מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מאירים »

וואל טאג האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:ער מיינט צו זאגן אז די קול קורא איז נישט מחייב קיינעם אויסער די חותמים, והסרים למשמעתם, (אויב סאיז נישט געווען א חתימה בכפי', ודי).
וויבאלד עס איז נישט געווען באסיפה והסכמה פון אלע רבנים, צב"ש אגודת הרבנים ועוד.

שקיינאנונג וואס דו זאגסט

איך בין נישט אריין יעצט אין א הלכהדיגע שמועס פון יחיד ורבים, רובו מתוך כולו וכו' וכו'

די געדאנק איז ענליך צו א יעדע קו"ק ארויסגעקומען במשך די יארן, און אפשר אפילו שטערקער, ווען היימישע רבני העיר האבן זיך צאמגעזעצט דן צו זיין בענין, און האבן ארויסגעגעבן אן איינשטימיגער פסק

וואס איז די ליצנות צו זאגן אז זיי האבן נישט קובע געווען???

וואס דען האבן זיי געטון, א פשוטער דיסקלעימער???


"מודעה רבה לאורייתא" קיין שום פסק, נאר את אשר מצאנו וכו' ליין דו אליינס די מודעה.

אדרבה, די אגודת הרבנים איז דא געווען פאר זיי, און זיי האבן קובע געווען א זמן הדלקה בערב שבת 18 מינוט פאר שקיעה, און מוצאי שבת א זמן (דאכט זיך עטליכע אין 40 מינוט).

און ס'איז טאקע געווען וואס האבן געהאט טענות היתכן ווי מעג מען מאכן א שפעטערע זמן אויף ערב שבת 3 מינוט שפעטער? (דברים שנהגו איסור וכו').
און גאר אסאך (בימים ההם רוב שומרי שבת אין נוא יארק) האבן נישט אנגענומען די "מודעה רבא לאורייתא" זמן, נאר די אגודת הרבנים זמן.
ממילא הייסט דאס נישט "קובע געווען" פאר יעדעם, וממילא איז עס נאר מחייב די חותמים והסרים למשמעתם.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך להודות »

מאירים האט געשריבן:דער צ"צ

שרייבט אויף שיטת היראים:
ואף שבמה שכתב שביהש"מ הוא כשהחמה נראית עדיין זה אינו נראה להפוסקים. אבל בעיקר דבריו הדין עמו, דמהנך ד' מילין, ג' רביעי מיל לרבה הוי ביהש"מ, ושלשה מילין ורביע(י) הוי לילה גמור

אפשר דאס מיינט דער כותב פריער.

(ועיין עוד מ"ש דא ד"ה ה"ז)
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מאירים »

קאן זיין אז דאס מיינט ער

אבער נישט אין חידושים אויף מס' ברכות.
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך וואל טאג »

מאירים האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:ער מיינט צו זאגן אז די קול קורא איז נישט מחייב קיינעם אויסער די חותמים, והסרים למשמעתם, (אויב סאיז נישט געווען א חתימה בכפי', ודי).
וויבאלד עס איז נישט געווען באסיפה והסכמה פון אלע רבנים, צב"ש אגודת הרבנים ועוד.

שקיינאנונג וואס דו זאגסט

איך בין נישט אריין יעצט אין א הלכהדיגע שמועס פון יחיד ורבים, רובו מתוך כולו וכו' וכו'

די געדאנק איז ענליך צו א יעדע קו"ק ארויסגעקומען במשך די יארן, און אפשר אפילו שטערקער, ווען היימישע רבני העיר האבן זיך צאמגעזעצט דן צו זיין בענין, און האבן ארויסגעגעבן אן איינשטימיגער פסק

וואס איז די ליצנות צו זאגן אז זיי האבן נישט קובע געווען???

וואס דען האבן זיי געטון, א פשוטער דיסקלעימער???


"מודעה רבה לאורייתא" קיין שום פסק, נאר את אשר מצאנו וכו' ליין דו אליינס די מודעה.

אדרבה, די אגודת הרבנים איז דא געווען פאר זיי, און זיי האבן קובע געווען א זמן הדלקה בערב שבת 18 מינוט פאר שקיעה, און מוצאי שבת א זמן (דאכט זיך עטליכע אין 40 מינוט).

און ס'איז טאקע געווען וואס האבן געהאט טענות היתכן ווי מעג מען מאכן א שפעטערע זמן אויף ערב שבת 3 מינוט שפעטער? (דברים שנהגו איסור וכו').
און גאר אסאך (בימים ההם רוב שומרי שבת אין נוא יארק) האבן נישט אנגענומען די "מודעה רבא לאורייתא" זמן, נאר די אגודת הרבנים זמן.
ממילא הייסט דאס נישט "קובע געווען" פאר יעדעם, וממילא איז עס נאר מחייב די חותמים והסרים למשמעתם.

זייט ווען איז מודעה רבה לאורייתא נישט קיין פסק??

איך זאל ליינען ווייטער? פיין, שטייט קלארע דיבורים באו לידי החלטה גמורה ופסק הלכה

ווייטער מיט שאלות אין די נושא וועם עס איז מחייב, נאכאמאל, איך בין נישט הגיע להוראה, און איך רעד מיר נישט איין קיין איין מינוט אז מיין דעה זאל אויסמאכן קיין כי הוא זה
וה"ה מיט טענות וועגן אגודת הרבנים, אויף וועמען פרעגסטו דא? אויף גאוני עולם ואבירי התורה? לאו בר פלגתא דידיהו כלל וכלל!

איך ווייס נישט ווי מען קען מכחיש זיין שמש בצהרים, שטייט א קלארע פסק הלכה, און מען לאזט זיך אריין אין פשעטלעך אז עס מיינט יא דאס נישט דאס
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מאירים »

יש פנים לכאן ולכאן, די ווייסט ווער אגודת הרבנים איז געוועהן? לאו בר פלוגתא דדהו כלל?

און לאמיר זאגן אז ביסט גערעכט, ווי קומען נייע מענטשן יהי' מי שיהי' און קובע זיין פאר די שטאט זמנים להקל?? איז דאס איינעם מחייב בכלל?, ובפרט ווען סאיז געווען דארט אויך חתימות שלא ברצון כידוע.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך טראק דרייווער »

מאירים האט געשריבן:.... ובפרט ווען סאיז געווען דארט אויך חתימות שלא ברצון כידוע.

אינו ידוע.

איך גלייב אויך אז מאירים שרייבט דא זאכן געצווינגערהייט שלא ברצונו. כידוע....
לעצט פארראכטן דורך טראק דרייווער אום פרייטאג מאי 14, 2021 12:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך מאירים »

האסט מיך געמאכט שמייכלען... יש"כ.
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: מהלכים און מנהגים בשקיעה וצאה"כ / פילפולי דאורייתא להלכה ולא למעשה

תגובה דורך וואל טאג »

מאירים האט געשריבן:יש פנים לכאן ולכאן, די ווייסט ווער אגודת הרבנים איז געוועהן? לאו בר פלוגתא דדהו כלל?

און לאמיר זאגן אז ביסט גערעכט, ווי קומען נייע מענטשן יהי' מי שיהי' און קובע זיין פאר די שטאט זמנים להקל?? איז דאס איינעם מחייב בכלל?, ובפרט ווען סאיז געווען דארט אויך חתימות שלא ברצון כידוע.

די תגובה דארף ווערן געמעקט!!

א בי"ד קען מבטל זיין דברי חבירו אויב זיי זענען גרעסער בחכמה ובמנין, ווי געשריבן פריער, איך בין נישט דער וואס קען איינטיילן פאר גדולי הוראה וואס צו טון, אבער צו שרייבן אויף זייערס א פסק מיט אזא זלזול ווי דו, אין לו שום תירוץ בעולם
פארשפארט

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”