שמחהלע האט געשריבן:הצעיר באלפי האט געשריבן:פעלעד האט געשריבן:שמעתי שקאסובער רבי שליט"א פסק למעשה להיתר שאין חשש תקרובת ע"ז
איינער מיט מער פרטים? סאיז געווען א דרשה איבער דעם? א בריוו?
ער האט מודיע געווען דעתו פאר עטליכע יונגעלייט, בתוכם א יונגערמאן וואס זיין ווייב איז א שייטעל מאכער, אין כסדר געפרעגט דעם רבי’ן וואס ער דארף צו טוהן.
דאס איז געקומען נאך וואס ר’ גרשון וועסט איז געזעצן א לענגערע מיטינג מיט’ן רבי’ן אין פארציילט פונקטלעך וואס גייט דארטן פאר, אין בעיקר, וואס נישט !
עד כדי כך אז אין מיטן האט די רבי עם געפרעגט עפעס לגבי וואס ’אמיר דרומי’ טעהנעט, האט ער געלייגט אמיר דרומי אויף די טעלעפאון אין געפרעגט אפאר שאלות אין איינגזעזעהן אז ער דמיונט אין איז זיך סותר מיניה וביה פון א מינוט צום צוויטן.
ועל כן האט די רבי געזאגט ’’אי משום הא נפל כל האיסור בבירא’’
פארוואס קומט ער נישט ארויס אין פובליק?
איך בין דעי וואך געווען ביים קאסובער רבי, בתוך הדברים האב איך געפרעגט וועגן די שייטלעך, כהאב עם געזאגט אז אין גאס איז דא א שמועה אז ער איז מתיר, האט ער מיר געזאגט מיט א שטרענקייט: מתיר?! קיינמאל נישט! כהאב געזאגט אז עס איז א גרויסע ספק וואס לכאורה וועט קיינמאל נישט קלאר ווערן, ממילא קען איך נישט זאגן קיין דיעה נישט להיתר און נישט לאיסור.
דאן האט ער אביסל מאריך געווען אין די פרטים אז אויף די עדות פון דרורי זענען דא קושיות און דער דרורי איז נישט גרייט צו ענטפערן אויב מפרעגט אויף עם. דער רבי האט געזאגט אז אויב איינער האט מברר געווען קלאר לאיסור זאל ער קומען צו עם ער וויל עם זעהן...
אבער מאידך, קען מען נישט זאגן קלאר להיתר, ווייל ער האט גערעדט מיט אפאר כומרים גלחים, טייל האבן טאקע געזאגט ע"ז אבער טייל נאר געלט, אזוי אז ביי זיי אליין זאגט יעדער אנדערש.
איך האב עם פראבירט קוועטשן צי זאגן א קלארן פסק וואס צו טוהן, אבער ער האט זיך געעקשנ'ט אז סאיז נישטא קיין שום וועג מברר זיין לאמיתו של דבר, והמחמיר תבוא עליו ברכה אבער מקען אויך נישט אסערן, וויבאלד סאיז נישט קיין ספק דאורייתא ממש.
לגבי די מעלעניום שייטלעך האט ער געזאגט אז סאיז בתכלית ההידור ושמורה כמעט משעת קצירה, און אויב עס וואלט געווען מעגליך צו פאברעצירן גענוג אזעלכע שייטלעך פאר גאנץ כלל ישראל וואלט מען דעמאלס געדארף מורה זיין למעשה ניצן נאר דעי שייטלעך, אבער אזוי ווי סאיז נישט שייך, ווער רעדט נאך יעצט ביי די קאראנא טעג, איז עס א גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בו, ומי שירא"ש ויכול להדר תע"ב ומי שאינו יכול אי אפשר לבוא עליו בטענות.
לאחר מעשה האב איך שטארק חרטה געהאט אז מיין קאפ איז נישט געווען אויפן פלאץ צו אפטייפן די שמועס, וויבאלד מלכתחילה בין איך נישט געקומען אויף דעם נושא און נאר צום סוף האב איך זיך בארעכנט צו פרעגן איבער דעם.