שאלות אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך יצחק אייזיק » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 1:52 am

איך האב געהערט פון א פוסק מובהק אז טרונקן וואסער נאך ישתבח איז מותר מיט א ברכה, פאר א חלש.

דער זעלבער דיין האט אויך געזאגט אז אשר יצר קען מען זאגן נאך ישתבח.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 6:14 am

געטראפן דא א נידון וועגן דעם.
ומסקנתו אז א חלוש וואס דארף טרינקען, זאל טרינקען בין ישתבח ליוצר.
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 9:59 am

אדער קען מען מאכן א ברכה פאר'ן דאווענען און אזוי כאפן א זופ נאך יעדע הללויה, כ'האב אמאל געזעהן איינעם אזוי טון, גראדע א רב פון א שול.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:20 pm

חלב ישראל האט געשריבן:אדער קען מען מאכן א ברכה פאר'ן דאווענען און אזוי כאפן א זופ נאך יעדע הללויה, כ'האב אמאל געזעהן איינעם אזוי טון, גראדע א רב פון א שול.

כ'האב געהערט אויף רב יעקב עדס אז ער טרינקט צווישן גאולה לתפילה
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.

אוועטאר
א צווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך א צווייטער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:20 pm

איבער דאס טרינקן נאך ישתבח, איז נישט קיין פראבלעם צו טרינקן מיט תפילין?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.


אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:53 pm

מבואר בשו"ע או"ח סי' מ' אז נאר סעודת קבע ברויך מען אויסטוען די תפילין.

והגם אז אין מ"ב ברענגט ער אז היינטיגע צייטן וואס מ'גייט נישט מיט תפיליען א גאנצע טאג קען זיין אז מ'מוז אויסטוען אפילו פאר אכילת עראי, לכאורה איז אינמיטן דאווענען, אזוי ווי אמאהל ווען מ'איז געגאנגען אגאנצע טאג מיט תפילין ויל"ע.
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
א צווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך א צווייטער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 3:06 pm

האב איך געזען אמאל א איד טרינקן קאווע אינמיטן דאווענען (פאר ברוך שאמר) און ביי יעדע שלונג האט ער אויפגעהויבן דעם של ראש, אזוי ווי כמה אידן טוען ביים רעדן מיט די תפילין.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.


גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 4:05 pm

ראיתי לדאבוני יהודי לוקח כוס עם מים לתוך פיו באמצע חזרת הש"ץ ביום הדין, וטענתו בפיו.. שאינו שותה רק מלחלח, ואין לזה דין שתי' ואינו צריך שום היתר למעשיו, כשהרציתי הדברים למורה קשיש, לא האמין הדברים איך יערב עשות כזה, ולא רצה לפלפל בהיתרו, ואני ראיתי זקנים ישישים עומדים על רגליהם שעות ארוכות בתפלה ביום הדין, עם שפתים מרוטות, ולא ידעו רק איך ללחלח העפעפים

להודות
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך להודות » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 7:21 pm

גלאזער האט געשריבן:ביום הדין

ר"ה אדער יו"כ?
אז מען טוט דיר א טובה, זאג ייש"כ! #טוב להודות

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:57 pm

להודות האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:ביום הדין

ר"ה אדער יו"כ?

יום כיפור היעלה על הדעת?????

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך בבקשה » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 8:14 am

נעקסטע וואך שבת איז די חגא Halloween, די גוים פירן זיך ארומצוגיין מיט די קינדער שנארען קענדיס, איז מותר זיי צו געבן קענדיס?

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 10:34 am

וואס איז די שאלה אלס לא תחנם, חוקת הגוי, אדער אלס שבת אויב אלס שבת אלס מתנה אדער אלס עירוב אדער עפעס אנדערש?
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך בבקשה » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 10:53 am

עציץ נקוב האט געשריבן:וואס איז די שאלה אלס לא תחנם, חוקת הגוי, אדער אלס שבת אויב אלס שבת אלס מתנה אדער אלס עירוב אדער עפעס אנדערש?


חוקת הגוי, ע״ז, שבת איז נישט אזא פראבלעם ווייל מען קען אראפלייגען א קעסטעל פאר שבת זיי זאלן אליין נעמען.

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך זאג א גוטס » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 12:16 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:ביום הדין

ר"ה אדער יו"כ?

יום כיפור היעלה על הדעת?????

אזוי איז משמע פון די לשון "שאינו שותה רק מלחלח, ואין לזה דין שתי' ואינו צריך שום היתר למעשיו" "לא האמין הדברים איך יערב עשות כזה"
"ולא ידעו רק איך ללחלח העפעפים" וואס דאס טוט מען יוה"ק.
יענער האט אנגערירט די ליפן מיט די וואסער, און גע'טענה'ט אז ער טרינקט נישט בכלל.
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 8:58 pm

^^
"שאינו שותה ... ואינו צריך שום היתר למעשיו" היעלה על הדעת יום כיפור רעדן פון א היתר אויף טרינקען?

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אוראייניקל » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:08 pm

בקיצור, נאכן מפלפל זיין אהער און אהין, לאמיר פשוט פרואוון צו פרעגן דעם עד ראיה

גלאזער האט געשריבן:ראיתי לדאבוני יהודי לוקח כוס עם מים לתוך פיו באמצע חזרת הש"ץ ביום הדין

יום הדין מיינט ר"ה, אויב אזוי ווי קומט אריין לחלוח עפעפיים

און אויב מיינט עס יו"כ ווי קומט אריין זקינים ישישים מיט אויסגעריבענע ליפן, ווען מ'רעדט פון אן איסור גמור
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:13 pm

בבקשה האט געשריבן:נעקסטע וואך שבת איז די חגא Halloween, די גוים פירן זיך ארומצוגיין מיט די קינדער שנארען קענדיס, איז מותר זיי צו געבן קענדיס?

מותר לכתחילה. ז"ל השו"ע יו"ד סי' קמח סע' יב:
"יש אומרים שאין כל דברים אלו אמורים אלא באותו זמן אבל בזמן הזה אינם בקיאים בטיב אלילים לפיכך מותר לשאת ולתת עמהם ביום חגם ולהלוותם וכל שאר דברים:
הגה: ואפילו נותנים המעות לכהנים אין עושין מהם תקרובת או נוי אלילים אלא הכהנים אוכלים ושותים בו. ועוד דאית בזה משום איבה אם נפרוש עצמנו מהם ביום חגם ואנו שרויים ביניהם וצריכים לשאת ולתת עמהם כל השנה. ולכן אם נכנס לעיר ומצאם שמחים ביום חגם -- ישמח עמהם משום איבה דהוי כמחניף להם (הכל בטור).
ומ"מ בעל נפש ירחיק מלשמוח עמהם אם יוכל לעשות שלא יהיה לו איבה בדבר (ב"י בשם הר"ן).
וכן אם שולח דורון לעובד כוכבים בזמן הזה ביום שיש להם סימן אם יגיע להם דורון בחג ההוא אם אפשר לו ישלח לו מבערב, ואם לא ישלח לו בחג עצמו"

מ'קען אפילו קלערן אינעם גדר פון בעל נפש ירחיק מלשמוח עמהם אויב דאס טיילן ממתקים פאר די גויאישע שכנים הייסט בכלל זיך פרייען מיט זיי. מסתבר אז ס'איז נישט בגדר זה ובכן איז נישטא קיין מקום להחמיר, ספעציעל אז מ'דארף נזהר זיין ס'זאל נישט זיין קיין איבה

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אוראייניקל » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:28 pm

אויב ס'איז א חלק פון דער חגא, דאס ארומגיין שנארערן, קען זיין א סברא אז ס'איז הארבער, ווי די זאכן וואס זענען נאר אסור אלץ אזיל ומודה.
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך גלאזער » זונטאג אוקטובער 25, 2020 2:52 am

אוראייניקל האט געשריבן:בקיצור, נאכן מפלפל זיין אהער און אהין, לאמיר פשוט פרואוון צו פרעגן דעם עד ראיה

גלאזער האט געשריבן:ראיתי לדאבוני יהודי לוקח כוס עם מים לתוך פיו באמצע חזרת הש"ץ ביום הדין

יום הדין מיינט ר"ה, אויב אזוי ווי קומט אריין לחלוח עפעפיים

און אויב מיינט עס יו"כ ווי קומט אריין זקינים ישישים מיט אויסגעריבענע ליפן, ווען מ'רעדט פון אן איסור גמור

אודאי ר"ה כסטאוו, לחלוח עפעפים איז נאס מאך די אויגן מיט טרערן..

אוועטאר
א צווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך א צווייטער » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 8:46 pm

איז אסור צו באטראכטן די שיינע ביימער וואס די גוים שטעלן אוועק חגא, אלס לא תתן להם חן?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.


אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:30 pm

וואס איז די דין פון גרמא בניזיקין.
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 3:04 pm

ס'זענען דא אסאך חילוקים אין די פוסקים (עי' חו"מ שפ"ו), צווישן גרמא (וואס מ'איז פטור בדיני אדם וחייב בדיני שמים) און גרמי (וואס מ'איז חייב בדיני אדם) און וואס איז די חילוק צווישן זיי.
אזוי אויך שרייבט דער רמ"א (שם ס"ג) "י"א דבכל גרמא בניזקין אם הוא דבר שכיח ורגיל חייב לשלם משום קנס".

ממילא דארף אויף יעדע זאך פרעגן א דיין.

אבער דאס איז זיכער אז ס'איז אסור להזיק לכתחילה אפילו בגרמא.
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
אדם א מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אדם א מענטש » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 2:26 am

בבקשה האט געשריבן:נעקסטע וואך שבת איז די חגא Halloween, די גוים פירן זיך ארומצוגיין מיט די קינדער שנארען קענדיס, איז מותר זיי צו געבן קענדיס?

מ'דארף וויסען צו Halloween איז א חגא בכלל
oahmentchאצלgmail.com

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 5:10 am

אדם א מענטש האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:נעקסטע וואך שבת איז די חגא Halloween, די גוים פירן זיך ארומצוגיין מיט די קינדער שנארען קענדיס, איז מותר זיי צו געבן קענדיס?

מ'דארף וויסען צו Halloween איז א חגא בכלל

וואס דען איז עס? מקורו איז עס ממש עבודה זרה, דערנאך האבן דאס די קריסטן געגנבט

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 8:35 am

אדם א מענטש האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:נעקסטע וואך שבת איז די חגא Halloween, די גוים פירן זיך ארומצוגיין מיט די קינדער שנארען קענדיס, איז מותר זיי צו געבן קענדיס?

מ'דארף וויסען צו Halloween איז א חגא בכלל


פון די משנה קומט שוין אויס אז סיי וואס די גוים מאכן פאר א יום טוב און זיי ניצן דעם טאג אויף צי דינען זייער עבודה זרה איז בגדר יום אידם, ווי לדוגמא א טאג וואס זיי נעמען אויף א נייע שר. ז״ל השו״ע יו״ד סימן קמ״ח סעיף ו
יום שמתכנסים בו העובדי כוכבים להעמיד להם שר ומקריבים ומקלסים לאלהיהם יום חגם הוא והרי הוא כשאר חגיהם:

און ס׳איז מסברא נישט לייכטער ווי א יחיד וואס פראוועט א יום הולדת און דינט זיין עבודה זרה, ז״ל המחבר סעיף ז׳
עובד כוכבים שעושה הוא חג לעצמו ומודה לאלילים ומקלסה ביום שנולד בו ויום תגלחת זקנו ובלוריתו ויום שעלה בו מן הים ויום שיצא בו מבית האסורים ויום שעשה בו משתה לבנו וכיוצא באלו אינו אסור אלא אותו יום ואותו האיש בלבד


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט