הגיגי הלב

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

די רמב"ם האט געשריבן די משנה אויף לשון קודש
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

בהמשך צו פריער, האב איך היינט געהאט א מח' ב"ח און גליון הש"ס אין א גירסה אין משנה, נאכגעקוקט די רמב"ם און געזעהן ווי ער שרייבט ווי די ב"ח
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

די רמב"ם פסק'נט אז מ'דארף קודם קענען די גאנצע תורה און דערנאך זאל מען חתונה האבן, (און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע)(א חוץ אויב איינער קען נישט) די רא"ש מוטשעט זיך ווילאנג זאל מען ווארטן ביז ער ענדיגט די גאנצע תורה, און ער בלייבט ביי א צ"ע

שילת אין די מבוא צו איגרת הרמב"ם איז מוכיח אז די רמב"ם האט געענדיגט שרייבן די פירוש המשניות בערך ביי די 30, און דערנאך האט די רמב"ם חתונה געהאט

מסתמא קען מען ארויסנעמען פון דעם מעשה רב אז לויט די דעת הרמב"ם אויב איינער האט נאך נישט געענדיגט די גאנצע תורה, אז ביז 30 איז מען נאכנישט צו אלט

אגב, די חת"ס האט אויך חתונה געהאט ביי די 30, ס'קען אמאל זיין א חיזוק פאר אלטע בחורים
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שמעתי איבער איינעם וואס האט געמוטשעט א צווייטן איבער אמונה שאלות, און ווען יענער האט געזען אז ס'נעמט נישט קיין עק, האט ער אים געזאגט, "איך וויל גלייבן און פארטיג. אן קיין פארוואס."

זאגנדיג תהלים, האב איך מיך באגעגנט אין א פסוק וואו ס'שטייט ממש דאס: "דרך אמונה בחרתי כי בו חפצתי"...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: הגיגי לבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:בלעטער'ן דיג לעצטענס די ספר שו"ת מן השמים האב איך אויפגעפאסט א הפליא'דיגע זאך, אז די פסקים וואס מ'האט אים געענטפערט שטימט להפליא מיט די פסקים וואס אונז האבן פון די אר"י ז"ל, איין דוגמא ער פרעגט וואס איז די ריכטיגע תפלין רש"י אדער ר"ת, האט מען אים גע'ענטפערט אלו ואלו דברי אלקים חיים, א זאך וואס אין די צייטן פון די ראשונים איז בכלל נישט געווען אזא באגריף, און מען טרעפט עס נאר אין אר"י ז"ל בעקבות הזוהר


דו האסט א הוא אמינא אז בימי ראשונים, האט מען געהאלטן אז אדער רש״י אדער ר״ת, זענען געווען קרקפתא דלא מנח תפילין?!?!?!?
הס מלהזכיר!!!!

ער האט שפעטער מבהיר געווען אז ער רעד פון די חלק אז ביידע זענען אמת להלכה (אזוי פארשטייט ער די מהלך התשובה, כ'מיין אבער אז ס'איז כלל נישט מוכרח)

דו פארשטייסט נישט אזוי??

כ'דענק נישט די תשובה פינקטליך, די חלק וואס דו האסט געברענגט "אלו ואלו דברי אלוקים חיים" ווייזט נישט אז ביידע זענען ריכטיג הלכה למעשה.
חוץ פון קאמארנא איז דען דא נאך איינער וואס זאגט אויף איינעם וואס לייגט נישט רבנו תם "קרקפתא דלא מנח תפילין?
וכן אויב איינער לייגט נאר רבנו תם איז דען דא איינער וואס וואלט איהם נישט גערופען קיין עבריין? (חוץ פון מקובלים אולי ואולי)

יא בוטשאטשע רב ז“ל זאגט אויך אז איינער וואס לייגט נישט ר“ת תפילין איז א קרקפתא דלא מנח תפילין viewtopic.php?p=2234265#p2234265
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: הגיגי לבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יעדער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
דו האסט א הוא אמינא אז בימי ראשונים, האט מען געהאלטן אז אדער רש״י אדער ר״ת, זענען געווען קרקפתא דלא מנח תפילין?!?!?!?
הס מלהזכיר!!!!

ער האט שפעטער מבהיר געווען אז ער רעד פון די חלק אז ביידע זענען אמת להלכה (אזוי פארשטייט ער די מהלך התשובה, כ'מיין אבער אז ס'איז כלל נישט מוכרח)

דו פארשטייסט נישט אזוי??

כ'דענק נישט די תשובה פינקטליך, די חלק וואס דו האסט געברענגט "אלו ואלו דברי אלוקים חיים" ווייזט נישט אז ביידע זענען ריכטיג הלכה למעשה.
חוץ פון קאמארנא איז דען דא נאך איינער וואס זאגט אויף איינעם וואס לייגט נישט רבנו תם "קרקפתא דלא מנח תפילין?
וכן אויב איינער לייגט נאר רבנו תם איז דען דא איינער וואס וואלט איהם נישט גערופען קיין עבריין? (חוץ פון מקובלים אולי ואולי)

יא בוטשאטשע רב ז“ל זאגט אויך אז איינער וואס לייגט נישט ר“ת תפילין איז א קרקפתא דלא מנח תפילין viewtopic.php?p=2234265#p2234265

ר׳ יוד, במח״ג ממע״כ, איר לערנט אפ דעם באטשוטשער רב׳ס רייד ווי אן ערשט קלאסיגער עם הארץ.
ער שרייב אז ״היינטיגע צייטן!״ נישט בימי הראשונים.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אגב, איז א פלא, וועט דען לויט די בטושטער רב אימיצער וואס דאווענט מעריב נאכ׳ן פלג דארפן איבערדאווענען נאך נאכט?
אין די גמרא און אין שו״ע ווערט גע׳פסק׳נט אין אזא פאל, דעביד כמר עביד...
פארוואס גלייכט ער עס צו צו חושן משפט, און נישט צו אורח חיים?
למעשה תפילין קען מען לייגן ביידע און עס שאדט נישט... משא״כ דאווענען.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”