די סגולות פון מצות סוכה

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

די סגולות פון מצות סוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מצות סוכה איז א באשיצונג
אין זוהר הקדוש פרשת תצוה שטייט, מאן דיתיב בצילא – ווער ס'זיצט אינטער די שאטן פון א סוכה, - באינון יומין עילאין – אין די געהויבענע טעג פון סוכות, - וכו' לחפיא עליה – טוט עס אים באשיצען, - ולאגנא ליה בשעתא דאצטריך – און ס'באשיצט אים שטענדיג ווען ער דארף נאר.
(זוהר)
אין תיקוני זוהר שטייט, מאן דעביד ליה סוכה – ווער ס'מאכט א סוכה, - קודשא בריך הוא מסכך עליה בההוא עלמא – טוט אים דער אויבערשטער באשיצען אויף יענע וועלט,- ואגין עליה מכל מלאכי חבלה – און ס'באשיצט אים פון אלע שלעכטע מלאכים, - כד נפיק מההוא עלמא ואזיל לההוא עלמא – ווען ער גייט ארויס פון דער וועלט און ער גייט אריין אין יענע וועלט, טוט אים די מצוה סוכה באשיצען פון אלעם בייזען.
(תיקוני זוהר)
אין ספר חסד לאברהם שטייט: אז די "מצות סוכה" איז א שמירה אויף א גאנץ יאר, און ער ברענגט דערצו א ראי' פון מדרש, דער אויבערשטער האט געזאגט פאר די אידן - איר זענט מיין וויינגארטן, און איך בין אייער שומר, דעריבער דארפט איר מאכן א סוכה פאר'ן שומר אז ער זאל האבן ווי צו זיין און אזוי ארום וועל איך אייך אפהיטן.
און נאך א רמז ברענגט ער אז די ווערטער "בחמש'ה עש'ר יו'ם לחוד'ש השביע'י" איז די סופי תיבות שמיר"ה, מרמז צו זיין אויף דעם, אז אין די טעג פון פופצן טאג אין תשרי, וואס דעמאלס איז יום טוב סוכות, איז דא א שמירה דורך די מצוה פון זיצן אין די סוכה.
(חסד לאברהם)
אין ספה”ק כליל תפארת שטייט, אויף דעם וואס מיר געפונען אין די גמרא עבודה זרה, אז די מצוה פון סוכה ווערט אנגערופן מצוה "קלה" א גרינגע מצוה, זאגט ער דער טעם דערפון איז, ווייל ביי יעדע מצוה איז דא די יצר הרע וואס ער שטערט צו טוען די מצוה, דעריבער איז שווער צו טוען דער מצוה, אבער די מצוה פון סוכה וואס באשיצט פון יצר הרע, און ער קען נישט איבער רעדן נישט צו טוען די מצוה, דעריבער איז עס גרינג צו טוען, דעריבער הייסט עס מצוה "קלה".
(כליל תפארת)
דורך די סוכה קען מען טוישן פון ר''ה און יוכ''פ
אין ספר "צבי לצדיק" שטייט בדרך רמז אז די ראשי תיבות פון סכ"ת איז ת'רועה כ'יפורים ס'כות, ווייל דאס קומט ווייזן אז די אלע דינים ח"ו וואס איז אנגעשריבן געווארן אין ראש השנה (וואס דאס איז די רמז פון תרועה) אבער אין יום כיפור (וואס דאס איז די רמז פון כיפורים) ווערט דאס אלעס איבערגעדרייט דורך די זכות וואס אידן זיצן אין די סוכה.
(צבי לצדיק)
אין ספר ראשי בשמים ווערט געפרעגט אויפ'ן פסוק "כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים", פארוואס עפעס דארף דער פסוק זאגן אז די מעשה פון די ענני הכבוד איז געווען נאך דעם וואס מ'איז ארויס פון מצרים? נאר ער איז מסביר אזוי ווי מיר ווייסן אז ווען די אידן זענען געווען אין מצרים, זענען זיי געווען איינגעזונקען אין די מ"ט שערי טומאה, און דער אויבערשטער האט זיי ארויס געצויגן פון די גרויסע טומאה צו די קדושה, וויל דער פסוק זאגן אז די זעלבע כח האט די סוכה, אז ס'נעמט איינעם ארויס פון די טומאה ר"ל, און ברענגט אים אריין אין די קדושה, און דעריבער איז טאקע די הלכה אז די סכך דארף זיין פון אזא מין וואס איז נישט מקבל טומאה, וואס דאס ווייזט אז די סוכה איז מקדש ומטהר, דעריבער טאר עס נישט זיין פון די סארט זאכן וואס זיי זענען מקבל טומאה.

מצות סוכה ראטעוועט פון יצר הרע
אין בית אהרן שטייט, אויפ'ן פסוק "כי בסוכות הושבתי את בני ישראל מארץ מצרים", אז ווען א איד איז מקיים די מצוה פון זיצן אין די סוכה, ציעט אים דער אייבערשטער ארויס פון דעם באקאנטע מצרים, וואס דאס מיינט דער יצר הרע, און דעריבער רעדט דער פסוק דא פון יציאת מצרים, ווייל די ריכטיגע יציאת מצרים געשעהט אין סוכות ווען מ'ווערט פריי פונעם יצר הרע.
(בית אהרן)
אין ספר חסד לאברהם שטייט בדרך רמז אויף די משנה אין מסכת זבחים, עלה בכבש ופנה לסובב, די כהן איז ארויפגעגאנגען אויפן שיעפע ברעט פונעם מזבח טייטש ער אזוי: עלה בכבש – ווען איינער וויל כובש זיין דעם יצר הרע, איז די עצה - פנה לסובב – ער זאל גיין צו די מצות סוכה וואס נעמט ארום דעם מענטש, וועט ער קענען זיין א "גבור הכובש את יצרו".
(חסד לאברהם)
אין תפארת שלמה שטייט אז דעריבער האט דער אויבערשטער געהייסן מ'זאל זיין אינגאנצן ארום גענומען מיט די מצוה פון סוכה, ווייל דאס איז א שמירה אז א גאנץ יאר זאל מען זיין אפגעהיטן פון עבירות, און דער יצר הרע זאל נישט האבן די שליטה איבער צורעדן צו א עבירה ר"ל.
(תפארת שלמה)
מען איז מוחל עבירות דורך מצות סוכה
אין ספר אילה שלוחה ווערט געברענגט א מעשה, דאס דער הייליגער צדיק הרה”ק ר”ר זושא זי"ע איז געקומען אין חלום צו זיין תלמוד און האט אים געזאגט אז סוכ"ה איז ר"ת ו'יאמר ה' ס'לחתי כ'דבריך, וואס דאס ווייזט אז די מצות סוכה איז סגולה אויף כפרת עוונות.
אין ספר ברית אברם ווערט געברענגט אז די מצוה פון סוכה איז אזוי ווי א גלות און דעריבער איז עס מכפר אויף די עבירות ר"ל.
אין ספר מראה יחזקאל ווערט געברענגט אז דער טעם פארוואס די יום טוב סוכה איז נאך יום כיפור, ווייל יום כיפור טוט מען תשובה מיראה, וויל מ'האט מורא פונעם יום הדין, און אין די גמרא שטייט אז ווען איינער טוט תשובה מיראה איז דאס נישט אינגאנצן מכפר, נאר ס'ווערט פון מזיד אויף א שוגג, קומט אויס אז נאך יום כיפור בלייבט מען נאך איבער מיט שגגות, דעריבער האט דער אויבערשטער געהייסן מ'זאל ארויס גיין פון שטוב וואס דאס איז אזוי ווי מ'גייט אין גלות אריין, און די עונש פון גלות איז מכפר אפילו אויף שפיכות דמים ל"ע, איז עס אוודאי מכפר אויף די שגות, דעריבער גייען מיר אין סוכה צו ווערן פארצייט אויף די שגגות..

א סגולה אויף קינדער
אין תפארת שלמה שטייט אז די מצוה פון סוכה איז א סגולה אז מ'זאל זוכה זיין צו קינדער.
עס ווערט געברענגט לויט ווי מיר ווייסן אז די מצוה פון שילוח הקן איז א סגולה צו האבן קינדער, די מצוה פון סוכה איז על פי קבלה די זעלבע סוד ווי מצות שילוח הקן, דעריבער איז איך די מצוה פון סוכה א סגולה צו האבן קינדער.
(צבי לצדיק)
א סגולה אויף לעבן
עס ווערט געברענגט אויפ'ן פסוק "כל האזרח בישראל ישבו בסוכות", אז דער פסוק זאגט א לשון פון "אזרח" וואס דאס מיינט מרמז צו זיין אז די מצוה פון סוכה איז מסוגל אז אלע וואס זענען איר מקיים וועלן ווערן "אזרחים וזקנים", און א רמז איז דא אז די גימטריא פון "אזרח" איז אזוי ווי גבורה, וואס דאס מיינט אז די אלע וואס זענען מקיים מצות סוכה וועלן זוכה זיין אנצוקומען צו די גבורות, וואס דאס איז ביי אכציג יאר, ווי ס'שטייט אין פסוק אם בגבורות שמונים שנה.
(זרע קודש)
עס ווערט געברענגט אז דער וואס זיצט אין די סוכה "לשם שמים" איז ער זוכה צו לעבן לאנג, און דעריבער איז מען מקיים אין די סוכה די מצוה פון לול"ב וואס איז אויך בגימטריא חיי"ם, אזוי אויך הד"ס איז בגימטריא ווי חיים, און טאקע דעריבער שטייט אז דורך די מצוה פון סוכה איז מען זוכה צו זיצן אין די סוכה פון לויתן בב"א, וואס דאס איז די ריכטיגע און אייביגע לעבן
(מדבר קדש)
א סגולה אויף פרנסה
עס שטייט, אז אין דער זכות וואס מ'גייט אריין אין די סוכה, וואס דאס איז דעם אויבערשטערס שאטן, איז מען זוכה צו פרנסה, ווי ס'שטייט אין קהלת - בצל החכמה בצל הכסף – אז דאס וואס מ'גייט אינטערן שאטן איז א סגולה אויף געלט.
(זרע קודש)
אין ספר צבי לצדיק שטייט אויף דעם וואס די גמרא זאגט אין עבודה זרה אז די מצוה פון סוכה ווערט אנגערופן מצוה "קלה", און ס'שטייט דארט אין די מפרשי הש"ס אז דעריבער הייסט עס א מצוה קלה ווייל ס'איז נישט דא דערביי א שאדן פון געלט, איז דא א רמז אז די מצוה פון סוכה איז א סגולה צו פרנסה און ס'וועט ברענגן געלט פאר אידן, דעריבער זאגן די מפורשים אז ס'איז נישטא קיין שאדן פון געלט, ווייל אלע געלט וואס מען גיבט אויס פאר די מצוה פון סוכה קומט צוריק.
(צבי לצדיק)
א סגולה פאר א רפואה שלימה
אין תפארת שלמה שטייט אויף די גמרא אין מסכת סוכה, חולין ומשמשיהן פטור מן הסוכה, - אז א קראנקער קראנקער מענטש ל"ע און זיינע באדינער זענען פטור פון צו עסן אין די סוכה ווייל זיי זענען אויך פארנומען מיט'ן חולה, זאגט דער תפארת שלמה אז פשט פון די גמרא איז אז די חולה ווערט פטור פון די קראנקהייט דורך די מצוה פון סוכה.
(תפארת שלמה)
אין ספר צמח צדיק שטייט: אז סוכות איז א סגולה אויף א רפואה אויף אלע רמ"ח איברים וואס איז דא אין א מענטש, ווייל סוכ"ה במילואו - סמ"ך וא"ו כ"ף ה"י, איז בגימטריא רמ"ח אזוי ווי די איברים וואס א מענטש האט, און בפרט אין די ערשטע טאג סוכות – אושפיזא דאברהם אבינו וואס אויך די גימטריא פון אברהם איז רמ"ח.
(צמח לצדיק)
אוועטאר
ולדימיר שוקולד
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2022 1:52 pm

Re: די סגולות פון מצות סוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולדימיר שוקולד »

שכוח פארן צאמקלויבן.. הערליכע ארבעט!
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: די סגולות פון מצות סוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”