יידישע קהילות האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:ליבי ובשרי האט געשריבן:די גר''א און די רב פרעגן אט די קושיא אויפן ר''ת, אבער עס פאלט זיי נישט ביי צו פאדרייען דעם ר''ת, נאר זיי נעמען אן כהגאונים ולפי האופק, אבל בהכרח למדו שיטת ר''ת בכל מקום וזמן.
דער גר״א דערמאנט נישט שיטת הגאונים.
שיטת הגר״א איז נאך פיל שווערע ווי ר״ת [13 מינוט נאכ׳ן שקיעה איז נאכט! קיינער האלט נישט אזוי בשום מקום שבעולם].
דער בעל התניא האלט אזוי ווי ר״ת.
לגבי די סידור, ויל אי פארייכענען עטיכע נקודות,וואס מען זוכט צי איגנארירן און אוועקמאכן {אין די לומד׳ישע וועלט].
1. אינ׳ם ערשטן דרקו, וואס ״אלעס״ איז געשריבן דערכ׳ן בלע התניאאיז עס נישט געווען.
2. ס׳איז ערשט אריין אינ׳ם צווייטן מהדורא.
3. עי׳ בספ׳ בית רבי, אז אינ׳ם צווייטן מהדורא האט זיין הרודער מהריל, צוגעלייגט אייגענע הוספות [ס׳איז נישטא מער ווי געציילטע ממש].
4. דער בעל התניא איז געווען זעהר בייז אויפ׳ן ברודער פאר די הוספות, און ערהאט אים אפילו מעניש געווען.
5. לאגיש גערעדט, אויב וואלט דער בעל התניא געטוישט זיין מיינונג אזוי שארף, וואלט ער צוגעלייט די צוויי ווערטער ״ודלא כשו״ע״. סתפם איגנארירן זיין אייגענע פסק, און שפעטער ארויסגיין אזוישארף דערקעגן, בפרט וואס זיין שו״ע, איז געווען פאר כלל ישראל, און די סידור נישט, זאגט אז ידי זרים שלטו בה, כנ״ל.
6. אין די עולם הרבני, איז אנגעקומען אז מען פסק׳נט ווי אין זיין שו״ע, און נישט פונ׳ם סידור.
7. דאכציך אז אין צמח צדק, טאקע לגבי זמנים, דערמאנט ער דאס אויך, אז להלכה [לגבי מילה] איזנאכ׳ן שקיעה טאג, ווי איז זיין שו״ע.
נ.ב. לדעתי צו שרייבן אין לוח שיטת בעל תניא אויף שפעטער זמני קר״ש אין תפלה, איז א געפערליכע עולה.
ז"ל הרב בעל התניא זי"ע בסידור
זמן ק"ש של שחרית שהוא רביע היום צריך ליזהר במאד בקיץ ביותר שלא לעבור הזמן כי הוא יותר מוקדם בקיץ שבמדינות אלו נץ החמה בקיץ הוא בערך ג' שעות ומחצה (3:30) אחר חצות לילה ורביע היום ארבע שעות ורביע נמצא כלה הזמן בג' רביעי שעה שמינית (7:45):
ולפי שמורי השעות אין כלם הולכים באמת והוא ספק של תורה וגם אין ראוי לצמצם לכן צריך ליזהר לגמור קריאת שמע בסוף שעה שביעית בקיץ:
כ׳ווייס וואס שטייט אין סידור.
כ׳ווייס אויך וואס שטייט אין רב שו״ע.
און אונז פסק׳ענען פון זיין שו״ע און נישט פון סידור...
איז וואס ברענגטסו מיר דא?
ווער האט ג'מאכט דעם כלל "אונז פסקנען וכו" וואס דו שרייבסט?
איך מיין אז די כלל איז אז א פוסק איז חוזר גייט מען נאך משנה אחרונה.
ווייטער צו מפקפק זיין אז דער רב האט עס נישט ג'שריבן האט נישט קיין פשט. איך בין מפקפק צו דער רב האט געשריבן דעם שו"ע הרב און צו עס איז בכלל געווען אזא מענטש ווי דער רב בעל התניא. אפשר האט חב"ד בכלל ערפינדן אזא געשיכטע?
פרעג א פוסק, וועסטו געוואויר ווערן.
לגבי דעם פקפוק איך בין נשט מפקפק, עי׳ ס׳ בית רבי, און נאכער וועט מען רעדן.