המפיל אחר חצות

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

המפיל אחר חצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כשלעצמי פלעג איך זאגן אלע נעכט די ברכת המפיל דאס האט אנגעהאלטן ביז כ'אב זיך אנגעהויבן לייגן שפעטער נאך חצות משום סיבות און לויט ווי כ'אב אמאל געהערט אלס בחור (איך קען נישט צוצייכענען א מקור צו דערצו) זאגט מען נישט המפיל נאך חצות.

אגב, ס'יז באקאנט פון הייליגן צאנזער רב דכוט זיך אז המפיל איז פונקט ווי המוציא פארן עסן ס'ברויט. און מען זאל ענדערש מפסיק זיין ווי איידער נישט זאגן. ווי אויך אויב שלאפט מען נישט איין גלייך זאל מען איבערזאגן המפיל, דוכט זיך פון יעבץ.

אבער פארלאזט זיך נישט אויף מיר!! איך שרייב פון זכרון !! יעדער זאל נאכקוקן אויב סי נוגע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

אפשר דאך חכמים ונבונים מיללער ובני וכל קרתא,

ביטע ענטפערט שוועמל, עס איז מיר נוגע, ווייל דערווייל זאג איך ליידער נישט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דערווייל זאג יא!

איך פלעג אויך נישט זאגן ביז איינער האט מיר צוגעוויזן א מכתב קודש בשם דעם צאנזער רב יא צו זאגן.
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

און אז מען מעג אויסרעדן נאכדעם? און לויט איינע פון זיינע ווערסיעס איז דאס שוין נישט נישט גילטיג פאר היינט , ווייל עס איז שוין באלד די עלות.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

קרעמער האט געשריבן:דערווייל זאג יא!

איך פלעג אויך נישט זאגן ביז איינער האט מיר צוגעוויזן א מכתב קודש בשם דעם צאנזער רב יא צו זאגן.

וואסהייסט יא זאגען--אפילו מען רעדט אויס ?
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

יאך האב געזאגט המפיל איינס אדער צוויי מאל אלס קינד, און יאך האב דאן שוין מוציא געווען אויף ס'גאנץ לעבן.

ביי אונז האט מען נישט געזאגט המפיל, און איך ווייס נישט פונקט פארוואס.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אהה קרעזי דו האסט גערעדט צו די זאך, וואו איז דאס ביי ענק?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בני-היכלא;

וואו ביסטו ווען מען דארף דיר?

וויאזוי הייסן די הנהגות דארטן פונעם צאנזער רב זי"ע?

דארט האט מיר איינער פאראיאר צוגעוויזן אז מען זאל קלאר זאגן המפיל אפילו אויב מען רעדט אויס דערנאך.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח.

שכוח, אי"ה בל"נ, א נייע קבלה לכבוד חודש אלול, יא איר האט צוגעטראפן, מען גייט מיט א תנאי קודם למעשה, בל"נ

מען גייט אנפאנגען צו זאגן המפיל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אה, כ'האב שוין געמיינט אז דו גייסט דיך אנהייבן צו לייגן פאר חצות...
An article a day keeps the babies away
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

למעשה: איז דא עפעס א פראבלעם, צו זאגן המפיל נאך חצות?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מזכרוני דאכט זיך מיר, אז דער ענין פון עסן אחר ברכת המפיל, וואס ווערט דא נאכגעזאגט בשם צאנזער רב, ווערט אויך געברענגט אין ספר 'תוצאות חיים'. (דער 'תוצאות חיים' קומט געווענדליך געדרוקט אינאיינעם מיטן ספר דברי חיים על התורה ומועדים).
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עפעס האב איך יא אויפגעטוהן אז דרךאגב גייט שוין זאגן המפיל.. ויהא זה לעילוי נשמתי.

זארעכ,
אוואו האט מען דא גערעדט פון עסן נאך המפיל? דאס איז אננאנדער שאלה אינגאנצן. אזויפיל האט מען גערעדט פון מדמה זיין א הפסק נאך המפיל ווי א הפסק נאך ברכת הנהנין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

הרה''ק ר' יענקעלע מפשעווארשק זאגט אין איינע פון די טעיפס אז רוב מאל זאגט ער נישט המפיל ווייל ער לייגט זיך נאך חצות
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

יאך פלעג ערליך זאגן המפיל פארן זיך לייגן, אבער קע"ה די קינדער ווייסן אלטס ווען איך האב גענדיגט המפיל, אלטס דער דארף א פלעשל דער צווייטער ברויך אין ביהכ"ס, איז אזוי איך דארך ממילא אויסרעדן האב איך איינגעפירט א נייער מנהג, נישט צו זאגן פארן זיך גיין לייגן נאר אינמיטן די נאכט ווען איך שטיי אויף צו גיין אין ביה"כ, (וואס צוליב דעם וואס איך שלאף זייער לייכט, שטיי איך אויף כמה פעמים אינמיטן נאכט) די שאלה איז נאר אויס ס'איז אויסגעהאלטן.

אגב האט מיר איינער געזאגט אז ער זאגט נישט קיין המפיל ווייל ער רעדט יעדע נאכט אינמיטן שלאף....
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

רעדן איןמיטן שלאף איז זיכער נישט קיין פראבלעם וויל עס איז א חלק פון שלאפן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז ענדערש צו זאגען המפיל פארן שלאפן, אפילו מען וועט נאכדעם דארפן אויסרעדן, ווי איידער זיך צו לייגן אן המפיל.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

פון ווי נעמט איר עס וואס איז מיט ספק ברכות להקל ?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קוק אין סידור ישיעות ישראל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חוקר האט געשריבן:פון ווי נעמט איר עס וואס איז מיט ספק ברכות להקל ?

איך האב עס גאנץ זיכער געלערנט אין כף החיים.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אין א קונטרס געדריקט בחיים חיותו פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, שטייט אזוי (אות רפו):
קר"ש על המטה שמענו ממנו רק הג' פרשיות עד אמת מפני שהולך לישן אחר חצות, אבל פעם אחת שמענו שאמר ברכת המפיל מתוך הסידור תפלה ישרה.

ספר בקודש פנימה (רבי אהרן מבעלזא זי"ע - דף רסא):
ואגב, לא שמענו שיברך ברכת 'המפיל.'

פון א חורש"י שיעור פון הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז זי"ע:
זקיני הקדוש מצאנז זי"ע אמר: "שהישן בלי ברכת המפיל הוי כאוכל בלא ברכת המוציא, וחמור יותר שהרי קיי"ל שהנשבע שלא יישן ג' ימים מלקין אותו וישן מיד, ובשנשבע שלא לאכול השיעור ז' ימים, א"כ שינה היא יותר הנאה מאכילה, ואם אסור לאכול בלא ברכה ק"ו לשינה, ומי יכול להעיד על עצמו שלא נמנם בלא ברכת המפיל".
(דברי תורה חלק י"ז גליון ל')

אין די מנהגים פון תולדות אהרן רבי (זכור לאברהם ח"א דף רעז):
ברכת המפיךל בירך לאחר קריאת שמע, ואמרו בעמידה בשם ומלכות גם כאשר עלה על יצועו לאחר חצות הלילה. (הערת המו"ל מתחת לקו: ברכי יוסף (או"ח סי' רלט סק"י), וכ"כ בס' אשל אברהם, וכן נהג מרן הגה"ק מצאנז זי"ע [והגה"ק ר"ד מדינוב זי"ע], אכן בנו הגה"ק משינאווא זי"ע לא נהג לברך אז בשם ומלכות).

אז דער ספר זכור לאברהם ברענגט בשם שינאווא'ער רב "לא נהג לברך בשם ומלכות", לא עצלתי, נייתי ספר וניחזי, דברי יחזקאל (חלק הלכות והליכות דף ל' - מהדורא תשנ"ג), וזה לשונו:
רבינו הי' אומר כל יום ברכת המפיל לפני השינה אפילו אחר חצות ע"י המזוזה בשם ובמלכות (מפי הרה"צ ר"י מפשעווארסק - "דברי חנה")

לאמיר גיין א טריט ווייטער, איך זעה וואס שטייט לגבי שינאווא אין ספר זכור לאברהם, פונקט פארקערט שטייט אין דברי יחזקאל בשם ספר דברי חנה,
עפען איך דעם ספר דברי חנה (דפוס שנת תש"ן - חלק הליכות והלכות דף יב), וזה לשונו:
"רבינו [הכוונה על הגה"ק מקאלאשיץ] היה אומר ברכת המפיל אף אחר חצות הלילה, כמנהג זקינו הגה"ק משינאווא. והיה אומרו על יד המזוזה ובשם ומלכות" מפי כ"ק חו"ז מפשעווארסק שליט"א. עכ"ל מיט די קאמע אין פונטל.

איז אזוי "והיה אומרו על יד המזוזה ובשם ומלכות" גייט זיכער ארויף אויף די קאלאשיץ'ער רב, די שאלה איז צו מ'דרש'נט לפניו ולפני פניו, און צו עס גייט אויך ארויף אויף די שינאווא רב?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”