מבקש77 האט געשריבן:מה שכתבתי לעיל:
ז') די סיבה פארוואס חז''ל דערמאנען נאר די פסול פון קלא אילן און נישט פון די אנדערע חלזון הפורפורא, איז וועגען עס איז סייווי געווען זייער זייער טייער - סאך מער ווי די אידישע חלזון. ועוד, נישט אלעמאל איז געלונגען צו מאכען תכלת פון די פורפורא.
הערה:
טאמער למעשה האט מען אויך געמאכט תכלת פון די חלזון הפורפורא המפורסם, און דאס איז פסול, היתכן אז די תוספתא וואס איז קובע די הלכה פון די פסול 'שלא מן החלזון' און מכשיר 'מן החלזון', נישט פוסל די תכלת פון די אנדערע חלזון,
בס"ד
ווייל מ'האט נישט געמאכט.
איך שטעל אוועק א פרינציפ אז מ'האט נישט געמאכט און ווענד עס אפ. און אז די וואס האבן גע'פסק'נט דעמאלטס וואס עס איז כשר און וואס פסול, האבן נישט געוואוסט דערפון. אפשר האט מען געקענט מאכן, אדער אפשר אין רוים האט מען אנגעהויבן צו טון אינטערעסאנטע פעולות מיט דעם חלזון
האדומי. וויאזוי ווייסטו אז מ'האט געמאכט. קודם דארף מען וויסן אז די גמ' די סנהדרין, די "תורה" האט געוואוסט אז מ'האט געמאכט. און נאכדעם קען מען זאגן אז קוק אהער, זיי האבן דאך געוואוסט!
נישט מצד אזהרה של 'זיוף', נאר אזהרה מצד 'הלכה', די גאנצע תוספתא דארט איז נישט מזהיר דברים מצד זיוף, נאר קובע די הלכות פון אלע סארטן זאכן וואס מען דארף פאר די בהמ"ק, (עצים, מלח, תכלת, תולעת שני, שש, מנורה, כלי שרת, חצוצרות וכו'), וואס איז כשר און וואס איז פסול, איז היות עס איז בנמצא צוויי חלזונות וואס מען קען און מען נוצט פאר בלוי, וואלט געדארפט שטיין אז נאר די 'חלזון היהודיי' איז כשר און די 'חלזון של העולם' איז פסול.
אפשר איז נישט געווען בנמצא צוויי חלזונות וואס מ'פלעגט דערפון מאכן
תכלת. נאר עס איז געווען א פורפורא שנעק וואס מ'האט געמאכט דערפון אפשר די ארגמן און אפשר דערפאר זאגט די ראב"ד אז ס'הייסט ארגמן ווייל ס'האט אין זיך עטליכע קאלירן. און אויך איז געווען א אנדערע שנעק צו וואס, וואס פון יענץ האט מען געמאכט די תכלת.
ובפרט אז מען האט גענוצט די חלזון של העולם אין די זעלבע פלעצער פון די חלזון היהודיי
.
דאס איז וואס איך וואונדער מיך.
וויאזוי ווייסטו אז מ'האט דאס גענוצט פאר תכלת.
אפשר נישט. און איך שטעל אוועק אזא סארט פרינציפ. קענסטו מיר דאס מאכן אויס? דורך תוספתא? אדער דו מוזט צוקומען צו גלייבן אז ווייל פליניוס האט אזוי געזאגט, מוז זיין אז ס'איז אזוי דער פאקט. אז דאס האט מען גענוצט.
איז אויב די תוספתא איז קובע סתם 'מן החלזון' כשרה, און 'שלא מן החלזון' פסולה, איז לשיטתך אז עס איז געווען דארט צוויי חלזונות פאר בלוי,
דאס איז אלעס נאר אויב דו ווייסט זייער קלאר אז מ'האט געמאכט אינגרויסן פון דעם חלזון די תכלת פון די תורה, די ריכטיגע תכלת און תוספתא און פון וואו תוספתא נעמט עס מקובל מסיני, האט געוואוסט דערפון. ווילאנג דאס איז נישט באשטעטיגט אלץ א פאקט, קען מען נישט בויען אז ס'האט אזוי געמוזט זיין די פאקט, ווייל תוספתא זאגט אז מן החלזון איז כשרה.
די ערשטע פרינציפ איז: האט מען געמאכט
תכלת פון דעם חלזון און נישט פון עפעס אנדערש. דאס מוז ווערן פארענטפערט. נאכדעם גייט מען צו די תוספתא. ווייל אלעמאל קענסטו זאגן אז די תוספתא האט נישט געוואוסט פון אזא זאך. אזוי ווי די תוספתא האט נישט געוואוסט אז מ'קען מאכן תכלת פון דעם פיש פון די ראדזינער.
איי ער זאגט: מן החלזון כשרה. ער זאגט פון די חלזון איז כשר. פון די חלזון וואס מ'מאכט דערפון תכלת. און נישט פון די חלזון וואס מ'מאכט דערפון ארגמן. אדער אנדערע קאלירן. נישט ווייל ער האט געוואוסט דערפון. נאר ער האט נישט געוואוסט אז מ'קען פון יענץ מאכן תכלת.
איז קומט אויס אז די תוספתא איז קלאר מכשיר ביידע חלזונות. און עס איז נישט דא קיין שום מקור לפסול החלזון של העולם!
יא, אויב דו זאגסט און דו ווייסט אז יענץ האט מען גענוצט פאר תכלת און דו ווייסט אז די גמ' האט געוואוסט דערפון,
די אלע מורי הוראה פון יענע צייטן, און עס גענומען אלץ א געהעריגער מאטריאל, אז פון דעם מאכט מען תכלת, ר' חייא האט געוואוסט דערפון און רב אדא בר אהבה, דאן איז נישטא קיין שום מקור צו פסל'ן די תכלת. ווייל זיי האבן געוואוסט און זיי האבן נישט געזאגט אז ס'איז פסול, איז עס כשר, ווייל מ'האט פון יענץ געמאכט תכלת, פון וואס דען האט מען געמאכט תכלת. מן החלזון
כשר.
אבער ווער זאגט דיך אז זיי האבן געוואוסט.
אזוי ווי זיי האבן נישט געוואוסט אז מ'קען מאכן בלויע פון עפעס א אנדערע מין רמש הים. ווער זאגט אז די מורי הוראה מיט די וואס האבן גע'פסק'נט פאר'ן כלל האבן געוואוסט פון דעם? וועסט זאגן: פליניוס זאגט אז די וועלט האט געוואוסט. וואס ער זאגט דארף מען בודק זיין צו איז טאקע אזוי געווען די מציאות. און וואס ער זאגט, און צי מ'קען זיך פארלאזן דערויף. וכו'. קען זיין אז מ'קען זיך דערויף פארלאזן. קען אבער זיין אז ער האט נישט פארציילט ריכטיג. אדער מ'פארשטייט נישט ריכטיג וואס ער זאגט. וכו'. אדער ער האט פארדרייט פאקטן, ווייל ער האט מורא געהאט פון די מלכות צו זאגן פון וועלכע מ'האט באמת געמאכט די חלזון. ס'האט אים אפשר געקענט קאסטן זיין קאפ. צו פארציילן און צו שרייבן א בוך פון וואס מ'מאכט די עכטע תכלת. האט ער נישט געשריבן דעם אמת. ער האט געגעבן פאלשע אינפארמאציע פון וואס מ'מאכט תכלת.
די מדרש זאגט דאך שוין אז מ'האט מורא געהאט פון די "סממיות" וואס זיי קענען "מנמק זיין". ודי.
וואס ווייסט מען?
[און נאך מער, טאמער דו וועסט זאגען אז מן 'החלזון' און שלא מן 'החלזון' היינו די באקאנטע חלזון מיט א ה' הידיעה, (אין אמת'ן אז מען קוקט אריין אין די גאנצע תוספתא זעט מען אז עס איז נישט אזוי: 'מן התולעת שבהרים' 'מן הקנבוס' 'מן העשת' 'מן הגרוטאות', 'מן הכסף' 'מן הגוש', אבער להניח אז אזוי וועסטו טענן),
בס"ד
מן התולעת שבהרים איז א ראי' אז די תוספתא האט נישט מורא געהאט טאמער וועט איינער קומען און טרעפן עפעס א תולעת שבהרים און זאגן אז יענץ איז תולעת שני, ווייל יעדער האט געוואוסט וואס תולעת שבהרים מיינט. איי אפשר וועט עפעס זיך אפיר זוכן עפעס א תולעת און מ'וועט זאגן: דאס איז די תולעת שבהרים. אבער ניין, תוספתא האט גערעדט צום עולם וואס ווייסט וועלכע תולעת מ'רעדט. אויב דו ווילסט עס אפלערנען אנדערש וויפיל איז עס מער פון אפלערנען מיין וועג.
איז אדרבה ואדרבה, הלא 'החלזון' המפורסם איז געווען די פורפורא!
יא, פאר ארגמן. אבער אפאר קלוגע מענטשן דארטן אין רוים האבן זיך באשלאסן אויף עפעס א וועג. (איך ווייס אפילו נישט צו ס'איז אמת) צו מאכן דערפון עפעס א בלויע קאליר.
איז קומט גאר אויס פון די תוספתא אז נאר די חלזון הפורפורא המפורסם וואס די וועלט נוצט איז כשר, און נישט די ביליגע חלזון היהודיי!]
פארוואס? תוספתא האט געוואוסט אז מענטשן ווייסן וועלכע חלזון מ'מאכט דערפון תכלת. די סנהדרין האט נאך געוואוסט. איז אויפגעקומען עפעס א אנדערע סארט אופן וואס זיי האבן נישט געוואוסט. און יעצט ווייסט מען שוין נישט די עכטע תכלת. מ'האט עס פארגעסן.
למעשה איז נישט דא קיין שום מקור פון חז''ל אז די חלזון הפורפורא זאל זיין פסול, איז מנא לך אז עס איז פסול?!
ווייל ס'איז שלא מן החלזון. און איך קען פונקט אזוי אפלערנען אז ווען זיי האבן געזאגט די ווארט "חלזון" האט דער מענטש פארשטאנען יענע חלזון התכלת. וואס מ'קען פארבן דערמיט נאר תכלת. און נישט עפעס אנדערש.
וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז מ'דארף הארטערע באווייזן. והשם הטוב יעזור.