אעברה נא
אמר הקב"ה למשה א"כ בטלת סלח נא (מדרש)
וואס איז פשט אינעם מדרש?
עס שטייט אין פרשת יתרו, "ויחן שם ישראל נגד ההר" זאגט דער מדרש צוויי פשטים פארוואס עס שטייט ישראל, א לשון יחיד. אדער ווייל עס גייט ארויף אויף יעקב אבינו, און ער איז געקומען צו מתן תורה. אדער איז פשט אז די אידישע קינדער זענען געווען 'כאיש אחד בלב אחד'.
שפעטער ווען די אידן האבן געמאכט דעם עגל, האט משה רבינו געטענהט אז 'לי צוויתי ולא להם' ווייל דער בוכ"ע האט געזאגט אלוקיך בלשון יחיד.
דאס איז זייער גוט נאר לויטן פשט אז ישראל מיינט יעקב. אבער אויב ישראל מיינט גאנץ כלל ישראל, און מיט דעם אלעם נוצט מען א לשון יחיד, קען אלוקיך אויך מיינען פאר אלע אידן.
נאך ווערט געברענגט, אז ווען משה רבינו האט געוואלט אריינקומען אין ארץ ישראל, האט אים דער באשעפער געזאגט, די אבות זענען אויך נישט אריין אין א"י מיט די אידן. האט משה רבינו גע'טענה'ט, אז זיי זענען אויך נישט געווען ביי קבלת התורה.
זאגט דער הייליגער חנוכת התורה זייער שיין. משה רבינו בעט "אעברה נא" איך וויל אריינגיין אין א"י. איי פארוואס די אבות נישט?! ווייל זיי זענען נישט געווען ביי קבלת התורה. דאס איז זייער גוט לגבי אברהם און יצחק, אבער יעקב איז דאך יא געווען דארט און פארדעם שטייט א לשון יחיד.
אבער אויב ווילסטו זאגן אז די לשון יחיד גייט ארויף אויף כלל ישראל, און יעקב אבינו איז נישט דארט געווען "א"כ בטלת סלח נא" ווייל די טענה פון 'לי צוויתי ולא להם' איז נישט שייך. ווייל דארט מיינט אויך די לשון יחיד אלע אידן