Reviews פון Video Projector מיט Camcorders

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

גרינטליך

Reviews פון Video Projector מיט Camcorders

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינטליך »

לכבוד המפעל החשוב והמפואר"אידשע וועלט" וואס זענען מהנה טויזענטער אידן טאג טעגליך מיט עצות און א גיט ווארט.

ווי איך זע קען מען זיך דא אויסשמיסן אלעס וואס ליגט אויפן מאגן ע"כ וויל איך דא פרעגן א זאך וואס איך ווייס נישט צו עס איז שוין דא א "אשכול" דערויף.

יעדער וואס דרייט זיך אויפן "וועפ-זייט" שוין א היבשע שטיק צייט ווייסט אז א גרויס חלק פון מסחר אויפן “Internet” איז אז מען קען זען “Reviews” פון יעדע סארט זאך וואס מען וויל קויפן, און די מעלה פון דעם איז אז מען קען זיך אויסהיטן פון אריינפאלן מיט א נישט גיטע זאך אין נישט זיין קיין צועק לשעבר, וועגן דעם מיין איך אז ווער עס קען מזכה זיין את הרבים מיטן ארויפלייגן קלארע מסודר'דיגע לינקס פון Reviews, פון Computers, Appliances, Electronics ועוד, תבוא עליו ברכה.

וועל איך טאקע מקיים פסק זיין און ארויף לייגן זייער א גיטע לינק פון Cameras וואס האט מיר זייער ארויסגעהאלפן מיטן קויפן א Camera און איך בין געווען זייער צופרידן פון דעם.

באזיכט און האט הנאה http://www.dpreview.com/.

יעצט קום איך צוריק צום עצם זאך וואס איך האב געוואלט ציקומען. אז איך זיך א גיטע Video Projector מיט א Camcorder וויל איך בעטן אז איינער וואס ווייסט פון א גיטע סייט וואס האט אסאך Updated Reviews פון די זאכן זאל עס ביטע ארויפלייגן און אזוי מהנה זיין אסאך אידן וואס זיכן עס.

נ.ב. איך האב שוין געמאכט א Google Search אויף די אלע זאכן אבער איך זיך דאך עפעס בעסערע Reviews.

ובזכות זה וואס איש את רעהו יעזורו זאל מען נאר הערן גיטע בשורות אמן.
bobke
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bobke »

גרינטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינטליך »

יישר כח Babka
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

שלום עליכם הרב גרינטליך
ווי איך זעה האט איר ליב דורך צו גיין א זאך גרינטליך

רעוויא'ס דארף מען קענען ליינען צווישן די שורות
אסאך מאל ווערט עס געספאנסערט דורך די בעלי השורות
און צומאל איז עס סתם א שלעכטער קונד אדער קאמפעטישן וואס וויל אפטון יענע פירמע
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

די פאקט האט מיך אויסגעכאפט...

ליינען ריוואיס דארף מען קענען!

איך האב שוין אסאך מאל געליינט זעכע לשון הרע'ס אויף זאכן וואס איך זעלבסט נוץ כסדר און ס'איז להד"ם.

די זעלבע איז מיט ריוואיוס אויף סטאר'ס וכדומ'.

דאס מיינט נישט אז ס'איז גארנישט ווערד, אבער מען דארף עס ליינען מיט פארדאכט.

איך העל געבן איין משל...

אויפ אידישוועלט.קאם/בלעקבעריווינקל האט איינער געשריבן אז די באטענס אויף די קארוו זענען סאך בעסער ווי די טהור, ער רעגט זיך צאם דארט אויף רים פארן טוישן צום שלעכטן קיבארד, עכת"ל.

דער פאקט איז אבער פונקט פארקערט - ווי איך האב שוין דארט געשריבן - מ'קען זאגן קלאר אז זייט ס'קיבארד זיך קיבארד'ס האט זיך נאכנישט געקיבארד אזא גוט קיבארד ווי די טהור האט!

עס טייפט זיך באקוועם איז גרינג ממש א מחי' צו נוצן.

(אמת אז פאר איינער וואס איז געוויאונט צו די קארוו קנעפלעך דוירט אביסל זיך צוגעוויונען צו דעם אבער ס'לוינט!)
גרינטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינטליך »

סיי "די פאקט" און סיי "לאז געמאכט" זענען גערעכט. אבער פאקטיש זענען שוין אסאך מענטשען אריינגעפאלען מיט זאכען מיטן נישט ליינען ריוויאס, און לגבי דעם האבן אסאך מענטשען געוויסט וואס יא צו קויפן און וואס נישט צו קויפן (גם אני בתוכם) מיטן גיט דורך ליינען ריוויאס. וועגן דעם איז נאר גיט צו ליינען די סייטס וואס זענען ספעציעל געמאכט פאר דעם למשל דע די סייט וואס איך האב געשריבן פון אנפאנג אינמיטן די ערשטע תגובה וואס דארט ליגט מער אן אמת "צווישן די שורות"
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

Re: Reviews פון Video Projector מיט Camcorders

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

נוצען נאך מענטשן א קעמקארדער? אדער מען נוצט די ווידיא פון די דישעטל קעמארעס?

אויב יא וואסערע איז א גוטע מאדעל?
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
שרייב תגובה

צוריק צו “אוידיא און ווידעאו”