א שיין ווארט אויף ל"ג בעומר - פון הייליגן בני יששכר

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

א שיין ווארט אויף ל"ג בעומר - פון הייליגן בני יששכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

נעכטן האב איך געלערנט מיט מיין חברותא זז"ג בני יששכר חודש אייר.
שרייבט ער דארט אין מאמר ג' איבער די שמחה פון ל"ג בעומר, און איז מקדים די משנה אין אבות פ"ב, 'אמר להם, צאו וראו איזוהי דרך ישרה שידבק בה האדם.
רבי אליעזר אומר, עין טובה.
רבי יהושע אומר, חבר טוב.
רבי יוסי אומר, שכן טוב.
רבי שמעון אומר, הרואה את הנולד.
רבי אלעזר אומר, לב טוב.
אמר להם, רואה אני את דברי אלעזר בן ערך מדבריכם, שבכלל דבריו דבריכם.

און ער איז מסבר אז אלע לערנען ארויס אז דאס וואס זיי זאגן איז מרומז אין די ערשטע מאל וואס ס'ווערט דערמאנט 'טוב' אין די תורה 'וַיַּרְא אֱלֹהִים אֶת הָאוֹר כִּי טוֹב'.
ר' אלעזר בן ערך לערנט עס ארויס, ווייל פון 'בראשית' ביז 'טוב' איז ל"ב ווערטער, און דאס מיינט 'בכלל דבריו דבריכם' ווייל אלע זייערע רמזים ליגט אין די ל"ב תבות.

זאגט דער ר"ר הירש מיילך, אז די ל"ב תבות זענען די ל"ב נתיבות הכחמה, ווי דער תרגום ירושלמי טייטשט בראשית בחכמתא, און די אור החכמה וואס ווערט אנגערופן טוב איז באהאלטן אין די תורה פארדעם הייסט די תורה טוב.
קומט אויס אז די אור התורה איז מרומז אין ל"ב טו"ב.

פסח ביינאכט באקומען מיר דעם אור בהתגלות, שלא ע"י מעשינו, און דערפאר האט עס נישט קיין קיום, און מ'ברויך ציילן מ"ט יום ביז מ'קען זוכה זיין צו דעם גאנצן אור ע"י מעשינו און ס'זאל יא האבן א קיום.
מ"ט איז די גמטריא פון ל"ב טו"ב, יעדן טאג פון ספירה איז מען קונה נאך א חלק פון דעם אור, ביז מ'קומט אן צו מ"ט יום - ל"ב טו"ב, און דאס איז קבלת התורה.

ווען מ'האלט שוין נאכן ציילן ל"ב יום האט מען שוין קונה געווען די ל"ב נתיבות החכמה וואס איז באהאלטן, און מ'קומט שוין צו צום חלק הטו"ב.
דעמאלטס הייבט זיך שוין אן די התגלות.

פארדעם פריידט מען זיך ל"ג בעומר!
ע"כ אין בני יששכר, חודש אייר, מאמר ג', אות א'.

(קען דאך זיין אז דאס איז די שמחה פון ר' שמעון וואס האט טאקע מגלה געווען די נסתרות.
און אפשר טאקע דווקא פאר דעם האט ער עס מגלה געווען אין דעם טאג.
ל"ב נתיבות ראשי"ת תרומה את כרוב ממשח זיו אורך.).
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”