וואס איז דאס "חניטה"?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

וואס איז דאס "חניטה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אין די פרשה פון די וואך לערנען מיר אז מען האט חונט געווען יעקב אבינו נאכן נסתלק ווערן אויפן באפעל פון יוסף הצדיק, און בכלל איז יענע צייטן געווען א תקופה וואו מ'האט חונט געווען מענטשן, און א זאך וואס איז צווישן די אינטערעסאנטע וואונדער וואס זענען ביז היינט פארבליבן א מיסטעריע, איז דער "חניטה" וואס מיר טרעפן אין די תורה הקדושה. די וואך שטייט דער באדייט פון חניטה ווייסט לכאורה יעדער: פרעזערווירן א קערפער נאכ'ן שטארבן. מ'טוט אים אנפולן מיט געווירצן און בשמים, און נאך פארשידענע כעמיקאלן וועלכע האלטן דעם מת פריש, ער זאל נישט פארשימלט און צוברעקלט ווערן. אלזא, לאמיר כאפן א שטיקל שפאציר ארום דעם ענין, פרובירן עפעס צו דערשמעקן און אנאליזירן, אפשר וועלן מיר געוואר ווערן גוטע און אינטערעסאנטע נייעס.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

דער מצרי'שער חניטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דער באדייט פונעם ווארט "חניטה" מיינט בשמים. דער תרגום יונתן טייטשט טאקע דערויף 'בסמא'. אן ענליכער זכר דערצו איז פונעם פסוק 'התאנה חנטה פגיה', וואס מיינט אז בשעת דער פייג ווערט געצייטיגט, גיט עס ארויס זייער א גוטער גערוך, זעמיר אז חנטה אידענטיפיצירט א ריח טוב.

ווייטער אויף לאטייניש רופט זיך דאס 'באלזאם', וואס מיינט פיינע שמעקעדיגע בשמים וואס ווערן געמאכט פון שמן אפרסמון.

לאמיר אריינקריכן אין די מצריש'ע פיראמידן און אפליינען זייערע שריפטן, פון דארט האבן מיר א קוואל צו נאשן אינפארמאציע איבער אלעס ארום דעם חניטה פראצעדור. לויט ווי די שריפטן-קענער לערנען אפ פון די מאדנע עגיפטישע צייכענעס, זענען געווען דריי ערליי סארטן חניטה'ס אין מצרים. א טייערער וועג איז גענוצט געווארן, וואס אזוי האט מען חונט געווען דעם באקאנטן פרעה טוטענכאמאנ'ס קערפער וועלכער איז שפעטער אנטדעקט געווארן, און לכאורה איז דער ווערסיע חניטה אויך גענוצט געווארן פאר יוסף הצדיק און יעקב אבינו, פונקט ווי פאר אלע פרעה'ס און הערשער פון לאנד.

עס איז געווען א צווייטער סארט חניטה, וואס איז היינט באקאנט אלס 'סטאף', דאס מיינט 'געשטאפט', מ'האט אויסגעליידיגט דעם קערפער פון אלע אינערליכע אברים און ארגאנען, און בלויז דער דרויסנדיגער טייל איז פרעזערווירט געווארן. דער סארט חניטה ווערט נאך ביז היינט געמאכט אויף באשעפענישן, איר קענט דאס איבעראל טרעפן, אנגעהויבן ביי ספעיס פארעם ביז צום תורה-מוזעאום. און דאס דריטער סארט חניטה איז געווען באנוצט בלויז דורך דעם ארימע שיכט פון פאלק, מ'האט אנגעווייקט דעם טויטן גוף אין האניג, און עס איז פארהארטעוועט געווארן.

די גמ' אין בבא בתרא זאגט אז דער מושל בכיפה אלכסנדר מוקדון איז אזוי איינגעטינקען געווארן נאך זיין טויט, און די היסטאריקער אין זייערע ביכער ווייסן און דערמאנט דאס אויך.

ווי מיר זעען פון די פסוקים האט נישט יעדער קטלא קניא געקענט דורכפירן א חניטה פראצעדור, די וואך לערנען מיר אז יוסף האט באפוילן די דאקטוירים דורכצופירן דעם חניטה אויף זיין הייליגן פאטער, יעקב אבינו.

אבער עס שטעלט זיך באלד א פראגע: וואס?! קען דען זיין אז מ'האט דורכגעפירט א חניטה אויף יעקב אבינו?! אויף יוסף הצדיק? מיר אידן זענען דאך זייער שטארק געווארנט און סענסעטיוו נישט צו אנרירן און שענדן א מת?! דערויף ברענגט מען בשם הזוהר הקדוש אז יעקב אבינו האט געהאט גאר א צווייטער סארט חניטה, און בכלל איז דאס אדורכגעפירט געווארן דורך די הייליגע שבטי ק-ה, נישט דורך די גויאישע דאקטוירים. דער זוהר הק' שרייבט אז מ'האט אים בלויז פון אויבן-אויף געזאלבט מיט שמן אפרסמון, און דאס אויך נאר א דאנק יעקב אבינו'ס דירעקטן באפעל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

ארויסגעברענגט פרעה פון קבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די סיבה פארוואס מ'האט דורכגעפירט א חניטה איז געווען, ווייל די מצריים האבן גע'דמיונ'ט אז פרעה איז דאך אן אפגאט, אבער עס איז געווען זייער א שטארקער פראגע אויף זייער אמונה: ווי אזוי קען זיין אז א גאט שטארבט?...

דערויף זענען זיי געקומען מיט אזא באבע-מעשה, אז ווען פרעה שפירט אז ער איז שוין "צי הייליג" און קען שוין נישט אויסהאלטן דעם "מענטשליכן ערדישקייט", האט ער זיך "געמאכט" ווי ער שטארבט, אזוי האט מען געוויסט אים צו באגראבן מיט אלע זיינע אוצרות, מ'האט איבערגעלאזט דארט עסן און אלע באדערפענישן, און דאס אלעס צוזאמען מיט פרעה באגראבן אין א פיראמיד (די המן-טאש געביידעס וואס געפינען זיך אין מצרים) און דארט איז פרעה אויפגעשטאנען פון זיין 'דביקות' און אנגעהויבן א לעבן פונדאסניי...

אזוי זענען די פיראמידן אפגעליגן יארן מיט אוצרות דערינען, ווען דורך טונעלן און אונטערטירלעך זענען רויבער און קברים-שענדער אריינגעקראכן און אויסגעליידיגט די אנטיקן און גאלדענע פארמעגנ'ס. ווען נאפאלעאן, דער פראנצויזישער מאכטפולער עמפעראר, האט איינגענומען מצרים און באפוילן צו עפענען די פיראמידן, איז ער געווען אנטוישט אז חוץ פון אפאר פלעדערמויזן און קערפער'ס האט ער שוין גארנישט געפינען.

דערפאר איז געווען א גרויסער שמחה ווען ארכעאלאגן האבן אנטדעקט א גענצליך-אומבארירטער פיראמיד, מיט א גרויסער פרעה אינעווייניג, נאך אזוי ווי מ'האט אים באגראבן. אינעווייניג איז געווען אויפגעקריצט אויף שטיינער זיין היסטאריע, אזוי אויך איז דארט געפינען געווארן א טעקע מיט פאפירוסן (פאפיר לויט די דעמאלט'דיגע ווערסיע) און היסטאריקער האבן זיך ממש באלעקט די פינגער'ס דערמיט.

דער קבר איז טאקע געווען פונעם אויבנדערמאנטן טוטענכאמאנ'ס, וואס איז אנטדעקט געווארן אין יאר תרפ"ב לפ"ק (1922' למספרם). דער פרעה האט געלעבט פאר איבער 3,300 יאר צוריק. כאטש מ'ווייסט נישט פונקטליך ווען, פארציילן אבער די אויסשניצונגען אז דער באגראבענער האט איינגעפירט רעליגיעזע רעפארמאציעס אין לאנד, און אונטער זיך זענען געווען טויזנטער פרעמדע שקלאפן. (עפעס קלינגט קענטליך?) און דאס וועלט האט גע'פחד'נט פון אים.

עס זענען דארט געפינען געווארן אסאך אינטערעסאנטע חפצים וואס ווארפן א שיין אויף די תקופה פון אונזערע עלטערן אין מצרים, אבער מיר האבן נישט קיין פלאץ דא אריינצוקוועטשן אט די אלע אינטערעסאנטע זאכן אין די ראמען פון א צוויי-זייטיגן מאמר.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

דער קליינער פרעה פון די תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

רעדנדיג פון א געפונענער פרעה, לאמיר אייך געבן צו ליינען נאך עפעס א זאפטיג שטיקל. איינע פון די זאכן וואס ארכעאלאגן האבן פעסטגעשטעלט מיט די הילף פון א ראבאט, איז געווען אן אלטער וויכוח וואס די 'געלערנטע' האבן ליב געהאט צו לייקענען. ווי חז"ל דערציילן אונז איז דער 'מעכטיגער' פרעה וואס מיר טרעפן אין די תורה, געווען זייער קליין: איין אמה (דריי פיס). די חברה האבן גע'טענה'ט אז חז"ל האבן חלילה איבערגעטריבן, עפ"ל, אין קץ לדברי רוח. דאס איז געווען אין די סעריע פון לייקענען בעצם די מכות וואס ווערן געברענגט אין די תורה, עפ"ל.

אבער צומאל איז דער מציאות א געזונטער שלעגער און פראסקעט שטארק אין פנים. מ'האט געפינען אוראלטע פאפירוסן וואס שילדערן די מכות אין מצרים גענוי ווי די רייד פונעם מדרש. ס'האט טאקע געדויערט לאנג, אבער ענדליך איז באשטעטיגט געווארן אז פרעה איז געווען קליין ווי א קאצקא צוקער, נאכדעם וואס אונטערנאציאנאלע ארכעאלאגן האבן געגראבן פיראמידן אין דעם עגיפטישן 'גיזא'.

באוואפנט מיט א ספעציעלער מאשין וואס שיקט שטראלן און קוקט אויב דער פלאץ איז הויל, האבן זיי געפינען א גאר קליינער באגרעבעניש-פיראמיד וואס פארמאגט ממש א פיצעלער עפענונג. די דייטשע ארכעאלאגן האבן געלאזט בויען א ספעציעלן ראבאט וואס זאל אויפכאפן מיט א צוגעטשעפעטער פאטאגראף-מאשין בילדער פון דעם מיסטריעזן ארט. און וואס מיינט איר זענען געווען די רעזולטאטן?! א קאסטן פון א פרעה, גרויס דריי פיס!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

לעצטיגע דורכגעפירטע חניטה-פראצעדורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דער לעצטער איד וואס מ'ווייסט אז ער איז אדורך א חניטה איז געווען אויפ'ן דאקטער אליהו מאנטאלטא, וועלכער האט געדינט אלס פערזענליכער לייב-דאקטער פונעם פראנצויזישן קעניגן מאריא-דע-מאדיטשי, ער איז אין נפטר געווארן יאר שע"ו לפ"ק (1616' למספרם). היות ער האט אויסדריקליך פארלאנגט אין זיין צוואה באערדיגט צו ווערן אין א אידישן בית החיים כדת משה וישראל, און קיין אידישער ביה"ח איז דאן נישט געווען צו געפינען אין פראנקרייך, האט מען אים חונט געווען און געטראגן צו א ביה"ח אין האלאנד.

אויף זיין מציבה ווערט דערמאנט דעם אויסערגעווענליכן פראצעדור וואס ער איז אדורכגעגאנגען לאחר פטירתו, לאמיר ציטירן זיין נוסח המציבה: "ה"ה האלוף קצין הרב הכולל כמוהר"ר אליהו מונטלטו זצוק"ל, שהיה ייועץ ורופא למלך ולמלכת צרפת, ויצוו לחנוט אותו ויישם בארון הזה, ויתהלך את האלוקים בכ"ט בשבט שנת שלום".

דער ר' אליהו האט געשטאמט פון די שפאנישע אנוסים, און האט באקומען א ספעציעלן ערלויבעניש פונעם פויפסט - צוליב זיין גרויס דאקטערשאפט - צו וואוינען אין שפאניע. ער האט זיך אויסגענומען אז ער וויל האבן נאך ניין אידן פאר מנין, און מ'איז אים נאכגעקומען זיין פארלאנג, אזוי וויכטיג איז ער געווען פאר'ן קעניג.

דער לעצטער מענטש וואס מ'האט חונט געווען, איז געווען דער קאמוניסטישער פירער וולאדאמיר לענין ימ"ש, וועמען מ'האט אוועקגעלייגט אינעם רויטן סקווער, און ביז יעצט קלאצט נאך דארט זיין קערפער...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

WOW

כ'האב נישט קיין ווערטער!!

הערליך שיין, רייכע ידיעות!!

WE NEED MORE
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
עס זענען דארט געפינען געווארן אסאך אינטערעסאנטע חפצים וואס ווארפן א שיין אויף די תקופה פון אונזערע עלטערן אין מצרים, אבער מיר האבן נישט קיין פלאץ דא אריינצוקוועטשן אט די אלע אינטערעסאנטע זאכן אין די ראמען פון א צוויי-זייטיגן מאמר.


שמעלקא, מיר נעמען נישט אן דיין תירוץ, די הנהלה וועט דיר צושטעלן וויפל פלאץ די ווילסט פאר א מינימום פער סקווער פיס, אבער האלט נישט אפ גארנישט!!!
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

זייער אן אינטערעסאנטע טאפיק
שמעלקא א שיינע התחלה איך עס וועט ווערן א ביסל ברייטער אויס געשמועסט דא

ווי אזוי שרייבט מען חניטה-באלזאם און ענגליש איך וויל אביסל גוגלען
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערליך שיין, יישר כח.
---
אן אמה איז 2 פיס, כפי ידיעתי.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פאקטען האט געשריבן:זייער אן אינטערעסאנטע טאפיק
שמעלקא א שיינע התחלה איך עס וועט ווערן א ביסל ברייטער אויס געשמועסט דא

ווי אזוי שרייבט מען חניטה-באלזאם און ענגליש איך וויל אביסל גוגלען

Embalming
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
עס זענען דארט געפינען געווארן אסאך אינטערעסאנטע חפצים וואס ווארפן א שיין אויף די תקופה פון אונזערע עלטערן אין מצרים, אבער מיר האבן נישט קיין פלאץ דא אריינצוקוועטשן אט די אלע אינטערעסאנטע זאכן אין די ראמען פון א צוויי-זייטיגן מאמר.


שמעלקא, מיר נעמען נישט אן דיין תירוץ, די הנהלה וועט דיר צושטעלן וויפל פלאץ די ווילסט פאר א מינימום פער סקווער פיס, אבער האלט נישט אפ גארנישט!!!

ער רעדט פון דעם מאמר וואס ער שרייבט פאר דעם גליון אין לאנדאן, דארט איז עס בלויז 2 זייטן.
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

יעקב אבינו לא מת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

שטייט דאך יעקב אבינו לא מת אויב האט מען אבער געמאכט א אינערליכען חנטה אין ער וואלט פון דעם אליין געשטארבן מוז זיין מען האט נאר געמאכט פון אינדערויסען אין נאכמער האב איך אמאל געהערט פון הרב מנשה רייזמאן אז ערגעץ ווי שטייט (שכחתי כעת) אז די אינערליכען חנטה נעמט 70 טעג און די אויסערליכע חנטה נעמט נאר 40 טעג און ביי יעקב אבינו שטייט אז די חנטה האט גענומען 40 טעג
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

שמן האט געשריבן:שטייט דאך יעקב אבינו לא מת אויב האט מען אבער געמאכט א אינערליכען חנטה אין ער וואלט פון דעם אליין געשטארבן מוז זיין מען האט נאר געמאכט פון אינדערויסען אין נאכמער האב איך אמאל געהערט פון הרב מנשה רייזמאן אז ערגעץ ווי שטייט (שכחתי כעת) אז די אינערליכען חנטה נעמט 70 טעג און די אויסערליכע חנטה נעמט נאר 40 טעג און ביי יעקב אבינו שטייט אז די חנטה האט גענומען 40 טעג

וכ"כ בפי' עץ יוסף על עין יעקב,
וכי בכדי ספדו ספדנייא וחנטו חנטייא, קשה מלשון זה משמע שמודה כי עודנו חי אלא שמקשה כי לא היה פחד שיסריח כי חי היה ובחנם חנטוהו וגם חנם הספידוהו וקברוהו לבלי צורך, הא עדיפא היה לו להקשות וכי היה חי והמיתוהו שפתחו גופו והוציאו בני מעיו כי כן דרך הנחנטים, וי"ל כי האלשי"ך מדייק מהכרח הכתובים כי לא פתחו בטנו ולא הוציאו קרביו כי אם שלם כמות שהוא חנטו אותו לכן לא הקשה רק וכי בכדי חנטו כר לומר כי אחר שלא נסתלק ממנו כל כח נפשו ורוחו ונשמתו אשר היה בו מתחלה א"כ בודאי שלא יסריח שאינו כיתר בני אדם שהכל מסתלק ומה בצע בחניטה וגם מה צורך הספד וקבורה.


ייש"כ הרב שמעלקא הנאה געהאט.
דא האט איר א לינק פון אנציקלופדיה הלכתית רפואתית ווי ער ברענגט אסאך אינטרעסאנטע זאכן איבער חניטה, צווישען דעם אז עס זענען דא וואס האלטען אז חניטה איז מותר.
http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.ph ... 7%98%D7%94
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שמעלקע אם מותר לבקש PDF שייקל על הקריאה
ייש"כ מרובה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

פי. די. עף.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

חניטה.pdf
(167.86 KiB) געווארן דאונלאודעד 213 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

הערליך..... ישר כח פאר די נייע אינפארמאציע (פאר מיר איז עס אביסל ניי)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אבער עס שטעלט זיך באלד א פראגע: וואס?! קען דען זיין אז מ'האט דורכגעפירט א חניטה אויף יעקב אבינו?! אויף יוסף הצדיק? מיר אידן זענען דאך זייער שטארק געווארנט און סענסעטיוו נישט צו אנרירן און שענדן א מת?! דערויף ברענגט מען בשם הזוהר הקדוש אז יעקב אבינו האט געהאט גאר א צווייטער סארט חניטה, און בכלל איז דאס אדורכגעפירט געווארן דורך די הייליגע שבטי ק-ה, נישט דורך די גויאישע דאקטוירים. דער זוהר הק' שרייבט אז מ'האט אים בלויז פון אויבן-אויף געזאלבט מיט שמן אפרסמון, און דאס אויך נאר א דאנק יעקב אבינו'ס דירעקטן באפעל.

כבר דנו בזה הראשונים, הרשב"א ורדב"ז (ח"א סימן תפ"ד) התירו, וכתב הרדב"ז: מדנהגו היתר בדבר משמע דלית להו צער, וכ"ש בזמן שעושין כן לכבוד המת ולתועלתו כענין החנוטים.
אבער ס'באקאנט אז דער חתם סופר (שו"ת ח"ב יו"ד שלו) אסר'ט אויף די וועג פון ארויסנעמען די אברים, אלס בזיון המת, נאר ס'מוז זיין אז מ'האט געמאכט חנטה אן שניידן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

יישר כח ר' ר' שמעלקא אויב איר קענט ארויס געבן מער פרטים וועגן די קליינע פרעה וואס מען האט געטראפען וואו וואס ווען דאס איז דאך מוראדיג אינטערעסאנט צו קענען פארציילען והגדת לבנך פסח ביינאכט תודה רבה
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מחבר ספרים האט געשריבן:יישר כח ר' ר' שמעלקא אויב איר קענט ארויס געבן מער פרטים וועגן די קליינע פרעה וואס מען האט געטראפען וואו וואס ווען דאס איז דאך מוראדיג אינטערעסאנט צו קענען פארציילען והגדת לבנך פסח ביינאכט תודה רבה


בל"נ לכבוד פסח, דערמאן מיר דעמאלט.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

קוק פון די תגובה און ווייטער וועגן חניטה
viewtopic.php?p=550702#p550702
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גאר אינטערסאנטע זאך שרייבט דער תוי"ט (פסחים פ"ד מ"ט):
אלא נ"ל שלא היה כאן כי אם קבורה אחת. כי לא כן יעשה למלכים לקוברם בתחילה ואח"כ ללקט עצמותיהן. אלא קודם קבורתם מחנטין אותן ועל ידי החניטה שהיא הוצאת כל האיברים הפנימים וממלא במקומן בשמים ומשיחת הגוף מבית ומחוץ לא יתעפש ולא יסרח ויותכו העור והבשר מעט מעט עד שישארו העצמות לבד כדברי האברבנאל בפרשת ויחי. וכה תמצא בשאול (שמואל א לא) ויקחו את גוית שאול ואת גוית בניו וגו' וישרפו אותם שם ויקחו עצמותיהם ויקברו וגו' קראו החנטה בשם שריפה. והרד"ק כתב שהוא על שם הבשמים ששורפין ע"כ.
ולי נראה שהשריפה מוסב על הגויות לפי שבשמי החנטה שורפים אותם. והנה העיד הכתוב שלא קברו אחר השריפה כ"א העצמות ואין זה כ"א שהשריפה הזאת שריפת החניטה היא ולא נשארו כ"א עצמותיהם ... אבל בשרפת החנטה שיש בה תועלת גדול שלא יתעפש ולא יסרח ורימה לא תשלוט בו ולא יתרחקו ממנו בני אדם לא איצטריך לאשמעינן ...


ער האלט אז דורך די חנטה פלעגט ווערן פארברענט די בשר המת, און אזוי האט מען געטון פאר אלע מלכי ישראל, ווייל דאס איז געווען דרך כבוד.

די מפרשי המשנה פרעגן זייער שטארק אויף אים, און ר' דוד פארדו איז מיישב זיינע ווערטער. זע בייגעלייגט
אטעטשמענטס
חניטה - פסחים.pdf
(128.28 KiB) געווארן דאונלאודעד 166 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

בלעטל האט געשריבן:קוק פון די תגובה און ווייטער וועגן חניטה
viewtopic.php?p=550702#p550702


אה, א הערליכע שמועס, ייש"כ בלעטל פארן לינק.

(איך האב נאכנישט דורכגענישטערט די אלטע אשכולות, א שאד איך האב עס נישט געזען פארן שרייבן די ארטיקל.)
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שיינער אשכול. ייש"כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

שמעלקא, הערליך שיין.


בלעטל האט געשריבן:קוק פון די תגובה און ווייטער וועגן חניטה
viewtopic.php?p=550702#p550702

ש'כח פארן צוברענגען, אפגעליינט מיט איין אטעם.
...
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

וואס איז דאס "חניטה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

דער ראגעטשאווער אין צפנת פענח שרייבט אויך,
קבלתי מכתבו והנה לא ביאר אופני החניטה כי זה ודאי החניטה שהי' אצל האבות יעקב ח"ו לא נגעו הרופאים בגוף רק הוי כמו הך דנזיר ד' נ"א דאשקוה מי דקלים ושלקו במי טבריא עיי"ש בזה וע"י נשא בזה ל"ה חסרון בעצם הגוף וכן עירובין ד"ז ע"א ד"ה היכא ליעביד וכו' ע"ש...


א תשובה פון א דור צוריק וועגן חניטה פון הר"ר יהושע בוימל ז"ל אין עמק הלכה.

דער מל"מ אין הל' אבל פ"ג איז מסופק צו א חנוט איז מטמא, און ער איז דארט מאריך איבער דעם, אויך איז ער דן וועגן טומאת עכו"ם יעוי"ש, דער חשק שלמה אין פ"ב ממס' אהלות ברענגט אבער א שטארקע קושיא פון ר' מתתיהו שטראשון ז"ל, יוסף שטייט דאך די וואך אז מען האט אים חונט געווען, אויב אזוי וואס איז די שאלה, יוסף זעהט מען דאך קלאר אז ער האט מטמא געווען, סיי לויט די שיטה אז די אנשים טמאי לנפש אדם זענען געווען די נושאי ארונו של יוסף, און אויך פון די גמרא אין פסחים ס"ד וואס לערנט ארויס אז מען מעג אריינברענגען א מת אין מחנה לוי' פון ויקח משה עצמות יוסף עמו, איז אין הנשר איז דא א שיינעם תירוץ פונעם חשב סופר, ער ברענגט די גמרא אין סוטה וואס פארציילט אז די מצריים האבן געמאכט פאר יוסף אן ארון של מתכות און עס אריינגעווארפען אינעם נילוס כדי שיתברכו מימיו, איז די הלכה איז דאך אז חרב הרי הוא כחלל דהיינו אז אייזען ווערט די זעלבע טומאה ווי די זאך וואס עס האט אנגערירט, אויב אזוי קומט אויס אז בשעת מען האט אריינגעלייגט יוסף אינעם ארון - וואס דעמאלטס האט ער נאך זיכער מטמא געווען ווייל די בשר ועצמות זענען נאך נישט נתייבש געווארן - איז דער ארון של מתכות געווארן אן אבי אבות הטומאה פונקט ווי דער מת אליין, ממילא איז זייער גוט פארוואס מען קען נישט ברענגען א ראי' פון יוסף ווייל אפילו יוסף האט נישט מטמא געווען, האט דער ארון - וואס איז געווען פונקט ווי דער מת - מטמא געווען.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”