וואו איז מזרח?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

אלף בית האט געשריבן:כ׳וועל עס פרובירן מסביר צו זיין:
ווען מיר זעהן א ׳וואנט מאפע׳ און מיר וועל צוען א גלייכע שטריך פון ניו יארק צו ארץ ישראל וועט טאקע אויסקומען אז מיר דארפן דאווענען צו מזרח אביסל גענויגט צו דרום.
דאס איז אבער נישט ריכטיג, ווייל די וועלט איז דאך רינדעכיג און ווען מ׳עפענט עס אויף אז ס׳זאל זיין א ׳וואנט מאפע׳ ווערט עס צוצויגן און ס׳איז נישט אקורט.
ווען מ׳זאל עפענען א די מאפע אויף א וועג אז די נארפאול זאל זיין אינדערמיט און מזרח אויבן און מערב אינטן, וועט מען זעהן די וועלט אונגאנצן אנדערש...

נאך א הסבר פאר ווער ס'פארשטייט נישט;
ווי באקאנט איז ביי תקופת ניסן ותשרי, קומט ארויס די זון פונקט אין די צענטער פון מזרח, ווייל דעמאלט פארט ער גלייך אויף די קו המשוה. יעצט שטעלט אייך ביי נץ החמה אין נו יארק, און קוקט ווי די זון קומט ארויס, וואס דאן איז ער ווייט פון אונז 90 מעלות למזרח, און ער שטייט פונקט העכער די קו המשוה, דאס איז בערך דרום-צענטראל אפריקע, לאמיר זאגן מדינת סאמאליע - קעניע, וואס דאס איז דאך לגמרי דרום פון ארץ ישראל, יעצט אויב ווילט איר זיך שטעלן קעגן ארץ ישראל, דארפט איר זיך אביסעלע דרייען לינקס צו צפון, אזוי וועט איר זיין פונקט קעגן ארץ ישראל! דאס מיינט 'מזרחית צפונית'!
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

טריסקער האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:ס׳איז אזוי @אלד_וויליאמסבורג זאגט, וויבאלד די וועלט איז רינדעכיג און נישט פלאך דארף מען אין ניו יארק דאווענען אביסל צו דרום.

אביסל צו צפון מיינסטו, יא?

ריכטיג, שוין פאראכטן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

אויב האט איר נאכאלץ נישט פארשטאנען, וועל איך אייך געבן א פשוט'ע הסבר;
לו יצוייר עס זאל זיין יבשה פון אמעריקא ביז ארץ ישראל, און איר וועט אייך ארויסלאזן מיט א קאר צו מזרח פונקט, אן זיך דרייען קיינמאל, וועט איר אנקומען קיין סענטראל אפריקע כנ''ל, און אויב וועט איר פארן עטוואס דרום וועט איר אנקומען קיין יאהאנעסבורג - מאדאגאסקאר. וואס איז לגמרי דרום פון ארץ ישראל. אויב ווילט איר אנקומען קיין ארץ ישראל, דארפט איר זיך ארויסלאזן מזרחית צפונית, און אזוי פארן גראד און זיך בכלל נישט דרייען, ריכטיג אז קודם וועט איר זיך געפונען און העכערע קוי רוחב פון די כדור העולם, אבער אויב וועט איר אזוי ממשיך זיין גראד גראד, וועט איר אנקומען צוריק צו נידריגע קוי רוחב, ד''מ, מער דרום צו, ביז איר וועט אנקומען קיין ארץ ישראל!

נעמט אין באטראכט, די קוי רוחב וואס זענען אויפגעמאלן אויף די וועלט מאפע'ס זענען נישט קיין אמת'ע מציאות, דאס איז נאר צו ווייזן די ווייטקייט פון מזרח צו מערב. מ'קען ווען פונקט אזוי אויסמאלן א וועלט מאפע (די גלאטע), ווי די קוטב הצפוני זאל נישט זיין אין צענטער אויבן, דאן וועט מען זעהן אז ארץ ישראל איז נישט מזרחית דרומית - אזוי ווי עס קוקט אויס אויף די געווענליכע מאפע'ס. אזוי ארבעט די חשבון פון א 'כדור'.

מער פשוט'ער;
אויב זאל ארויפקומען פון ארץ ישראל א גראדע הויכע שטאנג ביז די הויכע ספערן, ווי צב''ש די עשן הקטורת, וועט איר עס זעהן אויף מזרחית צפונית, נישט אויף מזרחית דרומית. (פאשטייט זיך, אז למעשה וועט מען עס נישט זעהן וויבאלד ארץ ישראל איז עטוואס ווייטער ווי די אופק פון 90 מעלות, אבער לאמיר זאגן אז אויפ'ן שפיץ ווערט די שטאנג גאר ברייט, ווי א שירעם אד''ג, ודי למבין)

הארכתי בזה אחר שראיתי כמה שטעו בדבר.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

ערנסט גערעדט האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:אין מירון האב איך באמערקט אז מ׳דאווענט דארט צו דרום ווייל ס׳איז צפון פון ירושלים.
שמעתי, אז די וואס ווייסן, איז טאקע ביי בואי בשלום, דרייעט מען זיך נישט אויס א 180 ענגל. נאר א 90 צו רעכטס, ווייל דארט איז מערב, און דערנאך ביי בואי כלה, דרייט מען זיך א 180 צו מזרח, און דערנאך איז מען ממשיך די דאווענען צוריק א 90 רעכטס צו דרום...

אינטערסאנט ווייל כ'קען אסאך בתי מדרשים וואס דאווענען צו דרום און ביי בואי בשלום דרייען זיי זיך אויס א 180 ענגעל צו צפון, סיי אין מירון גופא און סיי אין ירושלים.

גראדע געדענק איך זעהן א בחור ביים כותל המערבי חוה"מ סוכות ווי ביי די נענועים האט ער געשאקלט קודם צו מזרח דערנאך מערב, צפון, מעלה, מטה און דרום. האב איך אים אויפמערקזאם געמאכט אז מ'שאקלט קודם דרום, צפון וכו', האט ער מיר געענטפערט אז ביי זיי אין ביהמ"ד שאקלט מען קודם פארנט דערנאך אויף א הונטער, לינקס, ארויף אראפ און רעכטס. ווען כ'האב אים געפרעגט ווי ער דאווענט סוכות האט ער מיר געענטפערט וועלכע וואס אין דער ביהמ"ד דאווענט מען צו דרום (וויבאלד ס'איז צפון פונעם מקום המקדש), האב איך אים קלארגעשטעלט אז ביי זיי דאווענט מען צו דרום משא"כ ביים כותל דאווענט מען צו מזרח.
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

טריסקער האט געשריבן:משא"כ ביים כותל דאווענט מען צו מזרח.
ביי די וועי, מ'קען זעהן די מדקדקים דאווענען ביים כותל אויך מזרחית צפונית, לעבר כיון כיפת הסלע שהוא מקום האבן שתיה - קוה''ק.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

ערנסט גערעדט האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:משא"כ ביים כותל דאווענט מען צו מזרח.
ביי די וועי, מ'קען זעהן די מדקדקים דאווענען ביים כותל אויך מזרחית צפונית, לעבר כיון כיפת הסלע שהוא מקום האבן שתיה - קוה''ק.

דאס איז שוין אן אלטע מחלוקת צו די מקום המקדש איז ביים כיפת הסלע, אדער ביים ליידיגן פלאץ קעגן די כותל, וארוכים הדברים (קען זיין ס'פארדינט זיך אן עקסטערן אשכול פאר די נושא).
אוועטאר
ח.דעמבא
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:19 pm
לאקאציע: נישט ביים קומפיוטער

מקום המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ח.דעמבא »

אסאך ידענים טענה'ען אז ס'מיז זיין אז די מקום המקדש איז טאקע דארט ווי מ'דאווענט ביים כותל
1-וועגן ס'שטייט אז אויפן מקום המקדש וועט גארנישט זיין און אויף יענע פלאץ איז טאקע גארנישט דא.
2-א שיינע הסבר ג'הערט פון ר' מנשה רייזמאן שליט"א פון די גרעסטע גאונים און ידענים היינט אז די מסבב כל הסיבות האט געמאכט אז פונקט דארטן זאל מען דאווענען אלע יאהרן קוקט אויס אז ס'איז דא עפעס אין דעם.
און אפשר טאקע הרב טריסקער עפן א אשכול אויף די נושא :smile:
מיט האפנונג צו זיין א שר עשרת אלפים
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א קונטרס וואס שיין מסביר די מהלך אז מיר - תושבי ניו יארק - דארפן דאווענען מזרחית צפונית ע"פ שיטת הרב בשו"ע ובסידור.

שימת עין על דבר ידיעת הרש'ז מלאדי בחכמת ההנדסה, התכונה והטבע - ח''י בורנשטיין
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”