שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סמארט גאי האט געשריבן:מעג מען ארויסציען היינט צו טאגס א ווייסע האר פון די בארד אדער פיאות?

בפשטות פון יו"ד סי' קפ"ב קומט אויס אז אלץ איז תלוי במנהג המקום, ווי די רמ"א שרייבט אז במקום ווי ס'איז נישט קיין מנהג נשים דייק מגלח צו זיין שער בית השחי איז עס מותר לכתחלה.

אויב פרויען גייען נישט קיין (און ביי אונז מיט האר בכלל) וואלט עס לכאורה געדארפט זיין מותר. ניין?

בשבט הלוי, ח"ג סי' קיא אות ב פסק לאיסור, עי"ש טעמו.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סמארט גאי האט געשריבן:מעג מען ארויסציען היינט צו טאגס א ווייסע האר פון די בארד אדער פיאות?

בפשטות פון יו"ד סי' קפ"ב קומט אויס אז אלץ איז תלוי במנהג המקום, ווי די רמ"א שרייבט אז במקום ווי ס'איז נישט קיין מנהג נשים דייק מגלח צו זיין שער בית השחי איז עס מותר לכתחלה.

אויב פרויען גייען נישט קיין (און ביי אונז מיט האר בכלל) וואלט עס לכאורה געדארפט זיין מותר. ניין?

א מאדנע געדאנק דאס מחמת כמה טעמים: א) נאר א חלק פרויען גיין נישט מיט האר, אבער אסאך אנדערע פרויען, און מיידלעך גייען יא מיט האר, און זיי זענען מקפיד אז ס'זאל נישט זיין ווייס, און זיי פארבן עס.

ב) נניח אז יעדער שניידט אפ די האר פונעם קאפ, זענען זיי נאך אלס מקפיד אויף אנדערע מקומות, למשל די אויגן ברעמען.

ג) ווער זאגט אז עס ווענדט זיך דווקא אין די מנהג פון אידישע פרויען, עס ווענדט זיך בכלליות העולם די מנהג פון נקבות.

ד) בכלל די גאנצע הנחה אז אויב מ'שניידט אפ הייסט עס אז זיי זענען נישט מקפיד, איז נישט ריכטיג, ווייל אויב האבן זיי ווען יא האר, וואלטן זיי יא מקפיד געווען.

אבער מצד אחר קען מען דן זיין אז מענער - גויאישע פארבן זיך אויכעט, ממילא איז עס נישט דוקא א מנהג נשים. אבער גראדע לעצטענס איז געווארן גרעי האר א סטייל ביי די גויאישע זכרים, זיי שעמען זיך נישט דערמיט, אדרבה. ממילא בלייבט עס איבער א מנהג נשים.

אוראייניקל האט געשריבן:בשבט הלוי, ח"ג סי' קיא אות ב פסק לאיסור, עי"ש טעמו.

דער שבט הלוי שרייבט אבער אז ס'איז דא א עצה צו אפשניידען די גאנצע חלק פונעם בארד סיי די שווארצע און סיי די ווייסע. און פארשטייט זיך אז זי עצה איז נישט דא ביי אונז.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

@נא שכל

די איסור איז נאר אויב ס'איז א 'מנהג נשים'.

א) אויב ביי די גוים איז די מנהג אז זיי פיהרן זיך פונקט ווי פרויען. דארף עס זיין מותר?

ב) אויב זיי שניידן עס, איז עס שוין נישט קיין מנהג נשים דייקא 'אויף די פלאץ'

ג) בכלליות באמעריקע איז עס דייקא א מנהג נשים?

ד) אויב שניידן זיי עס האבן זיי נישט קיין מנהג אויף דעם, איז עס שוין נישט קיין מנהג נשים

אגב איינער פארשטייט דעם שבט הלוי?

אויב ס'איז מנהג המקום צו מלקט זיין לנוי און אויסקוקן ווי בחורים, איז א פראבלעם? היכן המקור?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך טו מענעזשמענט פאר א הויז ווי ס'וואינען צוויי מענטשן, זיי שיקן מיר געלט און איך צאל די בילס. יעצט איז דא א וואסער ביל וואס איז שפעט און מ'דארף צאלן אינטערעסט. איז עס א שאלה פון ריבית ווען זיי שיקן מיר די געלט פאר אינטערעסט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

דו בארגסט זיי געלט?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

דריידל האט געשריבן:איך טו מענעזשמענט פאר א הויז ווי ס'וואינען צוויי מענטשן, זיי שיקן מיר געלט און איך צאל די בילס. יעצט איז דא א וואסער ביל וואס איז שפעט און מ'דארף צאלן אינטערעסט. איז עס א שאלה פון ריבית ווען זיי שיקן מיר די געלט פאר אינטערעסט?

וויפיל האסטו געצאלט? די גאנצע, מיט די אינטרעסט? אויב יא איז נישט קיין שאלה.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בעל מדרגה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך טו מענעזשמענט פאר א הויז ווי ס'וואינען צוויי מענטשן, זיי שיקן מיר געלט און איך צאל די בילס. יעצט איז דא א וואסער ביל וואס איז שפעט און מ'דארף צאלן אינטערעסט. איז עס א שאלה פון ריבית ווען זיי שיקן מיר די געלט פאר אינטערעסט?

וויפיל האסטו געצאלט? די גאנצע, מיט די אינטרעסט? אויב יא איז נישט קיין שאלה.

סמארט גאי האט געשריבן:דו בארגסט זיי געלט?

איך האב נאך גארנישט געצאלט און איך לייג נישט אויס קיין געלט פאר זיי. איך ווארט אז זיי זאלן מיר שיקן געלט איך זאל קענען צאלן, איך וויל אבער זיין זיכער אז ס'נישט קיין שאלה ווען זיי גיבן מיר די אינטערעסט וואס איך וועל ווייטער שיקן צו צאלן די ביל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

איך געדענק אז ס'איז יא א שאלה
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
א פיפטער
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 19, 2021 2:49 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיפטער »

דריידל האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך טו מענעזשמענט פאר א הויז ווי ס'וואינען צוויי מענטשן, זיי שיקן מיר געלט און איך צאל די בילס. יעצט איז דא א וואסער ביל וואס איז שפעט און מ'דארף צאלן אינטערעסט. איז עס א שאלה פון ריבית ווען זיי שיקן מיר די געלט פאר אינטערעסט?

וויפיל האסטו געצאלט? די גאנצע, מיט די אינטרעסט? אויב יא איז נישט קיין שאלה.

סמארט גאי האט געשריבן:דו בארגסט זיי געלט?

איך האב נאך גארנישט געצאלט און איך לייג נישט אויס קיין געלט פאר זיי. איך ווארט אז זיי זאלן מיר שיקן געלט איך זאל קענען צאלן, איך וויל אבער זיין זיכער אז ס'נישט קיין שאלה ווען זיי גיבן מיר די אינטערעסט וואס איך וועל ווייטער שיקן צו צאלן די ביל

אז דו ווילסט זיין זיכער מיין איך איר זאלט ענדערשט פרעגן א דיין ווי איידער דא אויף אייועלט..
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30713
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א פיפטער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך טו מענעזשמענט פאר א הויז ווי ס'וואינען צוויי מענטשן, זיי שיקן מיר געלט און איך צאל די בילס. יעצט איז דא א וואסער ביל וואס איז שפעט און מ'דארף צאלן אינטערעסט. איז עס א שאלה פון ריבית ווען זיי שיקן מיר די געלט פאר אינטערעסט?

וויפיל האסטו געצאלט? די גאנצע, מיט די אינטרעסט? אויב יא איז נישט קיין שאלה.

סמארט גאי האט געשריבן:דו בארגסט זיי געלט?

איך האב נאך גארנישט געצאלט און איך לייג נישט אויס קיין געלט פאר זיי. איך ווארט אז זיי זאלן מיר שיקן געלט איך זאל קענען צאלן, איך וויל אבער זיין זיכער אז ס'נישט קיין שאלה ווען זיי גיבן מיר די אינטערעסט וואס איך וועל ווייטער שיקן צו צאלן די ביל

אז דו ווילסט זיין זיכער מיין איך איר זאלט ענדערשט פרעגן א דיין ווי איידער דא אויף אייועלט..

ריבית.jpg
ריבית.jpg (267.18 KiB) געזען 861 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

דריידל האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך טו מענעזשמענט פאר א הויז ווי ס'וואינען צוויי מענטשן, זיי שיקן מיר געלט און איך צאל די בילס. יעצט איז דא א וואסער ביל וואס איז שפעט און מ'דארף צאלן אינטערעסט. איז עס א שאלה פון ריבית ווען זיי שיקן מיר די געלט פאר אינטערעסט?

וויפיל האסטו געצאלט? די גאנצע, מיט די אינטרעסט? אויב יא איז נישט קיין שאלה.

סמארט גאי האט געשריבן:דו בארגסט זיי געלט?

איך האב נאך גארנישט געצאלט און איך לייג נישט אויס קיין געלט פאר זיי. איך ווארט אז זיי זאלן מיר שיקן געלט איך זאל קענען צאלן, איך וויל אבער זיין זיכער אז ס'נישט קיין שאלה ווען זיי גיבן מיר די אינטערעסט וואס איך וועל ווייטער שיקן צו צאלן די ביל

כמעט זיכער אז עס איז א ריבית
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Mezofzef האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך טו מענעזשמענט פאר א הויז ווי ס'וואינען צוויי מענטשן, זיי שיקן מיר געלט און איך צאל די בילס. יעצט איז דא א וואסער ביל וואס איז שפעט און מ'דארף צאלן אינטערעסט. איז עס א שאלה פון ריבית ווען זיי שיקן מיר די געלט פאר אינטערעסט?

וויפיל האסטו געצאלט? די גאנצע, מיט די אינטרעסט? אויב יא איז נישט קיין שאלה.

סמארט גאי האט געשריבן:דו בארגסט זיי געלט?

איך האב נאך גארנישט געצאלט און איך לייג נישט אויס קיין געלט פאר זיי. איך ווארט אז זיי זאלן מיר שיקן געלט איך זאל קענען צאלן, איך וויל אבער זיין זיכער אז ס'נישט קיין שאלה ווען זיי גיבן מיר די אינטערעסט וואס איך וועל ווייטער שיקן צו צאלן די ביל

כמעט זיכער אז עס איז א ריבית

ביי א ק"ק, איז אנגענומען אז ס'איז געהעריג ריבית, וויבאלד די בארגסט פון די באנק, און די פארבארגסט פאר זיי, דא אז ס'איז נישט קיין דרך פון הלוואה, יכול להיות אז ס'איז גרינגער, פרעג א דיין, נאך די פרעגסט, זיי אזוי גוט און שרייב דא וואס ער האט גע'פסק'נט.

מסתבר איז, אז די רגע וואס ער שיקט א בילל פאר געלט, איז דאס שוין זקפו עליו במלוה, וואס דאן איז דאס לכאורה די זעלבע דין ווי א געהעריגע הלוואה, רבית צאלט מען געווענליך נישט ביז נאך דעם וואס מען פארפאסט די ביל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די מנהג איז נישט צו עסן חודש תשרי קיין זויערס, כמבואר בפוסקים.

וואס איז די הלכה מיט פיקלס ב'מי מלח'?

דאס הייסט זויער?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

מעג מען זאגן סליחות מיט י"ג מידות ביינאכט פאר חצות?
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

שמחהלע האט געשריבן:מעג מען זאגן סליחות מיט י"ג מידות ביינאכט פאר חצות?

לשון פון מגן אברהם או"ח סימן תקס"ה סק"ה: "אין לומר קודם חצות לילה שום סליחו' ולא י"ג מדות בשום פנים לעולם חוץ מביום הכפורים (הכוונות דף ה')".
און ווערט אויך אראפגעברענגט אין משנה ברורה ס"ק י"ב הלכה למעשה.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30713
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קו הישר האט געשריבן:

געווען דא א מדובר דערוועגן viewtopic.php?p=3000734#p3000734

למעשה איז זיכער דא פלעצער וואס מען האט נישט מקפיד געווען דערויף. איינער האט מיר היינט געזאגט אז ער האט געלערענט אלץ בחור אין רחמסטריווקא א"י און מען פלעגט נארמאל זאגן סליחות מיטן רבי'ן אנהויב נאכט. אויך געזען צוברענגען אז אין גור זאגט מען דער ערשטער נאכט סליחות פאר חצות.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

קנאפער ידען האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:מעג מען זאגן סליחות מיט י"ג מידות ביינאכט פאר חצות?

לשון פון מגן אברהם או"ח סימן תקס"ה סק"ה: "אין לומר קודם חצות לילה שום סליחו' ולא י"ג מדות בשום פנים לעולם חוץ מביום הכפורים (הכוונות דף ה')".
און ווערט אויך אראפגעברענגט אין משנה ברורה ס"ק י"ב הלכה למעשה.

געווען דא א מדובר דערוועגן viewtopic.php?p=3000734#p3000734

למעשה איז זיכער דא פלעצער וואס מען האט נישט מקפיד געווען דערויף. איינער האט מיר היינט געזאגט אז ער האט געלערענט אלץ בחור אין רחמסטריווקא א"י און מען פלעגט נארמאל זאגן סליחות מיטן רבי'ן אנהויב נאכט. אויך געזען צוברענגען אז אין גור זאגט מען דער ערשטער נאכט סליחות פאר חצות.

ש'כח פארן ציווייזן.
נישט קיין שום שאלה אז מען מעג און זאל זיך פירן יעדער לויט זיינע רבי'ס. אויף קיין מנהג פון ערליכע אידן פרעגט מען נישט קיין שאלות.
אז @שמחהלע קומט פרעגן א טריקענע שאלה, איז משמע אז ער האט נישט עפעס א ספעציעלע מסורה אין דעם נושא. באקומט ער א תשובה מיט די טריקענע הלכה.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

קנאפער ידען האט געשריבן:געווען דא א מדובר דערוועגן viewtopic.php?p=3000734#p3000734

למעשה איז זיכער דא פלעצער וואס מען האט נישט מקפיד געווען דערויף. איינער האט מיר היינט געזאגט אז ער האט געלערענט אלץ בחור אין רחמסטריווקא א"י און מען פלעגט נארמאל זאגן סליחות מיטן רבי'ן אנהויב נאכט. אויך געזען צוברענגען אז אין גור זאגט מען דער ערשטער נאכט סליחות פאר חצות.

אין גור אין ב''פ איז נאר דא איין שטיבל ווי מען זאגט פאר חצות, איך געדענק ס'האט עפעס א סיבה
אין רחמסטריווקא דארף מען אויך וויסן וואס איז געווען די מעשה
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אדם א מענטש האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:געווען דא א מדובר דערוועגן https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p3000734

למעשה איז זיכער דא פלעצער וואס מען האט נישט מקפיד געווען דערויף. איינער האט מיר היינט געזאגט אז ער האט געלערענט אלץ בחור אין רחמסטריווקא א"י און מען פלעגט נארמאל זאגן סליחות מיטן רבי'ן אנהויב נאכט. אויך געזען צוברענגען אז אין גור זאגט מען דער ערשטער נאכט סליחות פאר חצות.

אין גור אין ב''פ איז נאר דא איין שטיבל ווי מען זאגט פאר חצות, איך געדענק ס'האט עפעס א סיבה
אין רחמסטריווקא דארף מען אויך וויסן וואס איז געווען די מעשה

אין גור זאגט מען איבעראל פאר חצות, אויך אין ארץ ישראל. פון די אשמורה ראשונה זאגט מען סליחות.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כידוע, היינטיגע צייטן ווען מ'איז מפריש תרו"מ, נעמט מען אראפ מעשר ראשון כדי צו מאכן אויס טבל, אבער היות ס'איז חולין, און קיין איין לוי קען נישט אויפוויזן אז ער איז א לוי, האלט די בעה"ב די מעשר פאר זיך (נאכן אראפנעמען תרומת מעשר וואס איז אסור לזרים), אלץ המוציא לחבירו עליו הראיה (חוץ פון כמה וואס געבן יא מעשר ראשון).

איז מיין שאלה, ווען משיח ועט קומען, און מ'וועט וויסן בירור ווער ס'זענען לויים, וועלן די אלע וואס האבן געהאלטן די מעשר פאר זיך, דארפן אפצאלן זייער חשבון פאר די לויים?
דארף מען האלטן חשבון היינטיגע צייטן וויפיל מעשר ראשון מ'האט געגעסן?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
געטובל'ט און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטובל'ט און ארויס »

אוראייניקל האט געשריבן:כידוע, היינטיגע צייטן ווען מ'איז מפריש תרו"מ, נעמט מען אראפ מעשר ראשון כדי צו מאכן אויס טבל, אבער היות ס'איז חולין, און קיין איין לוי קען נישט אויפוויזן אז ער איז א לוי, האלט די בעה"ב די מעשר פאר זיך (נאכן אראפנעמען תרומת מעשר וואס איז אסור לזרים), אלץ המוציא לחבירו עליו הראיה (חוץ פון כמה וואס געבן יא מעשר ראשון).

איז מיין שאלה, ווען משיח ועט קומען, און מ'וועט וויסן בירור ווער ס'זענען לויים, וועלן די אלע וואס האבן געהאלטן די מעשר פאר זיך, דארפן אפצאלן זייער חשבון פאר די לויים?
דארף מען האלטן חשבון היינטיגע צייטן וויפיל מעשר ראשון מ'האט געגעסן?

בדרך אפשר

אין שו”ע ביי הלכות מתנות כהונה (יו”ד סי’ ס”א סע”י י’): אם אין שם כהן ישום המתנות בדמים ואוכלם ונותן הדמים לכהן.
און סעי’ ט”ו (שם) לא נתן המתנות לכהן אלא אכלן או הפסידן פטור מדיני אדם, אלא כדי לצאת ידי שמים צריך לפרוע דמיהם.

(אגב, זייער אסאך האלטן אז מ'דארף געבן בזמן הזה פאר'ן לוי)
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

איז דער מנהג אז א חתן זאגט סליחות?
אויב יא זאגט ער נפילות אפיים?
אויב נישט זאגט דער ציבור אין די מנין נפילות אפיים?
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30713
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יודל קליין האט געשריבן:איז דער מנהג אז א חתן זאגט סליחות?
אויב יא זאגט ער נפילות אפיים?
אויב נישט זאגט דער ציבור אין די מנין נפילות אפיים?

דא איז דא א שטיקל שמועס דערוועגן https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 31#p929231
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

אויף ערב ראש השנה האב איך געטראפן

ב. וכשיש חתן בביהכ"נ אין אומרים וידוי
ונפילת אפיים בסליחות, ואם יש בעל
ברית, סנדק או מוהל אזי אם עדיין לפני
עלוה"ש כתב בפתחי תשבה שאומרים
וידוי ונפילת אפיים, ואם עלה השחר
ועדיין קודם נץ החמה מסתפק בפתחי
תשובה, ועיין באלף המגן סקל"ח. ואם
כבר אחר הנץ החמה, אין אומרים וידוי
ונפילת אפיים, ויש אומרים שתמיד יש
לומר וידוי ונפילת אפיים בסליחות שהוא
חלק מהסליחות ואפילו כשיש חתן או
בעלי ברית. (שו"ת לבושי מרדכי או"ח סי רכ"ו)
קול דודי דופק
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 03, 2021 8:23 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קול דודי דופק »

בבקשה האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך טו מענעזשמענט פאר א הויז ווי ס'וואינען צוויי מענטשן, זיי שיקן מיר געלט און איך צאל די בילס. יעצט איז דא א וואסער ביל וואס איז שפעט און מ'דארף צאלן אינטערעסט. איז עס א שאלה פון ריבית ווען זיי שיקן מיר די געלט פאר אינטערעסט?

וויפיל האסטו געצאלט? די גאנצע, מיט די אינטרעסט? אויב יא איז נישט קיין שאלה.

סמארט גאי האט געשריבן:דו בארגסט זיי געלט?

איך האב נאך גארנישט געצאלט און איך לייג נישט אויס קיין געלט פאר זיי. איך ווארט אז זיי זאלן מיר שיקן געלט איך זאל קענען צאלן, איך וויל אבער זיין זיכער אז ס'נישט קיין שאלה ווען זיי גיבן מיר די אינטערעסט וואס איך וועל ווייטער שיקן צו צאלן די ביל

כמעט זיכער אז עס איז א ריבית

ביי א ק"ק, איז אנגענומען אז ס'איז געהעריג ריבית, וויבאלד די בארגסט פון די באנק, און די פארבארגסט פאר זיי, דא אז ס'איז נישט קיין דרך פון הלוואה, יכול להיות אז ס'איז גרינגער, פרעג א דיין, נאך די פרעגסט, זיי אזוי גוט און שרייב דא וואס ער האט גע'פסק'נט.

מסתבר איז, אז די רגע וואס ער שיקט א בילל פאר געלט, איז דאס שוין זקפו עליו במלוה, וואס דאן איז דאס לכאורה די זעלבע דין ווי א געהעריגע הלוואה, רבית צאלט מען געווענליך נישט ביז נאך דעם וואס מען פארפאסט די ביל.

אויב איז די ביל אויף דיין נאמען קען זיין די זעלבע פראבלעם ווי קרעדיט קארד
אויב נישט איז לכאורה נישט קיין פראבלעם אפילו סאיז דא אינטערעסט
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”