שאלות אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
א צווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re:

תגובהדורך א צווייטער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 5:56 pm

אדמיראל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:צ/ק

אויב מ'מעג אין א גרינעם דינסטאג זאגן "שיר המעלות ממעמקים" צווישן ישתבח און ברכו, אזוי ווי אין די עשרת ימי תשובה

א שיינע שאלה, דער מגן אברהם איז טאקע מסופק וועגן די שיר המעלות אפילו בעשי"ת, משום הפסק.

אבל יש לומר אז מ'זעט דאך אויב האט מען אנגעהויבן דאווענען אן א טלית ואח"כ נזדמן לו טלית, שטייט אין דרכי תשובה (או"ח נ"ד) בשם האור זרוע אז יפסיק בין ישתבח לקדיש ויברך ויתעטף, א"כ במילי דשמיא כנ"ל לכאורה אינו הפסק.

וואס איז די ראי' פון א טלית, דאס איז דאך לצורך תפלה?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.


אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 6:33 pm

-
לעצט פאראכטן דורך אדמיראל אום פרייטאג אוקטובער 30, 2020 1:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך יש בו » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 6:40 pm

לויט דעם מעג מען לכאורה טרינקן א קאווע נאך ישתבח, ווייל טריקען אליין איז דאך נישט קיין הפסק, ווידעראום די ברכה איז שוין א מצוה
The Divided States Of America

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 6:43 pm

עי' בעטרת זקנים (סי' נ"ו, צויין בדגול מרבבה סי' נ"ד)
"וכשמתחיל יתגדל יש לומר תחלה ועתה יגדל נא וי"א גם כן בראשי' ברא וגו' וידבר אלהים את כל הדברים האלה לאמר כח מעשיו הגיד לעמו וגו' ה' בחכמה יסד ארץ וגו' ובכל אחד מאלו כ"ח אותיות ובין כלם כ"א תיבות עם ועתה יגדל נא כו' אמן יהא כו' אך בפסוק כח מעשיו ובפסוק ה' בחכמה בכ"א אחד יותר שאינו מן המנין ויכול לומר אלו הפסוקים אפי' בתפלת יוצר ואין לחוש שעושה הפסק בין ישתבח ליוצר אור משום שלא אסרו להפסיק אלא במילי דבטלה אבל דברי השבח מעין המאורע פשיטא דשרי אבל בתפל' ערבית דבעינן סמיכה גאולה לתפלה לא יאמר כלום (מהרש"ל סימן ס"ד)
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
א צווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך א צווייטער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 6:44 pm

יש בו האט געשריבן:לויט דעם מעג מען לכאורה טרינקן א קאווע נאך ישתבח, ווייל טריקען אליין איז דאך נישט קיין הפסק, ווידעראום די ברכה איז שוין א מצוה

אויב האט מען שוין געמאכט א ברכה פארן דאווענען מעג מען טרינקן ?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.


אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך יש בו » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 6:45 pm

א צווייטער האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:לויט דעם מעג מען לכאורה טרינקן א קאווע נאך ישתבח, ווייל טריקען אליין איז דאך נישט קיין הפסק, ווידעראום די ברכה איז שוין א מצוה

אויב האט מען שוין געמאכט א ברכה פארן דאווענען מעג מען טרינקן ?

לכאורה וועט זיך דאס ווענדן אין דעם,

כפי המונח בזיכרוני מעג מען, קען דאס איינער קאנפירמען/אפווענדן?
The Divided States Of America

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 10:25 pm

יש בו האט געשריבן:לויט דעם מעג מען לכאורה טרינקן א קאווע נאך ישתבח, ווייל טריקען אליין איז דאך נישט קיין הפסק, ווידעראום די ברכה איז שוין א מצוה

די נקודה איז נישט נאר מצוה, נאר צורך מצוה. עס מוז זיין א צורך.
אנטשולדיגט, אבער איך וויל בעסער ווארטן אויף מנחה קטנה.

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך גרינע » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 10:59 am

איינער ווייסט אפשר פון א הלכה/ענין נישט צו רייכערן בי א חופה און לוי'?
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:40 am

ביי א לוי' וכן אין בית החיים יש לדין משום לועג לרש...

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:44 am

יש בו האט געשריבן:לויט דעם מעג מען לכאורה טרינקן א קאווע נאך ישתבח, ווייל טריקען אליין איז דאך נישט קיין הפסק, ווידעראום די ברכה איז שוין א מצוה

כ'האב נישט געוואוסט אז מ'טאר נישט רעדן נאך ישתבח.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:58 am

בפירוש'ע שו"ע (סי' נד סע' ג): המספר בין ישתבח ליוצר, עבירה היא בידו וחוזר עליה מעורכי המלחמה. ויש מי שאומר שלצרכי צבור או לפסוק צדקה למי שבא להתפרנס מן הצדקה, מותר להפסיק. הג"ה. ומזה נתפשט מה שנהגו בהרבה מקומות לברך חולה או לקבול בבית הכנסת שיעשה לו דין, בין ישתבח ליוצר, דכל זה מיקרי לצורך מצוה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 12:48 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ביי א לוי' וכן אין בית החיים יש לדין משום לועג לרש

שדי חמד
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (55.59 KiB) געזעהן 761 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 1:02 pm

ברוך שכוונתי... (כ'האב עכט נישט געטראכט...)

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 1:08 pm

ער רעדט דאך אויך פון שתיה, איז לכאורה עישון אויך נישט אסור אין גאנצן בית החיים, פונקט ווי אכילה ושתיה דפוק חזי מאי עמא דבר.
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 1:30 pm

אכילה ושתי' אינערהאלב א בית החיים?

ווער האט אייך גע'פסק'נט אז מ'מעג?

א לחיים קענט איר אפשר אולי ואולי צושטעלן ווי לערנען לע"נ, אבער סתם אכילה ושתי'?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 1:58 pm

איז נישט לועג לרש געזאגט געווארן דוקא בדבר מצוה? אזוי איז לכאו' משמע אין התכלת, אכילה ושתי' קען מען פארשטיין אז ס'איז א עבודה וואס ברענגט עולם הבא און דער מת קען דאס שוין נישט, אבער רייכערן?...

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 2:09 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איז נישט לועג לרש געזאגט געווארן דוקא בדבר מצוה? אזוי איז לכאו' משמע אין התכלת, אכילה ושתי' קען מען פארשטיין אז ס'איז א עבודה וואס ברענגט עולם הבא און דער מת קען דאס שוין נישט, אבער רייכערן?...

צדיקים האבן געהאט אן עבודה ביי רייכערן, און טאביק שמעקן, אזוי ווי ביי אכילה
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 2:18 pm

צדיקים האבן נישט גערייכערט אין ביה"ח.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 2:25 pm

ער זאגט אז רייכערן איז געווען אן עבודה ביי צדיקים ממילא איז שייך לועג לרש
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
א צווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך א צווייטער » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 7:03 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:לויט דעם מעג מען לכאורה טרינקן א קאווע נאך ישתבח, ווייל טריקען אליין איז דאך נישט קיין הפסק, ווידעראום די ברכה איז שוין א מצוה

כ'האב נישט געוואוסט אז מ'טאר נישט רעדן נאך ישתבח.

אינמיטן שמו"ע האט איר יא געוואוסט??
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.


אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 8:11 pm

יש בו האט געשריבן:
א צווייטער האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:לויט דעם מעג מען לכאורה טרינקן א קאווע נאך ישתבח, ווייל טריקען אליין איז דאך נישט קיין הפסק, ווידעראום די ברכה איז שוין א מצוה

אויב האט מען שוין געמאכט א ברכה פארן דאווענען מעג מען טרינקן ?

לכאורה וועט זיך דאס ווענדן אין דעם,

כפי המונח בזיכרוני מעג מען, קען דאס איינער קאנפירמען/אפווענדן?

כ'האב יעצט נאכגעקיקט, אין סימן ר"ט אין מג"א איז משמע אז טרינקען איז א הפסק, דער מג"א זאגט אז ווען מען טרינקט וואסער צווישן ברכת בורא פרי הגפן און שתיית היין איז יתכן נישט קיין הפסק ווייל אכילה איז נישט קיין הפסק פאר א אנדערע אכילה, איז משמע אז לגבי אנדערע זאכן איז עס יא א הפסק.

דער ערוך השלחן דארט זאגט נאך מער, ער לערנט פשט אין רמ"א וואס איז מחלק לגבי דעם דין ווען איינער מאכט א הגפן און ער טרינקט בטעות וואסער אפילו ער טרינקט נאכדעם וויין האט ער נישט יוצא געווען די ברכה, אבער אויב האבן נאך מענטשן יוצא געווען מיט זיין ברכה און זיי האבן יא געטרינקען תיכף וויין איז די ברכה חל פאר איהם אויך. לערנט דער ערה"ש אז די טעם איז משום הפסק, ווען ער איז אליינס, האט ער מפסיק געווען זיין ברכה מיט א אנדערע טרינק און ער האט נישט יוצא געווען, משא"כ ווען נאך מענטשן זענען יוצא האט דער ברכה נישט געהאט קיין הפסק לגביהם. עיי"ש

ביי הגדה ליל הסדר איז אויך דא ערגעץ א שמועס וועגן טרינקען צווישן די ערשטע און צווייטע כוס. אויכט אלץ א פראבלעם פון מפסיק זיין אינמיטן סיפור יציאת מצרים

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 8:43 pm

מיינסט מן הסתם סידור רב עמרם גאון (סדר פסח)
"ומברכין בפה"ג בפני עצמו. מאי טעמא מפני שכל אחד ואחד מצוה בפני עצמו הוא. ושוב טעם אחר, בסעודה של כל השנה אעפ"י שיושבין וקבועין על היין והן שותין, כיון שברכו ברכת המזון צריכין לברך בפ"ה, ולמה הן צריכין והלא עדיין הן קבועין, אלא כך אמרו חז"ל כיון שהפסיק ברכת המזון, שאין יכול לשתות בין ברכה לברכה חייב לברך בפ"ה. וכן בני מסיבה שהיו יושבין וקבועין על היין ושותין ועמדו להתפלל והתפללו, וחזרו וישבו לשתות, צריכין לברך בפ"ה. ולמה הן צריכין והלא עדיין לא עקרו, אלא כיון שעמדו להתפלל ואין יכולים לשתות בתוך התפלה נעשו כמי שהפסיקו וחייבין לברך, אף כאן כיון שאמר ההגדה ואין יכול לשתות בתוך ההגדה, כמי שהפסיק דמי, וצריך לברך. ומן הטעמים הללו למדנו שארבעתן צריך לברך על כל אחד ואחד בפ"ה בפני עצמו".
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 8:56 pm

ייש"כ דאס האמיר געמיינט. זעהט אויס אז מ'וועט נישט טרעפן קיין שמועס להדיא איבער טרינקען אינמיטן דאווענען ווייל ס'איז סתם אזוי נישט אין פלאץ נאר ביי א חלוש וואס מ'קען מקיל זיין בפשטות. דוקא ביי הגדה ווען מ'זיצט ארום א טיש איז דא א מקום צי דן זיין...

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:19 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ייש"כ דאס האמיר געמיינט. זעהט אויס אז מ'וועט נישט טרעפן קיין שמועס להדיא איבער טרינקען אינמיטן דאווענען ווייל ס'איז סתם אזוי נישט אין פלאץ נאר ביי א חלוש וואס מ'קען מקיל זיין בפשטות. דוקא ביי הגדה ווען מ'זיצט ארום א טיש איז דא א מקום צי דן זיין...

ביינענק אין חב''ד טרעפט מען נישט קיין דיון דערוועגן?
אנטשולדיגט, אבער איך וויל בעסער ווארטן אויף מנחה קטנה.

להודות
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שתייה באמצע התפלה

תגובהדורך להודות » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 1:48 am

אז מען טוט דיר א טובה, זאג ייש"כ! #טוב להודות


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט