ליקוטי הלכות וענינים על חג הסוכות

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטי הלכות וענינים על חג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

חג הסוכות, זמן שמחתינו: בסוכות תשבו וגו': סוכות וואס איז זמן שמחתינו, איז א הכנה צו שמחת התורה, אזוי ווי עס שטייט אין די גמרא (שבת ל:) אז רבה איידער ער האט אנגעהויבען לערנען האט ער געזאגט א מלתא דבדיחותא, (א ווערטל) זעהן מיר אז צו לערנען תורה דארף זיין מיט א הכנה פון שמחה, אבער מען דארף געדענקען, אז תורה דארף אויך זיין מיט תשובה, אזוי ווי עס שטייט אין תהילים "ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חקי" דאס איז דער פסוק מרמז, "בסוכות תשבו" (מלשון תשובה) די שמחה פון סוכות זאל צוגיין מיט תשובה.
(אמרי חיים)

ווען א קינד ווערט געבוירען, טוהט מען איהם גוט איינפאקען אין ווארימע קליידער, אז עס זאל נישט שאטען פאר איהם די טוישונג פון די לופט. אזוי אויך אין יום כיפור איז אונז דער אייבערשטער מוחל אויף אונזערע עבירות, און מיר ווערן אזוי ווי ניי געבוירען. דערפאר באשיצט אונז דער אייבערשטער מיט די סוכה, אז מיר זאלן נישט פיהלן די טוישונג פון קודש צו חול.
(ר' דוד לעלובער זי"ע)

בַּסֻכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים וגו', לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסֻכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם וגו' (ויקרא כג-מב, מג). די גמרא זאגט אין מסכת שבת (דף ק"ל), אז אלע מצוות וואס די אידן האבן אנגענומען מיט שמחה, טוהען זיי היינט אויך מיט שמחה. דערפאר מאכט מען נאר א זכר צו די סוכות וואס דער אייבערשטער האט געמאכט פאר די אידן, און נישט פאר די אנדערע זאכן וואס זענען געווען נאך יציאת מצרים: די מן, די בְּאֵר און די שליו. ווייל ביי די אנדערע זאכן האבן די אידן געקלאגט אויף משה רבינו, אויסער ביי די "סוכות" האבן זיי זיך געפרייט. זאגט די תורה, אז מיר זאלן מאכן די מצוה וואס איז געמאכט געווארן מיט פרייד, אין א צייט וואס מען פרייט זיך, - אין סוכות.
(שפתי צדיק)

חַג הַסֻכֹּת תַּעֲשֶׂה לְךָ שִׁבְעַת יָמִים בְּאָסְפְּךָ מִגָרְנְךָ וּמִיִקְבֶךָ (דברים טז-יג). [יום טוב סוכות זאלסטו מאכן פאר דיר, ווען דו זאמעלסט איין דיין תבואה און דיין וויינגארטען.] דער "מנורת המאור" זצ"ל איז מפרש אזוי: דער זמן פון מצות סוכה, איז ווען דער בעל הבית באזעצט זיך אין זיין הויז, און ער פוהלט דאס אהן מיט אלע תבואה און פרוכט. דער דאך פון זיין הויז באשמירט ער מיט קאלך, אז די ווינטער רעגענס זאלן נישט אריין טראפן. אין אזא צייט האט מען מורא, אז דער איד וועט זיך פארזיכערן אין זיין אייגענע כוח, און פארגעסן אז אלעס קומט פון דער באשעפער. דערפאר באפעהלט איהם די תורה אז ער זאל ארויס גיין פון שטוב און זיצען אין א קליינע שוואכע סוכה. אזוי וועט ער זיך אויסלערנען צו האבן בטחון אין דער אייבערשטער וואס גיבט פאר יעדעם איינעם זיינע באדערפענישן, און באשיצט איהם פון אלע שלעכטס.

וַיְהִי בְשָׁלֵם סוּכּוֹ וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיוֹן" (תהילים קאפיטל עו-ג): צוויי מצוות האבן די אידן באקומען, וואס מען גייט אריין אין זיי מיט דער גאנצער גוף. דאס זענען: "מצות סוכה" און וואוינען אין "ארץ ישראל". דאס איז אויך מרומז "וַיְהִי בְשָׁלֵם סוּכּוֹ וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיוֹן". "וַיְהִי בְשָׁלֵם", - וועלכע מצוות ווערן געטוהן מיט דער גאנצער גוף: "סוּכּוֹ", - דער מצות "סוכה", "וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיוֹן", - און צו וואוינען אין ציון, דאס איז "ארץ ישראל".
(דער ווילנער גאון זצ"ל)

די דינים פון מצות סוכה זענען מרומז אין דאס ווארט "סכה". "ס" (האט 4 זייטען) - איז א רמז, אז דאס בעסטע איז צו מאכן א סוכה פון 4 ווענט. "כ" (3 זייטען) - מען איז אויך יוצא מיט א סוכה פון 3 ווענט. "ה" (2 זייטען מיט א קליינע שטיקל) - און אויב מען האט געמאכט א סוכה פון צוויי ווענט מיט א דריטע פון בלויז א טפח, איז מען אויך יוצא.
(החיד"א)

די זכות פון "מצות סוכה" איז זייער גרויס, אז עס באשיצט אלע מענטשן וואס זיצען אין איהר. דאס זאגט די גמרא אין מסכת סוכה (דף כ"ה): "מִצְטַעֵר פָּטוּר מִן הַסוּכָּה". - "מצטער פטור", די צער פון א מענטש גייט אוועק - "מן הסוכה", דורך די מצות סוכה. אויך זאגט די משנה: "חוֹלִין וּמְשַׁמְשֵׁיהֶן פְּטוּרִין, מִן הַסוּכָּה" - די אלע סארט קראנקהייטן גייען אוועק דורך די סוכה.
אויך איז מצות סוכה זייער גרויס, אז עס ברענגט פרנסה פאר די גאנצע יאהר. אויף דעם איז די משנה מרמז (סוכה פרק ב' משנה ז'): "מִי שֶׁהָיָה רֹאשׁוֹ וְרוּבּוֹ בַּסוּכָּה, וְשׁוּלְחָנוֹ בְּתּוֹךְ הַבַּיִת וכו'". - ווער עס איז מקיים מצות סוכה, "ושולחנו" - זיין טיש, דאס מיינט "פרנסה", "בתוך הבית" - וועט זיין א גאנצע יאהר, אפילו ווען ער איז שוין אין שטוב.
(תפארת שלמה)

כָּל הָאֶזְרַח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׂבוּ בַּסוּכּוֹת (ויקרא מב-מג). "כל האזרח" - יעדער איינער וואס זאגט "איך וויל שיינען", "ישבו בסוכות" - קענען מקבל זיין די קדושה פון די סוכה.
(דברי שלום - קוידנוב)

"מצות סוכה" איז זייער באליבט, מער פון אלע מצוות. - ווייל יעדער מצוה איז קעגען א אנדערע אבר פון דעם מענטש, אבער די סוכה נעמט ארום דעם גאנצן קערפער.
(דברי יחזקאל)

וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וגו' (ויקרא כג-מ). דער מדרש זאגט אז די ד' מינים זענען געגליכן צו פארשידענע סארט אידן. "פרי עץ הדר" (דער אתרוג) האט א טעם און א ריח, - איז צוגעגליכן צו אידן וואס האבן תורה און מעשים טובים. "כפת תמרים" (דער לולב) האט א טעם אבער נישט קיין ריח, - איז צוגעגליכן צו אידן וואס האבן תורה אבער נישט קיין מעשים טובים. "ענף עץ עבת" (דער הדס) האט א ריח אבער נישט קיין טעם, - איז צוגעגליכן צו אידן וואס האבן מעשים טובים אהן קיין תורה. "וערבי נחל" (די ערבות) האבן נישט קיין טעם און נישט קיין ריח, - זענען צוגעגליכן צו אידן וואס האבן נישט קיין תורה און נישט קיין מעשים טובים. וואס טוהט מיט זיי דער אייבערשטער? זיי צו שטראפן וויל ער נישט, נאר דער אייבערשטער זאגט: "זאל מען איינבינדען אלע מינים צוזאמען, און איינער וועט פארגעבן אויפן צווייטען".

וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וגו' (ויקרא כג-מ). דער מדרש זאגט (ויקרא ל-יג): אז די ד' מינים זענען מרומז אויף די איברים פון דעם מענטש. דער "לולב" - קעגן דער רוקען-ביין, דער "אתרוג" - קעגן דער הארץ, דער "הדס" - קעגן די אויגן, די "ערבה" - קעגן די ליפען. זאגט אויף דעם דער חידושי הרי"ם" זצ"ל, אז דערפאר הייבען מיר זיי אויף, צו ווייזען אז מיר שיידען אפ אלע אונזערע גלידער צום באשעפער. און דאס זאגט דער פסוק: "ולקחתם לכם" - עטס זאלטס נעמען זיך אליין.

דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע, זאגט אז דערפאר פַּאסְט מען אויף אזוי שטארק אז דער "אתרוג" זאל זיין אזוי ריין און שיין, ווייל "אתרוג" איז געגליכן צום הארץ. און אויף וועלכער אבר פון דעם מענטש פאסט מען אויף אזוי ווי דעם הארץ.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

טעמי המצות פון חג הסוכות


א) סוכה איז א זכר צו די ענני כבוד (לויט שיטת רבי אליעזר). דער טעם פארוואס השי"ת האט געהייסען מאכען א זכר צו די ענני כבוד און נישט צו די באר ומן, ווייל דעם מן ובאר האבען די ערב רב אויך געהאט אבער די ענני כבוד האט נישט באדעקט דעם ערב רב.
ב) דער טעם פארוואס מען נעמט דעם לולב אין די רעכטע האנד, ווייל דער לולב האט מיט זיך נאך צוויי מינים אבער דער אתרוג איז נאר איינס.
ג) דער טעם פארוואס מען מאכט א ברכה על נטילת לולב און נישט אתרוג אדער הדס אדער ערבה ווייל דער לולב איז דער העכסטער פון די ד' מינים.
ד) דער טעם פארוואס מען איז מנענע די ד' מינים ווען מען זאגט הודו וכו', ווייל עס שטייט אין דברי הימים "אז ירננו עצי היער לפני ה' כי בא לשפוט וכו'" און נאכדעם שטייט "הודו לה' וכו'" איז מרומז אז ווען הקב"ה משפט די וועלט און מען גייט ארויס זכאי בדין לויבען די ביימער השי"ת און זיי לויבען מיט הודו לה' כי טוב וכו'.
ה) א טעם פארוואס דער זיבעטער טאג סוכות הייסט הושענא רבה, ווייל עס איז דא נ"א טעג פון ר"ח אלול ביז הושענא רבה, ממילא בעטען מיר הושע - נ"א העלף אז די אלע תפילות וואס מיר האבען געבעטען אין די נ"א טעג פון ר"ח אלול ביז הושענא רבה זאל נתקבל ווערען לרחמים ולרצון.
ו) דער טעם פארוואס מ'איז אויף און מען שלאפט נישט הושענא רבה ביינאכט און מען זאגט תהלים, ווייל עס איז די אושפיזא פון דוד המלך וואס ער איז אויפגעוועהן אלע נעכט און דעמאלס מחבר געוועהן דעם ספר תהלים.
ז) דער טעם פארוואס מען מאכט נישט קיין ברכה אויף נטילת ערבה אין הושענא רבה אזוי ווי מען מאכט אויף אלע מצוות, ווייל עס איז א מנהג נביאים און מ'מאכט נישט א ברכה אויף א מנהג.
ח) דער טעם פארוואס מען נעמט נישט די ד' מינים שמיני עצרת מטעם ספיקא דיומא, ווייל דאס וואס מיר נעמען די ד' מינים זיבען טאג איז אויך נישט מן התורה, מן התורה איז נאר דער ערשטער טאג די מצוה (אויסער אין בית המקדש) און מען מאכט נישט קיין ספיקא דיומא ביי א מצוה דרבנן.
ט) דער טעם פארוואס מען ליינט שמיני עצרת "עשר תעשר" אפילו ווען עס געפאלט נישט שבת, משא"כ ביי אנדערע ימים טובים הייבט מען אהן "כל הבכור" ווייל עס איז דער זמן פון מעשרות.
י) דער טעם פארוואס מען איז מסיים די תורה שמחת תורה און נישט ראש השנה, כדי מערבב זיין דעם שטן ער זאל נישט וויסען ווען עס איז ראש השנה וועט ער נישט וויסען ווען מקטרג צו זיין.
יא) דער טעם פארוואס מען דרייט אויס די תורה ווען מען גייט הגבהה שמחת תורה מרמז צו זיין אויף די משנה אין מסכת אבות "הפך בה והפך בה דכולא בה" דאס מיינט איבער לערנען א סך מאהל די תורה אזוי ווי מען טוט שמחת תורה מען ענדיגט און מען הייבט שוין נאכאמאהל אהן און "הפך" איז טייטש איבערדרייען ממילא דרייט מען אויס די תורה כדי מרמז צו זיין אויף די משנה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זמן שמחתנו
יום טוב סוכות ווערט אנגערופען מיט דעם נאמען "זמן שמחתנו", ווייל און די תורה ווערט דריי מאל דערמאנט די ווארט שמחה ביי יו"ט סוכות,"ושמחת" בחגך והיית אך "שמח" און ושמחתם" לפני ה' אלקיכם:
פארוואס עפעס ביי יום טוב סוכות ווערט אזוי פיל מאל דערמאנט די ווארט שמחה, אז עס ווערט אנגערופען "זמן שמחתנו" אבער די אנדערע ימים טובים, פסח אדער שבועות, שטייט נישט דריי מאל די לשון שמחה, און זיי הייסן נישט "זמן שמחתנו"?
שטייט און ספרים א טעם: ווייל ביי פסח זענען די מצרים געשטארבען, און עס שטייט (משלי) "בִּנְפוֹל אוֹיִבְךָ אל תשמח", דערפאר אויז פסח נישט קיין זמן שמחה.
אויך יו"ט שבועות משפט מען דעמאלטס די פרוכט און די ביימער, און עס שטייט אין פסוק "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָׂדֶה" דעריבער קען מען זיך נישט פרייען, ווייל מיר ווייסען נישט וואס עס גייט זיין די פסק, גיט אדער חלילה נישט, דערפאר איז שבועות אויך נישט קיין זמן שמחה.
אבער יו"ט סוכות וויבאלד השי"ת האט שוין מוחל געווען די עבירות פאר די מענטשען און יום כיפור, קען מען זיך באמת פרייען, וועגן דעם שטייט נאר ביי סוכות און די תורה דריי מאל די ווארט שמחה:
נאך א טעם: ווייל אין דעם זמן האבן די יודן עטליכע שמחות, השי"ת האט אונז מוחל געווען אויף אונזערע עבירות אין יום כיפור, אויך האט השי"ת אונז מוחל געווען און דעם זמן אויף די חטא העגל, און דעם זמן זענען מיר באפוילען געווארן צו בויען די משכן, און אויך איז עס א צייט פון איינזאמלן די תבואות:
אליה רבה

נאך א טעם: ווייל סוכות איז א צייט וואס א מענטש שעפט זיך אן מיט רוח הקודש, און וויבאלד די שכינה רוהט נאר ווי עס איז דא שמחה, אזוי ווי חז"ל זאגן: "אין הקב"ה שורה אלא מתוך שמחה" דערפאר איז דאס דער צייט וואס מען דארף זיין בשמחה:
בני יששכר

נאך א טעם: וויבאלד ראש השנה און יום כיפור זענען א צייט פון דין וואס מען משפט דעמאלטס אלע מענטשען, און וויבאלד מיר זענען זיכער אז מיר האבן געזיגט דעם דין, און ארויס זכאי בדין, דערפאר איז נישט דא קיין גרעסערע שמחה, ווי די פרייד אז מיר האבן זוכה געווען בדין:
זרע קודש

שמחה אויף א גאנץ יאר
סוכות ווערט אנגערופען "זְמַן שמחתנו". אין ספה"ק מגן אברהם פון טריסקער מגיד ז"ל ברענגט ער פון זיין טאטע'ן דער טשערנאבלער מגיד ז"ל, וואס האט געטייטשט זִמֵן - פון לשון אנגרייטן, דאס איז מרמז אז פון דעם יום טוב גרייט מען אן שמחה און פרייד אויף א גאנץ יאר.
פירט אויס דער טריסקער מגיד, דעריבער ווייל ס'קומען די הייליגע טעג, דארף מען גוט אריינטראכטן פאר מ'גייט אריין אין די סוכה אז דאס איז גאר א הייליגע זאך, און האט אין זיך גאר גרויסע סגולות, און נישט אריינגיין אין די סוכה וועגן ער איז געוואוינט אז מ'דארף אריינגיין אין די סוכה, נאר יעדע מאל זאל ער אריינטראכטן וואס א מצוה דאס איז.

צדיקים האבן געזאגט אז באמת יו"ט סוכות איז די שווערסטע יו"ט מקיים צו זיין, וויבאלד מען דארף יעדע רגע זיין בשמחה און נישט מסיח דעת זיין פון שמחה, און עס איז זייער שווער, בפרט און גלות, אז מען זאל זיין בשמחה יעדע רגע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יְהִי רָצוֹן מִלְפָנֶיךָ עס זאל זיין דער ווילען פון דיר
ה' אֱלוֹקֵינוּ דער באשעפער אונזער גאט
וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ און דער באשעפער פון אונזערע עלטרען
כְּשֵׁם שֶׁקִּיַּמְתִּי אזוי ווי איך האב איינגעהאלטען
וְיָשַׁבְתִּי בְּסוּכָּה זוּ און איך בין געזעסן אין די סוכה
כֵּן אֶזְכֶּה לְשָׁנָה הַבָּאָה אזוי זאל איך זוכה זיין צום קומענדיגע יאהר
לֵישֵׁב בַסוּכַּת צו זוצען אין די סוכה
עוֹרוֹ שֶׁל לִוְיָתָן ו ואס וועט געמאכט ווערען פון די הויט פון לויתן
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מאנטאג אקטאבער 13, 2008 12:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מצות עלייה לרגל



די גמרא דרש'נט (חגיגה ג.) אויפן פסוק אין שיר השירים, "מַה יָפוּ פַּעֲמַיִךְ בַּנְעָלִים בַּת נָדִיב", ווי שיין זענען דיינע פוסטריט ווען דו ביסט עולה רגל, בת נדיב די טאכטער פון נדיב, דאס מיינט כלל ישראל וואס ווערט אנגערופען די טאכטער פון אברהם אבינו וואס הייסט נדיב. (אברהם אבינו הייסט נדיב, ווייל ער איז געווען די ערשטע וואס אנערקענט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און האט פארשפרייט דאס יודישקייט אין די גאנצע וועלט, דערפאר הייסט ער נדיב, ווייל ער האט מנדב געווען זיין הארץ צו קענען דעם באשעפער), מען דערמאנט דא דעם זכות פון אברהם, ווייל ער איז געווען דער ערשטער וואס האט עולה רגל געווען צום הר המוריה, און מקריב געווען דארט א איל תחת בנו יצחק.

דריי מצות עשה, און איין מצות לא תעשה זאגט די תורה לגבי עולה רגל זיין, א] שָׁלֹש רְגָלִים תָּחֹג לִי בַּשָנָה (שמות כג יד). ב] וְשָמַחְתָּ בְּחַגֶך (דברים טז יד). ג] שָלוֹש פְּעָמִים בַּשנָה יֵרָאֶה כָל זְכוּרְך אֶת פְּנֵי ה' אֱלֹקֶיך (דברים טז טז). א] וְלֹא יֵרָאֶה אֶת פְּנֵי ה' רֵיקָם (דברים טז טז).

מיר וועלן זיי מפרש זיין כסדרן: שָׁלוֹש פְּעָמִים בַּשָנָה יֵרָאֶה כָל זְכוּרְך אֶת פְּנֵי ה' אֱלֹקֶיךָ: די אויבערשטער האט באפוילען אז יעדער יוד זאל ארויף גיין דריי מאל אין יאר (פסח שבועות סוכות) קיין ירושלים אין בית המקדש, און אויך איז ער מחוייב דעמאלס מקריב צו זיין א עולת ראיה, די עולת ראיה האט נישט געמוזט זיין א בהמה, מען האט דאס געקענט יוצא זיין מיט א טויב אויך, לכתחילה האט מען געדארפט מקריב זיין די עולת ראיה דעם ערשטן טאג סוכות, אבער מען האט געקענט משלים זיין ביז זיבן טעג.

עס איז דא פארשידענע מענטשן וואס זענען פטור פון עולה רגל זיין און ברענגן דעם קרבן, ווי למשל, א הינקעדיגער, א בלינדער, א טויבער, א שוטה, א קטן, א קראנקער, א אלטע מענטש, און א עבד, די אלע פטורים דרש'נט די גמרא (חגיגה י) פון פארשידענע פסוקים אז זיי זענען פטור.
שָׁלוֹש רְגָלִים תָּחֹג לִי בַּשָנָה: דא איז שוין די תורה מוסיף, אז חוץ פון דעם וואס דו דארפסט עולה רגל זיין און מקריב זיין די עולת ראיה, דארפסטו אויך פייערן דעם יו"ט מיט שמחה, און חז"ל זאגן דאך אז אין שמחה אלא בבשר (און די עולת ראיה עסט מען דאך נישט, ווייל א עולה איז כליל אויפן מזבח), איז דא אין דעם פסוק א עקסטערע חיוב פון מקריב זיין ביי די שלש רגלים א קרבן שלמים, וואס ווערט אנגערופען שלמי חגיגה.

וְלֹא יֵרָאֶה אֶת פְּנֵי ה' רֵיקָם: דא שרייבט שוין די תורה א לא תעשה, מען זאל נישט עולה רגל זיין מיט ליידיגע הענט, דאס מיינט אָן א קרבן, נאר יעדע וואס איז עולה רגל דארף ברענגען די צוויי קרבנות וואס מען האט פריער דערמאנט, עולת ראיה און שלמי חגיגה.

וְשָׂמַחְתָּ בְּחַגֶךָ: די תורה האט דא געהייסן אז אז א מענטש דארף זיך משמח זיין אינעם יו"ט, און ווי מען האט שוין דערמאנט אין שמחה אלא בבשר, אויב אזוי ליגט אין דעם פסוק נאך א חיוב פון מקריב זיין א קרבן שלמים וואס ווערט אנגערופען שלמי שמחה. (טייל ווילן לערנען אז די חיוב פון שלמי שמחה איז נאר דער וואס האט א גרויסע משפחה און די שלמי חגיגה איז נישט גענוג פאר די גאנצע משפחה, אבער נישט יעדער איינער איז מחויב).

בזמן הזה וואס מען קען נישט שחט'ן קרבנות, זאגן חז"ל "אין שמחה אלא ביין", מיט טרינקען וויין איז מען מקיים די מצוה פון ושמחת בחגך, און אזוי זאגט אויך דוד המלך אין תהלים "ויין ישמח לבב אנוש".

דער חינוך (מצוה פ"ח) זאגט, אז דער חיוב פון עולה רגל זיין איז כדי מען זאל אראפווארפן פון זיך אלע וואכענדיגע זאכען, און גשמיות'דיגע ענינים, און ארויף גיין קיין ירושלים און עוסק זיין מיט רוחניות'דיגע זאכען, און זיך פארזוימען תחת כנפי השכינה.

דער תרגום זאגט אויפן פסוק אין שיר השירים "מה יפו פעמיך בנעלים", אז די יודן זענען געקומען עולה רגל זיין קיין ירושלים מיט שיך פונעם חיה "תחש", וואס האט געהאט אסאך פארבן און האט באשיינט די וועג.

בשעת ווען די גאנצע עולם איז געקומען עולה רגל זיין האט ב"ד מעניש געווען די אלע וואס האבן געדארפט האבן הכרזה, דאס מיינט אויסרופען פארוואס זיי באקומען א עונש. אזוי ווי עס שטייט וכל העם ישמעו ויראו.
פיר מיני מענטשן דארפן האבן הכרזה, המסית, בן סורר ומורה, זקן ממרא, עדים זוממין (די טעם פארוואס דוקא די פיר, ווייל די ווערן נענש, אפילו באמת וואלטן מען זיי נישט געדארפט מעניש זיין, המסית, ער אליין האט דאך נישט געזינדיגט, ער האט דאך נאר איבערגערעדט אנדערע, בן סורר ומורה, איז דאך נאך א קטן, זקן ממרא, האט דאך גארנישט געטון למעשה, ער האט נאר גע'פסק'נט אנדערש ווי דער ב"ד הגדול, און עדים זוממין האבן דאך אויך נאר "געוואלט" שעדיגן דעם נידון).

דער תורה זאגט צו אז ווען דו וועסט עולה רגל זיין "ולא יחמוד איש את ארצך", קיינער וועט נישט גלוסטן דיין פעלד, מען וועט דיר גארנישט צונעמען.

דער מדרש (שיר השירים רבה ז', ב') דערציילט, אז עס איז געווען מענטשן וואס האבן טאקע אלעס איבערגעלאזט און ארויף עולה רגל זיין, און פארשידענע ניסים זענען געשען מיט זייערע פארמעגן, און מיר וועלן אראפ ברענגען עטליכע סיפורי חז"ל וועגן דעם:

איינער האט פארגעסען צו פארשליסען זיין טיר פאר ער איז געגאנגען עולה רגל זיין, און ווען ער איז צוריק געקומען האט ער געטראפן א שלאנג וואס האט ארום גענומען דעם הענטל פונעם טיר, אז קיינער זאל נישט קענען אריין גיין.

איינער האט איבערגעלאזט זיין פארם פון הינדלעך אפען, און האט מורא געהאט אז די קעץ וועלן זיי שעדיגן, ווען ער איז צוריק געקומען האט ער געטראפן אלע קעץ ליגען טויט ביים טיר פונעם פארם.

איינער האט איבערגעלאזט גאנצע האפענעס פון תבואה אפען אין פעלד, ווען ער איז צוריק געקומען האט ער געטראפן צוויי לייבן רונגעלען ארום די תבואה און היטען עס פון גנבים.

אין שטאט אשקלון האבן געוואינט צוויי ברידער עשירים, און יעדן יו"ט האבן זיי אלץ איבערגעלאזט און געגאנגען עולה רגל זיין קיין ירושלים. צוריק קומענדיג האבן זיי אייביג געברענגט פארשידענע מתנות פאר אלע זייערע שכנים. נישט ווייט פון זיי האבן געוואוינט גוי'שע שכנים, און זיי האבן געוויסט אז די צוויי עשירים גיין עולה רגל זיין יעדן יו"ט,
איינמאל האבן זיי זיך אפגעשמוסט, אז דעם קומענדיגע יו"ט, וועלן זיי אויפברעכן זייערע הייזער, און אלעס בא'גנב'נען.
אבער אזוי ווי יו"ט איז אנגעקומען, זען זיי אז די צוויי ברידערס זענען דא, און דרייען זיך אינערווייניג און אינדרויסען, כאילו עס איז גארנישט יו"ט.
נאך יו"ט, זענען די ברידערס אהיים געקומען, און ווי געווענטליך האבן זיי מיטגעברענגט מתנות פאר די שכנים, די גוים האבן זיך געווינדערט און געפרעגט:
וואו זענט איהר געווען? אין ירושלים, ענטפערן די ברידער. ווען זענט איהר געפארן? פאר יו"ט, ענטפערן די ברידער. און ווען זענט איהר צוריק געקומען? יעצט גלייך נאך יו"ט, ענטפערן די ברידער.
געלויבט איז דער גאט פון די יודן וואס פארלאזט זיי קיינמאל נישט, האבן זיי אויסגעשריגען, און מודה געווען אויפן פלאן זייערע, און דערציילט אז די אויבערשטער האט געשיקט מלאכים בדמות אנשים, זאלן זיך דארט דרייען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"והקרבתם .... פָּרִים בְּנֵי בָקָר שְׁלֹשָׁה עָשָׂר.. יעדן טאג פון יו"ט סוכות האט מען מקריב געווען "פרים" אבער יעדן טאג מיט איינס ווייניגער - דאס הייסט - די ערשטע טאג 13 פרים - די צווייטע טאג צוועלף און אזוי ווייטער ביז די זיבעטע טאג האט מען שוין נאר מקריב געווען 7 פרים - און אלעס אינאיינעם איז געווען 70 פרים אין די זיבען טעג פון סוכות, דאס איז אקעגן די 70 פעלקער.

יעדן טאג פון סוכות האט מען נאר מקריב געווען איין "שְׂעִיר" אלס א קָרְבַּן חַטָּאת - אבער ביי אפאהר טעג שרייבט די תורה "שְׂעִיר עִזִּים אֶחָד חַטָּאת" און ביי אפאהר טעג שטייט "וּשְׂעִיר חַטָּאת אֶחָד".

דאס איז לויט דעם סדר:
עשרטע טאג: (ווי מען האט מקריב געווען 13 פרים) שטייט וּשְׂעִיר עִזִּים אֶחָד חַטָּאת
צווייטע טאג: (ווי מען האט מקריב געווען 12 פרים) שטייט וּשְׂעִיר עִזִּים אֶחָד חַטָּאת
פערדע טאג: (ווי מען האט מקריב געווען 10 פרים) שטייט וּשְׂעִיר עִזִּים אֶחָד חַטָּאת

דריטע טאג: (ווי מען האט מקריב געווען 11 פרים) שטייט וּשְׂעִיר חַטָּאת אֶחָד
פיפטע טאג: (ווי מען האט מקריב געווען 9 פרים) שטייט וּשְׂעִיר חַטָּאת אֶחָד
זעקסטע טאג: (ווי מען האט מקריב געווען 8 פרים) שטייט וּשְׂעִיר חַטָּאת אֶחָד
זיבעטע טאג: (ווי מען האט מקריב געווען 7 פרים) שטייט וּשְׂעִיר חַטָּאת אֶחָד

דארף מען פארשטיין פארוואס האט די תורה געשריבען לויט דעם סדר?

מען קען דאס מסביר זיין ווייל די 70 פרים זענען דאך געווען אקעגן די 70 פעלקער אבער מיר געפונען אין זוהר הקדוש שטייט אז די עיקר פון די 70 פעלקער זענען "עשו" און "ישמעאל" - "עשו" ווערט אנגערופן "שעיר" און "ישמעאל" ווערט אנגערופן "שעיר עזים" און אלע איבריגע פעלקער זענען אזוי ווי קינדער פון די 2 פעלקער.

קומט דאך אויס אז מען דארף צוטיילן די 70 פרים אויף 2 - דאס הייסט - 35 פרים אקעגן "עשו" און 35 פרים אקעגן "ישמעאל"

דאס איז מרומז אין פסוק ווייל ביי די ערשטע - צווייטע און פערדע טאג שטייט די לשון "שְׂעִיר עִזִּים" (וואס איז מרומז אויף ישמעאל) צוזאמען רעכענען אלע די טעג ווען מען טרעפן אז אין די טעג האט מען מקריב געווען אלעס צוזאמען 35 פרים.

דאס זעלבע ביי די דריטע - פיפטע - זעקסטע - און זיבעטע טאג - שטייט די לשון "שְׂעִיר" (וואס איז מרומז אויף "עשו) און אז מען רעכענט דאס צוזאמען איז דאס אויך 35
(הגר"א מווילנא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פארוואס די גוים וועלן מאכן זייערע סוכות אויף די דעכער

רבי משה קאברינער זצ"ל האט שטרענג אנגעזאגט זיינע חסידים אריין צו נעמען אין זייער סוכה געסט ארימעלייט, און זיי אויפנעמען מיט פרייד און רוהיגקייט. און אזוי האט ער געזאגט: "די גמרא זאגט אין מסכת עבודה זרה (דף ג'): "ווען משיח וועט קומען, וועלן די פעלקער פארלאנגען פון דער אייבערשטער אז ער זאל זיי געבן א מצוה צו באקומען עולם הבא. וועט ער זיי געבן די מצוה פון "סוכה", און זיי וועלן מאכן סוכות אויף זייערע דעכער. דער זון וועט שיינען מיט א געפערליכער היץ, און זיי וועלן אלע שטויסען און איינווארפען די סוכות און אוועק לויפען"! - "פארוואס עפעס וועלן זיי מאכן די סוכות אויף זייערע דעכער"? - פרעגט רבי משה קאברינער זצ"ל - "נאר די גוים ווילען זיכער מאכן אז קיין פרעמדער מענטש זאל נישט ארויף קומען צו זיי אין סוכה אלץ גאסט"...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בָרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ געלויבט ביסטו דער באשעפער פון די וועלט
מֶלֶךְ הָעוֹלָם דער קעניג פון די וועלט
אֲשֶׁר קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וואס ער האט אונז געהייליגט מיט זיינע מצות
וְצִוָּנוּ לֵישֵׁב בַּסֻּכָּה און ער האט אונז באפוילן צו זיצען אין די סוכה
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מאנטאג אקטאבער 13, 2008 1:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צו לערנען הלכות יום טוב איז די בעסטע צוגרייטונג צו די טעג

איינע פון די חסידים פון כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט זיך אמאהל באהאלטן אין צימער ווי דער רבי האט צוזאמען געבינדען די הושענות פאר הושענא רבא, וואס איז באוואוסט אז דעמאלטס איז זייער א הייליגער און פארכטיגער צייט. מרן זי"ע האט דערפיהלט אז עס געפונט זיך אין צימער א פרעמדער מענטש, האט ער זיך אנגערופען צו איהם: "נישט אזוי גרייט מען זיך צו צום יום טוב, דורך דעם וואס מען קוקט ווי דער רבי בינדט צוזאמען די הושענות. נאר דער ריכטיגער צוגרייטונג איז, דורך דעם וואס מען לערנט די אלע ענינים פון יום טוב אין גמרא, רש"י, תוספות און הלכות פון שולחן ערוך. - הערשט דאן פיהלט מען ריכטיג די טעם פון דעם הייליגן יום טוב"!

סוכה באשיצט אונז נאך די הייליגע טעג

ווען א קינד ווערט געבוירען, טוהט מען איהם גוט איינפאקען אין ווארימע קליידער, אז עס זאל נישט שאטען פאר איהם די טוישונג פון די לופט. אזוי אויך אין יום כיפור איז אונז דער אייבערשטער מוחל אויף אונזערע עבירות, און מיר ווערן אזוי ווי ניי געבוירען. דערפאר באשיצט אונז דער אייבערשטער מיט די סוכה, אז מיר זאלן נישט פיהלן די טוישונג פון הייליגקייט צו פראסטקייט.
(ר' דוד לעלובער זי"ע)
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

חג הסוכות תעשה לך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גבאי ביהמד האט געשריבן:חג הסוכות תעשה לך
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער זיס »

גבאי ביהמד האט געשריבן:חג הסוכות תעשה לך
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

ישר כח צוקער זיס פארן ארויפשלעפן

ישר כח גדול הרב זיידעניו
בינעך יעצט געשטאנען א לענגערע צייט אין גראסערי ביים ליין צום רעזשיסטער
האבעך געעפענט די וועלטעל און אריינטאנצן אין די אשכול אין אפגעליינט ס'גאנצע

שוין זיבן יאר צוריק האט איינער זיך געזארגט איך זאל היינט האבן עפעס צו ליינען
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיידעניו האט געשריבן:
זמן שמחתנו
יום טוב סוכות ווערט אנגערופען מיט דעם נאמען "זמן שמחתנו", ווייל און די תורה ווערט דריי מאל דערמאנט די ווארט שמחה ביי יו"ט סוכות,"ושמחת" בחגך והיית אך "שמח" און ושמחתם" לפני ה' אלקיכם:
פארוואס עפעס ביי יום טוב סוכות ווערט אזוי פיל מאל דערמאנט די ווארט שמחה, אז עס ווערט אנגערופען "זמן שמחתנו" אבער די אנדערע ימים טובים, פסח אדער שבועות, שטייט נישט דריי מאל די לשון שמחה, און זיי הייסן נישט "זמן שמחתנו"?

נאך א טעם: ווייל סוכות איז א צייט וואס א מענטש שעפט זיך אן מיט רוח הקודש, און וויבאלד די שכינה רוהט נאר ווי עס איז דא שמחה, אזוי ווי חז"ל זאגן: "אין הקב"ה שורה אלא מתוך שמחה" דערפאר איז דאס דער צייט וואס מען דארף זיין בשמחה:
בני יששכר
די עצם טעם קימט שוין פון הרה“ק ר' פנחס מקאריץ זי“ע די בני יששכר איז עס נאר מסביר מיט די גמרא אז די שכינה איז נאר שורה מתוך שמחה
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ליקוטי הלכות וענינים על חג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

גשמים בליל ראשון:
viewtopic.php?t=65138
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”