קינות לתשעה באב - עיונים

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

לטובה ולברכה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:עס זענען דאך אויך געווען די עשר מנורות וואס שלמה המלך האט געמאכט

די מדרש רעדט פון די מנורה שעשה בצלאל ?

מיין כוונה איז געווען אז דער פייטן 'גאוה עטה וכיבה המנורה' רעדט פון די עשר מנורות שעשה שלמה, וואס איז נישט נגנז געווארן והכל אתי שפיר
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

יהיה כן האט געשריבן:

יהיה כן - והכל אתי שפיר
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

קינה כ"ט - וגם קבורה לא היתה לו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

די מפרשים זענען דאס מפרש אויף יאשי' המלך אז ער איז נישט געקומען לקבורה

וואס איז פשט? אין מלכים ב' כ"ג ל' שטייט ויקברהו בקברתו
הרב "המפורש" זאגט נישט גארנישט
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

איך האב געזען אין מטה לוי זאגט אויף דעם פ' וז"ל כמ"ש תשפכנה אבני קודש וגו' ע"כ

יתכן אז פשט איז ווי עס שטייט אין מדרש איכה פ"ד אויפן פסוק תשפכנה אבני קודש אלו שתי רביעיות של דם שהי' ירמי' נוטלן וקוברן און דער עץ יוסף איז מפרש אז די שתי רביעיות דם האט ער מקבר געווען במקום אחר נמצא שהי' מקצתו קבור במקום אחד ומקצתו אצל זולתו.
בכ"א איז דאס א פשט וואס דארף אדרעסירט ווערן
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

farshlufen האט געשריבן:נאך א יאר פארביי ובעוה"ר עדיין לא נושענו.

נאך עטליכע יאר...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קינות לתשעה באב - עיונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קינות לתשעה באב - עיונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

חידה: ווי איז מרומז די שלש שבועות אין די קינות?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

Re: קינות לתשעה באב - עיונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

קרייסלער האט געשריבן:חידה: ווי איז מרומז די שלש שבועות אין די קינות?

הַדּוֹר יָזְמוּ דַּעַת סוֹד וְדָפָקוּ. הִשְׁבַּעְתִּי אֶתְכֶם שָׁמְעוּ וּפָקָקוּ. יַעַן כְּשָׁמְעָם זֹאת נִתְמַקְמָקוּ. וְעַל כַּפַּיִם סָפָקוּ:
קינה י"ד
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

פייערמאן האט געשריבן:נעכטן בשעתן זאגן די קינה ארזי הלבנון האב איך זיך דערמאנט וואס איינער האט מיר אמאל געפרעגט יום כיפור ווען מ'זאגט דאך אויך די עשרה הרוגי מלכות נישט וויסענדיג צו מען מעג שרייבן תשעה באב וועגן דעם האב איך עס איבערגעלאזט פאר היינט
מען זאגט דארט אין די קינה אזוי 'מזרע בן אהרן שאל בבקשה לבכות על בן הגבירה נטל ראשו ונתנו על ארכבותיו מנורה הטהורה' דאס הייסט אז ר' ישמעאל כהן גדול האט גענומען די קאפ פין רשב"ג און געוויינט דערויף האט מיר אויף דעם יענער געפרעגט ווי אזוי האט זיך ר' ישמעאל כהן גדול געמעגט מטמא זיין צו רשב"ג ?
ווען איך האב עס געהערט האב איך גלייך געזאגט אז דאס איז לכאורה תלוי צו צדיקים זענען מטמא אדער נישט ווי עס איז באקאנט תוס אין כתובות כשמת רבי בטלה כהונה אז רבינו חיים כהן האט געזאגט אז ווען ער וואלט געווען אויף די לוי' פין רבינו תם וואלט ער זיך מטמא געווען צו אים והדברים ידועים
שפעטער האב איך אביסל נאכגעזוכט אויף דעם האב איך געטראפען אז די פנים יפות אין חוקת רעדט פין דעם ער וויל קודם טאקע ברענגען א ראי' אזוי ווי די שיטה אז צדיקים זענען נישט מטמא אבער נאך דעם זאגט ער אז עס קען זיין אז די מעשה איז געווען אין אן אוהל איז ר' ישמעאל כהן גדול ממילא טמא געווארן לאזט ער זיך אריין צו איסור כהן וואס איז טמא צו ער מעג זיך נאכאמאל מטמא זיין און אפשר טומאה אוהל איז גרינגער ווי נגיעה יעו"ש

די פנים יפות רעדט אויך דערפין אין הפלאה מס' כתובות קג: https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=202
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: קינות לתשעה באב - עיונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

א PDF פון די קינות לתשעה באב
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: לערנען מגילת איכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

אין דעם קינות בייטאג

קינה ח'

שטייט דארט אינמיטן דעם פייט

אֱיָלוּתִי לְעֶזְרָתִי תַּרְתִּי חֲזוֹת. אֲיוּמָתִי בְּכָל שָׁנָה אוֹמֶרֶת הִיא הַשָּׁנָה הַזֹּאת.
אֲיַדַּע לַכֹּל כִּי מוּדַעַת זֹאת. אִם לֹא, כִּי יַד יְיָ עָשְׂתָה זֹאת:

האט מיר איינער געזאגט, אז באמת קומט צו שטיין אמלא, און נישט אם לא

ווייסט איינער א מקור דערויף?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: לערנען מגילת איכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
אמלא
וואס דארף דאס צו מיינען? און וואס איז שלעכט מיט אם לא?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: לערנען מגילת איכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

קוק דעם גאנצן קינה וועסטו זעהן

דער סדר איז יעדע ווארט גייט אזוי

אטוסה
אנהה
אידע

אכון
וכדו'
און נאכדעם ברענגט ער א פסוק פון תנ"ך

נאר ביי אם לא, שטייט אם לא אנשטאט אמלא, וואס ס'לאזט זיך קלערן, אז דער פייטן האט באמת געשריבן אמלא, און נישט אם לא, וואס אינעם אויפן הפייטנות שטומט בעסער אמלא, ווי אם לא (דו"ק ותשכך)

מצורף קינה ח' לבדיקה

אַאֲדֶה עַד חוּג שָׁמַיִם. אַאֲלֶה אִתִּי שָׁמַיִם. אָאֹר יוֹם מַחֲרִיבִי פַּעֲמַיִם. אֶתְאוֹנֵן מִי יִתֵּן רֹאשִׁי מַיִם:

אַבְחִין בִּבְכִי יְלֵל מִדְבָּר. אֶבְחֲנָה לֵיל מִלֵּיל וּמִדְבָּר מִמִּדְבָּר.
אֲבַכֶּה אִתִּי עוֹלַת מִדְבָּר. אֶשְׁאַג מִי יִתְּנֵנִי בַמִּדְבָּר:

אֶגָּדַע וְאֶנָּשֵׁל כְּנֹקֶף זַיִת. אֲגָרֶה אִתִּי כָּל בְּנֵי בַיִת.
אֶגְרֹם שֶׁיֹּאמַר בַּעַל הַבַּיִת. אֵרָשֶׁה מִי יִתְּנֵנִי שָׁמִיר וָשַׁיִת:

אַדְוֶה בְּכָל לֵב לְהַמְצִיאֵהוּ. אֵדְעָה מִלִּין בָּם לְאַמְּצֵהוּ.
אֶדְאַג אַיֵּה רוֹעֶה וְלֹא אֶמְצָאֵהוּ. אֲקוֹנֵן מִי יִתֵּן יָדַעְתִּי אֶמְצָאֵהוּ:

אֵהָפְכָה וְאֶתְהַפְּכָה כְּאוֹפָן בְּמִלַּי. אֶהְגֶּה פָּנִים בְּפָנִים לְתַנּוֹת עֲמָלַי.
אָהֲהוּ חֶרֶס וְסַהַר מִלְּהַגִּיהַּ לְמוּלַי. אֶצְרַח מִי יִתֵּן אֵפוֹא וְיִכָּתְבוּן מִלָּי:

אוֹרַח מִשְׁפְּטֵי גּוֹנְבֵי עֲלִי. אוֹדִיעַ בְּבִצְעִי וּמַעֲלִי.
אוּמְלְלוּ מַזָּלוֹת בְּקָרְעִי מְעִילִי. אֶפְעֶה מִי יִתֵּן שׁוֹמֵעַ לִי:

אָזְדָה כְּהוּפְרָה הָאֲבִיּוֹנָה. אֶזְכְּרָה כִּי הָיִיתִי מְחֻתָּנָה.
אַזִּיל פְּלָגִים כִּבְרֵכָה הָעֶלְיוֹנָה. אֶעֱגוֹר מִי יִתֶּן לִי אֵבֶר כַּיּוֹנָה:

אָח נִפְשָׁע מִקִּרְיַת עֹז אֶל צֹר. אָחוּ בְּלִי מַיִם בְּאַף לַעֲצֹר.
אָחַז קָמוֹת לִקְצֹר וְעוֹלְלוֹת לִבְצֹר. אָשִׂיחָה מִי יוֹבִילֵנִי עִיר מָצוֹר:

אֶטַּע אָהֳלֵי אַפַּדְנִי בְּצַלְמָוֶת. אָטוּסָה וְאֶשְׁכֹּנָה עַד חֲצַר מָוֶת.
אֶטָּפֵל אֶת הַמְּחַכִּים לַמָּוֶת. אֶנְהֶה מִי גֶבֶר יִחְיֶה וְלֹא יִרְאֶה מָּוֶת:

אֱיָלוּתִי לְעֶזְרָתִי תַּרְתִּי חֲזוֹת. אֲיוּמָתִי בְּכָל שָׁנָה אוֹמֶרֶת הִיא הַשָּׁנָה הַזֹּאת.
אֲיַדַּע לַכֹּל כִּי מוּדַעַת זֹאת. אִם לֹא כִּי יַד יְיָ עָשְׂתָה זֹאת:

אֶכֹּף לְךָ רֹאשׁ יְיָ חֵילִי. אֶכְרַע לְךָ בֶּרֶךְ לְחַתֵּל מַחֲלִי.
אַכְתִּירְךָ בְּשִׁיר מִשִּׁירֵי מְחוֹלִי. אֲכַוֵּן מִי יִתֶּנְךָ כְּאָח לִי:

אַל תִּשְׁכַּח צַעֲקַת אֲרִיאֵל. אֵלָיו לֶאֱגֹר יְהוּדָה וְיִשְׂרָאֵל.
אַלְפֵי שִׁנְאָן אֲשֶׁר מָסַר אֵל. לֵאמֹר מִי יִתֵּן מִצִּיּוֹן יְשׁוּעַת יִשְׂרָאֵל:

יִשְׂרָאֵל מֵעֵת בִּדְרָכַי לֹא הָלָכוּ.
עֲזָבוּנִי וַעֲזַבְתִּים וּפָנַי מֵהֶם נֶהְפָּכוּ.
רָגַנְתִּי וְהֵילַלְתִּי וּמֵעַי וְלִבִּי נִשְׁפָּכוּ.
אֵיכָה תִּפְאַרְתִּי מֵרַאֲשׁוֹתַי הִשְׁלִיכוּ:
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: לערנען מגילת איכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
אין דעם קינות בייטאג

קינה ח'

שטייט דארט אינמיטן דעם פייט

אֱיָלוּתִי לְעֶזְרָתִי תַּרְתִּי חֲזוֹת. אֲיוּמָתִי בְּכָל שָׁנָה אוֹמֶרֶת הִיא הַשָּׁנָה הַזֹּאת.
אֲיַדַּע לַכֹּל כִּי מוּדַעַת זֹאת. אִם לֹא, כִּי יַד יְיָ עָשְׂתָה זֹאת:

האט מיר איינער געזאגט, אז באמת קומט צו שטיין אמלא, און נישט אם לא

ווייסט איינער א מקור דערויף?
???
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: לערנען מגילת איכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

כמו"כ אין קינה ט' שטייט
נְבִיאַיִךְ תָּעוּ תַּרְמִית שָׁוְא חֲזוֹת.

ווען דער אות ת' פון תעו ניצט דער פייטן אנשטאט א ט'

אזוי ווי ס'באקאנט, אז די פייטנים ניצן אסאך מאל א ש' פאר א ס'

איז דא נאך ערגעץ ווי מען טרעפט אזא זאך, צו ניצן א ת' אנשטאט א ט' ?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: לערנען מגילת איכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אמלא האט נישט קיין פשט דאהי.
"אם לא כי" "כי יד ה' עשתה זאת" איז א חיבור פון צוויי פסוקים.
(די ערשטע ווארט פון די לעצטע שטיקל פון יעדער אות איז על סדר תשר"ק: אתאונן אשאג ארשה וכו', אפשר ביי מ' איז נישט געווען א פועל.)

אין טייל קינות שטייט טאקע טעו מיט א טי"ת וואס מיינט די זעלבע זאך (עיין יחזקאל י"ג י' הטעו ובמפרשים).
אפשר האבן דרוקערס נישט דערקענט די ווארט און געטוישט.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: לערנען מגילת איכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

קודם ייש"כ פאר דיין תגובה
ב' ייש"כ אויף דעם טעו, מאוד מאוד שימחתני
און איך וועל זיך זייער פרייען, אויב קענסטו מיר אריין קפיען פון א קינות וואס שטייט טעו מיט א ט'.

ג', אמלא דארף צו שטומען מיט אתאונן, אשאג, ארשה, אמלא, וכדו'. דעריבער האב איך געקלערט אז ס'דארף זיין אמלא, מלשון אמלל

און נאך א מו"ל פון קינות, האט מיר געזאגט, אז ס'שטומט אים בעסער אמלא, נאר ער האט נישט געטראפן קיין מקור צו דעם דערווייל, דעריבער טוישט מען נישט.

אבער מיר קוקט יא אויס, אז אמלא איז ריכטיגער (עכ"פ געשמאקער) ווי פון אם לא. (קוק דער גאנצער פיוט, ער לויפט אויף דעם שניט דעם גאנצן פיוט).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קינות לתשעה באב - עיונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

און וואס דארף צו זיין די טייטש פון אמלא?

"תעו" אנשטאט "טעו" א טי"ת איז גארנישט קיין חידוש, פון די געווענליכע זאכן ביי פייטנים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קינות לתשעה באב - עיונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין "שיחות יקרות" פון "ויחי יוסף" שטייט בשמו אז אין די קינה פון בצאתי מירושלים-ממצרים דארף לכאורה שטיין: ומכור "ולא" לצמיתות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”