וואס איז דער ריכטיגער נוסח פון "חשוף זרוע קדשך" ?

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

וואס איז דער ריכטיגער נוסח פון "חשוף זרוע קדשך" ?

תגובהדורך המסתתר » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 8:45 am

אין דעם לינק המצו"ב איז דא אן אפהאנדלונג איבער'ן ענין: ווען איז נתחבר געווארן דער בית'ל "חשוף זרוע קדשך".

די ערשטע דעה ברענגט ער אז דאס איז שפעטער צוגעלייגט געווארן, ווארום עס איז נישט מופיע אין א געוואלד סידורים און זאגער'לעך. א צווייטע דעה - זאגט ער - איז, אז דאס איז יא געווען א חלק פונעם פיוט "מעוז צור" בכלליות ווען עס איז נתחבר געווארן, און עס איז צענזורירט געווארן שפעטער "פנימיות'דיג" כלשונו, ד. ה. דורך אידן. א זאך וואס איז אביסל שווער צו פארשטיין, אדער אפשר איז נישט אזוי שווער.

דעם הסבר אז דאס איז א "פנימיות'דיגער" צענזור, וויל דער "מאן דאמר" דארט נישט אננעמען, ווייל ער האלט אז אידן במשך די דורות האבן זיך גאנץ גוט געשפירט מיט די נקמה אויסדריקן אין דעם שטיקל פיוט, ממילא קומט ער צו א מסקנה אז דאס איז געווען א צענזור מפחד ואימת הגויים.

http://www.piyut.org.il/articles/610.html

אז מ'רעדט שוין, וויל איך ארויפברענגען אויך דעם נוסח פונעם "חשוף" אליין. צו זאגט מען "דחה אדמון בצל צלמון" אדער "מחה פשע וגם רשע".

ס'איז אגב אויך דא שינויי לשונות אין "כי ארכה לנו הישועה" - "כי ארכה לנו השעה", אבער דאס איז נישט קיין יסודות'דיגער חילוק.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 11:06 am

אין געוויסע סידורים איז צוגעלייגט נאך א שטיקל, מעולם היית ישעי כבודי ומרים ראשי וכו' פון ווי שטאמט יענץ?

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 11:13 am

איך האב יעצט געמאכט א סוירטש איבער דעם, און די רעזאלטס איז ארויסגעקומען אז עס איז גאר א פרישע מחבר, נישט דער זעלבער מחבר פון בעצם מעוז צור, דער מחבר האט געהייסן משה בן ישראל, און ס'איז מרומז זיין נאמען משה חזק, ישראל:

מעולם היית ישעי, כבודי ומרים ראשי
שמע נא לקול שועי, מלכי ואלקי קדושי
העבר חטאי ופשעי, וגם בגלות השלישי
חזק ישראל ומכניע ישמעאל, ומאדום תפדה נפשי

ס'דא וואס זאגן אז דער ר' משה איז געווען דער הייליגער רמ"א.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 12:15 pm

נאך א נקודה וואס איך וויל ארויף ברענגן, איך בין נעכטן געווען ביי א געוויסן רבי, און איך האב אים געהערט זינגען הקם לנו רועים שבעה, ווייסט איינער א מקור דערויף?

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 12:20 pm

אין סידור החיד"א האב איך געזעהן אזוי די נוסח

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:59 pm

זאנוויל האט געשריבן:נאך א נקודה וואס איך וויל ארויף ברענגן, איך בין נעכטן געווען ביי א געוויסן רבי, און איך האב אים געהערט זינגען הקם לנו רועים שבעה, ווייסט איינער א מקור דערויף?


איך האב עס נאכנישט געהערט, אבער עס שטמט גאר גוט, איך קלער יעצט וויאזוי טייטשט מען 'רועה שבעה' בלשון יחיד?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 4:07 pm

איבער די רועה רועים האב איך נעכטן געזעהן עפעס, אבער כאב שוין פארגעסן, בלי נדר וועלעך עס היינט נאכאמאל זעהן און עס מעלדן.

ביידיוועי המסתתר, יישר כח פארן עפענען דעם אינהאלטרייכן אשכול.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 4:11 pm

גייט נישט דער 'רועה שבעה' ארויף אויף דוד המלך/מלכות בית דוד/מלך המשיח, וועלכער ווערט באצייכנט אלס דער זיבעטער פון די שבעה רועים? אזוי האב איך אלץ געמיינט.

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:33 am

און מיר האבן נאכנישט אנגערירט דעם ענין, צו זאגט מען "להיות לנו תשועה מאומה הרשעה" אדער "להיות לנו תשועה כי ארכה לנו הישועה-השעה.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 4:40 am

אין וויזשניץ זאגט מען אין גאנצן נישט דעם חרוז חשוף.
אין די מנהגי וויזשניץ "עדות בהוסף" צייכענען זיי צו :
1. דעם סידור עבודת ישראל שטייט אז דער ארגינעלער פייטן האט דאס נישט פארפאסט, און מען טרעפט עס נישט אין די אלטע סידורים.
2. דעם קיצור של"ה [הלכות חנוכה] אז דער חרוז האט מען שפעטער צו געלייגט, וועגען די גליות, עיי"ש.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 8:23 am

עס איז דא וואס זאגן

עשה נא למען שמיך להיות לנו תשועה

אדער

נקום נקמת דם עבדיך מאומה הרשעה
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אליהו
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » מאנטאג מארטש 30, 2009 12:36 pm

אן זיין א מבין פארשטייט מען אז דחה אדמון מיינענדיק אדום-רומי-נצרות
האט אויפגערייגט דעם צענזאר.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 9:05 am

בני בינה ימי שמונה, קבעו שיר ורננים

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » זונטאג נובעמבער 28, 2010 10:34 am

גבאי ביהמד האט געשריבן:בני בינה ימי שמונה, קבעו שיר ורננים

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 12:28 pm

ביקסאד האט געשריבן:אין וויזשניץ זאגט מען אין גאנצן נישט דעם חרוז חשוף.
אין די מנהגי וויזשניץ "עדות בהוסף" צייכענען זיי צו :
1. דעם סידור עבודת ישראל שטייט אז דער ארגינעלער פייטן האט דאס נישט פארפאסט, און מען טרעפט עס נישט אין די אלטע סידורים.
2. דעם קיצור של"ה [הלכות חנוכה] אז דער חרוז האט מען שפעטער צו געלייגט, וועגען די גליות, עיי"ש.

פונקט האב איך היינט געזען דעם קיצור של"ה, ווי ער שרייבט אז היות דער פיוט דערמאנט אלע גליות חוץ די דאזיגע וואס מיר געפינען זיך האט מען דעריבער צוגעלייגט דעם שטיקל חשוף.

דער נוסח איז טאקע אביסל אנדערש ווי אין אלגעמיינע סידורים. http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=43028&st=&pgnum=208
קיצור של"ה האט געשריבן:מצאתי כתוב, מאחר שהשיר של מעוז צור אינו קאי רק על ג' מלכיות בבל מדי יון, אבל מלכות רביעי גלות אדום וישמעאל לא נזכר בו כלום,
על כן התקינו איזה חרוזות המדברים על גאולה מגלות הזה, שיאמר אחר השיר מעון בניגון מעוז צור:

(חרזוה זו סימן חז״ק)
*חשוף *זרועי *קדושי - בקרב קץ הישועה
ונקום נקמת נפשי - מיד מלכות הרשעה
כי ארכה לנו השעה - ואין קץ לזאת הרעה
בצל צלמון נחי
[דחי?] אדמון - והקם לנו רועים שבעה.


(מהגאון מהר״ר משה איסרלש זצל״ה)
*מעולם היית ישעי - כבודי ומרים ראשי....

דא איז דער נוסח אביסל אנדערש עיי"ש. http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=42571&st=&pgnum=182

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 6:40 pm

נוסח מונקאטש:

כי ארכה לנו השעה

דחה אדמון בצל צלמון


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט