע ברכה אויף תפילין של ראש, דוכנ'ען יעדן טאג, אויסלאזן ברוך השם לעולם ביי מעריב, נישט מאכן א ברכה אויף האלב הלל, און נאך אפאר וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט. פארשטייט זיך אז די אלע זאכן זענען אויך ע"פ אר"י ווייל ער פלעגט זיך פירן מיט די ספרדישע מנהגים.

ניין, סאיז ע"פ קבלה.
דע וואס פירן זיך ע"פ הגר"א איז בשני וחמישי וואס מלייענט אין דע תורה, זאגן זיי נישט קיין ברכו נאכ'ן דאווענען (שחרית) ווייל מ'האט שוין געהערט ברכו ביים ליינען (אויב איינער איז נישט געוועהן ביי ברכו פאר יוצר)

און צום דריטן מאל!
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:02 pm

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך און צום דריטן מאל! » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 9:30 pm

ברוך ציג האט געשריבן:
ברוך'ל האט געשריבן:נוסח ספרד אנשטאט נוסח אשכנזי

דאכצעך מיר אז דער חת"ס שרייבט אויף א פלאץ אז די סיבה פארוואס דער אר"י הקדוש האט געדאוונט נוסח ספרד איז פשוט ווייל ער איז געווען א ספרדי און איה"נ אויב וואלט ער געווען א אשכנזי וואלט ער מגלה געווען אלע סודות אויף נוסח אשכנזי

דער ארי הק' איז געווען א אשכנזי,
נאר ער האט מגלה געווען די סודות אויף נוסח ספרד,
דער מונקאטשער רב שרייבט אין חמשה מאמרות אז דאס איז ניטאמאל באמת נוסח ספרד, נאר היות דער אר"י איז געווען א אשכנזי, און ער האט געטוישט צו א נוסח וואס ענדלט מער צו ספרד ווי צו אשכנז, האט ער עס גערופן נוסח ספרד,

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 9:33 pm

שלאפן מיט ציצית
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חסידא ופרישא » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 10:03 pm

אז די פיאות זאל נישט טאוטשען די בארד
עכ"פ אין סקווירא און חב"ד
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז chasidauprisha@gmail.com

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 10:27 pm

און צום דריטן מאל! האט געשריבן:דער ארי הק' איז געווען א אשכנזי,
נאר ער האט מגלה געווען די סודות אויף נוסח ספרד,
דער מונקאטשער רב שרייבט אין חמשה מאמרות אז דאס איז ניטאמאל באמת נוסח ספרד, נאר היות דער אר"י איז געווען א אשכנזי, און ער האט געטוישט צו א נוסח וואס ענדלט מער צו ספרד ווי צו אשכנז, האט ער עס גערופן נוסח ספרד,

דער אריז"ל האט געדאווענט לויט'ן נוסח פונעם ספרדישן סידור "תמונות תחנות תפלות ספרד" וואס איז געדרוקט געווארן אין ווענעציע אין יאר רפ"ד מיט אפאר שינוים (צ.ב. נוסח ברוך שאמר און תפילת מוסף פון שבת האט ער געזאגט ווי נוסח אשכנז, י"ג מידות פאר נפילת אפיים), אזוי שרייבט זיין תלמיד רח"ו, למעשה זענען זיינע שינוים געווארן אנגענומען ביי רוב ספרדים, בעיקר אין די גלילות פון ארץ הקודש, און היינט צוטאגס איז די אלגעמיינע נוסח הספרדים מער ווייניגער די נוסח וואס דער אריז"ל האט געדאוונט. די נוסח החסידים איז בעצם נוסח אשכנז מיט אפאר פארענדערונגען על פי אר"י וואס זענען במקור פון נוסח ספרד (ווי צ.ב. הודו פאר ברוך שאמר, ויצמח פורקניה ביי קדיש, ומברכין ומשבחין ומפארין מיט א נו"ן אנשטאט א מ"ם) און דערפאר האט עס א נאמען באקומען "נוסח ספרד", אין אנדערע פלעצער האב איך געזעהן אז די נוסח החסידים איז באזירט אויף א געוויסע אלטע נוסח הספרדים וואס איז שוין נישט אין באנוץ היינט צוטאגס און דערפאר טראגט עס דעם נאמען. אזוי צו אזוי איז ענדלט די נוסח החסידים מער צו נוסח אשכנז ווי צו נוסח ספרד, דאס קען זיך יעדער אליינס איבערצייגן.

נאך איבער די נושא.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7 ... 7%93%D7%99
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 11:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 11:05 pm

דאס איז די סידור אין וואס דער אריז"ל האט געדאווענט, די פאר זאכן וואס ער האט פארענדערט ווערן אויסגערעכנט אינעם שער הכוונות פון מהרח"ו.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 9:51 pm

זאגן ויתן לך נאך הבדלה

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10208
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוגוסט 16, 2020 2:05 am

חסידא ופרישא האט געשריבן:אז די פיאות זאל נישט טאוטשען די בארד
עכ"פ אין סקווירא און חב"ד

די אלטע חבדסקע חסידים זענען געגאנגן געהעריגע לאנגע פיאות
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חסידא ופרישא » זונטאג אוגוסט 16, 2020 3:37 am

חמרא טבא האט געשריבן:
חסידא ופרישא האט געשריבן:אז די פיאות זאל נישט טאוטשען די בארד
עכ"פ אין סקווירא און חב"ד

די אלטע חבדסקע חסידים זענען געגאנגן געהעריגע לאנגע פיאות

קען זיין- אויב יא זיכער נישט יעדע
אבער אפילו דער וואס האבן יא לענגערע נישט פיאות האבן עס געלייגט
צוגעלייגטע
Nanes, Lazer.jpg
Nanes, Lazer.jpg (430.64 KiB) געזעהן 917 מאל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז chasidauprisha@gmail.com

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10208
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוגוסט 16, 2020 4:08 pm

דא האט איר א דוגמה פון א פארצייטישע חבדסקער חסיד
צוגעלייגטע
55493B5B-FE0C-4CBF-ADD1-2B9C34E1803C.jpeg
55493B5B-FE0C-4CBF-ADD1-2B9C34E1803C.jpeg (13.84 KiB) געזעהן 885 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג אוגוסט 16, 2020 8:54 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
חסידא ופרישא האט געשריבן:אז די פיאות זאל נישט טאוטשען די בארד
עכ"פ אין סקווירא און חב"ד

די אלטע חבדסקע חסידים זענען געגאנגן געהעריגע לאנגע פיאות

א. דער ריי"ץ האט אויך געהאט לאנגע פאות, אזוי האב איך געהערט פון איינער וואס איז געווען ביים טהרה, פארשטייט זיך אז ער האט עס נישט אראפגעלאזט.

ב. דאס וואס דו ברענגסט א בילד פון איין חבד'סקער מיט אראפגעלאזטע פאות זאגט נישט גארנישט אויפ'ן כלל, אין סקווירא קענסטו אויך טרעפן גענוג מיט אראפגעלאזט פאות.

ג. גראדע די רוז'ינע רביס זענען אויך מקפיד אויף דעם, וויזשניצער רבי רבי מאטעלע פלעגט אויך מקפיד זיין. אמאל האט רבי מאטעלע'ס אן אייניקל זיך געלאזט וואקסן די פאות אלץ חתן ווייל ער האט געוואלט ס'זאל אויסזעהן שיין ביי זיין חתונה, רבי מאטעלע איז געקומען אינמיטן נאכט מיט א שערל און עס אראפגעשניטן...
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10208
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוגוסט 16, 2020 8:57 pm

אבער אונטערן קאפל מ׳קען עס זעהן אין טייל בילדער
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חסידא ופרישא » זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:14 pm

חמרא טבא האט געשריבן:אבער אונטערן קאפל מ׳קען עס זעהן אין טייל בילדער

למשל (?)
צוגעלייגטע
Frierdiker Rebbe (160).jpg
Frierdiker Rebbe (160).jpg (69.18 KiB) געזעהן 850 מאל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז chasidauprisha@gmail.com

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך עין טובה » זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:27 pm

חלב ישראל האט געשריבן:אמאל האט רבי מאטעלע'ס אן אייניקל זוהן זיך געלאזט וואקסן די פאות אלץ חתן ווייל ער האט געוואלט ס'זאל אויסזעהן שיין ביי זיין חתונה, רבי מאטעלע איז געקומען אינמיטן נאכט מיט א שערל און עס אראפגעשניטן...
...

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך חסידא ופרישא » זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:29 pm

עין טובה האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:אמאל האט רבי מאטעלע'ס אן אייניקל זוהן זיך געלאזט וואקסן די פאות אלץ חתן ווייל ער האט געוואלט ס'זאל אויסזעהן שיין ביי זיין חתונה, רבי מאטעלע איז געקומען אינמיטן נאכט מיט א שערל און עס אראפגעשניטן...

?אמתע מעשה? וועלכע זון
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז chasidauprisha@gmail.com

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

Re: איינגעפירטע מנהגים על פי האר"י הקדוש

תגובהדורך עין טובה » זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:33 pm

איך בין נישט זיכער אז ס'איז געווען אלס חתן (דאכצעך אז נישט)
...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מהגוני און 2 געסט