שניידן נעגל דאנערשטאג ווען פרייטאג איז ראש חודש

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

שניידן נעגל דאנערשטאג ווען פרייטאג איז ראש חודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אזויווי פרייטיג איז ראש חודש אדר ב' און דאנערשטיג שערט מען נישט קיין נעגל איז היינט די זמן זיך צו שניידן די נעגיל לכבוד שבת
אויך וועט מען נישט קענען שערין די האר דעם פרייטיג איז ווער ס'וויל זיך שערין לכבוד שבת איז היינט דער טאג
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב פאקט:

די גאנצע סיבה פארוואס מ'שניידט נישט דאנערשטאג איז ווייל שבת וועט עס שוין וואקסן ממילא איז עס נישט קיין כבוד שבת,
משא"כ ווען ראש חודש איז פרייטאג, שניידט מען יא די נעגל דאנערשטאג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

יא אבער איך האב אמאהל געהערט אז דאס איז נאר געזאגט געווארן ווען מען "פארשלאפט" מיטוואך, אבער לכתחילה איז בעסער מען זאל עס טוהן מיטוואך.
די סיבה דערצו איז פשוט, ווייל לויט דעם אז די טעם איז אז עס איז נישט קיין כבוד שבת, דעמאלס וואס האט עס צו טוהן צו פרייטאג איז ר"ח צו נישט, עס וואקסט דאך צוריק אויפן דריטען טאג און עס איז נישט קיין כבוד שבת.
שכוח פאקט פארן מעורר זיין.
נאך איין זאך מען זאל נישט פארגעסן אז שבת איז אויך ר"ח און מען וועט נישט קענען שניידן שבת אויך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בא פקח:

נישט דאס וואקסן בעצם איז נישט קיין כבוד שבת.

דאס אז ס'איז שוין צוריק געוואקסן איז נישט קיין כבוד פארן שבת.

ממילא דאס שניידן מיטוואך איז נאר ערגער.

קאפרענדע?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

קוקטס נאר ווי ער רעגט זיך אזוי, איך האב גארנישט געזאגט, איך האב גארנישט געמיינט,איך פארצייל נאר וואס איך האב געזען אין שו"ע,

גיב א קוק אין טו"ז או"ח סי' ר"ס סק"א, וז"ל:

ובנטילת צפרנים יש טעם בדבר על מה שאין נוטלין ביום ה' עכ"ל המהרש"ל,
ושמעתי הטעם דדרך השערות והצפרנים המגולחים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה, ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת וע"כ גם בגילוח שערות אין לעשות ביום ה'.

לויט דעם איז יא בעסער צו שניידן היינט ווי מארגן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פיקח האט געשריבן:קוקטס נאר ווי ער רעגט זיך אזוי


הרב פיקח:

האסט מיך געזען זיך רעגן? איך בין צופעליג זייער רואיג היינט.


פיקח האט געשריבן:גיב א קוק אין טו"ז או"ח סי' ר"ס סק"א, וז"ל:

ובנטילת צפרנים יש טעם בדבר על מה שאין נוטלין ביום ה' עכ"ל המהרש"ל,
ושמעתי הטעם דדרך השערות והצפרנים המגולחים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה, ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת וע"כ גם בגילוח שערות אין לעשות ביום ה'.

לויט דעם איז יא בעסער צו שניידן היינט ווי מארגן.


יעצט לאמיר צוזאמען לערנען דעם טורי זהב:

דדרך השערות והצפרנים המגולחים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה,

וואס איז די פראבלעם מיט דעם וואס ס'פאנגט אן צו וואקסן אום שבת?

איז דען דא אן איסור איין צו פלאנצן עפעס וואס גייט אנהייבן צו וואקסן אום שבת?
נאר וואס דען? די פראבלעם איז אז דעמאלטס איז עס שוין נישט לכבוד שבת ווייל ס'האט שוין אנגעהויבן צוריק וואקסן.

ממילא ווען מ'שניידט היינט מאכט מען נישט גארנישט בעסער,
נאר פארקערט ס'וועט שוין האבן צוריק געוואקסן נאך מער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

אינטערעסאנט, איך האב אלץ געוואוסט אז דער פשט אין ט"ז איז אזוי ווי פקח זאגט, אבער פארשלאפן האט א גוטע פוינט.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איזאק האט געשריבן:אינטערעסאנט, איך האב אלץ געוואוסט אז דער פשט אין ט"ז איז אזוי ווי פקח זאגט, אבער פארשלאפן האט א גוטע פוינט.
דארפסט דעך נישט פילען געטראפן... עס איז א וועלט טעות! אבער א טעות בלייבט א טעות
איך האב אויך געלבעט אפאר יאר מיט דעם טעות ביז חכם אחד האט מיך אויפגעקלערט ממש ווארט ביי ווארט אזוי ווי פארשלאפן האט געזאגט.
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

אקעי איך הער א נייע שיטת הלימוד דא,
די ווילסט צונעמן די ווערטער זיינע, לעטס גאו איך בין גרייט,,,,
וואס שטייט דארט, "ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת", (דאס מיינט אז עס איז נישט גוט אז ס'הייבט אהן וואקסן און שבת, נישט אז די פראבלעם איז ווייל ס'האט שוין צוריקגעוואקסען),
גיב א קוק ווייטער,,,,
גם בגילוח שערות אין לעשות ביום ה', (עס שטייט נישט קודם יום ו', אדער ביום ד' וה' אדער בכל השבוע, עס שטייט ביום ה', דאס מיינט דוקא דאנערשטיג איז א פראבלעם און נישט מיטוואך).
און בכלל לויט דיר וואס איז די לשון "אין לעשות", איז עס דען אן איסור, עס איז דאך אן עצה אז מען זאל זיין אפגעשוירן אין שבת.
אלא מאי עס איז אן הוראה אז מען זאל נישט שניידן און יום ה' ווייל עס הייבט אהן צו וואקסן אין שבת, און עס איז נישט א כבוד "שיהיה זה בשבת", דאס הייסט אז עס זאל אהנהייבן וואקסן אין שבת.
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

איך מיין מעמיר מוזען גיין צום בית דין פונעם קרעטשמע, און ארויסגעבן אן עיקול אויפ'ן שניידן,,,
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

איך בין צומישט, נאך אלעם מעג מען שניידן דאנערשטיג ? וואס איז ענדערש גרויסע נעגל וואס סיז זעכער נישט קיין כבוד פאר שבת ?

לויט פיקח איז עס א איסור פשוט, ווייל סי נעמט זיך וואקסן אין שבת.
אבער לויט פארשלאפן איז דער פשט אלץ כבוד השבת, נו, גרויסע נעגל אידאך אויך נישט קיין כבוד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאכאמאל:

די גאנצע ס"ק רעדט זיך נאר לגבי שניידן דייקא לכבוד שבת, איז דאך בכלל נישט קיין פראגע צו מ'זאל שניידן מיטוואך אדער פריער, ווייל דעמאלטס איז עס שוין זיכער נישט לכבוד שבת.

יעצט לאמיר גיין שטאטעלעך:

"ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת" איז טייטש ווייל דאן האב מיר שוין פארלוירן דעם לכבוד שבת

גם בגילוח שערות אין לעשות ביום ה' איז ווייטער אזוי ווי אויבן

"אין לעשות" איז טייטש ווייטער, וויל דו האסט פארלוירן דעם לכבוד שבת.

איז דאך ענדערשער צו שניידן דאנערשטאג ווי איידער מיטוואך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב שוין נעכטן געשוירן (עס איז שוין געווען איבער א וואך אלט, און איך האב פשוט געוואלט ס'זאל נישט זיין קיין חציצה ביים וואשן)
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

דיין תירוץ אויף "שיהיה זה בשבת" איז א מעשה דוחק.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פיקח האט געשריבן:דיין תירוץ אויף "שיהיה זה בשבת" איז א מעשה דוחק.


דאכצעך אז דער פשט אז ס'טאר נישט אנהייבן צו וואקסן שבת איז אסאך א גרעסערער דוחק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

farshlufen האט געשריבן:
פיקח האט געשריבן:דיין תירוץ אויף "שיהיה זה בשבת" איז א מעשה דוחק.


דאכצעך אז דער פשט אז ס'טאר נישט אנהייבן צו וואקסן שבת איז אסאך א גרעסערער דוחק.

דוחק אהין דוחק אהער אזוי שטייט אין ט"ז
דדרך הצפרנים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת.

און דאס איז דיין פשט
"ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת" איז טייטש ווייל דאן האב מיר שוין פארלוירן דעם לכבוד שבת..........
הא הא הא
דאס איז נישט קיין דוחק, וואס???
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נו זיי מסביר
פארוואס טאר עס נישט אנהייבן צו וואקסן שבת?
וואס איז דער איסור?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

סאיז נישט אן איסור, אבער עס איז נישט א כבוד אז עס הייבט אהן צו וואקסן אין שבת אזוי שטייט קלאר ליין די ווערטער
דדרך הצפרנים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האלאו, פון וואו ברויך איך וויסן אז די ת"ח זענען אין 'חזק'? פירט אריין דעם שמועס אין ביהמ"ד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פיקח האט געשריבן:סאיז נישט אן איסור, אבער עס איז נישט א כבוד אז עס הייבט אהן צו וואקסן אין שבת אזוי שטייט קלאר ליין די ווערטער
דדרך הצפרנים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת.


א קיצור ווילסטו מיר זאגן אז נאר ווען ס'הייבט אן אין שבת איז עס נישט קיין כבוד,
אבער טאמער האט עס שוין אנגעהויבן פרייטאג אין ס'איז שוין יעצט קענטליך אז ס'וואקסט איז עס יא א כבוד.
פארוואס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

מיללער האט געשריבן:האלאו, פון וואו ברויך איך וויסן אז די ת"ח זענען אין 'חזק'? פירט אריין דעם שמועס אין ביהמ"ד

אונז זעמיר מקיים בכל דרכיך דעהו, אפילו אין חזק'ן אשכול,
צווייטענס זעסט דאך אז די האסט אויסגעפונען.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יעצט אז פארשלאפענער און פיקח האבן שוין געזען מיללער'ס תגובה, גיי איך עס טאקע אריבער פירן צום בית המדרש.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב הג' ר' פיקח:

דער מקור פונעם טו"ז איז א ב"ח בשם מהרש"ל און דארט איז קלאר מוכח כדברי.

דער מג"א ברענגט דאך אויך צו דעם מהרש"ל און אויך דעם טעם, בשם דעם מט"מ בשם דעם ספר הגן שלא ליטלן ביום ה' מפני שגדלים בשבת. זאגט אויף דער מחצית השקל: רצה לומר כיון דקוצצין להסיר המותרות אין זה מכבוד שבת ששוב באותו יום יתחילו לצמוח המותרות.

אויך דער לקוטי מהרי"ח זאגט:
ועיין במג"א שם בשם ספר הגן דאין ליטול צפרני ידיו ביום ה' מפני שגדלים בשבת (רצה לומר כיון שנוטל אותם משום כבוד שבת אין זה כבודו שיתחיל לצמוח בשבת).

דער ערוך השלחן זאגט נאך מער ווי דעם וז"ל:
דמפני כבוד שבת נכון יותר להסתפר בע"ש, אמנם אם יודע שבע"ש לא יהי' לו שהות ביכלתו, בפשיטות לגלח ולקוץ ביום ה'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

א גרויסן שכוח פאר'ן צוברענגן די מקורות וואס זענען מחזק מיין דעה,
קוק אין מחצית השקל וואס שטייט דארט, ששוב באותו יום "יתחילו" וואס מיינט דאס שוב באותו יום, לויט דיר וואלט ער געדארפט שרייבן "כיון דקוצצין להסיר המותרות לא הועיל כלום בהסירתו, כיון שכבר חזרו." ער שרייבט נישט אזוי נאר ער ברענט אראפ אז די פראבלעם איז אז שוב באותו יום יתחילו לצמוח, אין אנדערע ווערטער, סאיז נישט קיין כבוד אז בו ביום השבת קודש זאל ער אהנהייבן צו וואקסן.

און אויך אין די לקוטי מהרי"ח אין זה כבודו "שיתחיל" לצמוח בשבת וואס מיינען די ווערטער, געוואלד און געשריג.

און לגבי דער ערוך השלחן רעד איך בכלל נישט ווייל ער דינגט זיך מיט דער גאנצער יסוד פון איסור גילוח ביום ה', אונז רעד מיר נאר לויט די שיטת האוסרים גילוח ביום ה'. איז די שאלה וואס איז די טעם האיסור.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב הגאון ר' פיקח: במחילת כבודך הרמה

איך האב אדורך געלערנט דעם סעיף אין שו"ע אנגעהויבן פונעם טור בית יוסף' און דער גאנצער דיון דארט איז דאך נישט צו שניידן א גאנצע וואך נאר ווי נענטער צו שניידן צום שבת - אלע פוסקים און אזוי אויך דער מחצית השקל און דער לקוטי מהרי"ח רעדן דאך נישט פון ר"ח זיי רעדן פון א געווענליכן פרייטאג און אויף דעם גייט ארויף דער יתחילו לצמוח און ס'איז קלאר אזוי מוכח פון יעדן אפילו פונעם טו"ז אז דער פראבלעם איז נישט די התחלה די פראבלעם איז די צמיחה וואס איז ווייטער נאר ערגער אז מ'וועט שניידן מיטוואך.

א חוץ דעם, ביסט מיר נאך שולדיג אן ענטפער אויף מיין פריערדיגע תגובה, דו האסט א הסבר דערויף?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”