דיונים ועיונים בפרשת דברים

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

דיונים ועיונים בפרשת דברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הנה ערשו ערש ברזל "הלה" הוא ברבת בני עמון.

דער "הלה" האט מיר פון אייביג אן געוואונדערט וואס באדייט דער ה"א? דער געווענליכער הל"א איז א צוזאמענשטעל פון א ה"א התימה - השאלה און די ווארט לא, און דער באדייט איז: איז דען נישט אזוי? דא אבער האב נישט פארשטאנען נישט דעם צווייטן ה"א און נישט דעם ערשטן ה"א.

דעם שבת זוכענדיג פאר גאנץ אן אנדערן ענין אין ספר השרשים להרד"ק, האב איך דאס געפונען:

ובא הה"א במקום אל"ף "הלה היא ברבת בני עמון" ופירושו לפי שהפליא הדבר ואמר הנה ערשו ערש ברזל, דומה שלא תסבלהו מטת עץ, והשומעים זה הדבר יפלא בעיניהם, לפיכך אמר "הלא היא ברבת בני עמון" כלומר אם לא יאמינו השומעים הלא ימצאנה ברבת בני עמון? ששם היא.

שרש לו
.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

"איכה אשא לבדי טרחכם ומשאכם וריבכם", וואס איז דער רעכטעגער טייטש פון "משאכם"?

אין חדר פלעגט מען טייטשן ענקער לאסט, פון דברי רש"י הק'ף מלמד שהיו רוגנין וכו' זעט אויס אז "משאכם" איז מלשון "משא דבר ה' ביד מלאכי" א לשון פון רעדן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין אבן עזרא איז יא משמע אז דאס איז מלשון משא/לאסט. דער רמב"ן טייטשט עס גראדע מלשון תפילה ע"ש.

---
זעה תרגום יונתן אויף ברבת בני עמון!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער האט געשריבן:זעה תרגום יונתן אויף ברבת בני עמון!

"הא היא יהיבא בבית "ארכיוון" ברבת בני עמון וכו'.
אין פירוש יונתן טייטשט ער: פירוש בבית השררה או בבית מלכים והוא לשון הגמרא דב"ב פ' גט פשוט ההיא שטרא דכתיב בה שנה עלן ארכן.

אויב זאג איך אז "ארכיוון" באדייט אזוי ווי א מוזעאום קען עס נאך האבן שייכות מיט אונזער הייטיגער "זוכן אין ארכיוון", אבער אויב איז דער פי' גערעכט איז עס מלשון "ארכי" אזוי ווי ארכי טעראריסט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז היינו הך. דער ארכי-טעראריסט רופט זיך אויך אזוי נאר צוליב דעם וואס ער איז דער קעניג פון אלע טעראריסטן. אלע 'ארכיוון' רופן זיך על שם וואס בימים ההם פלעגט דאס ליגן אין די אוצרות המלוכה.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

ה' אלהינו דבר אלינו בחורב לאמר רב לכם שבת בהר הזה. הפרשה זאת נקרא תמיד בין המצרים בשבת חזון. והיא מרמזת לנו כי ה' אלהינו דבר אלינו בחורב אף שבהמ"ק הוא חרב בעוה"ר אעפ"כ רב לכם שבת הוא שבת. כי האמנם כל המועדים הם לפי הזמנים כמ"ש (בתפילת יו"ט) מקדש ישראל והזמנים והי' לנו מצות עליית הרגל והבאת הקרבנות ובזמן הזה אין לנו דבר אבל שבת היא קביעא וקיימא גם בזמה"ז וז"ש ז"ל (שבת י, ב) מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה. ר"ל אף שבהמ"ק נגנז אך השבת קיים לעולם. [תפארת שלמה דברים]

וואס די כח איז אין שבת חזון עיין מנהגי שבת חזון
לעצט פארראכטן דורך moshele11211 אום זונטאג יולי 31, 2011 1:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

משה'לע11211;

דאס שיינט צו זיין פון תפארת שלמה

קומענדיגע מאל צייכנט צו דעם מקור (און שטעלט דאס אין "ליקוטים וענינים לפרשת דברים")
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

קרעמער האט געשריבן:משה'לע11211;

דאס שיינט צו זיין פון תפארת שלמה

קומענדיגע מאל צייכנט צו דעם מקור (און שטעלט דאס אין "ליקוטים וענינים לפרשת דברים")


מקור שוין געשריבן אבער עס איז נישטא אויף דברים ליקוטים וענינים
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

farshlufen האט געשריבן:"איכה אשא לבדי טרחכם ומשאכם וריבכם", וואס איז דער רעכטעגער טייטש פון "משאכם"?

אין חדר פלעגט מען טייטשן ענקער לאסט, פון דברי רש"י הק'ף מלמד שהיו רוגנין וכו' זעט אויס אז "משאכם" איז מלשון "משא דבר ה' ביד מלאכי" א לשון פון רעדן.


מלמד שהיו רוגנים טייטשט רש"י אויף וריבכם, אויף ומשאכם זאגט רש"י מלמד שהיו אפיקורסים וכו' אז זיי האבן חושד געווען משה רבינו, ובבאר יצחק על פי' רש"י פי' היותם מעמיסים חשד וחובה על מרע"ה, אזוי ווי די אבן עזרא.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קרעמער האט געשריבן:עס איז היינו הך. דער ארכי-טעראריסט רופט זיך אויך אזוי נאר צוליב דעם וואס ער איז דער קעניג פון אלע טעראריסטן. אלע 'ארכיוון' רופן זיך על שם וואס בימים ההם פלעגט דאס ליגן אין די אוצרות המלוכה.



קרעמער, דאס האט א מקור אדער איז בלויז א השערה?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

farshlufen האט געשריבן:"איכה אשא לבדי טרחכם ומשאכם וריבכם", וואס איז דער רעכטעגער טייטש פון "משאכם"?

אין חדר פלעגט מען טייטשן ענקער לאסט, פון דברי רש"י הק'ף מלמד שהיו רוגנין וכו' זעט אויס אז "משאכם" איז מלשון "משא דבר ה' ביד מלאכי" א לשון פון רעדן.


קען זיין אז עס איז היינו הך, זייער לאסט איז געווען אז זיי האבן זיך אלץ אפגערעדט.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

געזען נאכברענגען פון משכיל לדוד אז דאס וואס עס שטייט אין די תורה די אלע תוכחות בלשון רמיזה, איז דאס בלויז אזוי געשריבן געווארן אין די תורה, אבער בשעתו ווען משה רבינ והאט דאס געזאגט פאר די אידן, האט ער דאס ארויסגעזאגט בפירוש.

עס איז מיר אביסל שווער, ווייל אין כמה מאמרי חז"ל איז משמע אז ער האט יא געזאגט ממש די ווערטער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויפריכטיג האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:עס איז היינו הך. דער ארכי-טעראריסט רופט זיך אויך אזוי נאר צוליב דעם וואס ער איז דער קעניג פון אלע טעראריסטן. אלע 'ארכיוון' רופן זיך על שם וואס בימים ההם פלעגט דאס ליגן אין די אוצרות המלוכה.



קרעמער, דאס האט א מקור אדער איז בלויז א השערה?

פשוט כביעתא בכותחא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויפריכטיג האט געשריבן:געזען נאכברענגען פון משכיל לדוד אז דאס וואס עס שטייט אין די תורה די אלע תוכחות בלשון רמיזה, איז דאס בלויז אזוי געשריבן געווארן אין די תורה, אבער בשעתו ווען משה רבינ והאט דאס געזאגט פאר די אידן, האט ער דאס ארויסגעזאגט בפירוש.

עס איז מיר אביסל שווער, ווייל אין כמה מאמרי חז"ל איז משמע אז ער האט יא געזאגט ממש די ווערטער.

די מפרשים זאגען אז אנהייב סדרא האט ער געזאגט ברמז, כדי נישט אנצוהייבן מיט קטרוגים, אבער שפעטער אין די פרשה האט ער קלאר ארומגערעדט באריכות וועגן די גאנצע פרשת המרגלים וכו'.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

הואיל משה באר את התורה הזאת, זאגט רש"י בשבעים לשון.

פארוואס האט זיך אויסגעפעלט צו איבערטייטשן די תורה אויף די זיבעציג שפראכן.

פארוואס איז די וועלט געווארן חושך דריי טאג ווען מען האט איבערגעטייטשט די תורה פאר תלמי המלך?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויפריכטיג האט געשריבן:געזען נאכברענגען פון משכיל לדוד אז דאס וואס עס שטייט אין די תורה די אלע תוכחות בלשון רמיזה, איז דאס בלויז אזוי געשריבן געווארן אין די תורה, אבער בשעתו ווען משה רבינ והאט דאס געזאגט פאר די אידן, האט ער דאס ארויסגעזאגט בפירוש.

עס איז מיר אביסל שווער, ווייל אין כמה מאמרי חז"ל איז משמע אז ער האט יא געזאגט ממש די ווערטער.

עיין בדבריו ולא תקשה לך, וז"ל:
"ולדידי ניחא עם מה שמצאתי אלה הדברים רבה וכו' ומעתה לא הא ולא קשיא דאה"נ שמתחלה לא הי' בדעתו של משה אלא להוכיחן ברמז מפני כבודן שהי-ה מתיירא בשביל מה שאירע לו עד שציוהו הקב"ה ואז חזר והוכיחן בפירוש".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בערל סוני
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2020 2:03 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת דברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל סוני »

אין תוה"ק געפינען מיר דערמאנט עטליכע מאל א שטאט מיט'ן נאמען 'חרמה',
צום ערשטן נאך די 'מעפילים' אין פרשת שלח יד, מה. ווי אויך אין פרשת השבוע דברים א, מד.
צום צווייטן מאל ביי די מעשה פון 'וישמע הכנעני מלך ערד', שטייט בהמשך אין פרשת חוקת ויקרא שם המקום 'חרמה'.
בפשטות האט מען געלערנט אלע יארן ביז תשפ"א אז מען רעדט פון צוויי באזונדערע מלחמות און צוויי פארשידענע ערטער וואס זענען גערופן געווארן א' על שם המאורע ווי געברענגט אין רש"י, ב' ווייל מען האט געמאכט א נדר צו מחרים זיין די שטאט.
[אין נ"ך זענען פאראן נאך ערטער מיט די נאמען].

די יאהר האב איך באמערקט אז דער רמב"ן אין פרשת חוקת, זאגט בשם תרגום אונקלוס, אז די מעשה פון 'וישמע הכנעני וגו' איז אויך געוועהן הארט נאך די מרגלים זיי האבן באמערקט די מרגלים און נאכגעגאנגען ביז מחנה ישראל. ובכן, ווערט שווער ווען זענען געוועהן די צוויי מלחמות ביי איין מלחמה איז דאך געוועהן נאר 'וישב ממנו שבי' און ביים צווייטן 'ויכום ויכתום'?
יורו המורים ויבואו שכמ"ה.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אויפריכטיג האט געשריבן:
הואיל משה באר את התורה הזאת, זאגט רש"י בשבעים לשון.

פארוואס האט זיך אויסגעפעלט צו איבערטייטשן די תורה אויף די זיבעציג שפראכן.

פארוואס איז די וועלט געווארן חושך דריי טאג ווען מען האט איבערגעטייטשט די תורה פאר תלמי המלך?
משה רבינו האט עס איבערגעטייטש פאר די גרים וואס קענען נישט לשון הקודש
אין ביי תלמי המלך האט מען עס איבערגעטייטש פאר די גוים
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9623
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: דיונים ועיונים בפרשת דברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

לפרשת דברים
אם אין קמח, אין תורה
"שמעתי מבנו הממלא מקומו ויושב על כסא כבוד אבותיו הקדושים בק"ק ויזניץ אהוב לבי,
הרב הגה"צ עמוד התורה והיראה, שאלמלא הוא נשתכחה תורה מישראל במדינתנו,
כקש"ת מו"ה אליעזר שליט"א בעל דמשק אליעזר זצוק"ל אבד"ק ויזניץ יצ"ו בשם אביו מרן בעל אהבת ישראל זצ"ל
שפירש בפרשת דברים (א ה) "בעבר הירדן בארץ מואב, הואיל משה באר את התורה הזאת".
שבאר מספר בני חיי ומזונא
שמתחילה יהיה בני חיי ומזונא, הואיל לשון קודם, ומתחילה שמתחילה בא"ר ואח"כ את התורה וע"כ פסח קודם לשבועות שפסח בגימטריא קמח ושבועות הוא תורה לרמז קודם קמח ואח"כ תורה
[זכרון ישראל, רבי מרדכי אריה הלוי הורביץ זצ"ל אבד"ק באנילא]
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”