לקוטים וענינים על פרשת לך לך

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

לקוטים וענינים על פרשת לך לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האב נישט געקענט דיסיידען צו איך זאל שרייבן דאס ווארט אין דעם אנדערן אשכול, ווייל די נאמען פונעם אשכול איז פונעם אלטן קרעטשמע, אויב מ'וועט די וואך דיסיידן אז מ'קען שרייבן דארט סיי די אלטע און אויך נייע, וועל איך נעקסטיים נישט עפענען קיין עקסטערן אשכול פארדעם בל"נ.

און יעצט א ווארט אויף די פרשה, דער פסוק הייבט ויהי בימי אמרפל מלך שנער וכו', ווייטער אינעם ענין דערציילט דער פסוק ובארבע עשרה שנה בא כדרלעומר, זאגט רש"י אז וויבאלד כדרלעומר איז געווען דער אין וועמען מ'האט ווידערגעשפעניגט, נכנס בעובי הקורה און ער האט פאררופן די מלחמה, לכאורה אויב אזוי וואלט דאך דער פסוק געדארפט אנפאנגען ויהי בימי כדרלעומר, ס'איז דא פארשידענע תירוצים אויף די קשיא, אבער דאכט זיך מיר אז דער דאזיגער תירוץ איז נישט געהעריג ארויס געברענגט אין ערגעץ, און אויב יא זאל זיין ברוך שכוונתי, איז אזוי, ווי באקאנט האט דאך אברהם אבינו אנגעפירט מיט א מעכטיגן הכנסת אורחים אפאראט, יעדער האט געקענט עסן וויפיל מ'וויל און נישט געדארפט באצאלן, נאר נאכן עסן האט ער געהייסן בענטשן למי שאמר והי' העולם, דערציילט דער מדרש א מעשה ( קען זיין דער עולם קען עס שוין אבער ס'שאדט נישט איבער צו חזר'ן,) איינמאל איז נמרוד אנגעקומען צו אברהם און זיך געלאזט וואויל גיין עטליכע טעג וואוסנדיג אז ס'איז סייווי אומזינסט, נאך אפאר טעג וועלנדיג אוועק גיין קומט אברהם מיט א גאנצן חשבון, וויפיל ער דארף אים באצאלן, נמרוד עפענט אפאר פארוואונדערטע אויגן, און פרעגט אברהם'ן איך האב געמיינט אז דו געסט אומזינסט? האט אברהם געענטפערט, ריכטיג איך געב טאקע אומזינסט פאר יעדן, אבער אלע מענטשן פאר זיי גייען אוועק בענטשן זיי מיך אז דער ג-ט זאל דיר באצאלן, און אזוי ווי דו זאגסט אז דו ביסט ג-ט, זיי מוחל באצאל, נמרוד זעט אז ס'איז נישט קיין חכמות געט ער אים א פרעג נו וויפיל איז דער חשבון? אברהם ווייזט אים א נאמבער אז די האר פון קאפ האט זיך אים אויפגעשטעלט, און ער נעמט זיך שרייען איך האב דאך נישט געגעסן אזויפיל, אברהם איז רואיג און זאגט אים, אז די מענטשן זאגן אלץ אז דער ג-ט זאל באצאלן פאר זיי אויך, דארפסטו קער נעמען פונעם גאנצן חשבון, נמרוד זאגט אים אז ער גייט אים נאכשיקן דאס געלט ער האט נישט דא מיט זיך, האט אים אברהם געענטפערט מיט א שמייכל, א ג-ט האט נישט קיין געלט, באשאף, וועסטו האבן, מיט איין תנאי קענסטו פון דא ארויס גיין, אז דו שרייבסט מיר אונטער א צעטל אז דו ביסט מודה אז דו ביסט נישט קיין ג-ט, דאן דארפסטו פאר גארנישט באצאלן און די קענסט גיין, נמרוד האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, און אונטער געשריבן ווי א טאטעלע, און פון דעמאלץ און ווייטער האט אברהם געהאט נאך שטאף צו ווייזן פאר זיינע געסט, און פארשטייט זיך אז נמרוד איז געווארן זייער פארשעמט דערפון און עס נישט אויסגעהאלטן, אצינד ווען נמרוד האט געהערט אז זיין גוטער פריינד כדרלעומר גייט מלחמה האלטן מיט סדום, איז אים בייגעפאלן א מורא'דיגער פלאן, ער וועט כאפן לוט'ן, ער זעט דאך אויס ווי אברהם און אים צווינגען צו זאגן אז ער האט אליין געפעלשט דעם צעטל אין זיין נאמען, וועט דאך אברהם אבינו אוודאי זיך וועלן פארטיידיגן, וועט ער דאך אקעגן קומען און אזוי וועט ער אים הרג'ענען, דאס הייבט דער פסוק אן ויהי בימי אמרפל, ויהי איז דאך לשון צער, נמרוד איז געווען זייער בצער, און פארדעם האט ער זיך זייער צוגעכאפט צו די גאנצע מלחמה אז ער זאל זיך איינמאל פאר אלעמאל קענען ריינוואשן, און פון נאכדעם רעדט שוין דער פסוק נאר פון כדרלעומר ווייל ער איז טאקע געווען די עיקר.
לעצט פארראכטן דורך איך_הער אום מאנטאג אקטאבער 15, 2007 11:49 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
shtilerheit
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shtilerheit »

גאר שיין!!
ווען הייבסטו אן נעמען מעות קדימה אויף דיין ספר? עס קוקט אויס ווי עס גייט זיין א הערליך שטיקעל
ניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק »

מאך דיר א paypal account און דער עולם וועט אריין שיקן די געלט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואעשך לגוי גדול - ואברכך – ואגדלה שמך – והיה ברכה, השם יתברך האט דא געבענטשט אברהם אבינו מיט עטליכע ברכות מיר דארפין צו פארשטיין לויט ווי מיר ווייסן אז השי"ת באצאלט "מדה כנגד מדה" וואס האט אברהם אבינו געטוהן כדי זוכה צו זיין צו די דאזיגע ברכות.
דער הסבר איז , ווייל ווי באקאנט באריכות (עיין מד"ר סוף פרשת נח, פרשה ל"ה ועוד) אז דער רשע נמרוד האט איינגערעדט די וועלט אז ער איז א ג-ט און דערפאר איז טאקע זיין נאמען נמרוד, א לשון פון ווידערשפעניגען , ווייל ער האט געמאכט אז די וועלט זאל ווידערשפעניגען אין דעם היילגיען באשעפער.
אבער אברהם האט זיך מוסר נפש געוועהן און צובראכין די עבודה זרה'ס פון תרח און אויסגעשריגען אין די גאנצע וועלט אז נמרוד איז א בלאפער און א שקר'ן ער איז א פשוטע מענטש, שפעטער ווען נמרוד האט געהייסען אריינווארפין אברהם אבינו אין קאלעך אויווען איז געקומען השם יתברך און אים געראטעוועט און דורך אברהם אבינו איז פארשעמט געווארען דער נאמען פון נמרוד און ער איז געבליבען חוזק , און דער נאמען פון השם יתברך איז געגרויסט געווארן און געהייליגט געווארן.
דערפאר האט השם יתברך געבענטשט אברהם מיט די ברכה "ואגדלה שמך" ווייל וויבאלד אברהם האט געגרויסט דעם נאמען פון השי"ת און קליין געמאכט דעם נאמען פון נמרוד איז אויך זיין נאמען געווארען גרויס.
און ווייל אברהם אבינו איז געוועהן איין מענטש וואס האט זיך אקעגען געשטעלט א קעגען די גאנצע וועלט זאגט השי"ת ואעשך לגוי גדול "דו איינער וועסט זיין צו זייער אסאך".
און ווייל אברהם אבינו האט צובראכען די עבודה זרה'ס וואס עבודה זרה ברענגט א צארין אויף די וועלט (השמרו לכם … וחרה אף וגו' קל קנא וגו' דכתיב אצל עבודה זרה) און נעמט אוועק די ברכה פון די וועלט קומט דאך אויס אז אברהם אבינו האט געברענגט אז עס זאל זיין א בענטשונ אויף די וועלט האט אים השי"ת געזאגט אז דו וועסט זוכה זיין צו "ואברכך" און צו "והיה ברכה"
(עוד יוסף חי)
[א"ה ובזה יומתק מש"כ רש"י ז"ל סוף פרשת נח ד"ה בחרן הנו"ן הפוכה לומר לך עד אברהם היה חרון אף של מקום בעולם, דהרי ע"י אבידת הע"ז נתבטל החרון אף, ובא ברכה לעולם]


הרימותי ידי ( י"ד – כ"ב) עס איז דא א מסורה פון דריי מאהל דאס ווארט הרימותי (א) דא, (ב) הרימותי קולי (בראשית ל"ט) (ג) הרימותי בחור מעם (תהלים פ"ט), מען קען פארבונדען די דריי פסוקים לויט די גמרא (ב"ב י' ע"א) אז רבי אלעזר האט געגעבען צדקה פאר דעם דאוונען ווי באלד עס שטייט אין פסוק (תהלים י"ז) אני בצדק אחזה פניך, זעהט מען אז פאר מען גייט זיך שטעלין דאווענען פארין אויבערשטען דארף קודם זיין (צדקה) בצדק – צדקה, דאס איז מרומז אין די מסורה אז הרימותי ידי, איך גיב צדקה, איז נאכדעם הרימותי קולי , הייב איך אויף מיין קול צו דאווענען.
די תפלה וואס מען בעהט דארף זיין פאר דעם כבוד השי"ת אז די שכינה הקדושה זאל זיך פרייען מיט די ישועה פון די אידן
ווען מען דאווינט ערליך לכבוד השי"ת ברענגט עס צו אז הרימותי בחור מעם , מען הייבט אויף די אידן וואס זענען דער עם הנבחר, די אידן וואס מען זאגט אויף זיי אשר בחר בנו מכל העמים.
(אדמור מבאבוב זצ"ל, הו"ד בליקוטי כרם שלמה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויהי רעב בארץ וירד אברם מצרימה לגור שם
"מעשה אבות סימן לבנים" אלע פאסירונגען וואס זענען געוועהן ביי די אבות,אברהם, יצחק, יעקב, זענען געוועהן א סימן און א רמז וואס עס וועט געשעהן צו זייערע קינדער אין די שפעטערדיגע דורות.
אברהם אבינו האט מיט געמאכט א הונגער אין לאנד כנען וואס האט איהם געצוואונגען אראפ צו גיין קיין מצרים צו זיכן שפייז, דארט האט ער געליטען צרות פון די מצריים, זיי האבען איהם צוגענומען זיין ווייב שרי, דער אויבערשטער האט זיך אהנגענומען פאר זין צער און האט געשטראפט פרעה מיט געפעהרליכע נגעים, און האט איהם אהיים געשיקט אהנגעלאדענט מיט זילבער און גאלד.
גענוי דער זעלבע פאסירונג האט פאסירט שפעטער ביי זיינע קינדער. עס איז געוועהן א הונגער וואס האט געצוואונגען יעקב מיט זיינע קינדער אראפ צונידערן קיין מצרים, דארט האבען די מצריים זיי געפיינגט מיט גרויסע יסורים און שווערע ארבעט, האט דער אויבערשטער נקמה גענומען אין די מצריים און זיי געשטראפט מיט געפערליכע מכות, און צום סוף האט פרעה אוועקגעשיקטדי אידען מיט א רכוש גדול פון גאלד און זילבער.
(רמב"ן)

וילך אברם כאשר דיבר אליו ד' וילך אתו לוט ואברם בן חמש שנים ושבעים שנה בצאתם מחרן
לכאורה איז שווער, פארוואס דערציילט אונז דער פסוק אז אברהם אבינו איז דעמאלס אלט געוועהן פינף אין זיבעציג יאר, וואס איז דאס א נפקא מינה דא? מען קען דאס פארענטפערן אזוי, ווייל דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו אז אויב ער וועט אוועק גיין פון חרן וועט ער רייך ווערן,אזוי ווי רש"י ברענגט אויף דעם ווארט "ואברכך", אז דאס מיינט אז דער אויבערשטער וועט איהם בענטשען מיט געלט. דערציילט אונז דער פסוק, "וילך אברם" - אברם איז געגאנגען, וואלט מען געוואלט מיינען אז אברהם איז געגאנגען ווייל ער האט געוואלט ווערן אן עושר, זאגט ווייטער דער פסוק, כאשר דיבר אליו ד'" - אז נישט וועגן דאס געלט האט אברהם אבינו געפאלדט דער אויבערשטער, נאר פשוט ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געהייסען. אבער לוט, וואס ער איז מיט געגאנגען מיט אברהם אבינו, ער איז נישא אוועק געגאנגען פון חרן וועגן דער זעלבע טעם, נאר ווייל ער האט געקלערט אז אברהם אבינו איז שוין אלט, און ער וועט באלט שטארבן, און לוט האט געוואוסט אז אברהם גייט ווערן א גרויסע עושר, האט ער איהם געוואלט ירש'נן, ווייל אברהם האט דעמאלס נאך נישט געהאט קיין קינדער, פארדעם איז לוט מיטגעגאנגען, איבערדעם ענדיגט די פסוק, "וילך אתו לוט" - דער טעם פארוואס לוט איז מיט געגאנגען איז, "ואברם בן חמש ושבעים שנה" - ווייל אברהם אבינו איז שוין געוועהן אלט, און לוט האט געוואלט באקומען זיין גאנצע פארמעגן, אבער נישט ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן.
(הגאון ר' יהודה אסאד זצ"ל, ועיין באור החיים הק')

ויקח אברם את שרי אשתו ואת לוט בן אחיו ואת כל רכושם אשר רכשו
לכאורה קען מען פרעגן, פארוואס האט די תורה געדארפט דערציילן אז אברהם אבינו האט מיט גענומען מיט זיך שרי מיט זיין גאנץ פארמעגן, דאס איז דאך א פשוט'ע זאך, אז א מענטש וואס טוישט זיין וואוינינג פון איין פלאץ צום צווייטן, נעמט מיט זיין ווייב, זיין משפחה, און זיין גאנץ פארמעגן? עס קען אפשר זיין אז דער פסוק וויל אונז דא לאזן הערן דאס גרויסקייט פון אברהם אבינו, ווייל געווענטליך ווען א מענטש וויל זיך אריבערצוהן צו א נייע וואוינונג, גייט ער קודם אליין צו דער נייע פלאץ, און ער קוקט זיך אום צו עס איז גוט פאר איהם, און דערנאך אויב עס געפעלט איהם, נעמט ער מיט מיט זיך זיין משפחה און זיין פארמעגנס, צו דעם נייעם וואוינונג. אבער אברהם אבינו האט נישט אזוי געטוהן, נאר גלייך ווען דער אויבערשטער האט איהם געהייסען זיך אוועק צוהן פון חרן, האט ער זיך באלט אויפגעהויבן, און מיט גענומען שרה, און זיין גאנץ פארמעגן, און ער איז געגאנגן צום לאנד כנען.
(בעלי ברית אברם)

ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין והוא כהן לא-ל עליון
ווען צוויי צדיקים קומען זיך צוזאמען, לערנט יעדער צדיק פון צווייטען א מדה אין וועלכע דער צדיק איז מער אויסגעצייכענט פון איהם. און אזוי ווי אברהם אבינו איז דאך געוועהן אויסגעצייכענט אין די מדה פון גמלת חסד און הכנסת אורחים, האט שם זיך אויסגעלערנט פון איהם די דאזיגע מצוה, און אברהם האט געלערנט פון שם צו דינען דעם אויבערשטען אין דער בחינה פון א כהן.

דאס זאגט די תורה "ומלכי צדק מלך שלם הוציא", ער האט ארויסגעצויגן, ארויסלערנענגיג פון אברהם אבינו די מידה פון "לחם ויין", צו געבן עסען און טריקען צו אנדערע, "והוא", און ער, אברהם, האט געלערנט פון שם די מדה פון "כהן לא-ל עליון".
(הרה"ק ר' מאיר מפרימשלאן זצ"ל)

וישבו ויבאו אל עין משפט הוא קדש ויכו את כל שדה העמלקי
עס ווערט געברענגט אין אסאך הייליגע ספרים, אז פאר מ'גייט טוהן א מצוה זאל מען תשובה טוהן, און אוודאי פאר דעם וואס מ'גייט לערנען, ווייל אויב טוט מען תשובה פארן לערנן איז דער תורה אזוי ריין און הייליג, אז עס קען מבטל זיין דער יצר הרע פון דעם מענטש, און מבטל זיין אלע שלעכטע גזירות, דאס קען דא זיין מרומז אין דער פסוק, "וישבו" אויב וועסטו ערשט תשובה טוהן, און דערנאך "ויבאו אל עין משפט" וועסטו קומען לערנן, "הוא קדש" אזא תורה האט א דערהויבענע קדושה, אז "ויכו את כל שדה העמלקי" עס שלאגט אוועק דער יצר הרע מיט אלע שלעכטץ.
(כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

תפלה
ויעבר אברם בארץ עד מקום שכם: זאגט רש"י: להתפלל על בני יעקב כשיבאו להלחם בשכם. ווען אברהם אבינו איז געגאנגען קיין ארץ ישראל, האט ער זיך אפגעשטעלט ביי די שטאט שכם, בעטן אויף זיינע אייניקלעך די קינדער פון יעקב, אז ווען זיי וועלן מלחמה האלטן מיט די שטאט שכם, זאלן זיי זיגן.
פארוואס העלפט מער א תפלה פאר א צרה ח"ו?
ווייל די גמרא זאגט "השטן מקטרג בשעת הסכנה" דער שטן רעדט שלעכטץ און לאזט נישט אדורך קיין תפילות אין דער צייט פון א סכנה, אבער אויב מ'בעהט איידער דער צרה אדער סכנה קומט, דעמאלס איז דער שטן נאך נישט דארט צו רעדן שלעכטץ, קענען אלע תפילות ווערן אהנגענומען, און אז ווען השי"ת האט שוין מקבל געוועהן די תפלות וועט ער שוין נישט אויסהערן דעם שטן און איהם נישט דערלאזען אויספירן זיינע שלעכטע פלענער ח"ו.
(דברי יואל וישלח קכ"ה)
"חשיבת התפלה" ווען אידישע קינדער בעטן זייערע בקשות און תפילות אין בית המדרש, נעמט דער מלאך מט"ט זייערע תפילות, טראגט דאס ארויף, שפרייט עס אויס אין איין הימל, און יעדע צייט ווען השי"ת וויל זעהן די זכותים פון אידישע קינדערקוקט ער אין דעם הימל און איז זיך מרחם אויף זיי.
(זוהר חדש בראשית)

רעגן אין זכות פון אן עם הארץ
אין די צייט פון הייליגע בעל שם טוב זי"ע, איז אמאהל געוועהן אן "עצירת גשמים", עס האט א לאנגע צייט נישט גערעגענט און עס איז נישט געוואקסען קיין תבואה אז עס זאל זיין צו עסען, האט מען "גוזר תענית" געוועהן, געפאסט און מתפלל געוועהן, אבער מעו איז נישט געהאלפן געווארן.
איין טאג האט דער בעל שם טוב באמערגט, ווי א פשוט'ער איד אן עם הארץ ליינט קריאת שמע, און ביי די ווערטער "ועצר את השמים ולא יהיה מטר" פארפירט ער זייער שטארק ער וויינט און שרייט. נאכן דאווענעןהאט איהם דער בעל שם טוב געפרעגט: "וואס האסטו אינזין געהאט ביי דעם פסוק?"
איך האב אינזין געהאט ענטפערט דער איד מיט תמימות "ועצר את השמים" דער באשעפער זאל אויסגוועטשען דאס גאנצע וואסער פון די הימלן "ולא יהיה מטר"עס זאל מער נישט בלייבן אין הימל קיין וואסער, נאר אלעס זאל אראפקומען.
דער גאנצע עולם ארום האט זיך שטארק צולאכט פון זיין גרויס אומוויסנשאפט, אבער דער בעל שם טוב האט געזאגט אז דער גאנצע וועלט איז געהאלפען געווארן דורך זיין תפלה. און באלט האט טאקע אהנגעהויבן שטארק צו רעגענען, ווייל אין הימל איז זייער חשוב א תפלה וואס ווערט געזאגט מיט אן אמת'דיג צובראכען הארץ און מיט א שטארקע כוונה.
(באר משה לשמיני עצרת)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער משנה אין מסכת אבות זאגט, עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו עליו השלוםועמד בכולם מיט צעהן פריווינגען האט דער אויבערשטער אויסגעפריווט אברהם אבינו און ער איז זיי אלע בייגעשטאנען, די צעהן זאכען זענען געוועהן.
(לויט דער ברטנורה):

א) אור כשדים: דער מעשה ווען נמרוד האט אריין געווארפען אברהם אבינו און דער כבשן האש:

ב) לך לך מארצך: דער אויבערשטער האט געהייסען אברהם אבינו פארלאזען זיין לאנד, געבורט'ס ארט, און פאטער'ס הויז:

ג) ויהי רעב: ווען אברהם איז שוין אהנגעקומען קיין ארץ ישראל, האט דער אויבערשטער געמאכט א הונגער:

ד) ותוקח האשה בית פרעה: אזוי ווי אברהם איז אוועק געגאנגען פון די הונגער און געקומען קיין מצרים, ווייל דארט איז געוועהן צו עסען, האט פרעה צו גענומען שרה:

ה) מלחמת המלכים: אברהם אבינו האט געדארפט מלחמה האלטען קעגן די קעגן די פינף שטארקע קעניגן כדי צו ראטעווען לוט:

ו) מעמד בין הבתרים: דער אויבערשטער האט געוויזען אברהם אבינו ווי זיינע קינדער וועלן זיך געפינען אין א ביטערע גלות:

ז) מילה: אברהם אבינו האט זיך געדארפט מל זיין ביי די ניין און ניינציג יאהר אלט:
ח) וישלח אבימלך ויקח את שרה: אזוי ווי ביי פרעה, האט אבימלך אויך צוגענימען שרה:
ט) גרש האמה הזאת ואת בנה: אברהם האט געדארפט פארטרייבען הגר מיט זיין זוהן ישמעאל, ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געהייסען:
י) עקידה: נאך אזויפיהל שווערע יארען וואס אברהם איז אדורך ביז ער האט שוין צו מזל זוכה געוועהן צו אזא הייליג קינט ווי יצחק אבינו, האט איהם דער אויבערשטער געהייסען שחט'ן זיין איינציג זוהן יצחק:
און אברהם האט נישט נאך געקלערט נאך די באשעפער'ס דרכים, נאר אלס וואס דער אויבערשטער האט געהייסען, האט ער באלט אויסגעפאלגט, פארדעם האט דער אויבערשטער אזוי ליב געהאט אברהם אבינו:
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויהי ריב בין רועי מקנה לוט....
ויאמר אברם אל נא תהי מריבה ביני וביניך...
(יג – ז, ח,)
פארוואס שטייט קודם א לשון זכר "ריב" און דערנאך א לשון נקיבה "מריבה".
נאר אברהם אבינו ע''ה האט געזאגט צו לוט מיר דארפן שוין אויפהערן די מחלוקת ווען עס איז נאך קליין, ווייל אז נישט וועט עס ווערן א גרויסע קריגעריי. וועגן דעם שטייט שפעטער א לשון נקבה וואס געבוירט קינדער, עס קען געבוירן און פארמערט ווערן די מחלוקת מער און מער, לאמיר עס מפסיק זיין ווען די מחלוקת איז נאך קליין.
(של''ה הקדוש)

המול לכם כל זכר (יז-י) חז"ל זאגען אז אברהם אבינו האט מקיים געווען אלע מצות פון די תורה, אפילו די מצוה פון
עירובי תבשילין, אויב אזוי פארוואס האט ער נישט מקיים געווען די מצוה פון מילה איידער דער אייבערשטער האט איהם געהייסען?
נאר די מצוה פון מילה איז א מצוה וואס אברהם אבינו וואלט נישט געמעגט טאהן, ווי לאנג דער אייבערשטער האט איהם נישט באפוילען, ווייל "אֵין אָדָם רַשָׁאִי לַחֲבוֹל אֶת עַצְמוֹ" א מענטש טאהר זיך נישט שעדיגן זיין קערפער. איז ווי לאנג דער אייבערשטער האט איהם נישט באפולען אז ער זאל זיך מל זיין וואלט דאס געווען א איסור, וועגן דעם האט ער געוַוארט אויף די ציווי השם.
(אוהב ישראל)


המול לכם כל זכר. אין די שטאט "חמילניק" האט געוואוינט א איד א גרויסע "מסור" וואס פלעגט אנמאכן צרות פאר די ערליכע אידן, ער פלעגט מסר'ן פאר די מלכות אקעגן זיי. זענען די אידן געגאנגן צו די הייליגער "חוזה" פון לובלין, און געבעטן אז ער זאל מתפלל זיין אז די מסור דער רשע זאל שוין אפ שטארבן, און מ'זאל פטור ווערן פון אים.
אזוי ווי זיי זענען אריין געקומען צו די הייליגע צדיק, און מזכיר געווען די נאמען פון די רשע, האט די הייליגע לובלינער זיך אנגערופען, וואס ווילט איר פון דער איד זיין נאמען שיינט דאך אזוי ווי די כהן וואס איז מקריב די קרבנות אויף די מזבח.
די אידן קוקן אן די רבי מיט א גרויסע וואונדער, ווי אזוי קען זיין אז די רבי זאל מאכן אזא גרויסע טעות מיט דעם רשע, אבער וויפיל מאהל זיי האבן מסביר געווען פאר די צדיק ווער דער רשע איז, האט גארנישט געהאלפן, און זיי האבן באקומן די זעלביגע תשובה.
נאכ'ן ארויס גיין פאר א וויילע, האבן זיי מחליט געווען אריין צו גיין נאך אמאל צו די צדיק מיט די זעלבע בקשה, און ווי ערשטוינט זענען זיי געווען אז דאס מאהל האט זיי שוין די צדיק געזאגט עפעס גאהר אנדערש, ער איז דאך א געפערליכע רשע, און ער וועט נישט בלייבן לעבן צו לאנג, וכך הוה.
די חסידים זענען צוריק געפארן, און האבן זיך אינטרעסירט וואס איז געווען ביי די מסור די לעצטע פאהר טעג, האבן זיי אויסגעפונען אז אין די מינוטן ווען די צדיק האט זיי געזאגט אז זיין נשמה שיינט ווי די כהן, האט דער מסור געהאלטן אינמיט'ן א ברית מילה פאר זיין זוהן, און חז''ל זאגן אז איינער מאכט א ברית פאר זיין קינד איז אזוי ווי ער איז מקריב א קרבן, און דאס האט די הייליגע לובלינער געזעהן בשעת מעשה מיט זיין הייליגער אויגן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אמרו נא אחותי את מכאן ששוחטין לחולה בשבת, והיא פליאה: דער סאטמארע רבי מהר"י זי"ע זאגט א הערליכן פשט, ווייל די מפרשים פרעגן, פארוואס האט אברהם אבינו אזוי שטארק מורא געהאט אז אויב די מצרים וועלן געוואויר ווערן אז דאס איז זיין ווייב וועט מען אים הרג'ענען, אויב וועסטו זאגן אז זיי האבן א פראבלעם צו נעמען אן אשת איש, פארוואס זאלן זיי נישט האבן קיין פראבלעם אים צו הרג'ענען, וואס דאס איז שפיכת דמים?
נאר עס קען זיין, דער רמב"ן זאגט אז פרעה האט ליבערשט געוואלט אז זיין עבד זאל עובר זיין אויף אן עבירה און הרג'ענען אברהם אבינו, ווי ער אליין זאל עובר זיין אויף די עבירה און נעמען אן אשת איש, ווייל פארן מלך אליין פאסט נישט ער זאל זינדיגן, און יעדער מענטש קען ענדערש באשטיין אז יענער זאל טון די עבירה און נישט ער אליין.
דער רא"ש ברענגט א שאלה אויב עס איז דא א חולה שיש בו סכנה, און דער דאקטער הייסט אז ער מוז עסן פלייש, און עס איז נישטא קיין כשר'ע פלייש אים צו געבן, וואס איז ענדערש, צי זאל מען אים געבן טריפה פלייש צו עסן, צי מ'זאל הייסן פאר א איד זאל גיין שחט'ן פארן חולה כשר'ע פלייש. שרייבט דער ראב"ד אז מ'זאל ענדערש רופן א שוחט וואס זאל שחט'ן כשר'ס ווי מ'זאל אים געבן נבילה. איז דער רא"ש מסביר דעם טעם ווייל אויב זאג איך פארן חולה אז ער מוז עסן נבילות וועט ער זיך פאר'מיאוס'ן דערפון און נישט וועלן עסן, און ער וועט ווייטער זיין אין א סכנה, דעריבער מעג מען שחט'ן פאר אים.
פרעגט דער רבי לכאורה וואס איז א חילוק צי ער עסט טריפה פלייש, צי ער ווייסט אז וועגן אים האט מען מחלל שבת געווען, ביידע איז דאך א איסור מה"ת, פארוואס זאל ער דאס יא וועלן עסן? אלא מאי מוז איך זאגן אז א מענטש פאר'מיאוס'ט זיך נישט אזוי ווען יענער טוט אן עבירה פאר אים, ווי ער אליינס איז עובר אן עבירה.
דאס זאגט מדרש אמרי נא אחותי את זעהן מיר פון דעם אז אברהם אבינו האט מורא געהאט אז מ'וועט אים הרג'ענען, פארוואס האט ער מורא געהאט מ'וועט אים הרג'ענען, עס איז דאך שפיכת דמים, די זעלבע עבירה ווי אשת איש, אלא מאי איז דא א חילוק צווישן ווען מ'טוט אליינס א עבירה צו ווען יענער טוט פאר אים א עבירה, מכאן ששוחטין לחולה בשבת, אז מ'מעג שחט'ן פאר א חולה אום שבת פאר די זעלבע סיבה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואברכה מברכיך זה שאומרים אלקי אברהם וגו': פארוואס הייבט מען נישט אן די שמו"ע מיט "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם", מיר ווייסן דאך אז א ברכה אן קיין מלכות איז נישט קיין ברכה?
תוספות (ברכות דף מ"ט) ענטפערט אז "אלקי אברהם" מיינט מלכות, ווייל אאע"ה האט ערקלערט דעם אייבערשטנס מלכות אויף די וועלט, ממילא אז מ'זאגט אלקי אברהם דאס איז מלכות.
לויט דעם טייטשט דער חיד"א ואעשך לגוי גדול זה שאומרים אלקי אברהם, ואברכך וגו', און אויסער דעם וועל דיר געבן נאך א ברכה אז והיה ברכה, ווען מען וועט דיך דערמאנען אין א ברכה, וועט דאס ווערן פונקט ווי א ברכה אין וואס מ'זאגט מלך העולם.
דער רא"ש ענטפערט אז "הקל הגדול", דאס איז מלכות, ובלש"ק "אין לך מלכות גדול מזה".
ברענגט דער ייטב פנים (לשבה"ג) א תוס' יו"ט אז מיטן תירוץ פון רא"ש קען מען טייטשן א פסוק, תהלה לדוד ארוממך אלקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, יעדעס מאל וואס ארוממך, מוז איך זאגן אלקי המלך דערמאנען מלכות ואברכה שמך און דערמאנען דעם שם, איז דאך שווער בכל יום אברכך יעדן טאג דאווענען מיר שמו"ע, ואהללה שמך, מיר זאגן נאר דעם שם אן מלכות, אויף דעם איז דער תירוץ גדול ה', דאס וואס מ'זאגט הקל הגדול, דאס איז מלכות.
פארוואס טרעט מען די דריי טריט איידער מען הייבט אן די שמונה עשרה?
אין ביאור הגר"א (סי' צ"ה) שרייבט אז דער טעם איז קעגן די דריי הגשות לתפלה וואס מיר געפונען אין תנ"ך, ויגש אברהם, ויגש אליו יהודה, ויגש אליהו.
פארוואס טרעט מען אויס דריי טריט נאך די שמונה עשרה?
דער בית יוסף (סי' קכ"ג בשם מהרי"א בשם א"ח) זאגט דעם טעם "כנגד ג' מילין שרחקו ישראל מהר סיני בשעת מתן תורה".
נאך א טעם ברענגט דער בית יוסף, ווייל עס שטייט אין מדרש אז משה רבינו איז אריינגעגאנגען רעדן צו כביכול אין דריי וואלקענעס חשך, ענן, וערפל, און ווען ער איז ארויסגעגאנגען איז ער ארויסגעגאנגען פון די 3 וואלקענעס, וועגן דעם טרעטן מיר אויס 3 טריט. - דער שיבולי הלקט זאגט א טעם ווייל ווען א מענטש דאווענט געפונט זיך די שכינה העכער אים, מילא איז דאס פלאץ א מקום קדוש, דעריבער ווען ער ענדיגט די שמונה עשרה גייט ער ארויס פון א מקום קדוש צו א מקום חול וועגן דעם זאל ער אויסטרעטן אויף צוריק ציוועגס.
בשם רבינו האי גאון ווערט געברענגט א טעם ווייל תפילות כנגד תמידין תקנו, איז דאך דאס דאווענען אזוי ווי א קרבן, און ווען די כהנים גייען מקריב זיין אויפן מזבח איז די הלכה אז מען מען גייט ארויף מיט די אברי התמיד אויף די רעכטע זייט, און אראפ גייט מען אויף די לינקע זייט, צווישן דעם כבש און דעם מזבח איז געווען דריי שורות שטיינער, האט דער כהן געדארפט צוריק טרעטן דריי טריט, דעריבער טוען מיר אויך אזוי.
דער מג"א שרייבט דעם טעם, לויט דעם וואס די גמרא (סנהדרין דף צ"ז ע"א) זאגט אז נבוכדנאצר האט געקענט חרוב מאכן די ביהמ"ק ווייל ער איז געלאפן 3 טריט לכבוד דעם אייבערשטן (עיין שם המעשה באריכות בגמ') וועגן דעם טרעטן מיר צוריק 3 טריט, און מיר בעטן "שיבנה בית המקדש במהרה בימינו" (וכן הובא במהרש"א במס' סנהדרין שם).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער עבודת ישראל זאגט א דבר נפלא: רש"י זאגט אז ווען השי"ת האט גערופן אברם אברהם האט מען נישט גערירט די ר' פון זיין נאמען, ווייל ביי שרי האט די י' געהאט טענות פארוואס מ'האט איר אוועקגענומען, און מ'האט דאס געמוזט באצאלן פאר יהושע בן נון, דעריבער האט דער אייבערשטער נישט געוואלט טשעפענען אויך מיטן אות ר'.
איי פארוואס האט מען נישט געקענט טון די זעלבע מיטן ר' און דאס באצאלן ביי א צווייטע צדיק? ווייל דער אריה"ק זאגט אז אין פסוק שטייט ואת לוט ואת ר'כושו ב'ן א'חי אברם, איז ר"ת רב"א, ווייל די נשמה פון רב"א איז געווען אין לוט, און זי איז געווען געפאנגען ביי די מלכים, און אברהם האט איר פון דארט מציל געווען.
זאגט דער קאזניצער מגיד זי"ע אז וועגן דעם האט מען געלאזט דעם ר' ביי אברהם, אז אין זיינע ערשטע דריי אותיות פון זיין נאמען זאל זיין מרומז רב"א.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"יענעמ'ס" צרה איז "מיין" פראבלעם
והי' ברכה
ווער ס'פירט זיך אין די וועגן פון אברהם אבינו ע"ה, וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין מדת "החסד", דער איז א געבענטשטער מענטש און איז נושא חן בעיני אלוקים ואדם. אזוי האבן צדיקים געטייטשט דעם דערמאנטן פּסוק "והי' ברכה", דו וועסט זיין א מוסטער ווי אזוי א געבענטשטער מענטש פירט זיך, און יעדער וועט זיך אפּלערנען דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי מ'דארף זיך פירן.
איינס פון די גרעסטע יסודות אין מדת החסד איז "נושא בעול עם חבירו", מיטפילן מיט א צווייטנ'ס פּראבלעם, און שפּירן אויף דעם אייגענעם לייב וואס עס טוט וויי פאר א צווייטן. די טבע פון א פּשוט'ן מענטש איז, אז ער קוקט שטענדיג אויף א צווייטן. ווען א מענטש וועט זיך אפּשטעלן א מינוט און באמת אריינטראכטן דערין, וועט ער באמערקן אז ביי יעדן טריט טראכט ער שטענדיג, וואס וועל "איך" האבן דערפון? אויב כ'וועל יענעם טאן א טובה, וואס וועל איך האבן דערפון?... דעריבער איז די ערשטע הקדמה צוצוקומען צו די מדה פון "מיטשפּירן מיט א צווייטן", אז מ'זאל פארקוקן פון זיך, נישט אזוי פיל אינזינען האבן פונעם אייגענעם לעבן, נאר זיך אריינטאן און טראכטן וואס עס טוט זיך ביי א צווייטן. דאן קומט מען צו, צו די מדה פון נושא בעול עם חבירו.
אן אינטערעסאנטן באווייז דערצו - ווייזן אן די ספרי מוסר - טרעפן מיר ביי משה רבינו ע"ה, וואו דער פּסוק זאגט, ויצא אל אחיו, משה רבינו איז ארויס צו זיינע ברידער. שטעלט זיך די פראגע, פון וואו איז ער ארויס? נאר עס שטעלט זיך א פראגע: ווי אזוי האט משה רבינו מיטגעשפּירט מיט דעם ווייטאג פון די אידן, טראצדעם וואס ער אליין איז געזעסן ברומו של עולם, אין דעם פּאלאץ פונעם קעניג, און האט נישט געהאט א שווער לעבן? דאס ערקלערט דער פּסוק, "ויצא", ער איז ארויס פון זיין פרייליכן וועלטל, און האט זיך אריינגעלייגט אין די שיך פון זיינע ברידער. דעריבער האט ער מיטגעשפּירט און געפילט אז ער האלט פּשוט נישט אויס דעם ווייטאג פון זיינע אייגענע ברידער.
דער מדרש ערקלערט, אז טאקע צוליב דעם אקט האט ער זוכה געווען צו זיין דער מנהיג ישראל. השי"ת האט אים געזאגט, דו האסט אפּגעלאזט דיינע געשעפטן, און האסט דיך אומגעקוקט אויף דיינע ברידער, דעריבער וועל איך איבערלאזן אלע מיינע מלאכים פון אויבן, כ'וועל אראפּקומען צו דיר אויף דער וועלט, און מיט דיר אליין רעדן.
די גמרא זאגט אין מס' שבת (דף ס"ז), א בוים וואס די פּירות דערפון פאלן אראפּ נאך איידער די פרוכט ווערן געצייטיגט, זאל מען פארבן דעם בוים מיט א רויטן פלעק אלס א סימן פאר אלע דורכגייער אז דער בוים האט א קראנקהייט, אזוי וועט יעדער מתפּלל זיין דערויף. די גמרא ברענגט א ראי' דערצו פון דעם וואס מיר געפינען אין דער תורה, אז א מצורע דארף שרייען טמא טמא, כדי צעוויסן צו טאן פאר יעדן זיין צער, אז מ'זאל מתפּלל זיין פאר אים.
אויבנאויף איז זייער שווער דער צוזאמשטעל פון די גמרא. דער מצורע איז דאך טאקע א רחמנות, דא איז ער אינדרויסן פון אלע דריי מחנות, עלענד ווי א שטיין דרייט ער זיך דארטן ארום אליין, איז זעלבסט פארשטענדליך אז זיין געשריי "טמא טמא" וועקט אויף די געפילן פון דעם צוהערער, און מ'בעט פאר זיין אויסלייזונג. דאקעגן דער וואס האט אין זיין פעלד א קראנקן בוים און פארבט עס מיט רויטן פארב, פארוואס זאל דאס ערוועקן רחמנות געפילן ביי די דורכגייער? קיין שום קול קומט נישט ארויס פונעם בוים. אויך איז דער צער פונעם בוים קראנקהייט קיין שום פארגלייך צום צער פונעם מצורע. טא ווי אזוי שטעלט די גמרא צוזאמען די צוויי?
נאר פון דעם לערנען מיר - האט אויסגעפירט דער "אלטער פון קעלעם" - אז ווען יענער מאכט מיט א געוויסן פּראבלעם, איז נישט קיין חילוק ווי גרויס דער ווייטאג איז. דער "קלענסטער" שאדן וואס יענער מאכט מיט דארף ערוועקן די "גרעסטע" רחמנות געפילן ביי א צווייטן איד. חז"ל ערקלערן, מי שיש לו חולה בתוך ביתו ילך לחכם ויחלה עליו, ווער עס האט א קראנקן ל"ע אין שטוב זאל גיין צו א ת"ח, און דער ת"ח וועט מיטשפּירן זיין צער. האט געפרעגט דער גרויסער גאון ר' ישראל סאלאנטער ז"ל, וואס איז דער ענין פון מצער זיין דעם ת"ח?
נאר דער הסבר דערפון איז, דער פּסוק זאגט משפּטי ה' אמת, די דינים פון השי"ת זענען אויס¬געהאלטן. יעדעס ביסל ווייטאג וואס קומט אויפ'ן מענטש איז אויסגערעכנט און אנגעשריבן פון הימל. דעריבער, ווען דער ת"ח הערט ווי יענער מאכט מיט, און איז זיך באמת מצער מיט יענעמ'ס ווייטאג, וואס דאס איז דער ריכטיגער וועג ווי אזוי אן ערליכער איד דארף זיך פירן, דאן זאגט השי"ת, פאר יענעם ת"ח קומט דאך נישט ווייטאגן, און דער אויבערשטער נעמט אראפּ די יסורים פון יענעם איד, כדי דער ת"ח זאל נישט האבן יסורים וואס קומען זיך אים נישט. פון דעם ווארט לערנען מיר אז א ת"ח דארף באמת מיטשפּירן די יסורים און די ווייטאגן וואס א צווייטער איד מאכט מיט.
עס איז באקאנט די געשיכטע, ווען איין פּויער האט געזאגט פאר'ן צווייטן פּויער, כ'האב דיך באמת ליב. האט דער פּויער געפרעגט, אויב אזוי, זאג מיר וואס טוט מיר וויי? דער צדיק הרה"ק ר' משה לייב מסאסוב זי"ע וואס האט דאס אונטערגעהערט, האט דאן אויסגערופן מיט א ציטער, לערנען מיר פון דעם וואס עס הייסט באמת ליב האבן איין איד דעם צווייטן, אז מ'דארף מיטשפּירן מיט א צווייטן, און מיטלעבן מיט יענעמ'ס געפילן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אמרי נא אחותי את - מכאן ששוחטין לחולה בשבת ???????
א) לכאורה איז שווער צו פארשטיין פארוואס האט אברהם אבינו מורא געהאט אז די מצריים וועלען אים הרגנען ווייל זיי ווילען צונעמען שרה און זי זאל נישט זיין א אשת איש ווייל ס'איז א איסור חתונה צו האבען מיט א אשת איש, פונקט ווי דאס איז א עבירה צו וואוינען מיט א אשת איש איז דאך אויך א איסור צו הרגנען און מאכען שפיכות דמים און פארוואס זאלען אים די מצריים הרגנען.
ב) נאר דאס וועט פארענטפערט ווערען מיט די הקדמה וואס מיר געפונען אין די גמרא און אויך אין שו"ע סי' שכ"ח: אז אויב ס'איז דא א חולה וואס מ'דארף האבען פאר אים א ספעציעלע מין פלייש אים צו היילען און ס'איז דא צוויי ברירות, אדער צו נעמען פלייש פון א גוי וואס דאס איז א איסור פון טריפה, אדער צו שחט'ן א נייע בהמה אין שבת וואס דאס איז די עבירה פון חילול שבת, איז די הלכה אז ענדערשט שחט מען א נייע בהמה ווי איידער צו עסן טריפה.
ג) דער ר"ן איז מסביר דעם טעם ווייל ווען מ'שחט א בהמה האט מען טאקע געטוהן א איסור אבער נאכדעם וואס מ'האט "איינמאל" אפגעטוהן די איסור איז מען שוין גארנישט עובר, משא"כ ביי טריפה פלייש איז יעדע שטיקל וואס ס'קומט אריין צו אים אין מויל איז ער עובר אויף א איסור ממילא איז ענדערשט נאר איינמאל עובר צו זיין אויף א איסור ווי יעדע שטיקעל.
ד) די זעלביגע האט אברהם מורא געהאט אז די מצריים וועלען אויך מאכען דעם חשבון אז זיי וועלען אים הרגענען כאטשיג זיי וועלען עובר זיין אויף א עבירה אבער דאס איז נאר איינמאל אן עבירה, אבער צו גיין וואוינען מיט שרה ווען זי איז נאך א אשת איש איז מען דאך יעדע מאל עובר אויף א איסור וועלען זיי ענדערשט דאס טוהן האט ער געבעטען שרה אמרי נא אחותי את אז מ'זאל אים נישט הרגענען.
ה) קומט דאך אויס אז פון אברהם זעט מען דאך די סברא אז א מענטש טוט ענדערשט אזא מין עבירה וואס מ'איז נאר איינמאל עובר, ווי א עבירה וואס מ'איז אייביג עובר און פון די זעלבע סברא איז ענדערשט צו שחטן א בהמה ווי עסן טריפה, דאס זאגט די מדרש מכאן ששוחטין לחולה בשבת און נישט עסן טריפה ח"ו איז זייער גוט פארענטפערט די מדרש פליאה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לך לך מארצך.
\רש"י ערקלערט להנאתך ולטובתך. לכאורה קען מען פרעגן, ווי אזוי זאגט דער פּסוק דעם שכר אויף מקיים זיין די מצוה, מיר פּסק'ענען דאך שכר מצוה בהאי עלמא ליכא?
אויך דארף מען פארשטיין, פּרשת נח לאזט זיך אויס, ויצאו אתם מאור כשדים ללכת ארצה כנען ויבואו עד חרן, האבן זיי דאך שוין אנגעהויבן צו "גיין", ווייל זיי זענען דאך שוין ארויס פון זייער היימלאנד, צו גיין קיין א"י, פארוואס האט דער אויבערשטער נאכאמאל באפוילן "לך" לך?
מ'קען דאס פארענטפערן לויט ווי דער "בכור שור" זאגט אין מס' ב"ב (דף ט'), א טעם פארוואס שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, ווייל אזוי ווי אויף מבטל זיין א מצות עשה גיט מען נישט קיין עונשים אויף די וועלט, דאס זעלבע ביים מקיים זיין א מ"ע גיט מען נישט קיין שכר, דאקעגן ביי א ל"ת וואס אויב מ'איז דערויף עובר באקומט מען אן עונש מלקות, דאס זעלבע ווען איינער האלט זיך צוריק פון א ל"ת באקומט ער יא שכר אויף די וועלט, עכ"ד.
לויט דעם קען מען מפרש זיין דעם פּסוק מה טובו אהליך וגו', ווייל די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (דף ו'), ווען הקב"ה קומט אין ביהמ"ד און געפינט נישט צען מענטשן, ווערט השי"ת גערעגט דערויף. אויב אזוי, אז אויף נישט קומען אין ביהמ"ד איז דא אן עונש ווייל ווען השי"ת איז אין כעס איז דא אן עונש אויף א ביטול מ"ע, דעריבער ווען מ'קומט יא אין ביהמ"ד באקומט מען יא שכר. דאס איז דער פּשט אין פּסוק, מה טובו אהליך יעקב, וכו', ווי גוט איז דאס קומען אין ביהמ"ד, ווייל אויף דעם באקומט מען שכר, מער ווי ביי אלע אנדערע מצוות.
רש"י זאגט אין סוף פּרשת נח אויפ'ן פּסוק וימת תרח בחרן, אז ביז איצט איז געווען א חרון אף פון השי"ת. אויב אזוי, איז דאך איצט געווען אן "עידן ריתחא" וואס - ווי אויבן דערמאנט - גיט מען אין אזא צייט אן עונש אויף מבטל זיין א מ"ע, דארף מען דאך אויך געבן שכר אויף מקיים זיין א מ"ע, דעריבער זאגט דער פּסוק לך לך, להנאתך ולטובתך, ווייל אין אזא זמן גיט מען יא שכר אויף מקיים זיין א מ"ע.
אויך ווערט פארענטפערט פארוואס דער פּסוק חזר'ט איבער דעם ציווי פון "לך לך" כאטש אברהם אע"ה איז שוין איצט געווען אונטערוועגנס, ווייל איצט ווען ס'איז אן עידן ריתחא גיט מען דאך שכר אויף מקיים זיין א מ"ע, האט די תורה געוואלט איבער'חזר'ן פאר אאע"ה די מצוה פון לך לך, כדי אזוי ארום זאל ער באקומען שכר
עצי חיים - דרושים
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לך לך.
דער חידושי הרי"ם זי"ע פלעגט זאגן, אז דער רבי פון לובלין זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיינע תלמידים, אז ווען עס קומט אן פּרשת לך לך שפּירט ער ווי ער גייט ארויס פון טונקלקייט צו ליכטיגקייט, ווייל אין די פּרשה ווערט געלייענט ווי אזוי אברהם אבינו ע"ה האט באלויכטן די וועלט...
לך לך מארצך וממולדתך.
אין דער גאנצער געגענט האט מען געוואוסט פון די פילע גוטס וואס דער צדיק הרה"ק רבי נחום מטשערנאביל זי"ע טוט אין דעם ענין פון "פּדיון שבוים". ער פלעגט אן א שיעור ארומגיין און צוזאמענקלויבן נדבות פאר דעם דערמאנטן צוועק.
איינמאל, אנקומענדיג אין דעם שטעטל זיטאמיר, האבן די ארטיגע גוים אים פאר'מסר'ט צו די פּאליציי וועלכע האבן אים אריינגעשליידערט אין תפיסה ביז'ן ענדע פון משפּט. פאר עטליכע פון די חשוב'ע ראשי קהלה וועלכע זענען אים געקומען באזוכן, האט דער צדיק ערקלערט, אז דעריבער האט השי"ת באפוילן פאר אאע"ה די מצוה פון "לך לך מארצך", ווייל, ווי באקאנט, האט זיך אאע"ה אויסגעצייכנט אין דער מדה פון הכנסת אורחים, דעריבער האט אים דער אויבערשטער באפוילן ארומצוגיין און שפּרייזן אלס אן אורח, כדי ער זאל שפּירן ווי געשמאק ס'איז פאר'ן רייזנדן ווען מ'נעמט אים אריין.
דאס זעלבע, האט דער צדיק אויסגעפירט, האט דער אויבערשטער געוואלט, איך זאל שפּירן ווי גוט א איד פילט ווען מ'נעמט אים ארויס פון תפיסה. דערפאר האט ער צוגעברענגט אז איך אליין זאל געפּייניגט ווערן אין תפיסה, און דערנאך שפּירן דעם גוטן געפיל פון באפרייט ווערן.



ואת הנפש אשר עשו בחרן.
דער צדיק הרה"ק רבי ברוך ממעזבוז זי"ע פלעגט פיל מאל ארויסהעלפן פאר אידן מיט זייערע בקשות דורך דעם וואס ער האט זיך געבייזערט אויף זיי. די חסידים האבן שוין געוואוסט, אז אויף וועמען דער צדיק בייזערט זיך, דער איז שוין א געהאלפענער. ביי א געלעגנהייט האט ער געטייטשט דעם פּסוק ואת הנפש, די צעבראכענע נפשות, אשר עשו, וואס זיי האבן פארראכטן, "בחרן" מיט א "חרון" אף.
דערביי האט ער אנגעוויזן אויף א לשון הזוה"ק (פ' וישב), אית רוגזא דאיהו מברכא דלעילא ומתתא ואיקרי "ברוך"...


לך לך.
חז"ל ערקלערן (ב"מ ק"ז), הלוואי שתהא יציאתי כביאתי. א איד דארף שטרעבן אז ביים אוועקגיין פון דער וועלט זאל ער זיין אזוי ריין פון זינד ווי ער איז געווען ביים אראפּקומען אויף דער וועלט. דאס איז מרומז אין פּסוק, לך לך מארצך, ווען א מענטש גייט פון דער וועלט זאל ער זיין נקי מן החטא, וממולדתך, אזוי ווי ער איז געווען ביים געבוירן, דורכדעם וועט ער זוכה זיין, אל הארץ אשר אראך, לחיי העולם הבא.
עטרת ישועה

שאודיע טבעך בעולם (לשון רש"י).
די טבע פון מענטשן איז, אז מ'זעט נישט איין די חשיבות פון איינעם וואס איז אויפגעקומען מיט זיי צוזאמען. דעריבער האט השי"ת באפוילן פאר אאע"ה ער זאל אוועקגיין פון זיין היימשטאט, און גיין צו א ווייט לאנד, וואס דורכדעם וועט זיין נאמען באקרוינט ווערן איבער די גאנצע וועלט.

ואעשך לגוי גדול ואברכך ואגדלה שמך והי' ברכה.
דעריבער האט דער אויבערשטער צוגעזאגט אזוי פיל גוטע הבטחות פאר אברהם אאע"ה, ווייל ער האט אים געוואלט אויספּרובירן צי ער וועט דאס טאן צוליב דעם באפעל פון השי"ת, אדער ער וועט אינזינען האבן דעם שכר וואס ערווארט אים. דער פּסוק פירט אויס, וילך אברם "כאשר דיבר אליו ה'", ער האט דאס געטאן צוליב דעם באפעל פון השי"ת, און נישט אינזינען געהאט דעם שכר, וואס דאס איז געווען דער עיקר נסיון.
שפת אמת

והי' ברכה.
אין פּסוק שטייט נישט "והי' מברך", דו וועסט בענטשן, נאר "והי' ברכה", וואס דער פּשט דערפון איז, אז דער וואס אנטהאלט אין זיך די מדות טובות פון אברהם אבינו ע"ה, עין טובה, נפש שפילה, רוח נמוכה, דער וועט סיי ווי סיי זיין א געבענטשטער מענטש, ווייל דורך די גוטע מדות איז מען זוכה צו אלע ברכות.
חי' הרי"ם

הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את.
אין דער גמרא (מגילה י"ג) געפינען מיר, אז אסתר איז נישט געווען א יפת תואר נאר חוט של חסד משוך עלי'. דער חילוק צווישן א יפת תואר און חוט של חסד דערקענט מען, בשעת די שיינקייט קען צוברענגען צו א סכנה ח"ו, איז די שיינקייט א חוט של חסד, גייט די שיינקייט דאן אוועק, ווייל עס קען ברענגען דעם מענטש צו א סכנה. דאקעגן אויב די שיינקייט איז אן אמת'דיגע, גייט דאס נישט אוועק. ווען אאע"ה האט געזען אז אויך איצט פאר'ן אריינגיין אין מצרים, האט זי נאך איר שיינקייט, האט ער דערפון פארשטאנען אז זי איז באמת א יפת תואר, דעריבער האט ער אויסגערופן הנה נא ידעתי, איצט בין איך דאס געוואויר געווארן.
הגאון מווילנא ז"ל

למען ייטב לי בעבורך.
די הלכה לויטעט, ווען מ'זאגט לי, מיינט דאס לי ולא ליורשי, פאר מיר און נישט פאר מיינע יורשים. דאס האט אאע"ה געמיינט מיט'ן אויסדרוק "לי", מרמז צו זיין אז די אלע מתנות וואס ער וועט ערהאלטן פון די מצריים וועט ער נישט געבן פאר זיין יורש, יצחק אבינו, ווי עס האט זיך טאקע שפּעטער ארויסגעשטעלט אז די אלע מתנות האט ער געגעבן פאר די אייניקלעך פון הגר.
תפארת יונתן

ואברם כבד מאוד במקנה בכסף ובזהב.
פאר א צדיק איז אן אפּמוטשעניש צו האבן פארמעגענס, ווייל ער האט מורא אז ער זאל נישט אריינפאלן אין תאוות העוה"ז.
פרי צדיק

וילך למסעיו (פרע הקפותיו).
פארוואס האט אאע"ה געבארגט געלט ווען ער האט נישט געוואוסט זיכער אז ער וועט האבן צוריקצוצאלן? נאר דא רעדט מען נישט פון אפּצאלן געלט, נאר גייענדיג קיין מצרים האבן פארשידענע גוים געפרעגט די קשיא פון צדיק ורע לו, איצט, צוריקגייענדיג מיט פולע הויפנס, האט אאע"ה זיי צוריקגעענטפערט דעם תירוץ, אז פאר א צדיק גייט יא גוט. דאס איז דער באדייט פון רש"י, פרע הקפותיו.
חתם סופר


ויהי ריב בין רועי מקנה אברם... אל נא תהי מריבה.
דעריבער האט אאע"ה זיך באנוצט מיט א לשון נקיבה "מריבה", אנדערש ווי עס שטייט אנפאנג פּסוק "ריב" בלשון זכר, אנצודייטן אז די קריגעריי זאל נישט זיין אין די בחינה פון א נקיבה, אז ס'זאל זיך צעשפּרייטן און געבוירן פרישע קריגערייען. דאס האט אאע"ה געזאגט, אל נא תהי "מריבה".
של"ה הקדוש
אם מחוט ועד שרוך נעל.
חז"ל (סוטה י"ז) זאגן, אז צוליב דעם האבן מיר זוכה געווען לחוט של תכלת (ציצית) און רצועה של תפילין.
מ'קען מרמז זיין, אז ביידע טוען מיר אן ביי תפלת שחרית וואס אאע"ה האט מתקן געווען, וואס אין זיין זכות האבן מיר זוכה געווען צו די מצוות.
משך חכמה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רש"י: ואגדלה שמך זה שאומרים אלוקי יעקב, קען זיין די רמז ווייל אין די ג’ אבות אברהם יצחק יעקב איז דא דרייצען אותיות אקעגען די י"ג מדות של רחמים, דערפאר קען נישט יעקב ווערן אנגערופן ישראל ווייל אויב יא וועט זיין פערצען אותיות, דאס איז נאר ווען מ'האט גערופען אברהם, אבער ווען נישט וואלט ער יא גערופן געווארן ישראל, ווייל ס’איז אזוי אויך פערצען. דאס איז פשט ואגדלה שמך און מ'רופט דיך "אברהם" ממילא זה שאומרים אלוקי "יעקב" און נישט ישראל ווייל אויב יא וועט זיין פערצען. (אויך שטייט אז די נעמען פון די אמהות שרה רבקה רחל לאה זענען אויך דרייצען צוזאמען - די אבות מיט די אמהות איז 26 אזוי ווי די נאמען פון השי"ת (הוי"ה), מיט דעם קען מען אויך טייטשן די פסוק לולי ה' שהיה לנו יאמר נא ישראל - ווען נישט אז מ'דארף מרמז זיין אקעגען די נאמען פון השי"ת וואלט מען ווען געקענט אויך זאגען ישראל, ווייל ס'וואלט ווען נישט אויסגעמאכט אז מ'לייגט צו נאך א אות דאס איז פשט לולי "ה'" שהיה לנו ווען נישט דעם - יאמר נא "ישראל" וואלט מען אויך געקענט זאגען ישראל.

ואברם בן חמש ושבעים שנה בצאתו מחרן וואס דארף די פסוק זאגען וויפיל יאר אברהם אבינו איז אלט געווען ווען מ'איז ארויס פון חרן? נאר מ'געפונט אויבען אין פרשת נח שטייט אז אברהם איז ארויס פון חרן אבער דארט איז נישט שרה מיטגעגאנגען, אבער שפעטער ווען אברהם איז אלט געווארען 75 יאר איז שרה אמנו אלט געווען 65 יאר וואס דאס איז מער ווי האלב פון איר גאנץ לעבען 127 יאר, און מיר געפונען אין די גמרא אז ווען רוב יאר זענען שוין אדורך דארף מען נישט מורא האבען אז מ'וועט זינדיגען, האט שוין אברהם נישט מער מורא געהאט פאר שרה און איר געלאזט גיין קיין מצרים, וועגען דעם דארף די פסוק זאגען ווי אלט אברהם איז געווען, כדי צו וויסן ווי אלט שרה איז דעמאלט געווען.

ויהי כבוא אברם מצרימה ויראו המצריים את האשה כי יפה הוא מאוד לכאורה וואס דארף ער זאגען כבוא "אברם" מצרימה? ענטפערט ר' יונתן אייבשיץ זי"ע אז ווי באקאנט פאר א קעניג האט חתונה געהאט מיט א פרוי האט זי קודם געדארפט דורכגיין פארשידענע צוגרייטונגען ווי ס'שטייט אין די מגילה ששה חדשים בשמן המור, נאר דא האט פרעה גראד געוואלט חתונה האבען מיט שרה ווייל די גאנצע טעם פארוואס מ'האט דאס געמאכט ווייל זיי האבען געהאלטען אז אויב מ'מאכט נישט די אלע צוגרייטונגען איז דאס א סכנה פון פארשידענע קראנקהייטן, אבער דא אז אברהם איז מיטגעקומען און ער האט געהאט א שטיין וואס ווער ס'האט אויף דעם געקוקט איז אויסגעהיילט געווארען פון אלע קראנקהייטן דערפאר האט פרעה שוין נישט מורא געהאט, דאס זאגט די פסוק ויהי כבוא "אברם" וויבאלד ער איז מיטגעקומען ממילא האט פרעה שוין נישט מורא געהאט, און מ'האט שוין גלייך געמאכט די חתונה.

לא תקרא שמה שרי כי שרה שמה לכאורה פארוואס שטייט בלשון נוכח "דו" זאלסט נישט רופן – ער רעדט דען דא נאר צו אברהם? נאר ס'שטייט אז שרה האט אויך געהייסען "יסכה" ווייל דאס איז א לשון פון זעהן און יעדער האט געקוקט אויף איר וועגען איר שיינקייט, אבער אברהם האט דאך נישט געקוקט אויף איר האט ער איר נישט גערופען יסכה נאר שרה, אבער די גאנצע וועלט האט איר גערופען יסכה, דערפאר האט דער אויבישטער נאר אנגעזאגט פאר אברהם ווייל נאר פאר אים איז עס געווען א נייע נאמעןפון שרי אויף שרה, אבער די וועלט האט איר גערופן יסכה.

למען יטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך זאגט רש"י יתנו לי מתנות:
לכאורה דארף מען פארשטיין צוויי זאכען - איינס פארוואס האט אברהם אבינו געדארפט האבען אזוי וויכטיג די מתנות? און נאך מער איז שווער צופארשטיין פארוואס רעדט ער קודם פון די מתנות און נאכדעם זאגט ער פון זיין לעבען, דאס לעבען איז וויכטיגער פון אלע מתנות?
קען מען ענטפערן = מיט דעם וואס שטייט אין מדרש און רש"י ברענגט עס אויך צו - אז די אלע מתנות וואס אברהם האט באקומען פון פרעה האט ער שפעטער געגעבען פאר די בני פלגשים ווען ער האט זיי אוועקגעשיקט פון זיך און דאס איז געווען שמות פון טומאה.
אין פרשת חיי שרה שטייט וישלחם מעל יצחק בנו בעודנו חי - ער האט זיי אוועקגעשיקט פון זיך ווען ער האט נאך געלעבט איז שווער צו פארשטיין וואס די פסוק זאגט - ווייל אוודאי האט ער געלעבט ווען ער האט זיי אוועקגעשיקט?
נאר דער פשט איז לויט ווי די גמרא זאגט אין מסכת בבא בתרא אז ווער ס'לאזט איבער אזא ערליכע זון ווי ער איז אליין איז ווי גלייך ער בלייבט לעבען און ער וואלט נישט געשטארבען.
און ווען אברהם וואלט ווען זיי נישט אוועקגעשיקט און זיי וואלטען ווען געבליבען מיט יצחק וואלט ער נישט געבליבען ח"ו ערליך קומט אויס אז דורך אוועקשיקען זיי האט ער מציל געווען יצחק און ער איז געבליבען ערליך און ס'הייסט ווי גלייך אברהם איז קיימאל נישט געשטארבען, דאס איז פשט "בעודנו חי" ווען ער אברהן האט נאך די הלכה פון א חי דאס מיינט אז ער זאל שטענדיג האבען די הלכה פון א חי און ער זאל נישט הייסען א מת ח"ו.
די גאנצע אוועקשיקען איז דאך נאר געווען מיט די מתנות פון פרעה ווי ס'שטייט פריער דאס איז פשט יטב לי בעבורך מ'ועט מיר געבען מתנות און איך וועל דאס קענען געבען פאר די פלגשים און דורך דעם "וחיתה" נפשי וועל איך הייסען אייביג א חי ווייל דורכדעם וועט יצחק בלייבען ערליך און ס'וועט מקוים ווערע די גמרא כל המניח בן כמותו כאילו לא מת און דאס איז געווען די טעם פארוואס ער האט געוואלט די מתנה,
(דברי יואל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כי כל הארץ אשר אתה רואה לך אתננה
א) לכאורה דארף מען פארשטיין וויאזוי האט אברהם אבינו געקענט זעהן גאנץ ארץ ישראל מיט זיינע אויגען ווי איז דאס מעגליך ? כדאי דאס צופארענטפערן וועלען מיר מקדים זיין עטליכע הקדמות ווי פאלגענד:
ב) די גמרא זאגט אין מס' מגילה אז ארץ ישראל איז גרויס 400 פרסה אויף 400 פרסה קומט אויס אז אאע"ה וואס איז געשטאנען אינמיטן און געקוקט אויף אלע פיר זייטן האט ער געזעהן פון יעדע זייט 200 פרסה,
ג) די גמרא זאגט אין מס' בבא מציעא אז א מענטש קען זעהן מיט זיינע אויגען די שיעור פון א ריס,
ד) 7 מיט א האלב ריס איז א מיל
ה) 4 מיל איז א פרסה קומט אויס אז אין איין פרסה גייט אריין 30 ריס (ווייל פיר מאל 7 און א האלב איז 30 ) (74 איז 28 אין א האלב מאל פיר איז צוויי)
ו) אויב אזוי רעכען אויס - וויפיל ריס גייט אריין אין 200 פרסה = 6000 (ווייל 30 מאהל 200 = 6000)
ו) שטייט אין מדרש רבה אז אברהם אבינו איז געגאנגען 3 מיל אין איין טריט
ז) אין די גמרא עירובין שטייט אז א געווענליכע מענטש גייט 2000 טריט צו גיין א מיל, קומט אויס צוגיין 3 מיל דארף ער גיין 6000 טריט וואס אברהם אבינו איז געגאנגען אין איין טריט קומט אויס אז ער איז געגאנגען 6000 מאל שנעלער ווי א נארמאלע מענטש, איז מסתבר צו זאגען אז פונקט ווי ער איז געגאנגען שנעלער ווי א נארמאלע מענטש 6000 מאהל האט ער אויך געזעהן מיט 6000 מאהל ווייטער ווי א נארמאלע מענטש,
ח) א נארמאלע מענטש זעהט (ג) איין ריס ווייט אויב אזוי האט אברהם געזעהן 6000 ריס ווייט און לויט'ן חשבון פון פריער (ה) איז 6000 ריס די גרויסקייט פון 200 פרסה,
ט) קומט אויס אז ווען אאע"ה איז געשטאנען אינמיטן ארץ ישראל וואס איז געווען 400 פרסה פון אינמיטן איז עס די העלפט 200 פרסה האט ער געקענט זעהן פונקט גאנץ ארץ ישראל והוא פלא גדול עכ"ל,
(מאת הגה"ק מאוסטראווצא ז"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך
ווען א מענטש פארט אין א וועג, גייט ער ערשט אוועק פון זיין פאטער'ס הויז, דערנאך פון זיין געבורס ארט, און צום לעצט דערווייטערט ער זיך פון זיין לאנד,
אויב אזוי וואלט דער פסוק געדארפט זאגן פארקערט דעם סדר, מבית אביך ממולדתך ומארצך?
נאר - די פסוק ברענגט דעם סדר פון שוועריקייטן פון'ם נסיון, ערשטענס – מארצך - דאס איז דער גרינגסטער טייל, שווערער פון דעם איז – ממולדתך – דאס וואס ער דערווייטערט זיך פון זיין געבורטס ארט און מ'לאזט איבער אלע גוטע פריינד, און דער שווערסטער טייל פון די נסיון איז – מבית אביך – דאס וואס ער שיידט זיך אפ – פון זיין פאטער'ס הויז – וואס צומערסטענס איז דער מענטש צוגעבינדען דערצו. חתם סופר

והי' כי יראו אותך המצרים ואמרו אשתו זאת והרגו אותי ואותך יחיו?
אברהם אבינו האט מורא געהאט אז זיי וועלן איהם הרג'נען און חתונה האבן מיט שרה, ווייל די מצרים זענען דאך אויך מחויב אין די מצוה פון איסור אשת איש ווייל עס איז דאך איינע פון די שבע מצוות בני נח, און ווי לאנג אברהם לעבט – איז שרה א אשת איש, און מ'טאר נישט חתונה האבן מיט איהר,
איז דאך שווער א קשיא, פונקט אזוי ווי זיי זענען מחויב אין די מצוה פון אשת איש, זענען זיי דאך אויך מחויב אין די מצוה פון רציחה, איז פארוואס האט אברהם מער חושש געווען אויף די איסור פון רציחה מער ווי אויף די איסור פון אשת איש?
נאר – אברהם האט מורא געהאט אז עס וועט זיך ענדערש לוינען פאר די מצריים עובר צו זיין אויף די מצוה פון רציחה, ווייל דאס ווערט נאר אפגעטוהן איין מאל, און דעמאלט איז שוין דער איסור פון אשת איש נישט דא, אבער אויב זיי וואלטן איהר גענומען פאר א ווייב בשעת אברהם לעבט – וואלטן זיי עובר געווען יעדע רגע אויף אן עבירה, הרב יוסף קרא – מבעלי התוספות

וינגע ה' את פרעה נגעים גדולים ואת ביתו
פארוואס איז געקומען אויף פרעה אזא גרויסע שטראף – ער איז דאך געווען א שוגג – נישט וויסענדיג אז זי איז אברהם'ס ווייב?
נאר – פון אנפאנג האט פרעה טאקע נישט געוואוסט, אבער דערנאך האט עהם דער אויבערשטער געלאזט וויסן – אז שרה איז א אשת איש, און דאך האט ער איהר נישט אפגעלאזט, איז ער געווען א "תחלתו באונס וסופו במזיד",
א ראיה דערצו זעהן מיר פון דעם: וואס תיכף נאכדעם וואס פרעה האט געליטן פון די נגעים האט ער באלד געזאגט פאר אברהם "הנה אשתך קח ולך", איז פון וואו האט ער געוואוסט אז שרה איז זיין ווייב? שרה האט דאך זיכער נישט פארציילט – ווייל אזוי איז זי באפוילן געווארן פון אברם?!איז פון דעם געדרינגען: אז דער אויבערשטער האט עהם שוין פריערמודיע געווען אז שרה איז זיין ווייב.
קושיות יוסף
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויאמר אברם הרימותי ידי אל ה', וגו', ולא תאמר אני העשרתי את אברם.
פּשט אין די פּסוקים קען זיין ווי פאלגענד. די הלכה איז, ווען איינער ראטעוועט ארויס פון ים אדער פון א גרופּע מיליטער, באלאנגט די זאך פאר אים, ווייל ער האט דאס אפּגעראטעוועט. דאך שטייט אין חו"מ (סי' רנ"ט), אז אלס לפנים משורת הדין זאל מען עס יא צוריקגעבן וועגן כי תעשה הישר והטוב.
מיט דעם טייטשט דער גאון ר' נפתלי (בעל סמיכות חכמים) ז"ל, על זאת יתפּלל כל חסיד לעת מצוא, רק לשטף מים רבים אליו לא יגיע, ער זאל נישט דארפן צוקומען צו המציל מזוטו של ים, ווייל דעמאלט דארף ער דאס צוריק געבן.
לויט דעם קומט אויס, אז הגם דאס פארמעגן פון מלך סדום האט באלאנגט פאר אברהם אבינו ווייל ער האט דאס אפּגעראטעוועט, דאך האט דאס אברהם נישט געוואלט נעמען, ווייל ער האט זיך געוואלט פירן לפנים משורת הדין, אבער אאע"ה האט זיך אנגעשטויסן אין א פּראבלעם, נעמליך, וואס טוט מען מיט מעשר? וויבאלד מן הדין באלאנגט דאס פאר אים, און ער איז שוין מחוייב געווארן מיט מעשר, ווי אזוי האט ער די רעכט צוריק צו געבן דאס פארמעגן פאר מלך סדום און נישט געבן קיין מעשר?
באמת קען מען לויט דעם צולייגן א ווארט צום דערמאנטן טייטש, אז דעריבער האט דוד המלך געזאגט רק לשטף מים רבים אליו לא "יגיעו", אז ער זאל בכלל נישט צוקומען צו אזא סארט פארמעגן, ווייל ביים צוריקגעבן, שטויסט מען זיך שוין אן אין א פּראבלעם.
דאס האט אויך געזאגט אאע"ה פאר'ן קעניג פון סדום, הרימותי ידי אל ה', איך מאך א שבועה אז איך וועל בשום אופן נישט נעמען פון דיין פארמעגן, וועסטו דאך זיכער מיינען אז אביסל פונעם פארמעגן וועל איך יא נעמען כדי צו געבן מעשר, האט אאע"ה געזאגט, ולא תאמר אני העשרתי את אברם, ווייל ווי באקאנט איז דאך די סגולה פון געבן מעשר צו ווערן רייך, ווי חז"ל זאגען עשר בשביל שתתעשר, האט א"א געזאגט, אז אפילו אויף צו געבן מעשר וואס מאכט רייך וויל איך אויך נישט נעמען פון דיר, ווייל וויבאלד איך האב קיינמאל נישט זוכה געווען אין דעם פארמעגן, בין איך נישט מחוייב געווארן צו געבן מעשר
(ישמח משה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ונברכו בך כל משפּחות האדמה.
מ'האט אמאל געפרעגט דעם שפת אמת, אויב וועלן זיך אלע מענטשן בענטשן אין אברהם, טא אויב אזוי ווער וועלן זיין די שעלטערס פון אברהם, אז דער פּסוק זאגט ומקללך אאור? האט דער שפ"א מיט א שמייכל ערקלערט, דאס קומט מיר פאר ווי די מתנגדים וואס האבן פאראיבל אויף די חסידים, און האלטן זיי אין איין שעלטן און אוועקמאכן, אבער דאך ווילן זיי אז זייערע קינדער זאלן אויך אזוי אויסזען...
* לך לך.
אלע טעג פון דעם צדיק הרה"ק ר"ר נחום מטשערנאבל ז"ל האט ער עוסק געווען אין די מצוה פון פּדיון שבויים. שטענדיג האט מען אים געזען גיין קלויבן נדבות פאר די מצוה. עס האט פּאסירט אמאל אז ער איז אנגעקומען אין דעם שטעטל זיטאמיר. די איינוואוינער פון שטאט, די ארטיגע גוים, האבן באמערקט א איד'ל גייט, האבן זיי באשלאסן צו מאכן די זאך מיט אים, און האבן ארויסגעלאזט א בלבול אויף אים, און מ'האט אים באלד אריינגעלייגט אין תפיסה. דער צדיק האט דערפון געהאט גרויס חלישות הדעת.
ווען איינער פון די צדיקים איז אים געקומען באזוכן אין תפיסה, האט ער אים געזאגט, אז ווען השי"ת האט געזען ווי אברהם אבינו איז אזוי שטארק עוסק אין די מצוה פון הכנסת אורחים, האט אים דער אויבערשטער באפוילען ארויסצוגיין פון זיין לאנד, און אליין ווערן אן אורח, וואס דאס האט אים געגעבן די מעגליכקייט אז ער זאל זיך איבערצייגען וואס דער געפיל פון אן אורח איז, און ווי אזוי אן אורח שפּירט זיך ווען מ'נעמט אים שיין אויף.
דאס זעלבע איז ביי אייך, האט דער צדיק אויסגעפירט, ווען דער אויבערשטער האט געזען ווי שיין איר גיט זיך אפּ מיט די מצוה פון פּדיון שבוים, האט דער אויבערשטער אייך געוואלט ווייזן ווי גוט איינער שפּירט זיך ווען מ'נעמט אים ארויס פון תפיסה, כדאי איז זאלט שפּורן דעם גוטען געפיל וואס איר שאפט פאר אידן...
אחרי הפּרד לוט מעמו.
א פּראסטער איד האט זיך אמאל אויפגעטאן פאר ר' דוד'ל קארלין ז"ל, אז ער האט געוויסע מאל אין יאר הרהורי תשובה, וואס דאן איז ער אפילו ערליכער ווי סתם א איד, האט אים דער צדיק געענטפערט מיט א שמייכל, מיר געפינען טאקע עטליכע מאל אין די תורה, אז ס'שטייט באותה שעה כשר הי', אבער דאס שטייט נישט נאר ביי רשעים, ווי ביי לוט, און ביי די מרגלים. זעט אויס פון דעם אז צו טראכטן פון באשעפער נאר אין א געוויסע שעה, איז דער דרך פון רשעים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קורץ און שארף
לך לך מארצך.
די פליכט פון א איד אויף די וועלט איז אוועקצוגיין ווי ווייט מעגליך פון די מנהגים פון די אומה"ע, און זיך באהעפטן צו די תורה. דאס איז מרומז אין די ווערטער פון די תוה"ק, לך לך מארצך, מ'דארף אוועקגיין פון לאנד אין וועלכן מ'וואוינט און נישט נאכגיין זייערע דרכים
(כ"ק אדמו"ר מפּאפּא ז"ל)
למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך.
רש"י ערקלערט, יתנו לי מתנות. אויבנאויף איז דאס שווער צו פארשטיין, ווייל ס'שטייט דאך שונא מתנות יחי'. נאר דער פּשט איז, למען ייטב לך בעבורך, זיי וועלן מיר געבן מתנות, און איך וועל די מתנות נישט נעמען, דורך דעם וחיתה נפשי, וועל איך בלייבן לעבן דורך דעם כלל פון שונא מתנות יחי'
(הרה"ק ר' ישכר בער מראדאשיץ ז"ל)
לך לך.
די מפרשים פרעגן, ווי אזוי האט אברהם אבינו געקענט איבערלאזן זיין אלטן טאטן תרח, און אוועקגיין קיין ארץ ישראל? נאר מ'קען דאס ערקלערן לויט ווי רש"י ברענגט, אז תרח איז דאן אלט געווען 145 יאר, גענוי ווי אלט זיין טאטע נחור איז געווען ווען ער איז נפטר געווארן, און באמת האט ער דאן געדארפט אוועקגיין פון דער וועלט, נאר מ'האט אים צוגעלייגט עטליכע יאר לכבוד זיין זון אברהם. דעריבער איז שוין געווען רעכט אז אאע"ה זאל אוועקגיין פון זיין טאטען. דאס איז מרומז אין די רייד פון השי"ת, "לƒך" גיי אוועק פון דיין טאטן, ווייל "ל‚ך", די צוגעקומענע יארן זענען נאר לכבוד דיר, דערפאר ביזטו ערלויבט איבער צו לאזן דיין טאטע
(אור החיים הק' - סוף פ' נח)
להנאתך ולטובתך (לשון רש"י).
נישט אלעמאל זענען די הנאות וואס א מענטש האט הנאה אויף די וועלט פאר זיין טובה וועגן, דעריבער איז רש"י דא מדגיש, להנאתך, סיי דאס וועט זיין פאר דיין הנאה, ולטובתך, און סיי דאס וועט נאך אויך זיין א טובה פאר דיר
(הרה"ק מאלכסנדר ז"ל)
והי' ברכה.
דער פּסוק זאגט נישט "והי' מברך" נאר "והי' ברכה". דאס איז א רמז אז דער וואס פירט זיך אויף אזוי ווי אאע"ה, ער האט די מדות פון אאע"ה, איז סיי ווי א געבענטשטער, דעריבער זאגט דער פּסוק והי' ברכה, דיין מוסטער וועט זיין א ברכה, ווען מ'וועט דיך נאכמאכן וועט מען זיין געבענטשט
(חידושי הרי"ם)
והי' ברכה.
וואס איז דער חילוק צווישן ברכה און הצלחה? הצלחה זאגט מען ווען אלעס פּאסירט בדרך הטבע, דאקעגן ברכה איז ווען עס קומט פאר געשעענישן שלא כדרך הטבע. צו דעם אז אברהם אבינו זאל זוכה זיין צו קינדער, האט אויסגעפעלט א וועג פון שלא כדרך הטבע, דעריבער האט אים השי"ת געזאגט, אז דו וועסט ארויפגיין קיין א"י וועט אריינקומען די ברכה שלא כדרך הטבע, און ממילא וועסטו זוכה זיין צו קינדער
(הרה"ק היהודי מפּשיסחא ז"ל)
וילך אתו לוט ואברם בן חמש שנים ושבעים שנה בצאתו מחרן.
בדרך צחות, וילך אתו לוט, פארוואס עפּעס איז לוט מיטגעגאנגען מיט אברהם אבינו, ער איז דאך נישט געווען פון די גרעסטע ליבהאבער פון אאע"ה? די ערקלערונג דערפון שטייט ווייטער אין פּסוק, ואברם בן חמש שנים ושבעים שנה, אברהם אבינו איז שוין געווען אן עלטערער מענטש, האט לוט דערפון פארשטאנען אז אט אט וועט קומען די צייט צו ירשנ'ען זיין גרויס פארמעגן, און דאס איז א שאד איבערצולאזן, דערפאר איז לוט מיטגעגאנגען מיט אים
(אשכול ענבים)
ויעבור אברם, נכנס לתוכה (לשון רש"י).
אברהם אבינו האט נישט געקוקט אויף די אויסערליכע חיצוניות פון ארץ ישראל, נישט איר שיינקייט האט אים באצויבערט און אדורכגענומען. ער האט נאר געזען די פּנימיות די קדושה וואס ליגט טיף באהאלטן אין א"י. דאס זאגט רש"י, נכנס "לתוכה", ער איז אריין אין די חלק הפנימיות פון ארץ ישראל
(דברי ישראל - מאדזשיץ)
הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את.
מפורשים פרעגן, ביז איצט האט דאס אברהם נישט געוואוסט? נאר מיר געפונען אז דער אויבערשטער מאכט אמאל א נס, און ציט ארויף א חן אויף א מענטש, ווי מיר זעען ביי אסתר, אז טראצדעם וואס באמת האט זי נישט געהאט קיין חן, דאך האט דער אויבערשטער געמאכט אז זי זאל געפינען חן אין די אויגן פון אחשורוש, אבער דא ווען אברהם אבינו האט געזען אז אפילו אין א צייט וואס באמת וואלט בעסער געווען אז זי זאל נישט זיין אזוי אויסגעצייכענט, כדי די אומווערדיגע מענשטן פון מצרים זאלן זיך נישט אנטשעפּען אין איר, און דאך איז זי געבליבן מיט איר שיינקייט, איז דאס דער בעסטער באווייז אז זי איז באמת אזוי און נישט נאר בדרך נס. דאס איז פּשט, הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את, אז דו ביזט באמת אזוי און נישט נאר בדרך נס
(הגר"א ז"ל)
ואברהם כבד מאוד במקנה בכסף ובזהב.
כבד איז טייטש שווער, ווייל פאר צדיקים איז שווערער דער נסיון העושר ווי דער נסיון העוני
(תפארת יונתן)
במקנה בכסף ובזהב ... וילך למסעיו ... ויקרא בשם ה'.
דער גאנצער ציל פארוואס ס'האט אויסגעפעלט אז אאע"ה זאל פארמאגן געלט איז נאר געווען כדי וילך למסעיו, ער זאל האבן די מעגליכקייט ארומצוגיין און אויפקלערן אז ס'איז דא איין באשעפער אויף די וועלט
(דברי שאול)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לך לך מארצך וממוללדתך אל הארץ אשר אראך
זאגט דערויף רש"י דאס וועט זיין פאר דיין טובה און פאר דיין הנאה, דערנאך זאגט רש"י אויפן פסוק ושם אעשך לגוי גדול אבער דא וועסטו קיין קינדער נישט האבען.
מ'קען ערקלערן די שייכות פון די צוויי רשי'ס בדרך רמז ווי פאלגענד: מיר געפונען ווייטער אין די פרשה ווען דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו אז ער וועט האבען קינדער האט ער אים צוגעלייגט דער אות ה"א צו זיין נאמען, און די זעלבע געפונען מיר ביי שרה אמנו אז מ'האט אויפגעטוישט איר נאמען פון שרי צו שרה,
קומט אויס אז ביי ביידע האט מען צוגעלייגט דער אות ה"א, ווי באקאנט קען מען מאכען רמזים לויטן מספר קטן, ל"ך במספר קטן איז בגימטריא 5 (למ"ד איז 3 און כ' איז 2), דאס איז רש"י מרמז ל"ך ל"ך וואס דאס איז צוויי מאהל די אות ה', וואס דאס וועט זיין פאר דיין הנאה, ווייל ווען מ'וועט צולייגען די אותיות ה"א וועט פארפולקאמט ווערן וואס דער פסור פירט אויס ושם אעשך לגוי גדול, און איר וועט הנאה האבען.
תפארת צבי

וימת תרח בחרן – ויאמר ה' אל אברם לך לך
מ'קען מרמז זיין אזוי ווי רש"י זאגט אין די פרשה אז הערשט נאכדעם וואס לוט איז אוועק פון אברהם אבינו האט דער אויבערשטער גערעדט מיט אים, דער זעלבע וויל די פסוק מרמז זיין אז הערשט נאכדעם וואס אברהם אבינו איז אוועק פון זיין טאטן תרח האט זיך דער אויבערשטער באוויזען צו אים. (טראצדעם וואס באמתאיז ער נאכנישט געשטארבען)
תפארת צבי
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לך לך ... ואעשך לגוי גדול, ל"ך ל"ך באטרעפט הונדערט, מרמז צו זיין אז ווען אברהם וועט זיין הונדערט יאהר וועט ער האבען קינדער און עס וועט מקוים ווערן ואעשך לגוי גדול .
(בעל הטורים)
ל"ך ל"ך באטרעפט הונדערט, אברם איז יעצט אלט געוועהן פינף און זיבעציג יאר (75), די לעבין טעג פון אברהם איז געוועהן הונדערט פינף און זיבעציג יאר - ל"ך ל"ך האסט נאך יעצט צו לעבען הונדערט יאר.
(בעל הטורים)
לך לך- השם יתברך האט געזאגט צו אברהם ער זאל אוועק גיין פון זיין פאטערס הויז און זיין משפחה ווייל ווען מען איז צוזאמען מיט רשעים לערנט מען זיך אפ פון זייערע שלעכטע מעשים אזוי ווי א מענטש גייט אריין און א געשעפט פון בשמים אפילו ער רירט נישט אהן די בשמים באקומען זיינע קליידער א פיינעם שמעק, ווען א מענטש גייט אבער אריין אין א געשעפט פון נאפט אפילו ער רירט נישט צו צום נאפט באקומען זיינע קליידער א שמעק פון נאפט השם יתברך האט געזאגט צו אברם לך לך גיי פאר דיינעט וועגען לך , מיינט זאלסט זיין פאר דיר נישט מיט זיי .
] (רבינו בחיי)
פסוק ד') וילך אברם כאשר דבר אליו ה' עס איז שווער פארוואס דארף שטיין דער פסוק עס שטיט דאך אין פסוק ה' ויצאו ללכת וגו' אז אברם איז געגאנגען קיין ארץ כנען ? ענטפערט דער אור החיים הקדוש אז דער פסוק לאזט אונז הערין דאס גרויסקייט פון אברהם אז ווען ער האט געהערט דאס באפעל פון השם יתברך האט ער זיך נישט פארזוימט כדי זיך צוגרייטען עסין און קליידונג אזוי ווי דער סדר פון מענטשען וואס גייען אויף א לאנגען וועג נאר תיכף כאשר אזוי ווי ,דאס מיינט באלד, איז ער שוין געגאנגען .
(וכ"ה בש"ך על התורה)
נאך איז מרמז דאס ווארט כאשר אז דו זאלסט נישט טראכטען אז אברהם איז געגאנגען ווייל השם יתברך האט אים צוגעזאגט די אלע גוטע זאכען , ניין, כאשר דבר אליו ה' אזוי ווי השם יתברך האט אים באפוילען, נאר ווייל השם יתברך האט אים געהייסען נישט וועגען די צוזאגונג - וילך אתו לוט לוט איז אבער געגאנגען מיט אברהם דאס מיינט ווייל ער האט געוויסט אז אברהם וועט האבען א גרויס עשירות איז ער מיט געגאנגען.
( אור החיים הקדוש)
אל הארץ אשר אראך ס'איז שווער פון ווי האט אברהם געוויסט אז דאס לאנד איז ארץ ישראל? נאר דאס ווארט ארא"ך אל"ף רי"ש אל"ך כ"ף באטרעפט ארץ ישראל דאס איז מרמז אז אברהם זאל גיין קיין ארץ ישראל
(קדושת ציון)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואברכה מברכיך …פארוואס ביי די בענטשונג שטייט אז "איך וועל בענטשען דער וואס וועט דיך בענטשען" און ביי די שעלטער שטייט פארקערט "דער וואס וועט דיך שעלטען וועל איך שעלטען" נאר מיר ווייסן אז " מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה" אויב איינער וויל נאר טוהן א מצוה אפילו ער האט עס נישט ג'קענט טוהן באקומט ער שוין דעם שכר , ביי אן עבירה אבער,שטראפט נישט דער אויבערשטער נאר אויב ער האט שוין געטוהן די עבירה אבער אויב ער האט עס נאר געוואלט טוהן שטראפט נישט דער אויבערשטער איבער דעם שטייט "ואברכה" און איך וועל שוין בענטשען דער וואס וויל בענטשען חאטש אפילו ער האט דיך נאך נישט געבענטשט אבער ביים שעלטען וואס דאס איז אן עבירה זאגט דער אויבערשטער "ומקללך " און דיינע שעלטער-דאס הייסט אז ער האט דיך שוין ג'שאלטען דעמאלס אאר וועל איך אים שעלטען – און ביים בענטשען וועל איך איהם פריער בענטשען!
בך חותמין ………על שלשה דברים העולם עומד אויף תורה , עבודה, און גמילת חסדים , אברהם אבינו איז מדת החסד יצחק איז עבודה און יעקב איז תורה עס שטייט אז אין די ערשטע דורות איז דער עיקר מיט וואס די יודען האבען עוסק ג'וועהן איז ג'וועהן תורה , שפעטער האט מען בעיקר עוסק ג'וועהן אין עבודה און אין די לעצטע דורות פאר משיח וועט קומען וועט מען בעיקר עוסק זיין אין חסד אין גמילת חסדים אזוי ווי מיר זעהן היינט אז מען איז אזוי פיהל עוסק אין צדקה און חסד- דאס מיינט מען "בך חותמין " מיט דיין מדה מדת החסד חותמין וועט מען ענדיגען דעם גלות און גיין קעגען משיח צדקינו
בך חותמין …אסאך מאהל ג'שעהט א זאך צו א מענטש וואס ער מיינט אז דאס איז ח"ו שלעכט אבער באמת איז דער סוף פון יעדע זאך פאר זיין טובה , דאס מיינט "בך חותמין " יעדע זאך- כאטש עס זעהט אויס שלעכט ענדיגט זיך מיט דיין מדה דאס הייסט מדת החסד און עס קומט ארויס דערפין נאר גוטס.
ואעשך לגוי גדול ואברכך ואגדלה שמך …זאגט רש"י שהבטיחו על הבנים ועל הממון ועל השם …דבר אחר ואעשך לגוי גדול זה שאומרים אלקי אברהם , ואברכך ..אלקי יצחק , ואגדלה שמך ,,,, אלקי יעקב:די צוויי פשטים פון רש"י זענען ג'וועהן א שמועס צווישען דעם יצר הרע און אברהם אבינו , דער יצר הרע האט ג'זאגט צו אברהם אז ווען ער איז מקיים דעם באפעל פונ'עם באשעפער זאל ער אין זין האבען די אלע גשמיותדיקע זאכען אויף "ואעשך לגוי גדול" זאל ער טראכטען אז ער וועט האבען א סאך קינדער "ואברכך" אז ער וועט האבן אסאך געלט און אויף "ואגדלה שמך" א דו וועסט האבען א גרויסען נאמען . האט אברהם איהם צוריק ג'ענטפערט דבר אחר – ניין! איך האב זיך נישט אליין אין זין איך מיין עפעס אנדערש "ואעשך לגוי גדול" וויל איך מען זאל זאגען אלוקי אברהם .."ואברכך" אלוקי יצחק "ואגדלה שמך" אלוקי יעקב , ווען איך פאלג השי"ת מיין איך מיט דעם גאר גרויס צו מאכען דעם באשעפערס נאמען !!! (אוהב ישראל)
ויהי "ריב " אל נא תהי "מריבה" קודם שטייט "ריב" א לשון זכר נאך דעם "מריבה" א לשון נקבה , ווייל געווענליך פון א קליינע קריגעריי קען ארויס קומען א גאנצע מחלוקה, אברהם האט ג'זעהן אז עס איז דא א קליינע "ריב" האט ער געזאגט אל נא תהי מריבה, לשון נקבה וואס איז מוליד פונקט אזוי קען ועורען פון דעם א גאנצע מחלוקה האט ער אים שנעל אוועק געשיקט עס זאל זיין שלום .
(של"ה הקדוש)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויאמר השם אל אברם לך לך זאגט רש"י "להנאתך ולטובתך" פאר דיין הנאה און פאר דיין טובה וועגן עס זענען דא צדיקים וואס טוהן מחזיר בתשובה זיין די רשעים דורך זיי אריינזאגען שארפע רייד און ער פארשעמט זיי וואס דורך דעם קערין זיי זיך צוריק צום גוטן עס זענען אבער דא אנדערע צדיקים וואס זענען מחזיר בתשובה די רשעים דורך דעם וואס זענען זיי מכבד און ווייזען זיי א פריינטליך פנים דעמאלט טראכט זיך דער זונדיגער איך בין דאך נישט ראוי צו דעם כבוד איך וועל פארבעסערן מיינע מעשים כדי איך זאל זיין ראוי צו דעם גרויסען כבוד.
דורך דעם ערשטען וועג וואס דער צדיק פארשעמט דעם רשע און דער רשע טוט תשובה איז עס א טובה פאר דעם רשע אבער ער האט נישט קיין הנאה פון דעם וועג ווי דער צדיק האט אים מחזיר בתשובה געווען ווייל ער איז דאך געווארען זייער פארשעמט אויך דער צדיק האט דערפון צער וואס ער האט פארשעמט א איד איז עס א טובה אבער נישט קיין הנאה.
אבער דורך דעם צוויטן וועג וואס דער צדיק איז מקרב דעם רשע דורך אים מקרב זיין און מכבד זיין איז עס א טובה און אן הנאה ווייל דער רשע טוט תשובה און אויך פאר דעם צדיק וואס שטראפט אים איז עס אן הנאה אויך דער רשע האט אן הנאה אז ער האט זיך צוריקגעקערט צו עבודת השם יתברך אן דעם ער זאל האבען בישות וכלימות.
האט דער אויבערשטער געזאגט צו אברהם לך לך, גיי מיט דיין מדה פון חסד, כדי דורך דעם וועט זיין להנאתך ולטובתך עס וועט זיין אן הנאה פאר דיר און אויך א טובה פאר דיר.
(עטרת ישועה)
=-=-=-==-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-==-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=-=============--=------=
ויעבר אברם בארץ עד מקום שכם עד אלון מורה והכנעני אז בארץ מען דארף צו פארשטיין וואס פאר א שייכות האט ויעבור אברם בארץ צו די ווערטער והכנעני אז בארץ נאר דער סדר פון די וועלט איז אז ווען עס איז דא א מלחמה צווישען צוויי קעניגגרייכן אויב מען זעהט א פרעמדן מענטש וואס דרייט זיך ארום פון איין פלאץ צום צווייטן פלאץ ווערט ער תיכף פארדעכטיגט צו ער איז א שונא א שפיאן, אבער דא ווען אברהם אבינו איז געגאנגען אויף די אלע פלעצער האט דער אויבערשטער איבער אים געהיטן אז קיינער האט אים נישט געטשעפעט כאטש עס איז געוועהן אזא צייט וואס איז געוועהן גרויסע מלחמות צווישן די כנעניים (כפירש"י) און די בני שם .
דאס מיינט דער פסוק ויעבר אברם בארץ אברם איז אדורך געגאנגען רוהאיג אין לאנד אויף די אלע פארשידענע פלעצער כאטש והכנעני אז בארץ וואס איז געווען גרויסע מלחמות פונדעסטוועגן האט קיינער נישט געטשעפעט אברהם
(כלי חמדה)


והאמין בד' ויחשבה לו צדקה מען דארף פארשטיין וואס מיינט ויחשבה לו צדקה ווער האט גערעכנט פאר וועמען א צדקה (ועיין פירש"י) דער חובת הלבבות זאגט אז ווען א מענטש אנערקענט און ווייסט אז ער איז נישט ראוי צו די גרויסע חסדים וואס דער אויבערשטער טוט מיט אים דעמאלט ווערט ביי אים געשטארקט די מדת הבטחון ווייל ער ווייסט דאך אז די אלע גוטע זאכן וואס ער האט באקומען ביז יעצט פון אויבערשטען איז געווען א חסד חנם איז דאך נישט שייך צו טראכטען אז דער חסד וועט בטל ווערין ווייל פונקט ווי דער אויבערשטער האט אים געגעבען אומזיסט דארף ער האפפען אז יעצט וועט אים דער אויבערשטער ווייטער געבן א מתנת חנם
זאגט דער פסוק והאמין בהשם, אברהם אבינו האט געגלויבט אז דער אויבערשטער וועט אים געבן די אלע זאכען כאטש ער האט געטראכט אז ער איז נישט ראוי, ווייל ויחשבה לו צדקה ער האט גערעכנט די אלע גוטע זאכן וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבען ביז יעצט איז געווען א צדקה, ממילא פונקט ווי ביז יעצט איז ער נישט געווען ראוי און דער אויבערשטער האט אים געגעבן, וועט אים דער אויבערשטער ווייטער געבן אלץ צדקה און
נישט פאר זיינע פארדינסטען (לפי הערבי נחל ).
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”