מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

אה, איטשע איז דא.

א פלא ווי מען איגנארירט אפענע זאכן - ואס. מען האט דא געברענגט.

1. ווי געברענט פונ׳ם וויזניצער רבי׳ן - ס׳איז קיין אסיפה ״קיינמאל״ נישט געווען - מען האט בלויז געזאמלט חתימה׳ס!
2. די זאמלונג פון חתימה׳ס איז נישט געווען עמטליך מטעם התאחדות - נא פון געוויסע רבנים, וואס האבן געוואלט איינפירן די זמן פון 72.
3. אפילו דער אונטערגעשריבענע דאקומענט, שטייט נישט קיין ווארט וועגן איסור מלאכה ערב שבת - בלויז ווען צו צינדען ליכט!
4. ווי דער וויזניצער רבי דערמאנט, האבן די רבנים החותמים {כמובן נישט אלע] מורא געהאט צו זאגן אנדערש ווי דער מיינונג פון דער סאטמארער רב ז״ל. דעריבער האבן די חתימות נישט קיין גרויסע ווירדע לגבי די ריכטיגע מיינונג פונ׳ם חותם.

אפילו נניח, אז ס׳איז יא געווען אן אסיפה, ס׳איז דעווען מטעם התאחדות, יעדער חותם האט אנגענומען וואס שטייט אויפ׳ן קול קורא - איז נאך אלס נישט קיין שום רעדע פון איסור מלאכה ערב שבת קודש.
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך גברא דקפדנא »

אודאי איז געווען אן אסיפה, אין ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד, דאכט זיך מיר תשי"ג.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גברא דקפדנא האט געשריבן:אודאי איז געווען אן אסיפה, אין ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד, דאכט זיך מיר תשי"ג.

האסט א הו"א אז עס איז נישט געווען? ודו"ק.

ר' איטשע, ווען איר וועט אננעמען דאס וואס דער וויזניצער רבי זצ"ל זאגט אז אין גאליציע איז געווען איינגעפירט 72 (וואס ער איז נישט געווען דארטן), קען מען טראכטן פון אננעמען זיינע ווערטער לגבי די אסיפה (וואס ער איז נישט געווען דארטן).
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

1. וואס איז די קשר. ער איז אין גאליציא נישט געווען, אבער ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג ווען דער אזוי-דערופענע אסיפה האט געדארפט פארקומען.
2. ס׳גלייבט זיך מיר שווער אז דער באבאבער רב ז״ל, איז געגאנגען צו אט די אסיפה. פילייכט איז עס געווען אן אסיפה פון עטליכע שוויצערס, ווי אזוי ארסויצושלעפן די חתימות.
3. נניח ס׳איז יא געווען, ס׳טויטש ממילא נישט צופיל דער נושא. דער קול קורא רעדט נאר פון זמן הדלקת נרות און נישט פון איסור מלאכה ערב שבת.
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך גברא דקפדנא »

און איך נארעלע האב געמיינט אז ווען דו שרייבסט אז ס'איז נישט געווען אן אסיפה איז עס באגרינדעט אויף היסטארישע פאקטן
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גברא דקפדנא האט געשריבן:און איך נארעלע האב געמיינט אז ווען דו שרייבסט אז ס'איז נישט געווען אן אסיפה איז עס באגרינדעט אויף היסטארישע פאקטן

פאקטן?! ס'עפעס?

אזוי האב איך געזאגט, און אזוי וועט זיין (איז געווען)!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

גברא דקפדנא האט געשריבן:און איך נארעלע האב געמיינט אז ווען דו שרייבסט אז ס'איז נישט געווען אן אסיפה איז עס באגרינדעט אויף היסטארישע פאקטן

איר זאגט ריכטיג, ווייל כ׳האב געברענט דער קוואל אויף וואס מיין ליניע איז געווען באזירט.
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מצפים לישועה »

איטשע האט געשריבן:כ׳גיי נישט אריין אין די 72 מינוט חשבון.
אויב איז נאך שקיעה טאג, דאן איז עס ר״ת. און אזוי פסקנ׳ט דער צ״צ.
לויטן סידור איז נאכ׳ן שקיעה שוין ביה״ש, און כוכבים איז נישט מעלה אדער מוריד.

דער צמח צדק אין חידושים אויף ברכות זאגט אז הלכה דלא כר"ת
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

אביסל מער א פונקטליכער מ״מ ביטע.
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מצפים לישועה »

איטשע האט געשריבן:אביסל מער א פונקטליכער מ״מ ביטע.

אין די ערשטע בלעטער
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובה דורך מאירים »

אויך פון זאב שכטר'ס שקרים וזיופים ?
נישט דא אזא צמח צדק אין ברכות.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

מצפים לישועה האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אביסל מער א פונקטליכער מ״מ ביטע.

אין די ערשטע בלעטער

מאך נישט קיין ליצנות.
זיי אזוי גוט, און ברענג אהער גענוי וועלכע עמוד, וועלכע ד״ה, און די לשון פונ׳ם צמח צדק אהער דא.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך loyodea »

איטשע האט געשריבן:1. אזוי-דערופענע אסיפה האט געדארפט פארקומען.
נניח ס׳איז יא געווען,

יא געווען נישט געווען
אגב הרב מבאבוב איז זיכער נישט געווען, ומטעמים מובנים שאכמ"ל ודי

"דער קול קורא רעדט נאר פון זמן הדלקת נרות און נישט פון איסור מלאכה ערב שבת" די ווערטער זענען אזעלכע שרעקליכע עמי-הארצות..
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

loyodea האט געשריבן:

ביטע ערקלערט מיר די ״שרעקליכע עמי-הארצות״.
כ׳האף אז איר פארשטייט מיר אז איך בעט פון אייך אן ערלקערונג, ווייל ווי עס שיינט פון אייערע ווערטער בין איך א ״שרקעליכע עם הארץ״.
ואתכם הסליחה.
איטשע
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך וואל טאג »

בנוגע וואס עס ווערט כמ"פ אראפגעברענגט אין דעם אשכול פון הרה"ק מוויזשניץ מאנסי אז עס איז נישט פארגעקומען אן אסיפת התאחה"ר איבערן זמן פון 72 דארף ווערן קלארגעשטעלט אז כנראה האט ער זיך באצויגן צו אן אסיפה מטעם התאחה"ר אבער בוודאי איז פארגעקומען אן אסיפת הרבנים תשי"ד (אפאר יאר פארן גרינדונג פון התאחדות) ווי מען האט קובע געווען 72 ווי עס זאגן עדות פילע שנוכחו שם, ווי ברייט אויסגעשמועסט אינעם דעזיגנירטן אשכול viewtopic.php?f=63&t=9958
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך איטשע »

וואל טאג האט געשריבן:בנוגע וואס עס ווערט כמ"פ אראפגעברענגט אין דעם אשכול פון הרה"ק מוויזשניץ מאנסי אז עס איז נישט פארגעקומען אן אסיפת התאחה"ר איבערן זמן פון 72 דארף ווערן קלארגעשטעלט אז כנראה האט ער זיך באצויגן צו אן אסיפה מטעם התאחה"ר אבער בוודאי איז פארגעקומען אן אסיפת הרבנים תשי"ד (אפאר יאר פארן גרינדונג פון התאחדות) ווי מען האט קובע געווען 72 ווי עס זאגן עדות פילע שנוכחו שם, ווי ברייט אויסגעשמועסט אינעם דעזיגנירטן אשכול https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=9958

תקון טעות: ״זיי האבן זיך קובע געווען״.
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מצפים לישועה »

מאירים האט געשריבן:אויך פון זאב שכטר'ס שקרים וזיופים ?
נישט דא אזא צמח צדק אין ברכות.

וי א הדיוט קופץ שפרינגסטו ווי א שלאנג האטעך געביסן כדרכך, נאך פאר דו האסט בכלל געליינט וואס איך האב געשריבן.
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מאירים »

מצפים לישועה האט געשריבן:דער צמח צדק אין חידושים אויף ברכות זאגט אז הלכה דלא כר"ת

וואס האב איך נישט געליינט?
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מצפים לישועה »

מאירים האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:דער צמח צדק אין חידושים אויף ברכות זאגט אז הלכה דלא כר"ת

וואס האב איך נישט געליינט?

האסט עכט געמיינט אז רבי זאב שכטר זצ"ל האט געברענגט עפעס קעגן ר"ת?
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מאירים »

מיט דעם זייפן ושקרן קען מען נישט וויסן.
אבער "די" האסט עפעס געשריבן וואס איז נישט אמת, דער צ"צ רעדט גארנישט פון דעם ענין, אמת ער ברענגט א שיטת ר"ת לגבי זמן קריאת שמע נאך פלג המנחה. בכלל נישט וועגן מלאכה בערב שבת נאך שקיעה.

סתם אבי צו ווארפן מראי מקומות?

אבער וואס האב איך נישט געליינט?
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך וואל טאג »

איטשע האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:בנוגע וואס עס ווערט כמ"פ אראפגעברענגט אין דעם אשכול פון הרה"ק מוויזשניץ מאנסי אז עס איז נישט פארגעקומען אן אסיפת התאחה"ר איבערן זמן פון 72 דארף ווערן קלארגעשטעלט אז כנראה האט ער זיך באצויגן צו אן אסיפה מטעם התאחה"ר אבער בוודאי איז פארגעקומען אן אסיפת הרבנים תשי"ד (אפאר יאר פארן גרינדונג פון התאחדות) ווי מען האט קובע געווען 72 ווי עס זאגן עדות פילע שנוכחו שם, ווי ברייט אויסגעשמועסט אינעם דעזיגנירטן אשכול viewtopic.php?f=63&t=9958

תקון טעות: ״זיי האבן זיך קובע געווען״.

נישט קלאר וואסערע תיקון דו האסט דא

קוק איבער די קו"ק, עס שטייט בכלל נישט אנו מקבלים על עצמינו
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מאירים »

ער מיינט צו זאגן אז די קול קורא איז נישט מחייב קיינעם אויסער די חותמים, והסרים למשמעתם, (אויב סאיז נישט געווען א חתימה בכפי', ודי).
וויבאלד עס איז נישט געווען באסיפה והסכמה פון אלע רבנים, צב"ש אגודת הרבנים ועוד.
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך וואל טאג »

מאירים האט געשריבן:ער מיינט צו זאגן אז די קול קורא איז נישט מחייב קיינעם אויסער די חותמים, והסרים למשמעתם, (אויב סאיז נישט געווען א חתימה בכפי', ודי).

שקיינאנונג וואס דו זאגסט

איך בין נישט אריין יעצט אין א הלכהדיגע שמועס פון יחיד ורבים, רובו מתוך כולו וכו' וכו'

די געדאנק איז ענליך צו א יעדע קו"ק ארויסגעקומען במשך די יארן, און אפשר אפילו שטערקער, ווען היימישע רבני העיר האבן זיך צאמגעזעצט דן צו זיין בענין, און האבן ארויסגעגעבן אן איינשטימיגער פסק

וואס איז די ליצנות צו זאגן אז זיי האבן נישט קובע געווען???

וואס דען האבן זיי געטון, א פשוטער דיסקלעימער???
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך רעים »

וואל טאג האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:ער מיינט צו זאגן אז די קול קורא איז נישט מחייב קיינעם אויסער די חותמים, והסרים למשמעתם, (אויב סאיז נישט געווען א חתימה בכפי', ודי).
וויבאלד עס איז נישט געווען באסיפה והסכמה פון אלע רבנים, צב"ש אגודת הרבנים ועוד.

שקיינאנונג וואס דו זאגסט

איך בין נישט אריין יעצט אין א הלכהדיגע שמועס פון יחיד ורבים, רובו מתוך כולו וכו' וכו'

די געדאנק איז ענליך צו א יעדע קו"ק ארויסגעקומען במשך די יארן, און אפשר אפילו שטערקער, ווען היימישע רבני העיר האבן זיך צאמגעזעצט דן צו זיין בענין, און האבן ארויסגעגעבן אן איינשטימיגער פסק

וואס איז די ליצנות צו זאגן אז זיי האבן נישט קובע געווען???

וואס דען האבן זיי געטון, א פשוטער דיסקלעימער???

דיין לשון ''ווי מען האט קובע געווען 72'' איז משמע אויף יעדעם אפי אויף די וואס זענען נישט דארט געווען האט ער דיך אויסגעבעסערט ״זיי האבן זיך קובע געווען״ וואס מיינט פאר זיי און פאר זייער עולם און האט גארנישט מיט די אלגעמיינע גאס
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך וואל טאג »

רעים האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:ער מיינט צו זאגן אז די קול קורא איז נישט מחייב קיינעם אויסער די חותמים, והסרים למשמעתם, (אויב סאיז נישט געווען א חתימה בכפי', ודי).
וויבאלד עס איז נישט געווען באסיפה והסכמה פון אלע רבנים, צב"ש אגודת הרבנים ועוד.

שקיינאנונג וואס דו זאגסט

איך בין נישט אריין יעצט אין א הלכהדיגע שמועס פון יחיד ורבים, רובו מתוך כולו וכו' וכו'

די געדאנק איז ענליך צו א יעדע קו"ק ארויסגעקומען במשך די יארן, און אפשר אפילו שטערקער, ווען היימישע רבני העיר האבן זיך צאמגעזעצט דן צו זיין בענין, און האבן ארויסגעגעבן אן איינשטימיגער פסק

וואס איז די ליצנות צו זאגן אז זיי האבן נישט קובע געווען???

וואס דען האבן זיי געטון, א פשוטער דיסקלעימער???

דיין לשון ''ווי מען האט קובע געווען 72'' איז משמע אויף יעדעם אפי אויף די וואס זענען נישט דארט געווען האט ער דיך אויסגעבעסערט ״זיי האבן זיך קובע געווען״ וואס מיינט פאר זיי און פאר זייער עולם און האט גארנישט מיט די אלגעמיינע גאס

במח"כ רישיה לאו סיפיה וסיפיה לאו רישיה

צו זיי האבן קובע געווען אפילו פאר די וואס זענען נישט געווען? בוודאי, אזויווי יעדע פסק פון א רב

צו פאר די אלגעמיינע גאס וואס איז נישט זייער עולם? ווייס איך נישט ווי פריער געשריבן, דארף מען וויסן די הלכהדיגע שאלה
פארשפארט

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”