ישרן האט געשריבן:עס איז ידוע שיטת השו"ע הרב סי' ש"מ סעיף י"ז אז עס איז נישט דא קיין מלאכת קורע ביי א גוף אחד אזוי ווי נייר אדער עור. דער פרדס יוסף סוף פרשת תזריע פרעגט אויף דעם פון א ... פסוק חומש. ויקרא יג נד ואם ראה הכהן והנה כהה הנגע אחרי הכבס אתו וקרע אתו מן הבגד או מן העור או מן השתי או מן הערב: ומצוה גדולה ליישב כי נוגע לענין איסור סקילה וחטאת.
א שיינע קשיא.
לכאורה מיינט נישט דער שועה"ר צו זאגן אז די טייטש פון קריעה איז דווקא ביי צוויי שטיקלעך; רוב מאל וואו דאס ווארט ווערט דערמאנט אין תנ"ך רעדט מען פון איין שטיק, צב"ש "שפה לפיו יהיה סביב לא יקרע", אדער ביי אחיה השילוני, "ויקרעה שנים עשר קרעים." ס'איז מסתבר אז ער מיינט נאר צו זאגן אז ביי שבת איז דאס נישט קיין מלאכה אויף וואס מען איז חייב.

דער מעיל איז דאך געווען א בגד נישט א גוף אחד, די זעלבע ביי אחיה השילוני. איז דא נאך א א פלאץ וואס די תורה נוצט די לשון קריעה אויף עור?
און לגבי דיין עצם תירוץ, אויב זעה איך אז דער תורה רופט אן דער פעולה פון צורייסן עור בלשון "קריעה", דאן איז דאס די זעלבע פעולה פון צורייסן א בגד, אויב אזוי פון וואו נעמט זיך צו זאגן אז לגבי שבת טיילט זיך עס אפ? עס איז די זעלבע פעולה.
ישרן האט געשריבן:עס איז ידוע שיטת השו"ע הרב סי' ש"מ סעיף י"ז אז עס איז נישט דא קיין מלאכת קורע ביי א גוף אחד אזוי ווי נייר אדער עור. דער פרדס יוסף סוף פרשת תזריע פרעגט אויף דעם פון א ... פסוק חומש. ויקרא יג נד ואם ראה הכהן והנה כהה הנגע אחרי הכבס אתו וקרע אתו מן הבגד או מן העור או מן השתי או מן הערב: ומצוה גדולה ליישב כי נוגע לענין איסור סקילה וחטאת.
קודם כל איז עס נישט די שועה"ר'ס אייגענע חידוש, נאר אזוי פארשטייט ער פשט אין די ערשטע לשון פון די ירושלמי (שבת נ"ב ע"א) ע"ש, (והביה"ל למד בפי' הירושלמי כהפני משה ע"ש), יעצט לגבי דיין קשיא ווייזט אויס אז עס איז דא א חילוק צווישען די לשון הפסוק, ווי מען קען זאגען א לשון קריעה אויף איין זאך, און די לשון המשנה, ווי מען זאגט א לשון קריעה נאר אויף עפעס וואס איז צאמגעשטעלט פון עטליכע זאכען צוזאמען, און א לשון חיתוך אויף א זאך פון איין שטיק (כשהוא גם מתכוין למידה מסוימת, וכלשון הירושלמי "מן הצד", ע"ש במפרשים, כיון שרק כך היה במשכן).

איך שרייב נאכאמאל איבער וואס כהאב געשריבן אויבן וזה לשוני הק': אויב זעה איך אז דער תורה רופט אן דער פעולה פון צורייסן עור בלשון "קריעה", דאן איז דאס די זעלבע פעולה פון צורייסן א בגד, אויב אזוי פון וואו נעמט זיך צו זאגן אז לגבי שבת טיילט זיך עס אפ? עס איז די זעלבע פעולה.
דהיינו נניח אז די משנה מיינט נישט גוף אחד, פון וואו האט דאס די משנה גענומען אויב די תורה רופט אן צורייסן א בגד און צורייסן עור מיט די זעלבע נאמען, אלא מאי הייסט דאס די זעלבע פעולה?
לחומר הקושיא קען מען אפשר מחלק זיין אז מהאט טאקע א ראיה אז די פעולה איז די זעלבע, אבער אפשר טיילט זיך עס אפ אינעם נפעל, דהיינו די פעולה פון קריעה ביי א בגד מאכט אז דער בגד זאל ווערן נקרע, משא"כ די פעולה פון קריעה ביי עור מאכט נישט עס זאל ווערן נקרע. וואס יא ווייס איך נישט, אבער נישט נקרע. און במלאכת שבת עי' באגל"ט דעכ"פ ברוב מלאכות עיקר המלאכה הוא תוצאת הפעולה לא הפעולה עצמה. בדרך אפשר.
איין מאל עס איז א קשיא אויף די משנה איז עס שוין נישט אזוי שווער, ווייל די הייליגע תנאים האבען פארשטאנען ברוחב שכלם אז כאטש אין די לשון הפסוק האט עס טאקע די זעלבע לשון, אעפ"כ הייסט עס נישט דומה למה שהיה במשכן, וכידוע אז פילע קשיות וואס מען פרעגט אויף ראשונים ואחרונים פרעגט מען נישט אויף גמרות און משניות, ודי לי בזה.
איך ווייס נישט אויב עס קומט אין דער אשכול, אבער אעפ"כ וועל איך זיך נישט אפהאלטען פון עס לייגען דא, און אז איינער ווייסט פון א מער פאסיגע אשכול קען ער מיך מודיע זיין. אזויווי אין די יעצטיגע טעג איז מען צוריקגעגאנגען צו די אוראלטע וועג פון ולימדתם אותם את בניכם, האב איך זיך פארגעקוקט אויף שב"ק די גמרא אין שבת דף ל"ג ווי עס שטייט די מעשה מיט רשב"י אין די מערה כדי עס צו דערציילען פאר די קינדערלעך, [וואס בדרך אגב זע איך נישט צו א גרויסע שייכות צווישען דער גמרא און ל"ג בעומר, אויסער אז עס איז אויף דף ל"ג, אדער איז עס בבחינת סיפורי צדיקים, אז מען דערציילט סיפורי צדיקים אויף רשב"י לכבוד זיין יום הילולא, שפעטער האב איך זיך געכאפט אז עס האט יא א גרויסע שייכות ווייל אין די מערה האט ער דאך קונה געווען זיינע הויכע מדריגות און די תורת הסוד וואס איז די בסיס צום זוה"ק (כמו שאומרים בפיוט בר יוחאי "במערת צורים..שם קנית הודך והדרך"), וואס מיט דעם פרייט מען זיך אויף ל"ג בעומר כידוע], און אלע ווייסען דאך די מעשה אז עס איז געשען א נס אז עס האט געוואקסען א באקסער בוים אז רשב"י און זיין זון ר"א זאלען האבען וואס צו עסען, איז אזויווי איך לערען די גמרא האט מיך איינגעפאלען א קשיא פארוואס איז עס נישט געווען ערלה די ערשטע דריי יאר?
האב איך שפעטער געזען אין די ספר מרגליות הש"ס אז ער ברענגט א תירוץ פון ר' מאיר שפירא זצ"ל, לויט דאס וואס עס שטייט אז ביי א בוים וואס וואקסט פון זיך אליין איז נישט דא קיין ערלה מה"ת, ווייל עס איז נתמעט פון די פסוק ונטעתם, און כאטש געווענטליך איז יא דא ערלה מדרבנן, שטייט אבער אין ירושלמי אז אויב עס איז געוואקסען פון זיך אליין נישט אין א מקום ישוב איז עס פטור אויך מדרבנן, און אין זוהר חדש פר' כי תבוא שטייט אז די מערה איז געווען אין די מדבר, ממילא פארשטייט מען פארוואס עס איז נישט געווען א שאלה פון ערלה.
שוין א לאנגע צייט וואס איך פארשטיי נישט וואס איז די חילוק צווישען "כל דבר שהיה בכלל ויצא לטעון טוען אחר שלא כענינו יצא להקל ולהחמיר" און "כל דבר שהיה בכלל ויצא לדון בדבר החדש אי אתה יכול להחזירו לכללו עד שיחזירנו הכתוב לכללו בפירוש", וואס מען זאגט (אדער מען דארף צו זאגען...) יעדע טאג ביים דאווענען אין ר' ישמעאל אומר, איז אפשר ווייסט איינער פון די לומדים דא די פשט און ער קען עס ביטע ארויפלייגען.
דייקן האט געשריבן:שוין א לאנגע צייט וואס איך פארשטיי נישט וואס איז די חילוק צווישען "כל דבר שהיה בכלל ויצא לטעון טוען אחר שלא כענינו יצא להקל ולהחמיר" און "כל דבר שהיה בכלל ויצא לדון בדבר החדש אי אתה יכול להחזירו לכללו עד שיחזירנו הכתוב לכללו בפירוש", וואס מען זאגט (אדער מען דארף צו זאגען...) יעדע טאג ביים דאווענען אין ר' ישמעאל אומר, איז אפשר ווייסט איינער פון די לומדים דא די פשט און ער קען עס ביטע ארויפלייגען.
די "בדבר החדש" מיינט לדוגמא: ביי תרומה שטייט "קנין כספו ויליד ביתו הם יאכלו" מיינט דאס אויך "בתו נשואה", למעשה האט די תורה געזאגט אז "כי תהיה לאיש זר.. לא תאכל", דאס הייסט אז "בתו" אין א געוויסער מציאות חדשה, דהיינו ווען זי האט חתונה צו א ישראל, איז דא ביי איר א אנדערע דין.
ממילא איז דער דין "אי אתה יכול להחזירו", דהיינו אפילו ווען זי ווערט נתגרש קען זי אויך מער נישט עסן בתרומה.

דייקן האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס קומט אין דער אשכול, אבער אעפ"כ וועל איך זיך נישט אפהאלטען פון עס לייגען דא, און אז איינער ווייסט פון א מער פאסיגע אשכול קען ער מיך מודיע זיין. אזויווי אין די יעצטיגע טעג איז מען צוריקגעגאנגען צו די אוראלטע וועג פון ולימדתם אותם את בניכם, האב איך זיך פארגעקוקט אויף שב"ק די גמרא אין שבת דף ל"ג ווי עס שטייט די מעשה מיט רשב"י אין די מערה כדי עס צו דערציילען פאר די קינדערלעך, [וואס בדרך אגב זע איך נישט צו א גרויסע שייכות צווישען דער גמרא און ל"ג בעומר, אויסער אז עס איז אויף דף ל"ג, אדער איז עס בבחינת סיפורי צדיקים, אז מען דערציילט סיפורי צדיקים אויף רשב"י לכבוד זיין יום הילולא, שפעטער האב איך זיך געכאפט אז עס האט יא א גרויסע שייכות ווייל אין די מערה האט ער דאך קונה געווען זיינע הויכע מדריגות און די תורת הסוד וואס איז די בסיס צום זוה"ק (כמו שאומרים בפיוט בר יוחאי "במערת צורים..שם קנית הודך והדרך"), וואס מיט דעם פרייט מען זיך אויף ל"ג בעומר כידוע], און אלע ווייסען דאך די מעשה אז עס איז געשען א נס אז עס האט געוואקסען א באקסער בוים אז רשב"י און זיין זון ר"א זאלען האבען וואס צו עסען, איז אזויווי איך לערען די גמרא האט מיך איינגעפאלען א קשיא פארוואס איז עס נישט געווען ערלה די ערשטע דריי יאר?
האב איך שפעטער געזען אין די ספר מרגליות הש"ס אז ער ברענגט א תירוץ פון ר' מאיר שפירא זצ"ל, לויט דאס וואס עס שטייט אז ביי א בוים וואס וואקסט פון זיך אליין איז נישט דא קיין ערלה מה"ת, ווייל עס איז נתמעט פון די פסוק ונטעתם, און כאטש געווענטליך איז יא דא ערלה מדרבנן, שטייט אבער אין ירושלמי אז אויב עס איז געוואקסען פון זיך אליין נישט אין א מקום ישוב איז עס פטור אויך מדרבנן, און אין זוהר חדש פר' כי תבוא שטייט אז די מערה איז געווען אין די מדבר, ממילא פארשטייט מען פארוואס עס איז נישט געווען א שאלה פון ערלה.
ומה שהבאת הקושי' בשם הגאוה''ק מבעלזא זצ"ל משבת ל"ג שנברא לרשב"י במערה חרובא והאיך אכל ממנו תיכף הרי הי' לו לחכות ג' שנות ערלה לדידי ל"ק כ"כ כיון דנברא בדרך נס ל''ה בגדר ונטעתם לכם וגדולה מזו מבואר בירושלמי ערלה ט דשקיל וטרי אם הנוטע זית בשביל שמן למנורה הוה בכלל ונטעתם לכם אף דהנטיעה הי' בידי אדם ומסיק דזה הוי בכלל ונטעתם לכם אבל כשנברא בדרך נס ולא הי' בו כלל תפיסת ידי אדם בודאי לא הוה נכלל ונטעתם הה"ק מבאיאן קראקא זצ"ל הי"ד בקונטרס נס על הגבעה שבסו"ס שו"ת גבעת הלבונה (שוב נדפס בשו"ת דעת משה סי' סח) ועיי"ש מה שהוסיף מחבר קונטרס הנ"ל
סיים (הגאון בעל חזון נחום) שבזה א"ש מה ששמעתי להקשות בשם הגה"ק מבעלז זצ"ל בשבת ל"ג ברשב"י איתרחיש לי' ניסא איברי להו חרובים ואיך אכיל והא הו"ל ערלה וע"פ הר"ח א"ש דבבא ע"י נס ל"ש ערלה וציין להר"ש פ"א דערלה שמחלק בין ישוב לחורשין ותימה על כ"ג בגודל חריפתו ובקיאתו לא דחה שום סתירה בעצמו ע"כ והנה קושיא זו מרשב"י שמעתי משמיה דהגאון ר"מ אריק ז"ל מטארנא ובאמת היא קושיא גדולה וכו' ולפ"ז א"ש ברשב"י אע"ג דהוא של יחיד כיון דמ"מ הכל יודעין שהיה עולה מאליו ולא שייך אצלו לומר דנראה כנטועה וגם למ"ש הרמב"ן פ' קדושים טעם למצות ערלה כיון דהפרי בתחילת נטיעת האילן מזיק לגוף ואינו ראוי לאכילה ע"ש וכיון דשם במערה דל"ה ליה שום דבר לאכול הותר לו ערלה וגם דע"ע ידע שלא יזיק לו המאכל כיון דלא עביד הקב"ה ניסא לשיקרא (בית פינחס עמ"ס תמורה ח"ב סי' כה אות יג)
שמעתי מקשים בשם הרה"צ מבעלזא ז"ל על הדמ' איך אכל ר"ש בן יוחאי מהחרוב שנברא לו הרי העץ היה ערלה ואפשר לומר כי בנטוע מאליו ברה"ר פטור מערלה ואפילו אומר ששם היה רה"י הלא בעולה מאליו ממקום שאין חורשים כמו סלעים ג"כ פטור עי' בשו"ע הל' ערלה סי' רצד סעי' כז (דמשק אליעזר וויזניץ עמ' רמח)
וע"ע בקובץ הבאר (כרך רביעי חלק שני סי' קפב אות ב'), כוחו דרשב"י (מערכה א' אות ו' בהגהה), דרך אמונה (מעשר שני י,ו בביאור הלכה)