דרייטצעך האט געשריבן:פרומע לבוש האט געשריבן:צו געזונט האט געשריבן:אויב מאך איך נישט קיין גרייז, האט BBQ 306 א התאחדות זיגל
אז מען רעדט שוין דערפון וועל איך עס ארויפברענגען כ'בין שוין אפאר מאל געוועהן אין די געשעפט ביינאכט, שטייען דארט ערלים אין שניידן גאנצעטע שטיקער בשר, אבער קיין משגיח זעט מען נישט פאר די אויגן!
איך האב עס ממש נישט געקענט פארשטיין נישטא קיין איין איד וואס איז דארט ניטאמאל א בחור'ל א קעשיר,
אפאר וואכן צירוק געווען דארט נאך א איד וואס פרעגט מער צו איך האב שוין אמאל געזעהן א משגיח....
אין עס האט אים שטארק גערגערט האט ער אריין געריפן התאחדות פרעגן הלמאי....
עס כאן המעשה
און וואס האט התאחדות געענטפערט?
איך האב נישט ארויס די גאנצע טענה דא, ביסט געווען אין געשעפט, האסט געזען נאר גוים און האסט נישט געזען קיין משגיח, ביסטו געגאנגען רופן התאחדות,
איז נישט לייכטער דארט אין געשעפט צו בעטן פון איינער פון די ערלים אז דו ווילסט רעדן מיט'ן ראביי\משגיח?
אויב וואלסטו אזוי געטוהן וואלט נישט געדויערט מער ווי געציילטע סעקונדעס און דו וואלסט געזען דעם משגיח!
דער משגיח מוז נישט שטיין אונטערן קאונטער אויף דיספלעי אז די קאסטומערס זאלן אים זעהן, ער דרייט זיך אין קאך און טוט דארט פארשידענע זאכן. אויב איינער וויל רעדן מיט אים קומט ער תיכף ארויס און דעמאלט איז דער גאנצער תגובה דא איבריג.