וואל טאג האט געשריבן:מאירים האט געשריבן:ער מיינט צו זאגן אז די קול קורא איז נישט מחייב קיינעם אויסער די חותמים, והסרים למשמעתם, (אויב סאיז נישט געווען א חתימה בכפי', ודי).
וויבאלד עס איז נישט געווען באסיפה והסכמה פון אלע רבנים, צב"ש אגודת הרבנים ועוד.
שקיינאנונג וואס דו זאגסט
איך בין נישט אריין יעצט אין א הלכהדיגע שמועס פון יחיד ורבים, רובו מתוך כולו וכו' וכו'
די געדאנק איז ענליך צו א יעדע קו"ק ארויסגעקומען במשך די יארן, און אפשר אפילו שטערקער, ווען היימישע רבני העיר האבן זיך צאמגעזעצט דן צו זיין בענין, און האבן ארויסגעגעבן אן איינשטימיגער פסק
וואס איז די ליצנות צו זאגן אז זיי האבן נישט קובע געווען???
וואס דען האבן זיי געטון, א פשוטער דיסקלעימער???
"מודעה רבה לאורייתא" קיין שום פסק, נאר את אשר מצאנו וכו' ליין דו אליינס די מודעה.
אדרבה, די אגודת הרבנים איז דא געווען פאר זיי, און זיי האבן קובע געווען א זמן הדלקה בערב שבת 18 מינוט פאר שקיעה, און מוצאי שבת א זמן (דאכט זיך עטליכע אין 40 מינוט).
און ס'איז טאקע געווען וואס האבן געהאט טענות היתכן ווי מעג מען מאכן א שפעטערע זמן אויף ערב שבת 3 מינוט שפעטער? (דברים שנהגו איסור וכו').
און גאר אסאך (בימים ההם רוב שומרי שבת אין נוא יארק) האבן נישט אנגענומען די "מודעה רבא לאורייתא" זמן, נאר די אגודת הרבנים זמן.
ממילא הייסט דאס נישט "קובע געווען" פאר יעדעם, וממילא איז עס נאר מחייב די חותמים והסרים למשמעתם.