משיח קומט שוין אט אט! (לכבוד שבת נחמו)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

משל ומליצה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:20 pm

משיח קומט שוין אט אט! (לכבוד שבת נחמו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משל ומליצה »

בס"ד

משל ומליצה // שבת נחמו תשע"ח לפ"ק.

די קומענדיגע 7 וואכן ווערט גערופן די 'שבע דנחמתא', זיבן וואכן וואס כלל ישראל טרייסט זיך. וואס איז אונזער טרייסט? וואס איז די ציל פון די טרייסט?

ווען מיר זענען געווען ביי א סיום מסכת אין איינע פון די פארגאנגענע ימי בין המצרים האבן מיט געהערט א שיינע דערהער וואס מיר ווילן מיטטיילן מיט אייך.

ס'איז גאר א גרויסע ענין צו אפרעכטן א 'סיום מסכת' אין די ניין טעג. אין אסאך חסידיש'ע הויפן איז דאס געווען א שטארקער ענין יעדן טאג, ביי געוויסע איז די מנהג נאר ביז ז' אב.
ווען מען מאכט א סעודה א 'סיום' עסט מען פלייש אפילו אין די 9 טעג, נישט נאר דאס, מען רופט אלע חברים און ידידים מיט א שטארקע שמחת התורה, יעדער פרייד זיך מיט מען סערווירט בשר וכל מיני מטעמים.

לאמיך אייך פרעגן, נעם א איד וואס האט געלערנט הונדערט בלאט גמרא תוספות בעיון גדול אין מסכת בבא בתרא! ס'איז זייער א שטארקע זאך, אבער אזוי ווי ער האט נישט 'מסיים' געווען א 'מסכת', קען ער לכאורה נישט מאכן א 'סיום מסכת' און רופן א יומא טבא לרבנן אין די ניין טעג....

ווידעראום, האסטו א איד'ל ער האט נאר געלערנט עטליכע צוואנציג בלאט גמרא רש"י, אבער פון א קליינע מסכת, ער ענדיג א מסכת'לע, ער קען מאכן א טערעראם, פארופן א סעודת שלמה בשעתו און אפילו עסן גוטע פלייש אין די ימי בין המצרים די 9 טעג... פארוואס? לכאורה וואלט געווען א פארקערטע סברה? דער וואס לערענט 100 בלאט בעיון ער האט א גרעסערע חשיבות, נישט אזוי?

אמת, אבער הערט א טיפע נקודה.
יעדער ווייסט אז די ר"ת פון די נאמען פון ס"ם איז ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות, שטעלט זיך א פראגע, וואס האט די ס"ם איינגעלייגט מיט א סיום מסכת, וואס גייט איהם דאס אן אזוי שטארק ממש אז ער לאזט ממש נישט צו א איד זאל מאכן א סיום מסכת?

ווען א אינגערמאן קומט אהיים באנאכט, אפגעמוטשעט, געארבעט שווער א גאנצען טאג, עס גלוסט זיך איהם אריינצופאלן אין בעט אין א טיפן שלאף.... וואס טרייבט א מענטש צו לערנען? פארוואס זאל ער גיין צום שיעור לערנען זיין טעגליכע בלאט גמרא רש"י? נאר דאס אז ער וועט אי"ה איין טאג 'מסיים זיין א מסכת' ער וועט אי"ה אנקומען צום ציהל!
קומט אויס אז די וואפן קעגן די יצה"ר די שטויס קראפט וואס גיבט פאר א איד די כוח מזאל לערנען די הייליגע תורה, איז א 'סיום מסכת' ממילא דאס איז וואס ער וויל בשום אויפן נישט צולאזן!!

*
וואס האלט א איד אין דעם ביטערן גלות??

די גלות איז ענדלאז! שוין באלד צוויי טויזענט יאר וואס אידישע קינדער מאכן מיט צרות יגון ואנחה, ובכל זאת שמך לא שכחנו! וואס איז די סוד וואס האלט כלל ישראל אין די פינסטערן גלות?
אחכה לו בכל יום שיבוא!!!

דאס אז אונז גלייבן און אונז ווייסן אז 'משיח גייט איין טאג קומען אונז ארויסנעמען פון דא', דאס געבט די טרייב קראפט פאר א איד אנצוגיין אפילו ס'איז ביטער שווער! דאס האט אריבער געפירט כלל ישראל דורכאויס די לאנגע וועג!

די כוח וואס טרייסט א איד איז "איין טאג גיימער מאכן א גרויס סיום אויף די מסכת הגלות"!

דאס וועט זיין א פרייליכן סיום, א סיום וואס מוועט סערווירן בשר ודגים וכל מיני מטעמים, פיש פון לויתן און פלייש פינם שור הבור וואס דער אייבערשטער אליינס וועט שעכטן און אנרעכטן פאר די צדיקים לעתיד לבוא, וויין וועלן מיר טריקן יין ישן מששת ימי בראשית! אהה וועט דאס זיין א שיינע סיום צדיקים יושבים ועטרתיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה!
אידל'ע עס וועט נאך אמאל זיין גוט! חזק חזק! ווייל אט אט הערן מיר שוין דעם שופר של משיח במהרה בימינו אמן!

*
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

שיין געזאגט! וואויל געזאגט!
משל ומליצה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משל ומליצה »

(בבקשה, היות ס'איז מיר שווער צו מאכן א PDF ווער סקען זיך מתנדב זיין, יהא שכרו מרובה)
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

משל ומליצה האט געשריבן:(בבקשה, היות ס'איז מיר שווער צו מאכן א PDF ווער סקען זיך מתנדב זיין, יהא שכרו מרובה)

אטעטשמענטס
משיח קומט שוין אט אט! לכבוד שבת נחמו תשע''ח, משל ומליצה אייוועטל.pdf
(49 KiB) געווארן דאונלאודעד 80 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
משל ומליצה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משל ומליצה »

יישר כוח הרב שמו!!!
פצעי
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פצעי »

הערליך!! הערליך!! ס'שוין גאר קיין ''משל'' הרב בעל ''משל ומליצה'' לענ''ד איז אזא ארטיקל דער נמשל.....

להוספת נופך,קען זיין איז דאס טאקע דער טעם דייקא צו מאכן דעם סיום אין די ניין טעג,בתוך החושך, לתקוות האור ,בב'א
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

שיין. שטארקע דערהער.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

יישר כח הרב משל!
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

מיט אזוינע שיינע דיבורים טאר מען נישט האלטן ביי 9 תגובות נאך צוויי יאר . א שיין ווארט
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

אז מ'רעדט שוין מ'לערנט אויס די קונדער ווען משיח וועט קומען וועט אלעס וואקסן אויפן בוים
איך האב נישט געטראפן קיין שום מקור, ווייסט איינער פון ווי עס שטאמט?
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

רז"ל (שבת ל, ב) עתידה ארץ ישראל שתוציא גלוסקאות וכלי מילת
על "טעם וריח" אין להתווכח
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: משיח קומט שוין אט אט! (לכבוד שבת נחמו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

איך האב געהערט פון א גוטע איד א אינטערעסאנטער געדאנק, עס שטייט אז די צרות פאר משיח וועט קומען איז אזוי ווי חבלי לידה, וואס ווי נענטער צום געבוירן אלץ גרעסער איז די יסורים. אזוי אויך די צרות פאר משיח וועט קומען וואס ווערט אנגערופן חבלי משיח וועט זיין מוראדיג שווערע צייטן, ווי נענטער צו די ישועה אלץ גרעסער וועט זיין די יסורים ר"ל. האט ער געזאגט אז מען האלט שוין אט אט ביי די גאולה, און עס קען זיין א רמז אז דאס וואס מען זעהט יעצט אין צענדליגער מדינות שווערע פארפלייצונגען קען זיין א בחינה פון די וואסער דארף זיך צובראכן פארן געבוירן ודי.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”