פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מה אנו
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

Re: Re:

תגובהדורך מה אנו » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 2:15 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
תגובה למכתב הרב יוסף בנימין וואזנר (1)-4.jpg

תגובה למכתב הרב יוסף בנימין וואזנר (1)-5.jpg


א נאמען ביטע ווער איז דער כותב

אמאליגע צייטן (ביי קאראנע, געדענקסט נאך?) פלעגט מען שרייבן אויף אזוינס אז ס'א פאשקעוויל!

דאס האט געשריבן הרב יואל שילה שליט"א, א באקאנטער ת"ח וועלכער שרייבט אסאך אויף אוצר החכמה פורום.
וקבל את האמת ממי שאמרו.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 3:16 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
תגובה למכתב הרב יוסף בנימין וואזנר (1)-4.jpg

תגובה למכתב הרב יוסף בנימין וואזנר (1)-5.jpg


א נאמען ביטע ווער איז דער כותב

אמאליגע צייטן (ביי קאראנע, געדענקסט נאך?) פלעגט מען שרייבן אויף אזוינס אז ס'א פאשקעוויל!

איינער וואס שרייבט א הלכה'דיגע תשובה אן א נאמען איז א פאשקעוויל??
אנטשולדיגט, אבער איך וויל בעסער ווארטן אויף מנחה קטנה.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך חלב ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 4:47 pm

נאר אויב ער שרייבט לאיסור...

חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

Re: Re:

תגובהדורך חובב_ספרים » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2020 2:22 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
תגובה למכתב הרב יוסף בנימין וואזנר (1)-4.jpg

תגובה למכתב הרב יוסף בנימין וואזנר (1)-5.jpg


א נאמען ביטע ווער איז דער כותב

אמאליגע צייטן (ביי קאראנע, געדענקסט נאך?) פלעגט מען שרייבן אויף אזוינס אז ס'א פאשקעוויל!

פון דעם קאלירין און דער אויסלייג, עז זעהט אויס פון יואל שילה. אויז פון וואס ער האט דאס אליין ארופגעלייגט אויף אוצר החכמה.
א ת"ח, און האט אפילו געלערנט בחברותה עם הגאון ר' חיים קנייבסקי. אבער ער האט א אג'ענדא צו מתיר שייטל'ן. דאס איז אנגעהייב'ן אז ער האט געשריבין א קונטסרס צו מתיר שייטל'ן מצד גילוי שער, און האט ממשיך זיין פירען מלחמה מיט מענש'ן מיט א פארקערטא אג'ענדא צו אסור'ן שייטל'ן. פון דאמאלסט קען ער נישט הער'ן קען צד צו אסור'ן קען שייטל, און ער איז ארייגעליקט ראשו ורובו צו וייזן אז אלצ איז מותר.
ער גייט באלט ארויסגעבן א ספר בשם הכצעקתה. דארט'ן האט ער געזאמלט ידער צד צו מתיר באופן טענדענשאַס, און באשמוצט דער וואס שטימט נישט מין זיין אג'נדה.

אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך קִרְיַת חָנָה » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2020 8:20 pm

געזען דעם הכצעקתה אין שטוב פון איינער פון די גרויסע פוסקים בדורינו וואס האט געהייסן אמאל אויף די גאס אז ער אסר'ט. ער האט געזאגט אז יעצט איז אים ברור כמעט כאחותו אז ס'איז מותר, אפילו א בעל נפש האט נישט פארוואס מחמיר צו זיין.

קען זיין הרב שילה האט אגענדאס, ווייסעך נישט (כאילו די פארפירערס ביי די אוסרים האבן נישט...)
אבער האסט פארגעסן צו שרייבן אז הרב שילה האט אנהייב געוואלט אננעמען אז די שייטלעך פון אינדיע זענען אסור, און ער האט טאקע געשריבן אזוי ברבים. ביז ער איז אריין אין די סוגיא. א שיינע בעל אגענדא דאס.

און ער באשמוצט גארנישט, נארישקייטן. זעלטן וואס מ'זעט היינט אזא קונטרס געשריבן אזוי רואיג און צום זאך.
ער ברענגט א חלק פון די מתירים, נישט יעדער (נישט אז כ'פארשטיי וואס איז בכלל די פראבלעם צו ברענגען יעדער מתיר, און וואס מיינט דא באופן טענדענשאַס? די וואס שרייבן אז ס'איז א איסור פון עבודה זרה ווען זיי ווייסן אז ס'איז נאר א איסור דרבנן פון הנאת תערובת תקרובת עבודה זרה הייסט אויך באופן טענדענשאַס?)
צו אלעס וואס ער ברענגט לייגט ער צו שיינע הערות און ער קען זיך דינגען אסאך, ער טאנצט נישט קדוש צו יעדע ווארט פון א מתיר.
קיין שום שמוצערייען דארט, נאר אז מ'לערנט עס דורך קומט ארויס קלאר די שרעקליכע זיופים וסילופים פון די מבזי תלמידי חכמים. טאקע א גרויסע שמוץ, אבער דאס איז נישט ער שולדיג נאר די פאקטן.
הושענא, חנה דוד, הושענא!

מה אנו
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך מה אנו » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 12:09 am

חובב_ספרים האט געשריבן:אבער ער האט א אג'ענדא צו מתיר שייטל'ן. דאס איז אנגעהייב'ן אז ער האט געשריבין א קונטסרס צו מתיר שייטל'ן מצד גילוי שער, און האט ממשיך זיין פירען מלחמה מיט מענש'ן מיט א פארקערטא אג'ענדא צו אסור'ן שייטל'ן. פון דאמאלסט קען ער נישט הער'ן קען צד צו אסור'ן קען שייטל, און ער איז ארייגעליקט ראשו ורובו צו וייזן אז אלצ איז מותר.
ער גייט באלט ארויסגעבן א ספר בשם הכצעקתה. דארט'ן האט ער געזאמלט ידער צד צו מתיר באופן טענדענשאַס, און באשמוצט דער וואס שטימט נישט מין זיין אג'נדה.

זאגט'זשע ר' חובב היקר, איר קענט פערזענליך דעם איד? צי האט איר בכלל געזעהן זיין קונטרס? פון וואנעט נעמט איר די רעכט צו באשמוצן א איד ברבים מיט שקרים וכזבים?! נאכדערצו ערב יום הקדוש? [ב"ה אז איר האט אליינס פארשטאנען אביסל צו מעקן, און איר וואלט געמעגט מעקן נאך מער].
ווער עס קען דעם איד איז מעיד אויף זיין ביקוש האמת עד הסוף, און דאס גופא איז טאקע די סיבה פארוואס ער האט לוחם געווען קעגן די וואס פארפירן אז רוב פוסקים האבן זיך טועה געווען בדעת השלטי גיבורים.
אויב האט איר טענות לגופם של דברים איז איין זאך, אבער וואספארא מהלך איז דאס משמיץ צו זיין א פריוואטער מענטש?! נאכדערצו מיט שקרים וכזבים וואס פאנגען זיך נישט אן?!
דא האט איר וואס הרב שילה האט געשריבן פאר ער האט געענדיגט אדורכטוהן די נושא, וואס איז מעיד אז ער האט אדורכגעטוהן די נושא מיט אן אמת און נישט סתם לשם צו טרעפן אבי א היתר:
הודעה על ידי יואל שילה » ד' ספטמבר 25, 2019 9:47 am
מאחר ולא סיימתי את סוגיא זו בעיון - אני נמנע בד"כ מלהתערב באשכול זה
אולם אעיר רק מעט בדרך לימוד.
חושבני שגם האוסרים מודים שיש מהמתגלחים שעושים זאת למטרת הכנעה אישית בלבד, ובכה"ג אין כלל חשש איסור בשערותיהם, ונמצא שבאותו מקדש יש מעורבות שערות שבודאי מותרות, עם שערות שיש מהרבנים שאומרים שהן אסורות, וממילא לאחר שהשערות נמכרו הרי זה פירש לא מהקבוע, וממילא כבר בטל ברוב. ומעתה האוסרים יצטרכו להוכיח שרוב השערות העולמיות המשמשות לפאות הן מהנשים המכוונות לקרבן - רוב מול אלו שהן הספרים והן הנשים לא חושבים על מאומה בבחינת מלומדה, ומול השערות מכפרי הודו ומול השערות משאר חלקי העולם - וקשה להוכיח שהשערות שי"א שהן אסורות - הן הרוב.
גם השערות שהתכוונו בהן לשמח את האליל - יש להדגיש שלכאורה אין מקום לאוסרן מדין נוי ע"ז - שהרי לא משמשות ליפות את הע"ז, אלא רק מדין תקרובת, ובדין תקרובת הרי נחלקו רב ורבי יוחנן האם כדי לאסור צריכים דוקא כעין זביחת פנים או שדי בכעין זביחה - והנפ"מ בשבירת מקל שהיא כעין זביחה אבל לא כעין זביחת פנים, ודומה שרוב הראשונים מתירים בזה כדעת רבי יוחנן, ו'שבירת' השערות לא חמורה יותר משבירת מקל [ויתכן שאף קלה יותר, שהרי השערות ממשיכות לצמוח, משא"כ המקל, ובזאת אינן דומות לזביחה].
ועוד - כל זאת אם באמת היתה הוכחה שיש כאן כוונה לחיתוך השער במצוות האליל, כי אם הכוונה רק כדי שיהיו שערות כדי לתתן לכמרים - אין מקום לאסרן [שהרי אינן מתקבלות במקדש, ואין כאן 'בלתי לה' לבדו'] - ועדיין לא שמעתי ראיה שכוונת מישהו שם שהאליל ציווה לחתוך שערות לכבודו, אלא רק מנסים לומר שהחיתוך הוא תחילת הנתינה, ובזאת אין לי בהירות - שהרי ב'מצוות' חלקאה - ברור שהנידון הוא החיתוך של השערות ולא עצם השערות החתוכות, ואילו במצוות ביכורים ברור שהנידון הוא עצם הפירות ולא התלישה שלהן - כך שעדיין צריכים הוכחה טובה שכוננת רוב השערות העולמיות ל'מצוות חיתוך' במצוות האליל.
אני מדגיש שזה רק לאחר רפרוף בסוגיא, ויתכן שדברי נדחים בקש, ואשמח להבין את הדחיה.

על ידי יואל שילה » ש' ספטמבר 28, 2019 4:44 pm
רכשתי לרעייתי לפני זמן לא רב פאה ממקור ללא חשש הודו, שעלתה כמובן הרבה הרבה יותר [לפחות פי שלש/ארבע בערך] מפאה שהייתי יכול לרכוש מהשוק החופשי, וכן בתי תחי' רכשה משם פאה.

כ'וואלט אייך געראטן איבערצובעטן הרב שילה נאך פאר יום הקדוש.

חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך חובב_ספרים » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 1:00 am

וואס איך האב געשריבין וועגן יואל שילה קומט פון זיין אייגענער ווערטער, אז איינער האט איהם געפרעגט וואס שרייבט ער להיתר אז ער איז אליין מודה אז ער האט נישט געלערנט דעם סוגיה.
הודעהעל ידי יואל שילה » ב' יולי 16, 2018 11:21 pm
אין דרכי בכלל להביע דעה בדברים שלא למדתי היטב, ואם כן אני מתבטא פה ושם בדברים אלו - הוא רק בדרך אפשר, וכך אני משתדל להתנסח באותם מקרים.
בנושא הפאות בכלל - הרי עשיתי עבודת מחקר מקיפה שפירסמתי בשם 'ותשקט הארץ', אך נושא חשש תקרובת אז בשנת תשס"ח לא היה בכותרות.
בתקופה האחרונה - כמובן שנתתי לבי ודעתי גם לנושא זה, וחקרתי ובדקתי את תשובות הרבנים לכאן ולכאן, אך כדי להגיע למקצועיות הנדרשת - יש להוסיף דרישות וחקירות שאין לאל ידי לעת עתה, ועל כן אני מעדיף להיות מן השותקים, ומתלמידי אלו שלמדו את הנושא יותר ברצינות ממני.
מה שנוכחתי בעיסוקי הנרחב בסוגיית הפאות - הוא מהדמגוגיה הזולה שמשתמשים בה עסקני המטפחות, והנסיון הנואל להעביר נשים לצד המטפחות, בלי להתחשב בשום דבר שיש להתחשב בו, לא במנהג קהילות, לא בעמדת רבנים ידועי שם, לא בשלום הבית, לא בערעור סמכות הרבנים, ערעור סמכות מוסדות החינוך, שום דבר לא עומד בפניהם.
הגדיל לעשות אותו שוטה שפירסם בחוברת המחולקת חינם - קריאה לכל אחת לחלוק על גדולי הרבנים, שהרי על פי דעתו העניה בסוגיה בריש הוריות מבואר שכל מי שגמיר וסביר צריך לחלוק על הסנהדרין בדבר שלמד ויצא לו אחרת מהוראתם, ואותו שוטה כתב שמאחר וכל ילדה בת חמש יודעת שהפאה אסורה - הרי שכל אשה מצווה לחלוק גם על הסנהדרין שיפסקו שהיא מותרת - טפשות, רשעות, כסילות, ומה לא.
ושלא לדבר על שקרים. המאבק בפאה גרם לשקרים אינסופיים, החל מסילוף המקורות, הוצאת דברים מהקשרם, חוסר הבנה בסיסי בסוגיות - אינני יודע אם במזיד או בשוגג או באונס על פי שטותם.
מוכנים לבזות ולהשמיץ קבל עם ועדה את מי שסובר אחרת מהם - כמה השמיצו אותי, ופרסמו נגדי חוברות ופשקוילים בריש גלי, וטענו טענות למכביר, שהעיון בדבריהם לא השאיר שריד ופליט לכל דבריהם, הטענות ממש אפילו לא מחזיקות מים.
אשר על כן, בבואי להתרשם מהדין ודברים בנושא זה - נוכחתי שוב ושוב מבקיאותו והבנתו הנפלאה של הרב עובר ושב, לעומת ההתלהמות והדמגוגיה של המתנגדים לו, שלא הצליחו לשכנע אותי שיש להם 'קייס'.
בנוסף, ביררתי באופן עצמאי מה היה בכינוס אצל הגר"מ שטרנבוך שליט"א, ושוב נוכחתי שמפטמים את הציבור ב'דברים שאינם מדוייקים'.
כשכעת ראיתי את המודעה של הרב ממונסי - שוב קיבלתי אותה תחושה, של דמגוגיה. אם יש טענות - צריך להשמיע אותן, אם אין טענות - אותי לא ישכנעו ע"י מודעות של רבנים שאין לי שום מושג כמה השקיעו בנושא זה, וכמה דעתם מושפעת מהשתייכותם, ואת זה סיכמתי במילים פשוטות - גם אם יש אומר, אבל אין דברים, ואז אולי עדיף בל נשמע קולם.
בכבוד רב - יואל

שפעטער האט ער געטיינהט אז נאכדעם האט ער יא געלערנט דעם סוגיא און האט אפילו געראכט צום אסור'ן. אבער איך האב נאר געזעהן ווי ער שרייבט להיתר.

אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך קִרְיַת חָנָה » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 5:41 am

דורכגעטאן האב איך עס אויך ב"ה, און דער צד האיסור איז אויסגעקומען זייער שוואך אין מיינע אויגן. אסאך שוואכער ווי זאכן וואס מ'האט מתיר געווען אלע דורות.
אין מיין משפחה גייט מען סייווי נישט די שייטלעך, די נגיעה קארטל קען מען ארויסלאזן.

אבער א גרויסן ש'כוח פארן פאררעכטן. כ'האב געשריבן אז די גאנצע איסור איז א ליצנות, דאס איז נישט געווען ריכטיג און כ'צי צוריק ברבים. אויב א מורה הוראה קומט צו די מסקנא אז מ'דארף מחמיר זיין דארף ער טאקע אזוי פסק'ענען.
אבער דער וועג וואס הישכם און פאת קדים ודומיהם נעמען, דאס איז שוין יא איין גרויסע ליצנות.

אפשר האסטו נישט געזען די הכצעקתה, איך האב עס געזען און ער ברענגט יא די צדדי איסור. ער שרייבט א תורה'דיגע משא ומתן פארוואס ער האלט אז זיי זענען נישט ריכטיג. אויב איז ער נישט גערעכט קענסטו טון די זעלבע זאך און ענטפערן מיט תורה'דיגע ראיות, די ביליגע ליצנות העלפט נישט ארויס.
אבער איך זוך נאך די צדדי היתר גראד אראפגעלייגט אין הישכם אדער פאת קדים. וויאזוי שטערט דיר נישט די פאלשע בילד דארט?

בסך הכל האמיר דא א "בעל אגענדא" וואס האט געטוישט זיין מיינונג און "בעלי נישט אגענדאס" וואס האבן נאכנישט געקענט צוריקציען פון קיין איין זאך אפילו אפענע טעותים אין כמעט צוואנציג יאר. קענסט ברענגען איינער פון די הישכם אדער פאת קדים שרייבערס וואס האט אמאל געוואלט זאגן אז ס'איז מותר?
אונז האבן דער וואס "באשמוצט באופן טענדענשאַס" וואס שרייבט רואיג זיינע תורה'דיגע ראיות און "נישט באשמוצערס באופן טענדענשאַס" וואס שרייבן ליצנות אנשטאט צו ענטפערן, זכור מעשיך הראשונים פאר בעלי תשובה שלימה, און בלבולים בעזות מצח אויף גדולי ישראל.
שיין זע מיר אויס. וויאזוי שטערט דיר נאר די פאלשע בילד פון די מתירים?

ווען דו האסט צייט, קענסטו מיר פארשטיין געבן וואס כ'האב דא געשריבן האלבע זאכן?
האבן זיי געזאגט אז הונדי איז א קופה מיוחדת לתקרובת עבודה זרה יא אדער ניין? איז דאס א אויבערפלעכליכע טעות יא אדער ניין?
אדער האב איך געשריבן ליגנט אדער אמת, וואס קען דא זיין האלב? איך וויל עכט פארשטיין.

יישר כח,
א גמר חתימה טובה, אונז זאלן אלע זוכה זיין לתשובה שלימה בתוך שאר ישראל.
הושענא, חנה דוד, הושענא!

שמחהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:29 pm

20201116_222659.jpg
20201116_222659.jpg (418.81 KiB) געזעהן 1959 מאל

שמחהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג מארטש 08, 2021 8:38 pm

Screenshot_20210308-203647_Chrome.jpg
Screenshot_20210308-203647_Chrome.jpg (713.9 KiB) געזעהן 1336 מאל

לייטיש
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 10:10 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך לייטיש » פרייטאג אפריל 02, 2021 4:41 pm

ארגון שיעורי תורה האט געהאט די חוה"מ שאלות ותשובות מיט הגאון רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א. איינע פון די שאלות איז געווען וועגן די אינדיאנע האר. ער פירט דארט אויס אז פאר דער וואס עס פרעגט אים זאגט ער "נישט נאר אז עס איז מותר, עס איז אפילו נישט דא קיין מקום להחמיר, און עס איז נישט דא אפילו קיין הידור מחמיר צו זיין".
 
https://www.kolhalashon.com/new/Media/P ... e=31433959

הייבט זיך אן ביי 47:15

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך Rak Tov » מאנטאג אפריל 05, 2021 1:17 am

הייסט דאס אז מען קריגט זיך פשוט אין מציאות?

ווייל איך האב געליינט א פאר חדשים צוריק אין דער בלאט א באריכט פון א אסופה איבער די שייטלעך ווי איינער פון די דיינים (כ'געדענק נישט ווער) האט פארציילט אז אז די עידה החרידית האט ארפגעשיקט א אינדיע אפשטאמיגע גר אויסציפארשן די זאך און ער האט געזאגט אז מ'איז יא מקריב די האר פארן ע"ז

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אפריל 05, 2021 6:04 pm

Rak Tov האט געשריבן:הייסט דאס אז מען קריגט זיך פשוט אין מציאות?

ווייל איך האב געליינט א פאר חדשים צוריק אין דער בלאט א באריכט פון א אסופה איבער די שייטלעך ווי איינער פון די דיינים (כ'געדענק נישט ווער) האט פארציילט אז אז די עידה החרידית האט ארפגעשיקט א אינדיע אפשטאמיגע גר אויסציפארשן די זאך און ער האט געזאגט אז מ'איז יא מקריב די האר פארן ע"ז

שוין במשך א שיינע פאר יאר איז עס א מחלוקת במציאות, ווען טייל פון די וואס זענען אראפ אויפן פלאץ שרייען להד"ם, און טייל שרייען ע"ז ממש...

popo
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך popo » מוצ"ש אפריל 10, 2021 4:54 pm


אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך פעלעד » מוצ"ש אפריל 10, 2021 8:15 pm

popo האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1JtL7PDUJCiDm3a8-knwUgUVoDvf3a9A5/view?usp=sharing

ער זאגט אז די בירור להיתר איז קלאר געווארן און ער איז געזעצן מיט הרב וואזנער און רבי ניסים קרליץ.
פארשטיי איך נישט פארוואס איז נישט ארויס א פסק להיתר פון זיי צווי, אויב איך געדענק ריכטיג איז עס געווען א פסק לאיסור.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אפריל 11, 2021 2:01 pm

פעלעד האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:הייסט דאס אז מען קריגט זיך פשוט אין מציאות?

ווייל איך האב געליינט א פאר חדשים צוריק אין דער בלאט א באריכט פון א אסופה איבער די שייטלעך ווי איינער פון די דיינים (כ'געדענק נישט ווער) האט פארציילט אז אז די עידה החרידית האט ארפגעשיקט א אינדיע אפשטאמיגע גר אויסציפארשן די זאך און ער האט געזאגט אז מ'איז יא מקריב די האר פארן ע"ז

שוין במשך א שיינע פאר יאר איז עס א מחלוקת במציאות, ווען טייל פון די וואס זענען אראפ אויפן פלאץ שרייען להד"ם, און טייל שרייען ע"ז ממש...


לויט ווי איך פארשטיי איז די עדיות אויף ביידע זייטן געבויעט אויף יחידים ממש וואס זענען אהינגעפארן, וואס אויף דעם דארף מען דן זיין איבער די קראנטקייט פון די אינגעלייט אדער בעלי תשובה וואס זענען אהינגעפארן.

וואס עס גייט דארט באמת פאר איז זייער שווער צו וויסן, וועגן דעם האלטן געוויסע אז על כל פנים איז דאס א ספיקא דאורייתא
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך פעלעד » זונטאג אפריל 11, 2021 3:47 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:הייסט דאס אז מען קריגט זיך פשוט אין מציאות?

ווייל איך האב געליינט א פאר חדשים צוריק אין דער בלאט א באריכט פון א אסופה איבער די שייטלעך ווי איינער פון די דיינים (כ'געדענק נישט ווער) האט פארציילט אז אז די עידה החרידית האט ארפגעשיקט א אינדיע אפשטאמיגע גר אויסציפארשן די זאך און ער האט געזאגט אז מ'איז יא מקריב די האר פארן ע"ז

שוין במשך א שיינע פאר יאר איז עס א מחלוקת במציאות, ווען טייל פון די וואס זענען אראפ אויפן פלאץ שרייען להד"ם, און טייל שרייען ע"ז ממש...


לויט ווי איך פארשטיי איז די עדיות אויף ביידע זייטן געבויעט אויף יחידים ממש וואס זענען אהינגעפארן, וואס אויף דעם דארף מען דן זיין איבער די קראנטקייט פון די אינגעלייט אדער בעלי תשובה וואס זענען אהינגעפארן.

וואס עס גייט דארט באמת פאר איז זייער שווער צו וויסן, וועגן דעם האלטן געוויסע אז על כל פנים איז דאס א ספיקא דאורייתא

זייער ריכטיג, איך האב אמאל געזען וידאו פון דעם בעל תשובה איבער געבן זיין עדות ביים ראב"ד ירושלים ר"מ שטערנבוך שליט"א, די מחלוקת צווישן די מתירים און די אוסרים, יעדער איינער בויט זיך אויף איין עד, וואס אינער זאגט פארקערט ווי דעם צווייטן, אזוי אז די מחלוקת איז נאכאלץ אויפן מציאות.

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך ישרן » זונטאג אפריל 11, 2021 3:52 pm

נישט עכט א מחלוקת אין מציאות.
די אינדיאנע אליין ווייסן נישט פונקט.
זיי זענען געפערליכע טיפשים און ווי האט יענער געזאגט טראכט נישט וואס דער פערד טראכט ווייל ער טראכט נישט.
ווי אויך איז זייער שווער ארויסצובאקומען דער מציאות ווייל דער טבע פון די אינדיאנע איז אז וואס דו ווילסט הערן וועט ער זאגן.
עבודה זרה?? יא זיכער.
שבירת הגאוה? אודאי.

חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך חובב_ספרים » מאנטאג אפריל 12, 2021 2:25 am

popo האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1JtL7PDUJCiDm3a8-knwUgUVoDvf3a9A5/view?usp=sharing

פאר וואס דערמאנט ער נאר די עדות פון תשס"ד? וואס איז מיט די עדות פון גרשון וועסט, ווער האט געפארען פריזענדליך פאר אים צוויי מאל? ער פארלאזט נישט אויף גרשון וועסט, אדער ער פארשטייט אז דאס וויזט נישט גענוק שטארק אז דאס איז מותר? אדער ס'דא נאך א טעם?

חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך חובב_ספרים » מאנטאג אפריל 12, 2021 4:08 am

פעלעד האט געשריבן:
popo האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1JtL7PDUJCiDm3a8-knwUgUVoDvf3a9A5/view?usp=sharing

ער זאגט אז די בירור להיתר איז קלאר געווארן און ער איז געזעצן מיט הרב וואזנער און רבי ניסים קרליץ.
פארשטיי איך נישט פארוואס איז נישט ארויס א פסק להיתר פון זיי צווי, אויב איך געדענק ריכטיג איז עס געווען א פסק לאיסור.


איר געדענקסט ריכטיג.

חוט שני.jpg
חוט שני.jpg (67.15 KiB) געזעהן 518 מאל

popo
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך popo » מאנטאג אפריל 12, 2021 6:14 am

הער אויס נאכאמאל וואס ר' חיד"ו זאגט, אז הרב וואזנער האט עם געפרעגט וואס איז מיט די טומאה פון עבודה זרה, האט ער געענטפערט א שיינע פשעטל פון יעקב אבינו, זעהט אויס אז הרב וואזנער האט עס נישט אנגענומען ווי ער שרייבט "פגם עבודה זרה", אבער אסור בהנאה האט ער זיכער אנגענומען ר' חיד"ו און געהאלטן אז ס'נישט אסור.

מה אנו
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך מה אנו » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:45 am

מיין חבר האט נעכטן אנגעפרעגט הג"ר משה שאול קליין שליט"א, און ער האט געפסק'נט להיתר, און אויף מיין חבר'ס שאלה אז דער שבט הלוי האט לכאורה געאסר'ט האט ער געענטפערט אז אויב קומט די האר זיכער פון טירופאטי דאן האט דער שבט הלוי געהאלטן אז "ס'איז עס נישט געשמאק", אבער להלכה האט ער געהאלטן אז ס'איז מותר.
צוגעלייגטע
דעת בעל שבט הלוי זצ''ל.pdf
(21.24 KiB) דאונלאודעד 33 מאל

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג אפריל 12, 2021 11:16 am

popo האט געשריבן:הער אויס נאכאמאל וואס ר' חיד"ו זאגט, אז הרב וואזנער האט עם געפרעגט וואס איז מיט די טומאה פון עבודה זרה, האט ער געענטפערט א שיינע פשעטל פון יעקב אבינו, זעהט אויס אז הרב וואזנער האט עס נישט אנגענומען ווי ער שרייבט "פגם עבודה זרה", אבער אסור בהנאה האט ער זיכער אנגענומען ר' חיד"ו און געהאלטן אז ס'נישט אסור.


איך ווייס נישט וואס איז די ענין צו מאלן וואסער, ער שרייבט דאך קלאר אין אות א' 'ויש בזה ספק תקרובת ע"ז האסורה בהנאה' קענסט זאגן אז נישט וודאי, אבער אלץ א ספק האט ער עס אנגענומען.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

מה אנו
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך מה אנו » מאנטאג אפריל 12, 2021 11:47 am

האסט געבויט א הנחה און דערנאך פרעגסטו קשיות. ווער האט דיר מגלה געווען אז א ספק איז אסור?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אפריל 12, 2021 12:43 pm

מה אנו האט געשריבן:האסט געבויט א הנחה און דערנאך פרעגסטו קשיות. ווער האט דיר מגלה געווען אז א ספק איז אסור?

ספק דאורייתא, ווייסטו וואס איז די הלכה?
חוץ מזה איז מען מער מחמיר ביי ע"ז ווי ביי אנדערע זאכן.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט