ווארד: אויסשטעלן עמודים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

ווארד: אויסשטעלן עמודים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

1. ווי אזוי מאכט מען אז ביידע קאלומ'ס זאלען זיין אייניג פון אונטען?

2. איז שייך צו מאכן פון אויבן איין קאלום און אונטען ביי די פוס-נאטיצען צוויי, אדער פארקערט?

3. פארוואס ווען אויבן איז איין קאלום און עס האט דערצו א פוס-נאטיץ, רוקט זיך די המשך פון 2 קאלומס ארונטער צום נעקסטן פעיזש, הגם ער האט נאך פיל פלאץ אויף דעים דאזיגען?

4. ווי אזוי מאכט מען אז איעדע צווייטער שורה זאל זיין אביסל אריין, און איעדע ערשטע ווארט פון א פאראגראף זאל זיין בולט און גרעסער?

5. פארוואס ארבעט נישט טיילמאל די "קאנטיניו ברעיק", אז ווען א שטיקל פון צווייי קאלומס ענדיגן זיך אינמיטן א פעיזש זאל זיך עס אויסגלייכען איינער קעגן 2טן?

6. פארוואס ביי געוויסע פאנטס ארבעטן נישט די מעטש-דעסטינעישן-פארמעטינג, ביי קאפי-פעיסט?

7. ווי אזוי מאכט מען אז די פעיזש נאמבערס זאל זיין ביי איין פעיזש פון לינקסאון ביי די קומענדיגען (עמוד ב) פון רעכטס???

8. אזוי אויך ביי א "העדער", ווי אזוי מאכט מען דאס איינמאל פון די זייט, און ביי עמוד ב' פון די 2טע זייט?

יישר כוח פון פאראויס פאר ווער עס וועט נעמען די מיה צו ערקלערן די א.ד.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי אום דאנערשטאג פעברואר 28, 2008 2:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זיי עורך דיין תגובה און מאך נומערן, אז מ'זאל דיר קענען געהעריג ענטפערן דבר על אופנו.
An article a day keeps the babies away
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

אהא, די הייבסט אהן אנצורירען די קלאמקע פון אלע פראבלעמן וואס איז דא אין ווארד לגבי די אידישע ספרים, דאס איז א דרך אשר חתרו בו קמאי ורבים כבר דרכו בו ולא מצאו מנוח לכף רגליהם.
א חלק פון די אויבנדערמאנטע ענינים איז יא שייך צו טוהן גרינגערהייט, פאר א חלק דערפון דארף מען שוין האבן "המשלים לווארד" אויב די ווייסט וואס דאס איז. און אסאך מאהל איז עס קאמפליצירט אפילו מיט המשלים, וועגן דעם איז שוין אויפגעקומען א אידישער מח מיט א פראגרעם וואס רופט זיך "תג" עס איז מוראידיג גוט מסדר די אלע עיקולים.
און אזוי ווי מאשקע האט שוין געזאגט שרייב נאמבערס וועט עס זיין גרינגער צו ענטפערן.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

פיקח האט געשריבן:א חלק פון די אויבנדערמאנטע ענינים איז יא שייך צו טוהן גרינגערהייט, פאר א חלק דערפון דארף מען שוין האבן "המשלים לווארד" אויב די ווייסט וואס דאס איז. און אסאך מאהל איז עס קאמפליצירט אפילו מיט המשלים, וועגן דעם איז שוין אויפגעקומען א אידישער מח מיט א פראגרעם וואס רופט זיך "תג" עס איז מוראידיג גוט מסדר די אלע עיקולים.

לויט ווי כ'האב געהערט וועגן תג איז אזוי: עס איז געאייגענט נאר פאר איינער וואס איז אין די ליין אין איז גרייט צו באצאלן די איבער טויזענט דאלער וואס דאס קאסט אין אויך ברויך מען זיך לערנען וויזוי דאס צו נוצן.
עס איז גרינג צו נוצן אבער נישט גרינג צו כאפען וויזוי עס צו נוצן.

המשלים מיין איך איז אויך נאר פאר ווער עס ברויך עס פאר פרנסה ווייל ס'קאסט אויך אפאר הונדערט דאלער.
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

איך האב מיך אן עצה געגעבן צו קרעקן אויך המשלים, אבער איך גיב עס נישט ארויס ווייל עס ווערט געמאכט דורך היימישע אידן, און איך וויל חס וחלילה נישט באגנבענען היימישע חברה.
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

"תג" מיין איך אז עס קאסט נאר 700 טאלער אריינגערעכנט די טרעינינג
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

ליפא האט געשריבן:"תג" מיין איך אז עס קאסט נאר 700 טאלער אריינגערעכנט די טרעינינג
וואס מאכט דיך טראכטן אז עס קאסט נאר 700 טאלער איך מיין אז עס קאסט 1000 בערך אין אויך קאסט נאך אפאר הונדערט דאלער אויב די ווילסט צולייגן מער מפרשים וכדו'
עס איז א טייערע מעשה בקיצור
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

אלו ואלו דברי ..... חיים
עטס ביידע זענטס גערעכט, סאיז דא צו באקומען פאר 700 טאלער און פאר טויזענט
עס ווענדט זיך נאר וועלכע אפציעס מען נעמט.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

און מיט ווארד קען מען טאקע גארנישט מאכען, אפילו מען קען זיך גוט אויס???
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אין ווארד קען מען כמעט אלעס מאכן, אבער ס'לוינט נישט צו אנהויבן דערמיט. דו קענסט נישט האלטן קאנטראל איבער די עמודים, ס'פאריקט זיך זייער שנעל.

דער בעיסיק פון תג קאסט $700, צו קענען ארבייטן מיט טעמים קאסט נאך $200 און רב טעקסט (אסאך טעקסט אויף איין עמוד) קאסט נאך $300. כ'מיין אז די פרייזן זענען נישט פונקטליך, נאר בערך.

אגב, ס'איז דא א פראגרעם פון אדובי "אינדיזיין", דאס איז זייער גוט פאר כמעט אלע סארט ספרים חוץ מיט אסאך טעקסט אויף איין עמוד.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

וואס מיינט דאס אסאך טעקסט?

און לגבי אינדיזיין און תג, ווער געווינט די פארמעסט?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

אלעקסיי האט געשריבן:וואס מיינט דאס אסאך טעקסט?

און לגבי אינדיזיין און תג, ווער געווינט די פארמעסט?

די מעשה איז אזוי, אינדיזיין איז זייער גוט פאר קעטעלאגס און און פאר ענגלישע בוקס, ווען עס קומט אבער צו אידישע ספרים ווערט ער אביסל פארלוירן, אריינריקען די צווייטע שורה איז מעגליך נאר מיט א געדרייטע וועג, מען קען נישט מאכן אטאמאטיש אז אלע ווערטער וואס זענען איינגערינגלט זאלן זיין קלענער וכדו', ווייל עס איז נישט אויסגעשטעלט לויטן אידישן חן.
יעצט די מעשה מיט תג איז אזוי, ער איז א רסושער בעל תשובה גאר א גרוסען קאמפיוטער מח, ער זיצט אין ישיבת מיר יומם ולילה און הארעוועט אין לערנען. זיין בני בית וואס טוט אין אויסשטעלן ספרים, פלעגט זיך אלעמאל מוטעשנען מיט ווארד, איין טאג קומט ער אהיים ער זעהט ווי זי מושטעט זיך געפערליך, איז אים בייגעפאלן א געדאנק צו דיזיינען א פראגרעם וואס זאל איר העלפן מיט אירע פראבלעמן, אזוי טוענדיג איז עס געווארען זייער א געלונגענע פראגרעם און ער האט מחליט געווען צו מאכן דערפון פרנסה, ער האט עס בעסער אויסגעארבעט און אנגעהויבן צו פארקויפן.
אלס א תוצאה פון דעם ענטפערט ער נאר אויף די אימעילס ביי די נאכט שעהן ווען ער קומט אהיים פון ביהמ"ד.
צו וואס וויל איך צוקומען, אז תג איז געמאכט ממש נאר פאר אויסשטעלן די אידישע ספרים, און ממילא איז א וודאי געוויס אז עס איז די בעסטע וואס איז דא אין דעם נושא.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

אבער איך האב געהערט פון עטליכע אידען עוסקים בגראפיקה, אז די נייע היברו אינדיזיין שטעלט אין שאטן תג, איז דאס וואר?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

איך נוץ אינדיזיין (די נייע), סאיז חמתה מרובה מצולתה, איז וואס זאגסטו אז סשטעלט אין שאטן די תג, נא אדרבה שרייב פרטים, איך וואלט זייער געוואלט וויסן מיט וואס.
לעצט פארראכטן דורך פיקח אום פרייטאג פעברואר 29, 2008 12:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

איך ווייס נישט. איינער האט מיר נאר געזאגט. איך האב עס נאך קיינמאל נישט געזעהן. אגב: חמתה.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

Re: ווארד: אויסשטעלן עמודים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אלעקסיי האט געשריבן:3. פארוואס ווען אויבן איז איין קאלום און עס האט דערצו א פוס-נאטיץ, רוקט זיך די המשך פון 2 קאלומס ארונטער צום נעקסטן פעיזש, הגם ער האט נאך פיל פלאץ אויף דעים דאזיגען?


דאס איז דאכט זיך ווייל וויבאלד עס איז דא א ניייע סעקשאן און די פוטנאוט באלאנגט צום פריעדיגן סעקשאן לאזט דער פארריקטער ווארד נישט זיין די נייע סעקשאן אויפן זעלבען פעידזש מיט די פוטנאוט

אלעקסיי האט געשריבן:5. פארוואס ארבעט נישט טיילמאל די "קאנטיניו ברעיק", אז ווען א שטיקל פון צווייי קאלומס ענדיגן זיך אינמיטן א פעיזש זאל זיך עס אויסגלייכען איינער קעגן 2טן?


דאס איז אפשר ווייל די שורות זענען נישט א גלייכע נומבער ממילא בלייבט אויף די רעכטע זייט מער, אויך איז דא צומאל ווען סוף די ערשטע קאלום הייבט זיך אן א נייע פאראגראף וואס דאן מוז דאך זיין עטליסט 2 שורות אויפן ערשטן קאלום אזוי ווי ווען א נייע פאראגראף סוף פעידזש ועט אריבערטאנצן צו די נעקסטע פעידזש וועט דא אויך די נייע פאראגראף זיך אנהייבן אויף די צווייטע קאלום

אלעקסיי האט געשריבן:7. ווי אזוי מאכט מען אז די פעיזש נאמבערס זאל זיין ביי איין פעיזש פון לינקסאון ביי די קומענדיגען (עמוד ב) פון רעכטס???


ביי אלע ווארד'ס ביז 07 שטעלט מען דאס אן ביי סעטטינגס פון די פעידזש נומבערס עס זענען דא דארט צוויי אפשען'ס INSIDE אדער OUTSIDE, פאר א אידישע ספר וואס מען וויל עס זאל זיין עמוד א' אויף די לינקע זייט און עמוד ב' אויף די רעכטע דארף מען נוצען די אינסייד אפשען

אלעקסיי האט געשריבן:8. אזוי אויך ביי א "העדער", ווי אזוי מאכט מען דאס איינמאל פון די זייט, און ביי עמוד ב' פון די 2טע זייט?


דאס דארף מען צו קענען אנשטעלן ביי פעידזש סעטאפ ביי די LAYOUT טעב איז דא דארט אן אפטיילוג פון די העדדער און מען דארף מאכן א טשעק ביי די באקסל וואס שטייט "דיפפרענט אדד ענד איווען"


שאלות 2 און 4 קען מען נישט מאכן אויטאמאטיש אין ווארד נאר אויב מען האט דאכט זיך המשלים לווארד אדער מוז מען נוצען תג
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אלעקסיי האט געשריבן:אבער איך האב געהערט פון עטליכע אידען עוסקים בגראפיקה, אז די נייע היברו אינדיזיין שטעלט אין שאטן תג, איז דאס וואר?



מפי השמועה האט תג יא עפעס א מעלה מער פון אינדזיין לגבי די פוטנאוט ווייל אינדיזיין כאפט נישט געהעריג קיין לינקס צו די פוטנאוטס עפעס אזוי
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

ייש"כ בן הרחמן. נאך א מזל דו האסט דיר נישט דיסקאנעקטעט.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

דער חילוק פון תג ביז אינדיזיין איז א שווערער. איך גלייך אסאך מער תג ווייל איך בין שולט אויפ'ן עמוד/טעקסט, דער מחבר דערפון טוט קאסטומייזען סקריפטס פאר יעדע ספר וואס נאר שייך (די "יסוד מלכות" סידורים איז איינער פון זיינע גאונות'ער). נקודות און טעמים ארבייטן אין תג זייער גרינג און געשמאק, משא"כ אינדיזיין.

אינדיזיין ווערט טאקע בעסער און בעסער, אבער ס'וועט נאך נעמען לאנג ביז ס'וועט ארבייטן געהעריג נקודות וטעמים (הגם ס'איז דא וואס האבן נקודות, אבער טעמים ווייס איך נישט). אגב, אריינברענגען בילדער איז שווער אין תג, אבער געווענליך גיט מען זיך אן עצה.

פיקח, די היסטאריע פון מר. תג איז מיר א גרויסע חידוש. אינטערסאנט אז כ'האב נישט געוואוסט דערפון, שכח.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
בן יועזר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן יועזר »

אגב וויל איך מודיע זיין פארן עולם אז סאיז דא נאך א פראגראם פאר בעסיק אויסשטעלן עמודים / חלונות / די לעצטע שורה סענטערט / תוכן ענינים ועוד ועוד... והוא דוקא רייטר הנקרא DAVKA WRITER סהאט נאר איין חסרון אז זיי געבן נאר זייערע איינגע פאנטס (זייער נשיט קיין שייינע) אבער מקען זיך מוט דעם אן עצה געבן
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

און ס'איז אויך נאר פאר פשוט'ע עמודים. אויף שווערע עמודים וואלטעך נישט געראטן קיינעם צו נוצן דווקא.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
בן יועזר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן יועזר »

דערפר האב איך געשריבן פאר 'בעסיק' אויסשטעלן, אין באמת יעדע מצב קען מען דן זיין, למשל טאער שטעלסטו אויף א שווערע זאך איינמאל א יובל, נו לוינט זיך דען פאר דעם צי צאלן א אלף'ל פאר תג, אדער זיך פלאגן שעות צי קענען אין דיזיין לגמרי נישט, אקוצר נישטא קיין כלל פאדעם

אגב ווייסט איינער ווי מקען זיך לערנען אינדייזין (כ'הייב שוין אן צי טראכטן ווי לחיים)!!
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

קען מיר איינער העלפן?
איך האב אויסגעשטעלט א צאל עמודים אין ווארד 7, עס האט אידישע טעקסט באגלייט מיט פיקטשער'ס, וואס איך וואלט געוואלט עס זאל זיין אין די זייט לענגאויס די ווערטער ביי די צוויי זייטן
דער פראבלעם מאכט זיך ווען איך וויל ריקען געוויסע פיקטשערס ארויף אדער אראפ, אלע'ס צופליט. עס בלייבט נישט אויפ'ן פלאץ. האט איינער עקספיריענס?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

מיין עקספיריענס זאגט אז ווארד איז נישט געמאכט דערפאר...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

שכועך לחיים ולברכה פארן זיך אנרופן צום אפיעל. מיין פראבלעם איז אבער, איך האב שוין אפגעטייפט בערך זיבן בלעטער אין אריין געשמאצט אלע בילדער ווי עס באלאנגט. עפעס א אויסוועג מיז דאך זיין.
איך בין נישט קיין גראפיקער פון פאך אויס, ווארד האט מיר אויסגעזעהן גאנץ נישט קשה, קען מער איינער העלפן? ווען איך רוק א שורה צופארען אלע בילדער. קען מען מאכען אז די בילדער זאלען בלייבען אומבארירט.
נו. איינער ווייסט?
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”