כיצד מרקדין - מנהגי חתונה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

פורים ביי מנחה פלעגט זיין בכיות ביי אונז אין ביהמ"ד
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

מחותן האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:און וואנעט האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון וויינען ביי א מצווה טאנץ?
אז מען קוקוט אריין אין די ספרים זעט מען אז מצווה טאנץ איז א שעת שמחה און מען דארף זיין פרייליך..

עס איז טאקע א מורא'דיגע עת שמחה אבער אויך א מורא'דיגע עת רצון און מען קען אלעס אויספוילען, סא פון דעם קומט דעי מנהג,


טאקע אט דאס איז מיין שאלה, ווען האט זיך אנגעהויבן די משוגעת אז ביי זמני שמחה וויינט ווייל מען קען זיך אלעס אויסבעסטן..

״דמעות״ של שמחה פארנעמט די אויבן אן ביי א שמחה, פורים, אד״ג

דאס ווערט נאכגעזאגט פין ר׳ בינם מ׳פשיסכע וואס מען קען פוילן מיט שמחה קען מען נישט פוילן מיט קיין שים אנדערע זאך.
..
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מיין טאטע זז"ג האט חתונה געהאט אין די ל' יארן, און אויף די בילדער זעט מען ווי מ'האט אים אויפגעהויבן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:און וואנעט האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון וויינען ביי א מצווה טאנץ?
אז מען קוקוט אריין אין די ספרים זעט מען אז מצווה טאנץ איז א שעת שמחה און מען דארף זיין פרייליך..

עס איז טאקע א מורא'דיגע עת שמחה אבער אויך א מורא'דיגע עת רצון און מען קען אלעס אויספוילען, סא פון דעם קומט דעי מנהג,

וואו שטייט אז עס איז א עת רצון און מען קען אלעס אויספועלן?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בויבעריקער האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון זינגן ווארימע ניגוני התעוררות אונטער די חופה? לויט ווי עס שטייט אין די ספרים איז די עיקר מנהג געווען צו באגלייטן די חתן כלה צו און פון די חופה מיט כלי זמר און דוקא מיט פרייליכע ניגונים.

ניגוני התעוררות בשעת החופה
מקור מנהג ישראל לנגן ניגוני התעוררות בשעת החופה, הוא
בזוה״ק (ח״ג ר״ל ע״ב) שכתב, כד אתיין לה (לחופה) בכמה מיני
גוונא, צריכין ישראל לאתערא לון לתתא בשירות ותשבחות בכל מיני
ניגונא...................
נטעי גבריא'


גלאזער האט געשריבן: וואו שטייט אז עס איז א עת רצון און מען קען אלעס אויספועלן?


וועגען מצוה טאנץ זעה דא אז עס איז נישט קיין קינדער שפיל
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=10

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=269 והלאה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

קיקיון האט געשריבן:

גלאזער האט געשריבן: וואו שטייט אז עס איז א עת רצון און מען קען אלעס אויספועלן?


וועגען מצוה טאנץ זעה דא אז עס איז נישט קיין קינדער שפיל
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=10

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=269 והלאה

די אלע עבודות צדיקים און די סודות דאס ווייס איך, אבער אז ס'איז א עת רצון און מ'פועלט אויס שטייט נישט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מענין לענין באותו ענין
איינע פון די לעצטע חתונות אין זאל פון "קרית יואל מענאר" היינט היכל ראזענבערג, האט דער חתן באקומען א שניט אין די פיס פון די גלאז וואס ער האט געטראטן נאך די חופה, און איז אריין געקומען שפעט צו טאנצן נאכן זיצן אין (געוועזנעם) הארדען היל שפיטאל פאר סטיטשעס
זינט דאן נעמט מען ארום די גלאז מיט עפעס
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אן אבזורד וואס קוועטשט מיר שוין זייער לאנג
דאס אריינקומען פון חתן ערשט נאך די סעודה
מיט וואס איז דאס א סעודת חתן?
פארוואס קען ער נישט אריינקומען פריער מען וועט טאנצען א פאר מינוט און ממשיך זיין נאך
בענטשען און שבע ברכות
ווי הרה"ג ר גבריא' ציננער שליט"ראברענגט עס ארויס זייער זאכליך
Untitled2.gif

פון דעם בין אדם לחבירו איז דאך אפגערעדט
פארוואס זאל א נאנטער קרוב וואס קען שוין נישט מאכען קיין CALISTHENICS זיצען שעות ארוכות כאבן דומם ?
שמיעסען מיט א דומה לו? ווער קען הערען? אריינקוקוקען אין א ספר\ קונטרס?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וכבר האריך בזה בעל ישראל והזמנים, וכן הוא נוהג למעשה.

---

אין אייראפע קומט טאקע דער חתן אריין אינמיטן די סעודה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

אויך ביי די ליטאים
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

שטייגען האט געשריבן:ווער געדענקט נאך?

ווען מען האט נישט אויפגעהויבען די חתן ביים אריינקימען אין זאל, אין איך מיין עס איז שוין צייט צו עס סטאפען, די ערשטע פשוטע סיבה איז וויבאלד נישט יעדע משפחה האט אפאר שטארקע מענטשן וואס האבען דיע כוח אינטערצוהייבען, אדער דארף מען צוקימען צו יענעמ׳ס טובות אדער אפאר שוואכע אינגעלייטעך וואס דארפען מוארדיג שטארק טאנצען נאכדעם צו ער איז א ברידער אדער שוואגער דארפען זיך נעבעך סתם איבערארבטען אין דאס נעמט אוועק די כוחת, אין צווייטענס וויפיל. מאל פאלט נעבעך די חתן אראפ פין בענקעל, דיע וואך אליינס האט פאסירט א מוארדיגע אימגליק (דאס האט מיר געמאכט שרייבען דעם תגובה- וואס באמת דארף עס ווערן א באזינדערע אשכול- אין לאזען הערן יעדעמ׳ס מיינוג) בשעת מען האט אריינגעברענגט דעם חתן איז ער נעבעך אראפגעפאלען אין זיך נעבעך צובראכען דעם הענד אין מען האט אראפ געברענגט א דאקטאר מיט א עקסרעי מאשין אין פארשטייט ווי אזוי קיקט אויס א חתונה ווען דער חתן דארף ארויסגיין פין זאל אויף א האלבע שעה אין דעם פרייליכסטגען טאג פין זיין לעבען צוליב עפעס א נייע מושגאס פין די לעצטע 30/35 יאר וואס א צולאזטע בחור האט אנגעהויבען, עס איז שוין צייט אננצוהייבען מיט נארמאלקייט,



דער מנהג פון אויפהייבן דעם חתן איז גאר אלט, דער מהרש"ב ז"ל שרייבט (בערך אזוי) אז בשעת מען הייבט אויף דעם חתן איז הזמן מסוגל דער חתן זאל ממשיך זיין קינדער. דער נטעי גבריאל פרק מ"א ברענגט פון ספר דרושי האדמו"ר האמצעי מליבאוויטש, דף קמ"ו שעיקר "המצוה" הוא להגביה החתן ע"י אנשים והכלה ע"י הנשים. עכ"פ זעען מיר אז דער מנהג איז יסודתו בהררי קודש, און גייט אריין בגדר מצוה.
באמת האט דאס לכאורה א שטיקל מקור אין די גמרא כתובות אנהייב פרק ב' אז דאכט זיך רב אחא האט מרכיב געווען די כלה על כתיפו, און בפשטות [וק"ו] אז מ'האט דאס געטון פארן חתן, (אבער אין דעם איז שוין דא דעות לכאן ולכאן, ומנהג א"י להקל)

וואס איז באמת א נייער מנהג, איז אז דער חתן טאנצט מיט'ן ציבור בכל כחו ואונו, און לפעמים ווערט ער דער מארשאליק און פירט גאר אן די טענץ, דאס איז נישט געווען ביז דרייסיג יאר צוריק, שאל אביך ויגדך, און נישט דאס מיינט די גמרא מיט משמח זיין חתן כלה, ונלאיתי להעתיק כל המראי מקומות, און דאס איז אויך דער ענין פון אויפהייבן דעם חתן, ווייל דער יסוד פון שמחת חתן כלה איז זיי משמח צו זיין אויף אלע סארטן וועגן, משבח זיין זייער זיווג, טאנצן פאר זיי, שפילן פאר זיי, אבער נישט זיי ארייננעמען אין דעם טאנץ
אפשר היינטיגע צייט איז דאס שוין א הכרח פאר שמחת חתן כלה
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

חכם לב האט געשריבן:........וואס איז באמת א נייער מנהג, איז אז דער חתן טאנצט מיט'ן ציבור בכל כחו ואונו, און לפעמים ווערט ער דער מארשאליק און פירט גאר אן די טענץ, .....

א פערזענליכער יי"כ פאר מיר איינשפארען די טירחא דאס ארויסברענגען

אויף א סך פון די "מנהגים" קען מען זאגען אויף אונגאריש מינעק ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

דאכט זיך מיר אז ביי רעבישע חתונות איז נישט אזוי איינגעפירט אויפצוהייבן דעם חתן, קען זיין ס'דא ווי יא, יאך האב נאכנישט געזען
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

די וואך געוועזן א רבישע חתונה אין קרית יואל מען האט אויפגעהויבן דעם חתן, קען טאקע זיין אז אמאל איזעס נישט געווען
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

דא זעהט מען אז מען הייסט יא אויף די חתן ביי ב״ר אדמור מבאבוב שליט״א חתונה וואס מערכת בית צדיקים דבאבוב 45 האט ארויס געגעבן https://copy.com/HxDiK2xItxeJTvzk
..
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

שבט הלוי זי״ע שרייבט א תשובה מען זאל נישט אויפהייבען אויף די אקסלען דעמאלטס האט מען אנגעהויבען מיט די בענקעל. אויב איינער ווייסט ווי דיע תשובה איז זאל עס ביטע אראפ ברענגען אהער
..
שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי-תירוצים »

שטייגען האט געשריבן:שבט הלוי זי״ע שרייבט א תשובה מען זאל נישט אויפהייבען אויף די אקסלען דעמאלטס האט מען אנגעהויבען מיט די בענקעל. אויב איינער ווייסט ווי דיע תשובה איז זאל עס ביטע אראפ ברענגען אהער


די ענין פון נישט אויפהייבן אויפן אקסל שטייט שוין אסאך פריער ווי שבט הלוי. ע"ע בספר מנהג ישראל תורה בענין זה.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מי יודע האט געשריבן:מיין טאטע זז"ג האט חתונה געהאט אין די ל' יארן, און אויף די בילדער זעט מען ווי מ'האט אים אויפגעהויבן


ביי דעם נייעם קליפ פון חתונת האדמו"ר מבאבוב 45 זעהט מען ווי הייבט איהם אויף אויף איינעמס אקסעל.

כאפט דען א חילוק ווי זוי מ'הייבט אויף די אקסלען אדער אויף א בענקל?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יד. יש למנוע מלהרכיב החתן על הכתפיים ולרקוד עמו (כ”ד), רק יש להושיבו ע״ג כסא ולרקוד עמו (כה)

כ"ד) רוח חיים או״ח ס" תרס״ט טק׳׳ח וכה״ח שם סקכ׳׳ב, דאיכא למיחש להרהורא כר,
וק״ו היא ממה שאסרו לרכוב על החמור בלי אוכף כמבואר באה״ע סי׳ כ״ג ס״ו.
(כ"ה) פשוט. וכ״כ בדרושי חתונה לאדמו״ר האמצעי מליובאוויטש דף קמ״ו
שעיקר המצוה להגביה ולנשאות החתן ע״י אנשים, והכלה ע׳׳י הנשים עיי ״ש.
נטעי גבריא'
Untitled1.gif
Untitled1.gif (11.37 KiB) געזען 3848 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

חכם לב האט געשריבן:

דער מנהג פון אויפהייבן דעם חתן איז גאר אלט, דער מהרש"ב ז"ל שרייבט (בערך אזוי) אז בשעת מען הייבט אויף דעם חתן איז הזמן מסוגל דער חתן זאל ממשיך זיין קינדער. דער נטעי גבריאל פרק מ"א ברענגט פון ספר דרושי האדמו"ר האמצעי מליבאוויטש, דף קמ"ו שעיקר "המצוה" הוא להגביה החתן ע"י אנשים והכלה ע"י הנשים. עכ"פ זעען מיר אז דער מנהג איז יסודתו בהררי קודש, און גייט אריין בגדר מצוה.
באמת האט דאס לכאורה א שטיקל מקור אין די גמרא כתובות אנהייב פרק ב' אז דאכט זיך רב אחא האט מרכיב געווען די כלה על כתיפו, און בפשטות [וק"ו] אז מ'האט דאס געטון פארן חתן, (אבער אין דעם איז שוין דא דעות לכאן ולכאן, ומנהג א"י להקל)

מ'זאל צאלן געלט פאר אפאר יונגערלייט צו קומען יעדע נאכט צו די חתונה זאל'ן אויפצוהייבן דעם חתן.

(חברת למעלה. עפעס אזוי..)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ווי נאך דארף אונזער אויסגעדראשענע @מחותן צאלן געלט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

נו, וואס טוט מען נישט פאר אזוינע געוואלדיגע מנהגים?
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

מחותן האט געשריבן:און וואנעט האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון וויינען ביי א מצווה טאנץ?
אז מען קוקוט אריין אין די ספרים זעט מען אז מצווה טאנץ איז א שעת שמחה און מען דארף זיין פרייליך..


קול מבשר אינטערוויו #1286 - מיט ר׳ אליעזר יקיר ברוין
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

ישלהוסיף האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:מיין טאטע זז"ג האט חתונה געהאט אין די ל' יארן, און אויף די בילדער זעט מען ווי מ'האט אים אויפגעהויבן


ביי דעם נייעם קליפ פון חתונת האדמו"ר מבאבוב 45 זעהט מען ווי הייבט איהם אויף אויף איינעמס אקסעל.


אינו נכון כלל, ואתכם הסליחה. עיין היטב שבסוף רואים בבירור האיך שהחתן שליט"א סומך את זרועי ידיו על גב / צד האחורי של הכסא, עי"ש.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
שלום הלוי
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום הלוי »

דאס איז א גרויסע שגעון פונעם היינטיגע דור אז די חתן מיז טאנצען מיט יעדעם איינעם אין זאל, אמאל פלעגט די חתן זיצען און מהאט געטאנצן פאר עים וואס אזוי איז מען עים ריכטיג משמח , און אויך נישט פארגעסן אז די חתן האלט נאך א טאג פאסטען
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”