הלכות מעשר כספים ונתינת צדקה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
הלכות מעשר כספים ונתינת צדקה
כמה שאלות וואס האבן זיך אנגעזאמעלט במהלך הזמן.
א) איז מעשר די זעלבע מצוה פון צדקה - דאס הייסט איז עס צוויי באזונדערע חיובים?
ב) דארף מען אפשיידן מעשר פון שטאטישע פראגראמען, טעקס רעטורן וכדומה?
ג) נאכן אפשיידן, ווילאנג קען מען דאס האלטן אוועקגעלייגט ביז עס קומט אונטער א עני וועמען צו געבן?
פראקטישקייט:
ד) איינער וואס האט א ביזנעס און נעמט ארויס געלט פאר אייגענע צרכים ברויך מען שיידן מעשר?
ה) וואס איז די בעסט פראקטיצירונג בכלל ביים פירן א ביזנעס לגבי אפשיידן מעשר?
אין זכרון ליגט מיר אין קאפ עפעס א היינטיגע ליקוט פון א סקווירא'ר אינגערמאן א ת"ח וואס שמועסט אויס זייער שיין די אלע זאכן להלכה.
עני איידיע?

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
עס איז דא אן אנדערע געלונגענע ספר פון הגאון ר' יעקב בלוי פון די עדה מיטן נאמען צדקה ומשפט, עס איז בכלליות אויף הלכות צדקה אבער ער שמועסט דארט ברייט אויס די הלכות פון מעשר כספים.
מן הסתם מיינסטו פונעם מחבר פונעם גליון הליכות החיים, איך קען מיר נישט דערמאנען די נאמען, דאכט זיך מיר אז דאס איז אויף אסאך אקטואלע הלכות פון חושן משפט מיט פראקטישע ביישפילן, אויף דעם מהלך פון זיין גליון.

- דער תהילים איד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
טאקע דאס אליינס איז מיר אויך שווער געווען, צי א חומש איז דער זעלבער ווי "מעשר מן המעשר" צי איז דאס עפעס באזונדערס.
א נפק"מ וועט כאפן למשל פון 100 דאלאר ריוח איז 10 דאלער מעשר, און 20 דאלאר א חומש.
אבער מעשר מן המעשר וועט לכאורה באטרעפן 19 דאלאר, וויבאלד נאכן גיבן די ערשטע מעשר האסטו שוין נאר 90 דאלאר, און מעשר פון 90 איז 9.
דוכט זיך ביי יעקב שטייט אז ער האט געזאגט עשר אעשרנו, האט ער געמיינט טאקע א חומש טראץ וואס די ערשטע מעשר האט פארמינערט די רווחים.
א נפק"מ וועט כאפן למשל פון 100 דאלאר ריוח איז 10 דאלער מעשר, און 20 דאלאר א חומש.
אבער מעשר מן המעשר וועט לכאורה באטרעפן 19 דאלאר, וויבאלד נאכן גיבן די ערשטע מעשר האסטו שוין נאר 90 דאלאר, און מעשר פון 90 איז 9.
דוכט זיך ביי יעקב שטייט אז ער האט געזאגט עשר אעשרנו, האט ער געמיינט טאקע א חומש טראץ וואס די ערשטע מעשר האט פארמינערט די רווחים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35253
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- ארט און מוזיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 586
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
- לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן
- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
לגבי פוד סטעמפס האב איך אמאל געהערט בשם א חשובע דיין אז מען ברויך דאס נישט מעשר'ן, צוליב דעם וואס דו באקומסט נישט קיין געלט נאר עסנווארג אומזיסט, וואס אפילו ווען מ'באקומט געלט על תנאי אז מען מעג עס נאר נוצן פאר א געוויסע צוועק איז דא פוסקים וואס האלטן אז מען דארף נישט מעשר'ן, כ"ש דא וואס עס ווערט נישט באטראכט ווי געלט.
- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
-
- שר חמישים
- תגובות: 57
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 9:56 pm
אינעם סעריע פון "אוצר החסד" אי זדא א הערליכער ספר מיט אלע שיטות און אלע נושאים מסודר דבר דבור על אופניו (כאטש קיין קלארע הלכה למעשה קען מען נישט באקומען געהעריג, איז עס אבער א אנדערע וועלט, מען הא אלע שיטות און ענינים פאר זיך.
אגב אי מיר געווען א חידוש וואס ער ברענגט בשם א ספר מנחת דוד (נדפס בא"י פ"א בשנות הל', והועתקו קצת מדבריו בגדולי פוסקי זמנינו) אז פוד סטעמפס דארף דייקא יא נעמען מעשר. ולא הבנתי כלל. (בימים ההם איז עס שייך געווען מיט די פאפירענע געלט)

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
- moshele11211
- שר האלף
- תגובות: 1271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm
שוועמל האט געשריבן:ב) דארף מען אפשיידן מעשר פון שטאטישע פראגראמען, טעקס רעטורן וכדומה?
מספר ממונם של ישראל על שאלה ב'
סעקשן 8 אדער פוד סטעמפ'ס דארף מען נישט אראפ נעמען קיין מעשר, זאגט ער די סיבה ווייל זיי זענען מקפיד דוווקא עס צו ניצן אויף די זאכן אויף וואס זיי געבן עס, משא''כ טעקס ריטערן דארף מען געהעריג אראפנעמען מעשר ווייל זיי זענען נישט מקפיד.
בכלל איז עס א מורא'דיגע ליקוט אויף די אלע מיני שאלות
- שמעק_טאביק
- שר האלף
- תגובות: 1618
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am
אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.
ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.
ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
שמעק_טאביק האט געשריבן:אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.
ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.
ובעצמי ראיתי כתב יד של הגא' הדעבריצינער רב ואח"כ נדפס באיזה קובץ, ואינו מופיע בשו"ת שלו באר משה
שאמר כן בשם מוח"ז היינו הכתב סופר או שהובא כן בכתב סופר
און נאכדעם שרייבט ער שארף אקעגן דיע וואס זענען שולדיג שכר לימוד אדער גראסעריס, און צאלן קודם אפ מעשר געלט,
ער שרייבט דארט אז אפילו קאן עדיסאן כידוע לכל סגנונו קומט פאר מעשר געלטוכן כל כיוצא בזה
-
- שר מאה
- תגובות: 172
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm
שמעק_טאביק האט געשריבן:אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.
ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.
גם כן ראיתי, וכן נוהגין.
-
- שר מאה
- תגובות: 172
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
בחורהזעצער האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:אין זכרון ליגט מיר אין קאפ עפעס א היינטיגע ליקוט פון א סקווירא'ר אינגערמאן א ת"ח וואס שמועסט אויס זייער שיין די אלע זאכן להלכה.
עני איידיע?
שוין געטראפן די נאמען "ממונם של ישראל"
מעיין געווען אין דעם ספר, ער זאגט קורץ און צו די זאך אבער פארט נישט קיין דבר השלם (ער רעדט פון נאך אסאך דיני ממונות השכיחים. כדאי לעיין).
ספעציפיש איז אינטערעסאנט צו וויסן וואס די דיינים האלטן לגבי א קארפארעשאן, צי מען ברויך מעשר'ן די קארפארעשאן זעלבסט איין מאל עס פארדינט ריווח, אפגעזען צי מען נעמט ארויס וועיזשעס צי נישט (כמובן נאכן אראפרעכענען COGS, מכס ושאר הוצאות).
וואס ער שרייבט א וויכטיגע זאך לגבי איינער וואס האט ריעל עסטעיט און מאנט רענט, קען נישט אראפרעכענען די מארטגעזש פונם ריווח וויבאלד ער קריגט דורכדעם די הויז ד"ה די וועליו פון די מארטגעזש ממילא הייסט עס נישט קיין הוצאה.
וצריך לעיין לגבי א לאון פאר א קארפארעשאן וואס איז זייער שכיח, צי די לאון פעימענטס הייסט נישט קיין הוצאה ווייל דערמיט ווערט דאך די קארפארעשאן זיינס, צי הייסט עס יא א הוצאה וויבאלד א קארפארעשן איז בעצם א באזונדערע ענטיטי איז נישט שייך ס'זאל ווערן זיינס. וצ"ע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
יואל ווייס האט געשריבן:הגרי"ד הארפענעס האט אמאל ארויסגעגעבן א קונטרס'ל לרגל א חתונה פון א קינד. איך האב עס נאכנישט געזען אין די ספרים געשעפטן.
עס איז דא א גליון אויף לדעת כ'מיין עס הייסט שער הפנינים אדער פניני השערים כ'גדענק נישט - אבער דארט אין זייער גליון האבן זיי אן אפטיילונג אויף הלכות מעשר כספים ווי הגרי"ד הרפנס שרייבט גאר אינטערסאנטע מציאות'ר הלכות וואס ער האט נאכנישט געדריקט 'פרסום ראשון'
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35253
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
שמעק_טאביק האט געשריבן:אין איינע פון די ספרים, דוכט זיך אין "מעשר כספים", ברענגט ער קלאר אז אויב איינער איז שולדיג חובות, איז נישט מחוייב מיט קיין שום מעשר. פריעת חוב מצוה קומט קודם.
ער ברענגט דארט, כ'מיין פון הרב וואזנער שליט"א, בלשון "רע עלי את המעשה" אז אידן וועלכע זענען שולדיג געלט פאר אנדערע, אנשטאט צו באצאלן, גייט מען געבן מיט די געלט מעשר אדער אנדערע צדקות.
לאז נישט אויס די סיום, אז א ודאי זאל מען פראבירן צו געבן עפעס צדקה אפילו מ'איז שילדיג געלט פאר איינעם עיי"ש שהאריך, נאך אן עצה איז דא וואס איז שטארק אויסגעהאלטן איז צו מעשר'ן די געלט און נעמען די מעשר פאר זיך.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.