איי-וועלט כשרות אפטיילונג

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 29, 2018 5:28 pm

א קריטיש וויכטיגע כשרות אויפוואכונג איז די וואך געווען פאבליצירט און ״דער בלאט״, ווארשיינדליך און אנדערע צייטונגען אויך. ס׳איז נוגע די אלע וואס געפונען זיך און די קאנטרי׳ס

906A0CFF-8889-4D10-BF97-90344707B73C.jpeg
906A0CFF-8889-4D10-BF97-90344707B73C.jpeg (289.15 KiB) געזעהן 2768 מאל
סטעי טונד!

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 9:57 am

ס'איז א שרעקליכע חוצפה און נאך א שלב אין די קייט פון הפקירות פון די אייס קריעם טראק אינדוסטרי, און די עולם גולם לויפט אנפיטערן זייערע קינדער מיט די פארצווייפלהאפטיגע אייס קריעם, נאכדעם קומט צו לויפן צו די רבי אין חדר פארוואס די קינד האט א פארשטאפטע קאפ, ווייסטו ווי ס'קומט פון? ענטפער אליין!

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 9:59 am

איז דען דאס אויסגעהאלטן דאס לפי חוקי המדינה צו נוצן יענעם'ס לאגא און נאמען בגניבה?

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:00 am

ראספשע האט געשריבן:איז דען דאס אויסגעהאלטן דאס לפי חוקי המדינה צו נוצן יענעם'ס לאגא און נאמען בגניבה?


סאו לייג צו חוץ פון די כשרות ווייאלעישן אויך עובר אויף דינא דמלכותא!

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:02 am

כ'מיין צו פרעגן צו מען קען זיי קלאגן אין געריכט, [בפרט ווען יענער איז מכשיל את הרבים, אולי איז אפילו מותר לכתחילה צו גיין אין ערכאות]

אוועטאר
הענדימען
שר ששת אלפים
תגובות: 6644
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 6:04 pm

ראספשע האט געשריבן:כ'מיין צו פרעגן צו מען קען זיי קלאגן אין געריכט

כ'גלייב אז יא

ראספשע האט געשריבן:[בפרט ווען יענער איז מכשיל את הרבים, אולי איז אפילו מותר לכתחילה צו גיין אין ערכאות]

דארף מען שוין פרעגן א דיין
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 11:02 pm

איז איינער באקאנט בנוגע Juul pods אויב זיי זענען כשר?

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 11:08 pm

מחנך האט געשריבן:ס'איז א שרעקליכע חוצפה און נאך א שלב אין די קייט פון הפקירות פון די אייס קריעם טראק אינדוסטרי, און די עולם גולם לויפט אנפיטערן זייערע קינדער מיט די פארצווייפלהאפטיגע אייס קריעם, נאכדעם קומט צו לויפן צו די רבי אין חדר פארוואס די קינד האט א פארשטאפטע קאפ, ווייסטו ווי ס'קומט פון? ענטפער אליין!

איינער האט אמאל געזען אזא טראק??

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 11:10 pm

יא

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4380
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 11:51 pm

פונקט ווי א גראסערי אדווערטייזט אז ער פארקויפט סחורה פון מהדרין, גפן, משפחה, פרדס, און קיינער מיינט נישט אז דאס געשעפט איז די אייגנטום פון די אויבענדערמאנטע. די זעלבע זאך טוט דער טראק. ער ברויך נאר צייגען אז ער פארקויפט זייערע סחורה
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:19 am

צו געזונט האט געשריבן:פונקט ווי א גראסערי אדווערטייזט אז ער פארקויפט סחורה פון מהדרין, גפן, משפחה, פרדס, און קיינער מיינט נישט אז דאס געשעפט איז די אייגנטום פון די אויבענדערמאנטע. די זעלבע זאך טוט דער טראק. ער ברויך נאר צייגען אז ער פארקויפט זייערע סחורה

איר קומט נישט אריין גענוג קלאר, לאמיר פארשטיין, אויב א גראסערי זאל ווען האבן אויף זייער סטאר פראנט א אייגענע נאמען אין קליין, און דערנאך אין גרויס פראמינענט א לאגא פין א פירמע, למשל טאקע 'גפן', און ארום און ארום זאל זיין בילדער פין עסן וואס 'גפן' מאכט טאקע און דוקא עפעס וואס איז א גרויס חלק פין זייער ליין, איז אפי' א ספק אז ס'וואלט אויסגעזען ווי א 'גפן' סטאר?

נאכמער, די פאקט אז ער האט נישט קיינע לאגא'ס פין אנדערע אייזקריעם פירמע'ס אויך, און אז ער רעפיוזד דאס אראפצונעמען טראץ וואס ער פארקויפט נישט קיין 'מהדרין' פראדוקטן בכלל, ווייזט אז די מארקעטינג ארבעט פאר אים, און דאס איז א עוולה גדולה, און מן הסתם רעכט אינפרינדזשמענט ביי לאו.

אין א סייד נאוט, פארשטיי איך נישט וויאזוי סיי וועלכע רב המכשיר קען רואיג געבן א הכשר אויף א טרעקל וואס פארט ארום אן קיין קאנטראל, און בפרט נאך וויאזוי מ'קען טראסטן אזעלכע חברה... סיי פשוט, קוק ווער ס'זיצט אויפ'ן טראק, און זאג מיר אויב איר וואלט אים געטראסט מיט א דיים, און סיי אז מ'דיעלט מיט אזעלכע מחוצפים וואס פייפן אן די בעה"ב און רב המכשיר פין 'מהדרין' און טוען ככל העולה על רוחם שלא ביושר.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
הענדימען
שר ששת אלפים
תגובות: 6644
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:08 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:טראץ וואס ער פארקויפט נישט קיין 'מהדרין' פראדוקטן בכלל

דאס איז די פוינט

אַבּערוואַס האט געשריבן:אין א סייד נאוט, פארשטיי איך נישט וויאזוי סיי וועלכע רב המכשיר קען רואיג געבן א הכשר אויף א טרעקל וואס פארט ארום אן קיין קאנטראל,

איין טראק ווערט געטרעקט דורכן רב המכשיר מיט GPS
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:17 am

הענדימען האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:טראץ וואס ער פארקויפט נישט קיין 'מהדרין' פראדוקטן בכלל

דאס איז די פוינט

דאס איז וואספארא פוינט?

הענדימען האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:אין א סייד נאוט, פארשטיי איך נישט וויאזוי סיי וועלכע רב המכשיר קען רואיג געבן א הכשר אויף א טרעקל וואס פארט ארום אן קיין קאנטראל,

איין טראק ווערט געטרעקט דורכן רב המכשיר מיט GPS

וואס הייסט איין טראק? ס'דא עטליכע אייזקריעם טראק פירמעס, און איינס ווערט גע'טרעקט? אדער ס'דא איין טראק צווישן עטליכע פין א געוויסע פירמע וואס ווערט גע'טרעקט? וועלכע איר קלויבט אויס, איז דאס סייווי נישט קיין געהעריגע תשובה אויף די שאלה.

אויסערדעם, איר קענט מיר פונקטליך מסביר זיין וואספארא חששות אין כשרות ווערט נתברר דורך GPS טרעקינג?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:18 am

ווייסט איינער וואס טוט זיך בנוגע תולעים אין די סושי?

כהער אז די גרינע חלק אויף וועלכע מען קלעפט צו די רייז האט מען לעצטענס געזעהן תולעים
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html

אוועטאר
הענדימען
שר ששת אלפים
תגובות: 6644
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:31 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:דאס איז וואספארא פוינט?
אן ענטפער אויף צו געזונט'ס פראגע
צו געזונט האט געשריבן:פונקט ווי א גראסערי אדווערטייזט אז ער פארקויפט סחורה פון מהדרין, גפן, משפחה, פרדס, און קיינער מיינט נישט אז דאס געשעפט איז די אייגנטום פון די אויבענדערמאנטע. די זעלבע זאך טוט דער טראק. ער ברויך נאר צייגען אז ער פארקויפט זייערע סחורה


אַבּערוואַס האט געשריבן:וואס הייסט איין טראק? ס'דא עטליכע אייזקריעם טראק פירמעס

דער רב וואס גיבט א השגחה אויף יענעם טראק קען אייביג טרעקן דעם טראק וואס מאכט עס אביסל גרינגער פאר אים צו האלטן אן אויג

אַבּערוואַס האט געשריבן:אויסערדעם, איר קענט מיר פונקטליך מסביר זיין וואספארא חששות אין כשרות ווערט נתברר דורך GPS טרעקינג?

וואס זענען די חששות בכלל?
א איד האט א חזקת כשרות אבער.... נו פיר אויס
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:12 am

ר' הענדימאן, איר קומט ווידער נישט אריין קלאר, (ס'סאונד ווי ס'קאסט אייך געלט יעדע קערעקטער צו טייפן אליינס..). דעריבער אנשטאט צו גיין אין רינגען לאמיך קלארשטעלן דעם פראבלעם דא פין מיין פוינט אוו וויו, און דענאך אויב האט איר עפעס מוסיף צו זיין, קענט איר זיך באציען דירעקט צו מיין תגובה.

כדי מסביר צו זיין די פראבלעמען דא לאמיר מאכן צוויי סינעריאו'ס, קודם א סינעריאו וואס וואלט - מ'שטיינס געזאגט - יא געמאכט עפעס סענס אין א נארמאלע וועלט, דערנאך דאס מיט וואס מ'האנדלט דא צפעציפיש.

סינעריאו איינס וואלט געווען; 1) א אייזקריעם טראק מיט אן אייגענע "ברענד" און אן אייגענע "השגחה" קלאר ארויפגעשריבן אויפ'ן טראק, פארקויפט אייזקריעם פראדוקטן פין פארשידענע פירמע'ס, פינטל. 2) ווייל ער פארקויפט פראדוקטן פין פארשידענע פירמעס, און ער וויל אז מענטשן זאלן דאס אויך וויסן און נישט טראכטן "ווער ווייסט וואספארא געמויזשעכטץ ער פארקויפט דארט?" וואלט געקענט מאכן סענס אז ער זאל "אויך" האבן די לאגא'ס פין די פירמע'ס - וועמענס פראדוקן ער פארקויפט פאקטיש - דיספלעיד אויף זיין טראק (מיט ליגעל דיסקלעימער'ס און/אדער רשות וכדו').

אויף די סארט סינעריאו בלייבט נאר איין קושיא צוטיילט אין צוויי און דאס איז, וויאזוי נעמט זיך א רב המכשיר אונטער אחריות 1) אויף א זאך וואס איז אפיציעל נישט סטאנציאנירט, נאר גייט ממקום למקום (והיינו ער קען טון פארשידענס אן דעם וואס דער רב המכשיר זאל קענען אריינפאלן צו יעדע מינוט, ועוד, אפי' דער רב המכשיר קען יא וויסן וואו ס'געפינט זיך, האט ער נישט די מעגליכקייטן צו אינפארסירן קיינע סטאנדארטן ווי אין א לאקאלע זאך, ופשוט)? 2) די סארט חברה וואס פירן (אן) די טרעקלעך, וואלטן רוב מענטשן נישט געטראסט קיין דיים, איז וויאזוי קען מען זיי טראסטן איין מינוט אליינס מיט כשרות?

סינעריאו צוויי, א אייזקריעם טרעקל פירמע וואס האט 1) נישט זיין אייגענע נאמען "ברענדעד" גענוג בולט אויף די טרעקלעך (ווען בכלל). 2) ער האט נישט קיין אייגענע "השגחה" דיספלעיד אויפ'ן טראק בכלל. 3) ער האט דירעקט פראמינענט דיספלעיד די 'מהדרין' לאגא אויף די טרעקלעך און נאך אויף אן אופן אז מ'זאל טאקע מיינען אז דאס האט מיט זיי א שייכות נכלל די קומענדיגע. 4) ער האט נישט קיין שום אנדערע אייזקריעם פירמע "ברענד" אויפ'ן טראק דיספלעיד אויסער 'מהדרין'. 5) ער פארקויפט גראדע בכלל נישט מהדרין'ס סחורה, וועמענ'ס יא איז נאך אויך אינטערעסאנט צו וויסן. 6) די הכשר וואס ער האט יא איז נאר בנמצא ערגעץ פארשטופט אויף א צעטיל וואס מ'דארף בעטן עס צו זען אויב וויל מען דווקא (און דוכט זיך ער האט אויך שוין געטוישט הכשר לעצטנס), און דאס איז דייקא פין די שוואכערע היימישע הכשרים. 7) ער האט ריפיוזט 'מהדרין' און זייער 'רב המכשיר' אין פנים אריין אראפצונעמען דעם לאגא.

דער לעצטער האט אלע פראבלעמען פין סינעריאו איינס, פלאס פלאס פלאס, איז יעצט וואס זענען די זאכן וואס איר ווילט ארויסברענגען דערוועגן/דערקעגן?

אגב, מיין אויבנאויפיגע השערה איז אז עמיצער וואס טענה'ט אז ס'איז נישט געפערליך אדער ער זעט בכלל נישט די עוולה, האט נאכנישט געזען די טרעקלעך פין וואס מ'רעדט דא. מאך א זוכעניש אויף BAZEL אייזקריעם טראק, און לאזט מיך וויסן אויב איר אפי' א ספק אז דאס באלאנגט פאר 'מהדרין' אדער עכ"פ מ'רעדט פין אויסשליסליכער 'מהדרין' דיעלער...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:08 am

די אייז קריעם טראק וואס פארט ארום קרית יואל ,וועלכע קאמפאני איז דאס ?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:14 am

אפשר גיי מיר אין ביזנעס אין אויפן נעקסטען יאר עפענט מען א היימישע אייז קרים טראק מיט היימישע יונגעלייט מיט א גוטן הכשר ? נא עני אינוועסטערס

וואס די זאגטס וועגן זשי פי עס ,איז טאמער די ווייסט נישט איז לעצטענס שטארק אריין אין באניץ קעמרעס אין קיטשענס וכדומה ביי אסאך הכשירים

טאמער איך מאך נישט קיין טעות האט די אוי יא אדער אוי קעי געמאכט א נייע זאך ממש לעצטענס אז יעדע פון זייערע מקומות ווי זיי געבן א הכשר אדער גאר יעדע רעסטאראנט מיז האבן גוטע קעמרעס פון וואס זיי קענען 24/7 מאניטארן ,און טאמער עס ארבעט נישט אדער ביז יענע באשטומטע דעיט האט נישט די געשעפט קיין קעמרע ,פארלירט מען אוטאמיטיש די קעמרעס

גראדע געהערט אז מישקאלץ האט קעמרעס ביי ארלינגטאן האטעל וואס ער קען מאניטארן ועוד

סא א בעל מכשיר קען האבן סיי א זשי פי עס און סיי א קעמרע אין אייז קרים טרעקעל וואס ער קען מאניטארן

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4380
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג אוגוסט 12, 2018 7:27 am

רעסטאראנט האט געשריבן:די אייז קריעם טראק וואס פארט ארום קרית יואל ,וועלכע קאמפאני איז דאס ?

ר' בנימין גרובער גיבט א הכשר דערויף
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 12, 2018 8:49 am

איך זע נישט קיין זכר פון א השגחה.
http://www.koshericecreamtruck.com/
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
הענדימען
שר ששת אלפים
תגובות: 6644
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוגוסט 12, 2018 10:58 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:סינעריאו איינס וואלט געווען; 1) א אייזקריעם טראק מיט אן אייגענע "ברענד" און אן אייגענע "השגחה" קלאר ארויפגעשריבן אויפ'ן טראק, פארקויפט אייזקריעם פראדוקטן פין פארשידענע פירמע'ס, פינטל. 2) ווייל ער פארקויפט פראדוקטן פין פארשידענע פירמעס, און ער וויל אז מענטשן זאלן דאס אויך וויסן און נישט טראכטן "ווער ווייסט וואספארא געמויזשעכטץ ער פארקויפט דארט?" וואלט געקענט מאכן סענס אז ער זאל "אויך" האבן די לאגא'ס פין די פירמע'ס - וועמענס פראדוקן ער פארקויפט פאקטיש - דיספלעיד אויף זיין טראק (מיט ליגעל דיסקלעימער'ס און/אדער רשות וכדו').

אויף די סארט סינעריאו בלייבט נאר איין קושיא צוטיילט אין צוויי און דאס איז, וויאזוי נעמט זיך א רב המכשיר אונטער אחריות 1) אויף א זאך וואס איז אפיציעל נישט סטאנציאנירט, נאר גייט ממקום למקום (והיינו ער קען טון פארשידענס אן דעם וואס דער רב המכשיר זאל קענען אריינפאלן צו יעדע מינוט, ועוד, אפי' דער רב המכשיר קען יא וויסן וואו ס'געפינט זיך, האט ער נישט די מעגליכקייטן צו אינפארסירן קיינע סטאנדארטן ווי אין א לאקאלע זאך, ופשוט)? 2) די סארט חברה וואס פירן (אן) די טרעקלעך, וואלטן רוב מענטשן נישט געטראסט קיין דיים, איז וויאזוי קען מען זיי טראסטן איין מינוט אליינס מיט כשרות?

אויף דעם האב איך געשריבן אז דער רב המכשיר קען טרעקן און אפילו דו טראסט נישט יענעם מיינט נישט אז מ'קען אים נישט טראסטן. אפשר פארדעכטיגטסטו צו סאך (איך קען זיי נישט. איך טראכט נאר הויך)
אזוי אויך קען זיין אז זיי האבן קאמערעס וואס דעמאלטס קען דער רב המכשיר פונקטליך זען אלעס
בקיצור. אויפן רב המכשיר איז נישט שווער. אויב קען ער האלטן אן אויג (אויב נישט, האסטו א פוינט)

אַבּערוואַס האט געשריבן:סינעריאו צוויי

איז א פאלנער באנדיט און כ'וואלט נישט געקויפט פון אזאנעם


נו לאמיר מסביר זיין מיין פריערדיגע תגובה
צו געזונט האט געפרעגט וואס איז שלעכט אויב איינער לייגט ארויף די לאגא פון די קאמפאני וואס ער פארקויפט
האסטו געשריבן א לאנגס און א ברייטס
האבעך ארויסגעפוינט דעם עיקר פראבלעם אז ער פארקויפט ניטאמאל מהדרין סאו ער איז סאם א ליגנער

אויף דיין טענה וויאזוי מ'קען געבן אן השגחה אויף א טראק האבעך געענטפערט GPS

אויף דיין קשיא וואסארא חששות ווערן נתברר דורך GPS האבעך נישט קיין געדולד צי שרייבן די לאנגע הסבר סאו כ'האב נאר אויפגעברענגט אז א איד האט א חזקת כשרות וואס איז א חלק פונעם פוינט און זאל א צווייטער אריינפילן אנשטאט

גענוג קלאר?
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:25 am

וואס עפעס? האט געשריבן:ווייסט איינער וואס טוט זיך בנוגע תולעים אין די סושי?

כהער אז די גרינע חלק אויף וועלכע מען קלעפט צו די רייז האט מען לעצטענס געזעהן תולעים

ס'איז אן אלטע באקאנטע פראבלעם, מען ברויך נזהר זיין און קויפן נארי מיט א השגחה מעולה
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

Forkosh
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 1:09 am

Wal Mart Spring Water without OU

תגובהדורך Forkosh » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:29 am

ווייסט איינער צו מען מעג טרינקען wal mart ספרינג וואסער. ס'שטייט ס'האט purified water, calcium chloride און sodium bicarbonate. ס'האט נישט קיין OU.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14168
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אקעגען חמרא טבא

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:46 am

Calcium carbonate, however, may also be derived from oyster shells
***********דער ציפער האלט שוין העכער 14000***********

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:23 pm

Forkosh האט געשריבן:ווייסט איינער צו מען מעג טרינקען wal mart ספרינג וואסער. ס'שטייט ס'האט purified water, calcium chloride און sodium bicarbonate. ס'האט נישט קיין OU.


אמאל געהערט פון א בעל מכשיר (קען זיין געזען אין מדריך פון התאחדות) אז מען זאל נישט טרינקען קיין וואסער אן קיין הכשר. עס קען האבן פראבלעמען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט