מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

יידישע קהילות האט געשריבן:דא האסטו נאך א שטיקל פון דעם צמח צדק אליינס. עס איז עפעס משמע אז ער האט יא ג'גלייבט אז דער בעל התניא האט געשריבן דעם סידור, און אז דער סידור איז געשריבן נאך די שו"ע :wink:

ס׳איז קלאר אז דער רב האט געשירבן די סידור.
די פראגע איז איבער די הוספות פונ׳ם צווייטן מהדורא..

חלב ישראל האט געשריבן:ס'איז א גרויסע מחלוקת צו די ''כוכב אחד יום'' פון די ברייתא איז פון פאר'ן שקיעה צו נאכדעם, קען זיין אז דער צ''צ האלט אז מ'רעדט נאר פון שטערן פון נאכ'ן שקיעה און ביז דער ערשטער שטערן באווייזט זיך איז נאך טאג.

ביטע צייג מיר אן עטליכע מקורות צו די גרויסע מחלוקת.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

איטשע האט געשריבן:בקיצור נמרץ.

שיטת ר״ת אין פוסקים איז אז נאך שקיעה איז טאג.
שיטת גאונים אליבא דמהר״ם אלשקר, נאך שקיעה איז ביה״ש.

לויט ביידע איז אורך ביה״ש ג׳ רבעי מיל [13.5-18 מינוט].
לויט ר״ת פאר צאת הכוכבים.
לויט גאונים נאך שקיעה.

ביידע שטומען נישט מיט׳ן מציאות הנראה!
סיי לויט ר״ת סיי גאונים הנ״ל, ארבעט אלע מיט שעות שוות.
לויט ר״ת אין נאך ד׳ מילין בד״כ די הימל באדאסן מיט שטערן.
לויט גאונים נאך 3/4 מיל, קען מען בקושי זעהן כוכבי יום.

מנחת כהן פראבירט איינצוזעצן שיטת ר״ת צו שטימען מיט׳ן מציאות הנראה.
אבער דער מנחת כהן האט בשעתו נישט געוואודט, אז ר״ת טענה׳ט קלאר אין דייטליך, אז ער רעכנט זיך נישט מיט׳ן מציאות.

גר״א, שטעלט א איין אייגענע מהלך, וועלכע איז טעכניש שי׳ הגאונים [דער גר״א דערמאנט נישט אז גייט בשיטת הגאונים, נאר אלס אייגענע מהלך] אז די אורך ביה״ש, איז דווקא נאר אין ירושלים, בתרופת ניסן ותשרי, און לויט דעם רעכנט די רעשט פון די טעג פון יאר, אאון אין אנדערע מקומות. 1.. דאס איז נישט שיטת הגאונים, 2. מען ווערט נאך אלס נישט געהאלפן, ווייל עס איז נאך אלס נישט איינשטימיג במציאות.

יעצא לגבי שיטת הגאונים איז דא כמה סתירות פון חז״ל ווי מיר זעהן אז נט תחלת שקיעה איז יום ממש.
די גמרא אין תחלת פסחים, לגבי אור.
די גמרא אין ברכות, לגבי טהר יומא.
די גמרא אין מגילה, לגבי מצות היום ביז׳ן צאת.
די סימנים פון די גמרא אין מס׳ שבת, תרנגולא או עורבתא, ועלכע זענע א האלבע שעה נאכ׳ן שקיעה.
שם, די סימן הכסיף התחתון והשווה לעליון.

דעריבער שטייען די אלע חשבונות מיט פראבלעמען.

וואס האט מען געטוען למעשה אלע יארן?
נאכ׳ן שקיעה איז געווען אנגענומען טאג.
נאכט איז געווען ביי צאת ג׳ כוכבים בינונים.

ווען מען רעדט אין די פוסקים פון שיטת רבינו תם, באצועט מען זיך אז נאכ׳ן שקיעה איז טאג, נישט ווען ס׳איז נאכט.

יא, אין וויזניץ האלט מען מוצאי שבת שי׳ רבינו תם, פונקט ווי אין סאטמאר!!!
איך בין נישט קיין וויזניצער.

דו״ק ותשכח.

ס׳פלעט נאך אלס מיין אויספיר?

כ׳האב ביז אהער נישט געשריבן קיין איין אייגענע חידוש.

מסכים מיט כמעט אלעס!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

געוואלדיג.
מיט וואס נישט?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך חלב ישראל »

איטשע האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:ס'איז א גרויסע מחלוקת צו די ''כוכב אחד יום'' פון די ברייתא איז פון פאר'ן שקיעה צו נאכדעם, קען זיין אז דער צ''צ האלט אז מ'רעדט נאר פון שטערן פון נאכ'ן שקיעה און ביז דער ערשטער שטערן באווייזט זיך איז נאך טאג.

ביטע צייג מיר אן עטליכע מקורות צו די גרויסע מחלוקת.

קיין מקורות געדענק איך נישט אבער איך געדענק אז ס'איז תלוי אין די מחלוקת צווישן רבה און רב יוסף. די ערשטע צוועלעפטל (פלגא דדנקא) פון א מיל נאכ'ן שקיעה לויט רבה איז ביה''ש און לויט רב יוסף איז געהעריג טאג, אויב מ'איז דאס משווה מיט'ן ברייתא וואס זאגט אז ביי צוויי שטערן איז ביה''ש איז לויט רבה די ערשטע שטערן פאר'ן שקיעה און די צווייטע ביים שקיעה און לויט רב יוסף איז די ערשטע שטערן ביים שקיעה און די צווייטע א צוועלעפטל מיל דערנאך.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

איר שרייבט אז ס׳איז א גרויסע מחלוקת.
חלב ישראל האט געשריבן:ס'איז א גרויסע מחלוקת צו די ''כוכב אחד יום'' פון די ברייתא איז פון פאר'ן שקיעה צו נאכדעם, קען זיין אז דער צ''צ האלט אז מ'רעדט נאר פון שטערן פון נאכ'ן שקיעה און ביז דער ערשטער שטערן באווייזט זיך איז נאך טאג.

כ׳וואס נישט וואס עס שטייט אין אייערע מקור, אבער מדבריך מובן אז ס׳איז לומדישע אוקימתא. אויב גייט מען מיט׳ן מהלך אז עס דארף שטימען מיט׳ן מציאות, איז עס נישט צופיל מעלה אדער מוריד.
אבער דאס איז קלאר אז דער צמח צדק האט דאס נישט געמיינט. ווייל זיין תשובה איז אין למעשה און נישט לומדיש.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך חלב ישראל »

אה כ'האב פארגעסן אז דו ביזט נאך אויפ'ן בוים, אבער אז יידישע קהילות פארשטייט איז אויך גענוג.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך יידישע קהילות »

איטשע האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:דא האסטו נאך א שטיקל פון דעם צמח צדק אליינס. עס איז עפעס משמע אז ער האט יא ג'גלייבט אז דער בעל התניא האט געשריבן דעם סידור, און אז דער סידור איז געשריבן נאך די שו"ע :wink:

ס׳איז קלאר אז דער רב האט געשירבן די סידור.
די פראגע איז איבער די הוספות פונ׳ם צווייטן מהדורא..

די הילכתא רבתא לשבתא איז נישט געווען אין די ערשטע מהדורה? מהיכי תיתי? (נישט אז איך ווייס אנדערש, איך פרעג נאר.)
וואס איז די שיטה פון צאנז-באבוב?
זעה דא וואס איך ברענג פון איינער וואס האט מיר געשריבן אין אישי. איך וויל וויסן צו די מעשה איז מקובל אין באבוב.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

יידישע קהילות האט געשריבן:די הילכתא רבתא לשבתא איז נישט געווען אין די ערשטע מהדורה? מהיכי תיתי? (נישט אז איך ווייס אנדערש, איך פרעג נאר.)
וואס איז די שיטה פון צאנז-באבוב?
זעה דא וואס איך ברענג פון איינער וואס האט מיר געשריבן אין אישי. איך וויל וויסן צו די מעשה איז מקובל אין באבוב.

מהיכי תיתי? אינ׳ם ערשטן דרוק איז עס נישטא, והדברים עתיקים.

לגבי עלות השחר האט מען זיכער געהאלטן עלות הנראה, און נישט 72.
לגבי מוצאי שבת, אין צאנז גופא ווייסיך נישט קלאר, אבער מונח בזכרוני אז כ׳האב געהערט אז נישט.
אין באבוב היינט האלט מען 72, אבער עלות האלט מען אויך 72, און דאס איז קלאר דלא כפי צאנז, איז ממילא נישט קיין ראיה.
א שטיקל ראיה איז מען אין לויף פונ׳ם יאר האט מען געהאלטן אימער 60, אין נישט קיין 72. מצד השני איז די 60, פונקט אזא פראקטישקייט ווי 72.

נאכמאל, מען האט קלאר געהאלטן שיטת ר״ת, אז נאכ׳ן שקיעה איז טאג, מען האט נאר נישט געהאלטן [אויב] 72, נאר ג׳ כוכבים.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re:

תגובה דורך איטשע »

יידישע קהילות האט געשריבן:קבלתי:
לגבי צאנז - האב איך אמאל עפעס ג'הערט לגבי ערב שבת חנוכה, אז עס זענען נאך אנג'קומען יידן מיט די באנען ווען צאנזער רב'ס מנורה איז שוין ג'ווען פארלאשן, און ער האט פארבארגט זיין מנורה פאר איינעם אנדערש.
אויך אז בשעת קידוש האט די זון אריינגעשיינט אין דעם בעכער.
ווער קען אריינקומען מיט מער פרטים??

עכ"פ היוצא מזה לכאורה אי אפשר לומר שנקט לגמרי כדעת רבינו תם, דאם כן אי אפשר להתפלל ולהדליק כל כך מוקדם, לפני הפלג המנחה.

דאס איז באקאנט, אז דער זון האט אריינגעשיינט אין בעכער.
כמובן טאר מען נישט פארגעסען די גאליציאנער גזומאות
דאס זאגט אונז עטיכע זאכן, איינס אז דער צאנזער הא געהאלטן דערם ערשטן פלג, ווייל דער צווייטער פלג, איז ממש ביי בין השמשות, און דער צאנזער רב האט שוין געהאלטן נאך מעריב.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

חלב ישראל האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:שווער צו גלייבן, 18 מינוט נאכ׳ן שקיעה, איז נאך געהעריג לעכטיג אפי׳ אין ירושלים, און מען קען נישט זעהן קיין 3 שטערן.

האב איך אמאל געהערט פון א ירושלימ׳ע ליטוואק האט ער געשריגן ״נאכט איז ווען די תורה זאגט איז נאכט!״ ודפח״ח...

איך פארשטיי נישט, דער גר"א בויט זיין שיטה אויף "החוש מכחישו" קומט א הולך בדרכו און שרייט כנ"ל ...
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

א שמועס מיט הרה"ק מוויזניץ זצ"ל אין די נושא

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

פרשת קרח_2.pdf
(31.81 KiB) געווארן דאונלאודעד 89 מאל
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

נאך

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

מוצאי צום גדלי.pdf
(30.31 KiB) געווארן דאונלאודעד 80 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: א שמועס מיט הרה"ק מוויזניץ זצ"ל אין די נושא

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן:
פרשת קרח_2.pdf

נישט אז איך נעם אן וואס ער שרייבט לגבי אונגארן, בכלל נישט.

אבער אינטרעסאנט איז, ער זאגט אז אין גאליציע איז געווען מער נקבע די זמן פון 72 אלעמאל, שטימט מיט דאס וואס איך האב שוין געברענגט אין דעם אשכול פון הרה"ק ר' יענקעלע מפשעווארסק זי"ע וואס שרייבט די זעלבע.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך קאוונע »

למעשה תשפ"א איז דא מורה הוראות וואס זענען מתיר ערב שבת צו טון מלאכות נאכן שקיעה?
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: א שמועס מיט הרה"ק מוויזניץ זצ"ל אין די נושא

תגובה דורך מאירים »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
טעיפ רעקארדער האט געשריבן:
פרשת קרח_2.pdf

אבער אינטרעסאנט איז, ער זאגט אז אין גאליציע איז געווען מער נקבע די זמן פון 72 אלעמאל, שטימט מיט דאס וואס איך האב שוין געברענגט אין דעם אשכול פון הרה"ק ר' יענקעלע מפשעווארסק זי"ע וואס שרייבט די זעלבע.

אונטערעסנט, אז דער בעל דברי חנה שרייבט קלאר אין זיין ספר אסאך מאל, אז די הלכה איז כשיטת המנחת כהן לפי האופק.

קען זיין אז לחומרא האט ער געהאלטן 72 למוצאי שבת.

וואס מען שרייבט בשם הרה"ק ר' יענקעלע, איז שווער צו פארשטיין.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קאוונע האט געשריבן:למעשה תשפ"א איז דא מורה הוראות וואס זענען מתיר ערב שבת צו טון מלאכות נאכן שקיעה?

ניין. ס'איז מותר ועומד מאז ומתמיד, ס'ברויכט נישט קיין פרישע היתר מיט א תשפ"א דאטום
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובה דורך טראק דרייווער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

און וואס איז מיט די אסיפה ווי מען האט מקבל געווען אנדערש? איך פרעג נאר
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: א שמועס מיט הרה"ק מוויזניץ זצ"ל אין די נושא

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מאירים האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
טעיפ רעקארדער האט געשריבן:
פרשת קרח_2.pdf

אבער אינטרעסאנט איז, ער זאגט אז אין גאליציע איז געווען מער נקבע די זמן פון 72 אלעמאל, שטימט מיט דאס וואס איך האב שוין געברענגט אין דעם אשכול פון הרה"ק ר' יענקעלע מפשעווארסק זי"ע וואס שרייבט די זעלבע.

וואס מען שרייבט בשם הרה"ק ר' יענקעלע, איז שווער צו פארשטיין.

'מען' שרייבט נישט 'בשם הרה"ק ר' יענקעלע', ער אליינס שרייבט דאס בכתב ידו.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

טראק דרייווער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
קאוונע האט געשריבן:למעשה תשפ"א איז דא מורה הוראות וואס זענען מתיר ערב שבת צו טון מלאכות נאכן שקיעה?

ניין. ס'איז מותר ועומד מאז ומתמיד, ס'ברויכט נישט קיין פרישע היתר מיט א תשפ"א דאטום

און וואס איז מיט די אסיפה ווי מען האט מקבל געווען אנדערש? איך פרעג נאר

פארשטייט זיך ווער ס'האט אנגענומען דעם איסור יעמאלט דארף א היתור. איך רעד פון ארץ ישראל אדער אייראפע ווי מ'האט עס נישט אנגענומען וכן די וואס האבן קיינמאל נישט אנגענימען דעם איסור דאהי
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך טראק דרייווער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
קאוונע האט געשריבן:למעשה תשפ"א איז דא מורה הוראות וואס זענען מתיר ערב שבת צו טון מלאכות נאכן שקיעה?

ניין. ס'איז מותר ועומד מאז ומתמיד, ס'ברויכט נישט קיין פרישע היתר מיט א תשפ"א דאטום

און וואס איז מיט די אסיפה ווי מען האט מקבל געווען אנדערש? איך פרעג נאר

פארשטייט זיך ווער ס'האט אנגענומען דעם איסור יעמאלט דארף א היתור. איך רעד פון ארץ ישראל אדער אייראפע ווי מ'האט עס נישט אנגענומען וכן די וואס האבן קיינמאל נישט אנגענימען דעם איסור דאהי

וועלכע קהילה איז נישט געווען אנגעשלאסן אין יענע אסיפה? דאכט זיך מיר אז אלע, חוץ וויזשניץ וואס האלט ממילא די גאונים און טוען נישט קיין מלאכה נאך די שקיעה.

אין ארץ ישראל קען מען דן זיין אלס מנהג המקום
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך חמרא טבא »

אפילו די וואס זענען געווען אנגעשלאסן האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען גרייט מחמיר צו זיין אויף שקיעה על צד אז די אנדערע וועלן מחמיר זיין מוצ"ש אבער היות יענס איז קיינמאל נישט געשעהן האט די צווייטע צד אויך נישט עכט אנגענומען די חומרה פון ער"ש
דביה תחדי נפשא
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך ליבי ובשרי »

חמרא טבא האט געשריבן:אפילו די וואס זענען געווען אנגעשלאסן האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען גרייט מחמיר צו זיין אויף שקיעה על צד אז די אנדערע וועלן מחמיר זיין מוצ"ש אבער היות יענס איז קיינמאל נישט געשעהן האט די צווייטע צד אויך נישט עכט אנגענומען די חומרה פון ער"ש

רוב לעיקוואד איז מחמיר מוצאי שבת וועגן ר' אהרן קאטלער.
ר' משה איז נישט געווען, נישט יעדע אמירעקאנע ליטאי איז שייך צו די אפמאך.

אגב, באבוב איז געווען?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך הצעיר באלפי »

ליבי ובשרי האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אפילו די וואס זענען געווען אנגעשלאסן האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען גרייט מחמיר צו זיין אויף שקיעה על צד אז די אנדערע וועלן מחמיר זיין מוצ"ש אבער היות יענס איז קיינמאל נישט געשעהן האט די צווייטע צד אויך נישט עכט אנגענומען די חומרה פון ער"ש

רוב לעיקוואד איז מחמיר מוצאי שבת וועגן ר' אהרן קאטלער.
ר' משה איז נישט געווען, נישט יעדע אמירעקאנע ליטאי איז שייך צו די אפמאך.

אגב, באבוב איז געווען?

זיין חתימה איז אויפען צעטיל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

חמרא טבא האט געשריבן:אפילו די וואס זענען געווען אנגעשלאסן האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען גרייט מחמיר צו זיין אויף שקיעה על צד אז די אנדערע וועלן מחמיר זיין מוצ"ש אבער היות יענס איז קיינמאל נישט געשעהן האט די צווייטע צד אויך נישט עכט אנגענומען די חומרה פון ער"ש

ווער האט עס דעמאלט געדארפט אננעמען וואס האט עס נישט אנגענומען?

ליבי ובשרי האט געשריבן:אגב, באבוב איז געווען?

ששש, באלד וועט נאך איטשע קומען צו לויפן...

ס'איז שוין געווען אויסגעשמועסט און אויסגעדראשן אין איינע פון די אשכולות.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארשפארט

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”