שאלות אין הלכה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
Re: שאלות אין הלכה
פאר א קינד פון איינס און א האלב יאר אלט, מעג מען געבן מילך גלייך נאך פלייש ?
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.
נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.
נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: שאלות אין הלכה
נ'יאפטשיק האט געשריבן:פאר א קינד פון איינס און א האלב יאר אלט, מעג מען געבן מילך גלייך נאך פלייש ?
הלכה'דיג יא.
אבער געוויסע זענען נוהג להחמיר צו ווארטן א שעה, אדער מער.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 701
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
Re: שאלות אין הלכה
אסדר לסעודתא האט געשריבן:נ'יאפטשיק האט געשריבן:פאר א קינד פון איינס און א האלב יאר אלט, מעג מען געבן מילך גלייך נאך פלייש ?
הלכה'דיג יא.
אבער געוויסע זענען נוהג להחמיר צו ווארטן א שעה, אדער מער.
פון איינס אהאלב יאר ?! אויב א קינד בעהט צו עסן אין א טאטע אדער מאמע האלט צוריק א קינד פון דעים עלטער איז עס אכזריות כפשוטו !
ס’דא פוסקים וואס זענען נוטה אז ביי זעקס 6 אדער ניין 9 דארף מען מחמיר זיין אבער נישט פריער.
Re: שאלות אין הלכה
הצעיר באלפי האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:נ'יאפטשיק האט געשריבן:פאר א קינד פון איינס און א האלב יאר אלט, מעג מען געבן מילך גלייך נאך פלייש ?
הלכה'דיג יא.
אבער געוויסע זענען נוהג להחמיר צו ווארטן א שעה, אדער מער.
פון איינס אהאלב יאר ?! אויב א קינד בעהט צו עסן אין א טאטע אדער מאמע האלט צוריק א קינד פון דעים עלטער איז עס אכזריות כפשוטו !
ס’דא פוסקים וואס זענען נוטה אז ביי זעקס 6 אדער ניין 9 דארף מען מחמיר זיין אבער נישט פריער.
נראה דברי השני מן הראשון.
יעצט ברויך מען א מורה הוראה.
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.
נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.
נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
Re: שאלות אין הלכה
א קטן אונטער 6 מעג באנייען אין די דריי וואכן ?
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.
נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.
נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
Re: שאלות אין הלכה
נ'יאפטשיק האט געשריבן:הצעיר באלפי האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:נ'יאפטשיק האט געשריבן:פאר א קינד פון איינס און א האלב יאר אלט, מעג מען געבן מילך גלייך נאך פלייש ?
הלכה'דיג יא.
אבער געוויסע זענען נוהג להחמיר צו ווארטן א שעה, אדער מער.
פון איינס אהאלב יאר ?! אויב א קינד בעהט צו עסן אין א טאטע אדער מאמע האלט צוריק א קינד פון דעים עלטער איז עס אכזריות כפשוטו !
ס’דא פוסקים וואס זענען נוטה אז ביי זעקס 6 אדער ניין 9 דארף מען מחמיר זיין אבער נישט פריער.
נראה דברי השני מן הראשון.
יעצט ברויך מען א מורה הוראה.
Re: שאלות אין הלכה
למעלה משבעים האט געשריבן:נ'יאפטשיק האט געשריבן:הצעיר באלפי האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:נ'יאפטשיק האט געשריבן:פאר א קינד פון איינס און א האלב יאר אלט, מעג מען געבן מילך גלייך נאך פלייש ?
הלכה'דיג יא.
אבער געוויסע זענען נוהג להחמיר צו ווארטן א שעה, אדער מער.
פון איינס אהאלב יאר ?! אויב א קינד בעהט צו עסן אין א טאטע אדער מאמע האלט צוריק א קינד פון דעים עלטער איז עס אכזריות כפשוטו !
ס’דא פוסקים וואס זענען נוטה אז ביי זעקס 6 אדער ניין 9 דארף מען מחמיר זיין אבער נישט פריער.
נראה דברי השני מן הראשון.
יעצט ברויך מען א מורה הוראה.
יישר כחם.
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.
נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.
נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 701
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
Re: שאלות אין הלכה
נ'יאפטשיק האט געשריבן:א קטן אונטער 6 מעג באנייען אין די דריי וואכן ?
א בגד וואס מען וואלט ווען נישט געמאכט אויף דעים א שהחיינו, בזמן מען האט זיך אזוי נוהג געווען, מעג מען באנייען אין די 3 וואכען.
לגבי א קטן, איז די כלל אז עס ווענדט זיך צו ער פארשטייט צו אבילות על ירושלים וכו’, וואס בדרך כלל פאר 6 יאר איז עס נישט נוגע.
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3289
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: שאלות אין הלכה
Kollel האט געשריבן:שאראש-פאטאק האט געשריבן:פון וועלעכע יאגאנג גייט אן קול באשה?
ביטע ענפערן מיט א מקור
אין אוצר הלכות (סי' ע"ה אות כ"ד הל' קרי"ש) קול באשה ערוה, ואסור מבת ג' שנים ואילך, ויש מקילים עד שש שנים, וקול זמר בתו מותר עד בת י"א שנים.
מבת ג' איז מיוסד ע"פ פשטות השו"ע.
בתו איז אסור נאך בת י"א? אחותו?
-
אה, דער אוצר הלכות רעדט בשעת קרי"ש, אבער סתם אזוי מעג מען אלעמאל הערן בתו ואחותו.
Re: שאלות אין הלכה
איך האב גערעדט מיט אן עלטערע מורה הוראה - א סענז סטריט תלמיד, און אינמיטן איז אריינגעקומען די שמועס וועגן נאך ברכה, האב איך געזאגט אז אויף ספאנזש קעיק איז דאך א שאלה צו מ'קען מאכן אן על המחיה. פרעגט ער מיר, וואס עפעס? זאג איך ס'דא א תשובה אין דברי יואל, זאגט ער מיר, ניין ס'נישט קיין שאלה, מ'מאכט געהעריג אן על המחיה.
אפשר קען איינער דא שרייבן די תמצית פארוואס די סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן נישט צו מאכן אן על המחיה.
און, זענען דא פוסקים וואס נעמען אן אזוי?
אפשר קען איינער דא שרייבן די תמצית פארוואס די סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן נישט צו מאכן אן על המחיה.
און, זענען דא פוסקים וואס נעמען אן אזוי?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Re: שאלות אין הלכה
דריידל האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט אן עלטערע מורה הוראה - א סענז סטריט תלמיד, און אינמיטן איז אריינגעקומען די שמועס וועגן נאך ברכה, האב איך געזאגט אז אויף ספאנזש קעיק איז דאך א שאלה צו מ'קען מאכן אן על המחיה. פרעגט ער מיר, וואס עפעס? זאג איך ס'דא א תשובה אין דברי יואל, זאגט ער מיר, ניין ס'נישט קיין שאלה, מ'מאכט געהעריג אן על המחיה.
אפשר קען איינער דא שרייבן די תמצית פארוואס די סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן נישט צו מאכן אן על המחיה.
און, זענען דא פוסקים וואס נעמען אן אזוי?
דאס איז אן אריכות אין שו''ת דברי יואל סימן י''ג
בקיצור זאגט ער דארט ווייל מעסט נישט דערפון קיין כזית קמח בכדי אכילת פרס.
לעצט פארראכטן דורך דיימאנט אום דינסטאג יולי 20, 2021 5:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: שאלות אין הלכה
קיין כזית פון די קמח, לכאורה.
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: שאלות אין הלכה
דריידל האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט אן עלטערע מורה הוראה - א סענז סטריט תלמיד, און אינמיטן איז אריינגעקומען די שמועס וועגן נאך ברכה, האב איך געזאגט אז אויף ספאנזש קעיק איז דאך א שאלה צו מ'קען מאכן אן על המחיה. פרעגט ער מיר, וואס עפעס? זאג איך ס'דא א תשובה אין דברי יואל, זאגט ער מיר, ניין ס'נישט קיין שאלה, מ'מאכט געהעריג אן על המחיה.
אפשר קען איינער דא שרייבן די תמצית פארוואס די סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן נישט צו מאכן אן על המחיה.
און, זענען דא פוסקים וואס נעמען אן אזוי?
מעשה שהיה כך היה. די רבי איז געווען ביי א סעודת ברית וואס ס'איז געווען דארט זייער לייכטע ספאנדזש קעיק, האט איינער געפרעגט דעם רבין אויב מ'קען מאכן דעראויף א על המחיה האט די רבי געזאגט אז ניין. מ'זאל עסן עפעס א שהכל און מאכן א בורא נפשות
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: שאלות אין הלכה
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קיין כזית פון די קמח, לכאורה.
אוודאי. למעשה איז יא דא ספאנדזש קעיק וואס ליגט אסאך מעיל דעראין. זאל יעדער פרעגן זיין מורה הוראה וואס צו טון
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Re: שאלות אין הלכה
sheetrock האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט אן עלטערע מורה הוראה - א סענז סטריט תלמיד, און אינמיטן איז אריינגעקומען די שמועס וועגן נאך ברכה, האב איך געזאגט אז אויף ספאנזש קעיק איז דאך א שאלה צו מ'קען מאכן אן על המחיה. פרעגט ער מיר, וואס עפעס? זאג איך ס'דא א תשובה אין דברי יואל, זאגט ער מיר, ניין ס'נישט קיין שאלה, מ'מאכט געהעריג אן על המחיה.
אפשר קען איינער דא שרייבן די תמצית פארוואס די סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן נישט צו מאכן אן על המחיה.
און, זענען דא פוסקים וואס נעמען אן אזוי?
מעשה שהיה כך היה. די רבי איז געווען ביי א סעודת ברית וואס ס'איז געווען דארט זייער לייכטע ספאנדזש קעיק, האט איינער געפרעגט דעם רבין אויב מ'קען מאכן דעראויף א על המחיה האט די רבי געזאגט אז ניין. מ'זאל עסן עפעס א שהכל און מאכן א בורא נפשות
לכבודך וועל איך ברענגען די גאנצע מעשה,
די רבי האט געגעסן פיש און ספאנדז קעיק און ער האט געמאכט א בורא נפשות, און ער האט געזאגט אז אפילו סליגט א כזית קמח אין די קעיק איז עס נישט געגעסן געווארן בכדי אכילת פרס, קען מען עס פטרן מיטן בנ''ר,
אבער אין בריוו שרייבט ער אז ער האט געזאגט דעמאלס אז לויט זיין אפשאצינג האט ער בכלל נישט געגעסן קיין כזית קעיק, נאר ער האט דאס געזאגט לרווחא דמילתא אלס ספק אז ער האט יא געגעסן א כזית קעיק, אבער א כזית קמח זיכער נישט.
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: שאלות אין הלכה
וואס איז די מעשה מחדש מיר ווי די תשובה הלכה למעשה?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
Re: שאלות אין הלכה
משנה ברורה ר"ח ס"ק מ"ח באה"ד האט געשריבן: ......... ומ"מ לענין פת כיסנין שמעורב בתבלין הרבה [כגון צוקע"ר לעק"ך] נוהגין העולם לברך עליו לבסוף על המחיה כשיש בו כזית אף שבמין דגן לבדו שנמצא בו אין בו שיעור כזית ואולי שטעמם מפני שהתבלין בא להכשיר את האוכל מצטרף עם האוכל גופא לשיעור וכדאיתא כעין זה במ"א סימן ר"י. ולכתחלה טוב ליזהר לשער שיהיה בהקמח שיעור כזית:
די מעשה רב איז געווען ביי א ברית ווי מרן מהריט"בזי"ע און מרן צעלימער רב זי"ע זענען געזעסען ציזאם
ווי דער רבי זי"ע שרייבט צום סוף פון זיין תשובה געדריקט אין דברי יואל ח"א סימן י"ג צום צעלימער רב זי"ע
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: שאלות אין הלכה
ברעחדך קאפ האט געשריבן:א משפחה אין ניו דשערסי איז אהיים געקומען טרעפענדיג די טיר פון זייער הויז אויפגעבראכן,
דערשראקענערהייט זענען זיי אריין טרעפענדיג א פרוי וואשן פלארס,
שטעלט זיך ארויס אז די פרוי האט געדארפט גיין קלינען ביים שכן און איז בטעות געגאנגען צו די נישט ריכטיגע הויז,
פאר וואס זי האט אויפגעבראכן די טיר איז נישט קלאר,
די שאלה דא איז צו די פרוי דארף באצאלן פאר די טיר אדער די משפחה פארן קלינען
נו וואס זאגן די תלמידי חכמים?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: שאלות אין הלכה
איך וואלט גע'פסקנ'ט אז די משפחה זאל גיין צו איר הויז, אויפברעכן די טיר און דארט קלינען וויפיל זי האט געקלינט אין זייער הויז.
Re: שאלות אין הלכה
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ברעחדך קאפ האט געשריבן:א משפחה אין ניו דשערסי איז אהיים געקומען טרעפענדיג די טיר פון זייער הויז אויפגעבראכן,
דערשראקענערהייט זענען זיי אריין טרעפענדיג א פרוי וואשן פלארס,
שטעלט זיך ארויס אז די פרוי האט געדארפט גיין קלינען ביים שכן און איז בטעות געגאנגען צו די נישט ריכטיגע הויז,
פאר וואס זי האט אויפגעבראכן די טיר איז נישט קלאר,
די שאלה דא איז צו די פרוי דארף באצאלן פאר די טיר אדער די משפחה פארן קלינען
נו וואס זאגן די תלמידי חכמים?
איך פארשטיי אז מיינסט עס נישט ערענסט
אבער די שאלה בעצם פארשטיי איך נישט, זי איז געהעריג א יורד לתוך שדהו של חבירו שלא מדעתו, און מען דארף באצאלן בזול.
די טיר שאלה פארשטיי איך בכלל נישט קיין צד אז זי זאל נישט דארפן באצאלן. סתם א מזיק.
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: שאלות אין הלכה
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך וואלט גע'פסקנ'ט אז די משפחה זאל גיין צו איר הויז, אויפברעכן די טיר און דארט קלינען וויפיל זי האט געקלינט אין זייער הויז.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Re: שאלות אין הלכה
וויזוי איז די דין מיט א איד וואס האט צוויי נעמען איינס א מעינסטרים נאמען און די צווייטע איז מער א מאדנע נאמען יענער רופט זיך נאר מיטן ערשטן נאמען איז אויב וועט איינער אים רופן נאר מיטן צווייטן נאמען וועט ער הייסן א מכנה שם לחבירו?
דביה תחדי נפשא
Re: שאלות אין הלכה
חמרא טבא האט געשריבן:וויזוי איז די דין מיט א איד וואס האט צוויי נעמען איינס א מעינסטרים נאמען און די צווייטע איז מער א מאדנע נאמען יענער רופט זיך נאר מיטן ערשטן נאמען איז אויב וועט איינער אים רופן נאר מיטן צווייטן נאמען וועט ער הייסן א מכנה שם לחבירו?
היכי תמצא, מען קען עובר זיין אויף לא תונו אן זיין א מכנה שם...
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17148
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: שאלות אין הלכה
א הוספה צו חמרא'ס שאלה.
נניח אז ס'הייסט יא מכנה שם לחבירו.. דער טאטע וואס געבט א נאמען פאר זיין זוהן, און איז זיכער אז ער גייט זיך נישט וועלן רופן מיט דעם נאמען.. הייסט ער אויך א מכנה שם?
נניח אז ס'הייסט יא מכנה שם לחבירו.. דער טאטע וואס געבט א נאמען פאר זיין זוהן, און איז זיכער אז ער גייט זיך נישט וועלן רופן מיט דעם נאמען.. הייסט ער אויך א מכנה שם?
Re: שאלות אין הלכה
אוראייניקל האט געשריבן:א הוספה צו חמרא'ס שאלה.
נניח אז ס'הייסט יא מכנה שם לחבירו.. דער טאטע וואס געבט א נאמען פאר זיין זוהן, און איז זיכער אז ער גייט זיך נישט וועלן רופן מיט דעם נאמען.. הייסט ער אויך א מכנה שם?
דארף מען דא דערמאנען די מעכטיגע @חוח ארטיקל: טאטי, זעקס נעמען על שום מה??
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\