גרשון האט געשריבן:איך האב דאס דורכגעליינט. זייער זיין. ש'כח.
אויב דו קענסט אריינקומען אביסל מיט דער היסטאריע (דא שטייט עס זייער בקיצור):
וויפיל תכלת'ן זענען למעשה דא היינט אויפ'ן מארק?
ווער שטיצט אלץ יא און נישט דעם ספעציפישן תכלת?
וואס זאגן גדולי ישראל צו דעם (ער ברענגט אז הרב אלישיב האט געזאגט אז מ'קען נישט מחייב זיין צו גיין דערמיט. פארוואס האט ער אזוי געהאלטן, אא"וו).
ש'כח.
עס איז דא א מחלוקת ציווישן די אייניקלעך פון הרב שטרנבוך צו ער גייט מיט תכלת בצנעא, לכו"ע איז ער זיך עכ"פ ווייניגער מתנגד ווי אמאל, אויך זיין זון גייט מיט תכלת.
הרב טופורוביץ וואס מאכט תכלת האט מיר געזאגט אז רבי חיים קנייבסקי וואס זיין עיקר טענה איז אלעמאל געווען אז די תכלת איז נגנז, האט ער געוויזן פאר רבי חיים אז דער רמב"ן זאגט אז די קעיניגן גייען נאך היינט מיט תכלת, האט אים רבי חיים מודה געווען אז מען דארף זאגן אז נגנז איז נישט כפשוטו.
אויך האב איך געהערט אז רבי עובדיה יוסף האט פון אנפאנג געהאלטן אז די ראיות זענען נישט גענוג שטארק, סוף ימיו האט ער גיבעטן פון א רב זאל עס מברר זיין און ער האט נישט מספיק געווען פאר זיין פטירה.
א איד האט מיר געזאגט אז רבי משה אלישיב האט אים געזאגט אז זיין טאטע האט זיך פונאנפאנג מתנגד געווען צו די תכלת, ווייל ער האט געמיינט אז סאיז סתם א באנדע משוגעים וואס בויען אויף השערות בעלמא, שפעטער האט ער געההערט מער די טענות האט ער זיך שוין נישט מתנגד געווען, רבי צבי שכטר זאגט אז ער האט פארשטאנען פון רב אלישיב אז די טעם וואס ער וויל נישט אריין גיין אין דעם איז ווייל אויב ער וועט זאגן מען זאל גיין מיט תכלת וועט די פרייז שפרינגען משוגע היועך, און אין רוב הציבור יכול לעמוד בו.
א איד האט מיר דערציילט אז ער האט געהערט פון איינעם וואס איז אריין צו רבי חיים קנייבסקי בערך פאר צוויי יאר צוריק, רבי חיים האט אים משבח געווען אז ער גייט מיט תכלת, האט אים יענער געפרעגט פארוואס גייט נישט דער רב מיט תכלת, האט אים רבי חיים געזאגט אז אויב ער וועט גיין מיט תכלת וועט עס זיין ווי א פסק הלכה, און אין רוב הציבור יכול לעמוד בו