געדאנקען על פרשת השבוע - מתוך שיעורי ר' יוסף יצחק יאקאבסאן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נענטער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 3:49 pm

געדאנקען על פרשת השבוע - מתוך שיעורי ר' יוסף יצחק יאקאבסאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נענטער »

א גוטן.

דא וועלן מיר נאכברענגען געדאנקען התחזקות און פערל-רייד פון צווישן די ארכיוון פונעם וועלטבארימטן פה מפיק מרגליות.


ביטע לאזט אייך הערן, און מיר וועלן פרובירן אנצוגיין וועכנטליך.
אוועטאר
נענטער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 3:49 pm

קורח // ובני קרח לא מתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נענטער »

די וואך לערנען מיר אין די פרשה די גאנצע געשעהניש פון קרח ועדתו, און זייער טראגישע ענדע. וַתִּפְתַּ֤ח הָאָ֙רֶץ֙ אֶת־פִּ֔יהָ וַתִּבְלַ֥ע אֹתָ֖ם וְאֶת־בָּתֵּיהֶ֑ם וְאֵ֤ת כׇּל־הָאָדָם֙ אֲשֶׁ֣ר לְקֹ֔רַח וְאֵ֖ת כׇּל־הָרְכֽוּשׁ׃ וַיֵּ֨רְד֜וּ הֵ֣ם וְכׇל־אֲשֶׁ֥ר לָהֶ֛ם חַיִּ֖ים שְׁאֹ֑לָה וַתְּכַ֤ס עֲלֵיהֶם֙ הָאָ֔רֶץ וַיֹּאבְד֖וּ מִתּ֥וֹךְ הַקָּהָֽל׃

די מעשה האט זיך אבער נישט דא געענדיגט.
שפעטער אין פרשת פנחס שטייט אין פסוק וּבְנֵי קֹ֖רַח לֹא מֵֽתוּ׃ און רש"י ברענגט די גמרא אין סנהדרין וואס איז מסביר הֵם הָיוּ בָעֵצָה תְּחִלָּה, וּבִשְׁעַת הַמַּחֲלֹקֶת הִרְהֲרוּ תְשׁוּבָה בְלִבָּם, לְפִיכָךְ נִתְבַּצֵּר לָהֶם מָקוֹם גָּבוֹהַ בַּגֵיהִנּוֹם וְיָשְׁבוּ שָׁם: זיי זענען געבליבן לעבן אויף א געוויסע הויעכע פלאץ אין גיהנום.

וואס האבן זיי געטון דארט אינעם מקום גבוה?
אז מיר קוקן אריין אין תהלים זעהען מיר מערערע קאפילטעך - אנגעהויבן פון פרק מ"ב און ווייטער - וואס זענען געמאכט געווארן דורך די בני קרח.
און רש"י דארט אויפן פלאץ שרייבט אזוי: למנצח לבני קרח. אסיר ואלקנה ואביאסף, הם היו תחלה בעצת אביהם ובשעת המחלוקת פרשו, וכשנבלעו כל סביבותיה ופתתה הארץ את פיה נשאר מקומם בתוך פי הארץ, כענין שנאמר ובני קרח לא מתו, ושם אמרו שירה ושם יסדו המזמורים הללו:

דאס איז שוין זייער אינטערסאנט. בכלל דאס אז 'מקום נתבצר להם בגהינום וישבו עליו ואמרו שירה' דארף א ביאור, וואו קומט צו די וואס זיצן אין גיהנום צו זינגען שירה? איז אז זיי זינגען יא שירה, פארוואס האט מען נישט געטראפן בעסערע קאפיטלעך פאר ספר תהלים ווי די שירה וואס די בני קרח האבן געזינגען אין גיהנום?...


נאר לאמיר אריינטראכטן און זעהן וואס איז געווען קרח'ס טעות.
קרח איז נישט געווען קיין נער, און קרח איז נישט געווען סתם א בעל מחלוקת. קרח פיקח היה.
עס איז באקאנט וואס די אר"י הקדוש שרייבט אז צדי'ק כתמ'ר יפר'ח איז סופי תיבות 'קרח'. די חוזה פון לובלין וועלכער איז געווען א לוי פלעגט כסדר זאגן 'די הייליגע זיידע קרח'. די אפטא רב - וואס האט זיך געדעקנט אין יענעם גלגול - האט פארציילט אז ביים מחלוקת איז ער געשטאנען אין א זייט און נישט גענומען קיין מיינונג.

און לאמיר טאקע אריינטראכטן, האט דען קרח נישט געהאט א ריכטיגע טענה?! כי כל העדה כולם קדושים ומדוע תתנשאו? אלע אידן זענען געשטאנען ביים בארג סיני. אלע אידן האבן מקבל געווען די תורה. אלע אידן זענען הייליג. פארוואס זענען געוויסע מענטשן הייליגער און זיי קענען טון די עבודה וואס מיר קענען נישט? פארוואס איז די מתנה פון זיין נאנט צו אייבערשטן רעזעווירט פאר אפאר יחידים? מיר ווילן אלע קענען טון די עבודה! מיר ווילן אלע זיין נאנט צום אייבערשטן!

איז דאס נישט א גערעכטע טענה???

נאר וואס דען? קרח האט דא געמאכט א יסודות'דיגע טעות. קרח האט פארשטאנען אז דער אייבערשטער געפונט זיך בלויז אין משכן. די וואס קענען אריינגיין אין משכן זענען נאנט צום אייבערשטן, און די וואס דארפן בלייבן אינדרויסן האבן נעבעך נישט די פריוויליגיע פון קרבת אלוקים.
און דאס איז דיסקרימינאציע.

דער אמת איז אבער, אז מלא כל הארץ כבודו. דער אייבערשטער איז איבעראל, און מ'קען אים דינען פון איבעראל.
און ווי דער הייליגער מעזריטשער מגיד טייטשט 'מלאה הארץ קניניך' - דער וועלט איז פול מיט זאכן מיט וואס מ'קען דיר קונה זיין!

ס'זענען דא כהנים וואס דער אייבערשטער וויל זיי אינעם משכן, און ס'זענען דא אידן וואס דער אייבערשטער וויל זיי אינדרויסן. ביידע פון זיי קענען און דארפן דינען דעם אייבערשטן פון די פלאץ וואו דער אייבערשטער האט אים אראפגעשטעלט.
כל העדה כולם קדושים, יעדער איד איז טאקע הייליג, אבער יעדער האט באקומען כלים כוחות און תפקידים אויף זיין איינגארטיגע וועג.

פונקט ווי אהרן הכהן דינט דעם אייבערשטן פון זיין קודש הקדשים - ווייל דארט האט אים דער אייבערשטער אריינגעלייגט, אזוי אויך איינער וואס איז נישט כהן גדול דארף דינען דעם אייבערשטן אין זיין פריוואטע קודש הקדשים - ווייל דארט האט אים דער אייבערשטער אריינגעלייגט און דאס איז די רצון השם.
און ווען מיר פשוט'ע אידן דינען דעם אייבערשטן פונדרויסן איז עס פונקט אזוי חשוב ווי די עבודה פונעם כהן גדול!


און דאס איז פשט, ובני קרח לא מתו.
נאך די שרעקליכע טראגעדיע האבן די בני קרח אנערקענט זייער טעות, און זיי האבן איינגעזעהן אז מקום גבוה נתבצר להם בגיהנום. אפילו מ'געפונט זיך אין גיהנום, דאך איז מען אין א מקום גבוה! און פון דארט קען מען אויך דינען דעם אייבערשטן. ומשם אמרו שירה!

און אזאלכע שירות ותשבחות וואס זענען געקומען פון די טיפסטע מקומות, זיי זענען גאר געווארן קאפיטלעך אין תהלים!

יעצט לאמיר זעהן וואס איז די ערשטע קאפיטל וואס די בני קרח האבן געזינגען?
כְּאַיָּ֗ל תַּעֲרֹ֥ג עַל־אֲפִֽיקֵי־מָ֑יִם כֵּ֤ן נַפְשִׁ֨י תַעֲרֹ֖ג אֵלֶ֣יךָ אֱלֹהִֽים׃!
ר' נחמן מ'ברסלב טייטשט 'איה' - מקום כבודו. דער אייבערשטער'ס געפינט זיך איז אינעם פראגע 'איה?'. אויב זוכט מען דעם אייבערשטן - נישט קיין חילוק וואו אימער מ'געפינט זיך - דארט איז דער אייבערשטער. און דאס האבן די בני קרח געזינגען 'נפשי תערוג אליך אלוקים!' אפילו מיר געפונען זיך דא און גיהנום בענקען מיר צום אייבערשטן!

~

די טעות וואס קרח האט געמאכט, מאכן מענטשן ביז היינט.
אסאך מאל מיינט מען אז געוויסע אידן זענען נענטער צום אייבערשטן. מ'קוקט אן מענטשן וואס אלעס שמייכלט זיי, אלעס גייט זיי גוט. און ס'גנב'ט זיך אריין א מחשבה'לע אז ווען איך וועל זיין אזוי ווי זיי וועל איך אויך ריכטיג קענען דינען דעם אייבערשטן. יעצט בין איך אינדרויסן פונעם קדשי קדשים, יעצט בין איך ווייט פונעם אייבערשטן. וויאזוי זאל איך קענען טרעפן דעם אייבערשטן אין אזא שפל המצב?

מ'דארף אבער געדענקען אז א איד איז א אמבאסאדער פונעם אייבערשטן אויפן פלאץ וואו ער האט אים אראפגעשיקט. כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא! טו אויס דיינע שיך און הער אויף לויפן. פרוביר נישט צו גיין נענטער צום קודש הקדשים, ווייל די פלאץ וואו די שטייטס, דארט איז דיין אדמת קודש. דארט איז דיין קודש הקדשים, און פון דארט דארפסטו טון דיין עבודה!

~

דער הייליגער נועם אלימלך אנפאנג פרשת קרח ברענגט די ווערטער פונעם זוה"ק אז 'ואיתפלג קרח' איז נמשך געווארן פון די וואס האט פאסירט אינעם צווייטן טאג פון בריאת העולם.

ווען מ'האט באשאפן די וועלט איז די גאנצע בריאה געווען אייניג. ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד, אלעס איז געווען אויף איין מדריגה.
ווען ס'איז געקומען מאנטאג האט דער אייבערשטער צוטיילט די מים העליונים און די מים התחתונים, און די מדרש פארציילט בשעה שחלק הקב"ה את המים נתן אלו למעלה ואלו למטה, התחילו מים התחתונים בוכים אנן בעינן למהווי קמי מלכא.

אין זוה"ק שטייט אז 'בוכים' איז ר"ת ברוך כבוד ה' ממקומו, און דאס איז געווען זייער טעות, אז מ'קען נאר דינען דעם אייבערשטן ממקומו. און דערפאר האבן זיי געוויינט.
דער אמת איז אבער, אז דער אייבערשטער וויל אז זיי זאלן אים דינען פונדערווייטנס, און ווען זיי טוען זיין רצון פונדערווייטנס איז עס פונקט אזוי חשוב ביים אייבערשטן ווי די עבודה פון די מים העליונים.

דערפאר זאגן מיר די שיר של יום פון מאנטאג - די טאג וואס מ'האט דאס ערשטע מאל צוטיילט די בריאה - שִׁיר מִזְמוֹר לִבְנֵי קֹֽרַח: אז פון זיי זאל מען זיך לערנען!!

און אט הערט וואס זיי זינגען. גָּדוֹל יְהֹוָה וּמְהֻלָּל מְאֹד בְּעִיר אֱלֺהֵֽינוּ הַר קָדְשׁוֹ: דער אייבערשטער האט געוויסע פלעצער ווי די שכינה רוהט.
דִּמִּֽינוּ אֱלֺהִים חַסְדֶּֽךָ בְּקֶֽרֶב הֵיכָלֶֽךָ: מיר האבן געמיינט אז דער אייבערשטער געפינט זיך כביכול דארט, און די מענטשן וואס האבן צוטריט אהין זענען נענטער צום אייבערשטן.
אבער מיר האבן איינגעזעהן אז כְּשִׁמְךָ אֱלֺהִים כֵּן תְּהִלָּתְ֒ךָ עַל קַצְוֵי אֶֽרֶץ:! מ'קען אים דינען פון אלע עקן פון די וועלט. מ'קען טון זיין רצון פון די טיפסטע וואסערן. און מ'קען זינגען צו אים פון גיהנום!

ושם אמרו שירה!!!
אוועטאר
נענטער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 3:49 pm

קרח // ויראו ויקחו איש מטהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נענטער »

לאמיר גיין א שטאפל ווייטער.

דער אייבערשטער זאגט פאר משה רבינו, נעם 12 שטעקענעס פון אלע שבטים און לייג זיי אריין אינעם משכן.
וַיְהִ֣י מִֽמׇּחֳרָ֗ת וַיָּבֹ֤א מֹשֶׁה֙ אֶל־אֹ֣הֶל הָעֵד֔וּת וְהִנֵּ֛ה פָּרַ֥ח מַטֵּֽה־אַהֲרֹ֖ן לְבֵ֣ית לֵוִ֑י וַיֹּ֤צֵֽא פֶ֙רַח֙ וַיָּ֣צֵֽץ צִ֔יץ וַיִּגְמֹ֖ל שְׁקֵדִֽים׃
וַיֹּצֵ֨א מֹשֶׁ֤ה אֶת־כׇּל־הַמַּטֹּת֙ מִלִּפְנֵ֣י יְהֹוָ֔ה אֶֽל־כׇּל־בְּנֵ֖י יִשְׂרָאֵ֑ל און אלע האבן געזעהן די גרויסע נס!
וַיִּרְא֥וּ וַיִּקְח֖וּ אִ֥ישׁ מַטֵּֽהוּ׃

עס איז שווער צו פארשטיין פארוואס דארף די תורה פארציילן אז אלע האבן צוריקגענומען זייערע שטעקענעס? וואס מאכט עס אויס אינעם געשעהניש?
און אייגנטליך, פארוואס האבן זיי דאס בכלל צוריקגענומען? די מורא'דיגע נס האט יעדער געזעהן, אלע אידן זענען שוין מודה צו אהרן, נו קען מען אהיימגיין. פארוואס דארף מען מיטנעמען דעם שטעקן אהיים?

און נאכמער, איך וויל פרעגן א פשוט'ע זאך. מ'האלט דאך שוין נאך דריי שרעקליכע פאסירונגען, קרח ובניו זענען איינגעזינקען אין די ערד, די 250 ראשי סנהדרין זענען פארברענט געווארן, ס'האט אויסגעבראכן א שווערע מגיפה ל"ע, און מיט דעם אלעם זענען נאך געווען געוויסע אידן וואס האבן נאכנישט געקענט מודה זיין אז משה אמת ותורתו אמת.
אויב אזוי פארוואס מיט אפאר בלומען אויף אהרן'ס שטעקן זאלן זיי זיך יא בארוהיגן און איינזעהן זייער טעות???...


נאר בהמשך צום פאריגן שמועס איז עס זייער פארשטענדליך.
דער אייבערשטער האט געזעהן אז אידן זענען נאכנישט צופרידן. זיי זענען נאך מקנה אהרן מיט זיין הייליגע עבודה. האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה לאמיר זיי ווייזן קלאר אז זייער הצלחה ליגט נישט דארט וואו זיי מיינען. לאמיר נעמען יעדנס שטעקן און זיי טאקע אריינשטעלן אינעם משכן, און לאמיר זעהן וואס עס וועט פאסירן...

און עס האט זיך טאקע אזוי ארויסגעשטעלט אז אהרן'ס שטעקן האט הערליך געבליעט - ווייל דארט איז איר פלאץ, דארט ליגט אהרן'ס עבודה און דארט ליגט אהרן'ס הצלחה.
און די אנדערע שטעקענעס זענען געבליבן ליידיג און טרוקן!

דא האבן שוין אלע איינגעזעהן אז יעדער האט זיין פלאץ. און אז מ'קריכט אריין אין א צווייטנס תחום און מ'פרובירט נאכצומאכן יענעמ'ס עבודה - וואקסט נישט גארנישט ארויס דערפון.

וואס האבן זיי געטון נאכדעם? ויראו ויקחו איש מטהו!
יעדער האט צוריקגענומען זיין אייגענע שטעקן צו זיך אהיים. צוריק צו די פלאץ ווי זיי באלאנגען.
ווייל דארט ליגט זייער הצלחה!!

~

לאמיר אויפהערן קוקן אויף אנדערע און לאמיר אויפהערן נאכמאכן אנדערע. לאמיר אנהייבן קוקן אויף זיך אליינס, אויף די אייגענע כוחות, אויף די אייגענע כשרונות, און אויף די אייגענע תפקידים.
און אז מיר וועלן לאזן אונזערע שטעקענעס דארט ווי זיי באלאנגען, און זיי באוואסערן דארט ווי דער אייבערשטער האט זיי איינגעפלאנצט - וועלן זיי וואקסן און בליען!

ויראו ויקחו איש מטהו!
אוועטאר
נענטער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 3:49 pm

חוקת // והביט אל נחש הנחושת וחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נענטער »

אין פרשת חקת לערנען מיר ווי כלל ישראל איז געשטראפט געווארן מיט נחשים השרפים וַֽיְנַשְּׁכ֖וּ אֶת־הָעָ֑ם וַיָּ֥מׇת עַם־רָ֖ב מִיִּשְׂרָאֵֽל׃ משה רבינו האט מתפלל געווען צום אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט געזאגט עֲשֵׂ֤ה לְךָ֙ שָׂרָ֔ף וְשִׂ֥ים אֹת֖וֹ עַל־נֵ֑ס וְהָיָה֙ כׇּל־הַנָּשׁ֔וּךְ וְרָאָ֥ה אֹת֖וֹ וָחָֽי׃
און אזוי האט משה געטון וַיַּ֤עַשׂ מֹשֶׁה֙ נְחַ֣שׁ נְחֹ֔שֶׁת וַיְשִׂמֵ֖הוּ עַל־הַנֵּ֑ס וְהָיָ֗ה אִם־נָשַׁ֤ךְ הַנָּחָשׁ֙ אֶת־אִ֔ישׁ וְהִבִּ֛יט אֶל־נְחַ֥שׁ הַנְּחֹ֖שֶׁת וָחָֽי׃

די משנה אין מסכת תענית וואונדערט זיך אויפן עצה פונעם נחש הנחושת. וְכִי נָחָשׁ מֵמִית אוֹ נָחָשׁ מְחַיֶּה?!
און די משנה ענטפערט אֶלָּא, בִּזְמַן שֶׁיִּשְׂרָאֵל מִסְתַּכְּלִין כְּלַפֵּי מַעְלָה וּמְשַׁעְבְּדִין אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶן שֶׁבַּשָּׁמַיִם, הָיוּ מִתְרַפְּאִים, וְאִם לָאו, הָיוּ נִמּוֹקִים. און די מטרה פונעם נחש הנחושת איז געווען אז אידן זאלן ארויפקוקן כלפי מעלה צום טאטן אין הימל, און אזוי וועלן זיי ווערן אויסגעהיילט.

דאס וואס די משנה ענטפערט מאכט אבער נאך שווערער די קשיא. אויב די גאנצע רפואה האט גארנישט מיטן נחש, נאר אידן האבן געדארפט משעבד זיין את לבם לאביהם שבשמים, אויב אזוי זאל מען פשוט זאגן פאר די אידן ארויפצוקוקן צום הימל און וויסן און גלייבן אז דער אייבערשטער איז דער וואס היילט. פארוואס האט אויסגעפעלט אויסצושניצן א קופערנעם שלאנג אין וואס מ'קען זיך ח"ו אריינרעדן אז דאס האט עפעס א כח צו היילן - וואס דאס האט אייגנטליך שפעטער פאסירט. מיט די צייט האבן מענטשן טאקע אנגעהויבן גלייבן אינעם נחש הנהושת אז דאס האט ח"ו א כח, עד כדי כך אז חזקיהו המלך בשעתו האט דאס געדאפט צושטויסן, ווי עס שטייט כיתת נחש הנחושת והודו לו. אויב אזוי פארוואס האט מען דאס געמאכט מעיקרא?

און נאכמער דארף מען פארשטיין, פארוואס פונקט א שלאנג?
א היילונג איז פשט עפעס וואס נעמט אוועק דער מענטש פונעם פראבלעם. אויב וויל מען עפעס לייגן אין די הייעך כדי אז מ'זאל ארויפקוקן צום אייבערשטן זאל מען לייגן סיי וועלכע אנדערע זאך. פארוואס האט דער אייבערשטער געהייסן צו נעמען דווקא א נחש וואס דאס איז דאך געווען די מכה אליינס?

און נאך מער ווי דעם. רש"י מערקט אן אז דער אייבערשטער האט בעצם נישט געהייסן צו מאכן דעם נחש פון קופער, לֹא נֶאֱמַר לוֹ לַעֲשׂוֹתוֹ שֶׁל נְחֹשֶׁת. אֶלָּא אָמַר מֹשֶׁה, הַקָּבָּ"ה קוֹרְאוֹ נָחָשׁ וַאֲנִי אֶעֱשֶׂנּוּ שֶׁל נְחֹשֶׁת, לָשׁוֹן נוֹפֵל עַל לָשׁוֹן: זעהען מיר אז די כוונה איז געווען ארויסצוברענגען דעם נחש אויפן שטערקסטן אופן וואס מעגליך, און אפילו דעם מאטריאל פון וואס מ'זאל עס מאכן האט משה אויסגעוועלט עפעס וואס איז א לשון פון 'נחש'.
וואס איז פשט פון דעם?


נאר בעצם דארפן מיר אריינקלערן, עס איז נישט קיין ספק אז דורכאויס די פערציג יאר וואס כלל ישראל איז געווען אין מדבר האט פאסירט פיל פיל מער פרשיות און מעשיות ווי די פאר וואס ווערן דערמאנט אין די תורה הק'.
נאר אין די תורה איז נאר געשריבן זאכן וואס איז א הוראה אויף אייביג, און אין די תורה ווערט נאר דערמאנט מעשיות וואס איז נוגע אויף שפעטער, און פון וואס מיר קענען זיך לערנען א מוסר השכל.

ממילא, ווען די תורה רעדט פון נחשים השרפים גייט דאס ארויף אויף אנדערע סארטן שלענג. עס גייט ארויף אויף פארשידענע דורכגענג וואס מענטשן מאכן מיט, עס גייט ארויף אויף פארשידענע מצבים פון וואס מענטשן ווערן אפגעבריעט און געביסן.

און אויף אזאלכע מצבים זאגט דער אייבערשטער פאר משה, אז איינער איז געביסן געווארן, אז איינער איז אדורך א שווערע מצב. די עצה דערצו איז, אנטלויף נישט דערפון. נעם דעם נחש, נעם די זאך וואס האט דיר געשעדיגט, ושים אותו על נס.

ווען א מענטש גיין אדורך א שווערע מצב קען מען עס אנקוקן אויף צוויי וועגן. מ'קען עס אנקוקן און זיך זעהן אינעם פראבלעם, מ'קען זיך אנקוקן אלס א חלק פון די פראבלעם און זיין פארווייטאגט אויף זיך אליינס פארן זיין אין אזא פראבלעם. און מ'קען עס אנקוקן אויף ארויף, זעהן דעם אייבערשטן דערינטער, וויסן אז דאס איז א נסיון פונעם אייבערשטן, און גלייבן אז דער אייבערשטער וועט זיכער געבן כוחות דאס אדורכצוטראגן.

ושים אותו על נס. האסט א פעלער? לייג עס אין די הייעך. הייב אויף דעם שלאנג העכער, זעה די הימל אינעם הונטערגרונט, און פארשטיי אז דאס איז א נסיון פונעם אייבערשטן. פארשטיי אז דער אייבערשטער האט דיר געטרויעט מיט א נסיון וואס נישט יעדער ווערט געטרויעט דערמיט.

און אטאמאטיש, אז דו וועסט קוקן דערויף פון א העכערע פערספעקטיוו, אז דו וועסט עס אנקוקן וויאזוי דער אייבערשטער קוקט עס אן, וועסטו זעהן אז עס איז נישט קיין נחש, עס איז נחושת וואס קוקט נאר אויס ווי א נחש! עס איז א שטיק קופער מיט וואס דו ביסט באשאנקען געווארן! עס איז א מתנה פונעם אייבערשטן וואס הייבט דיר אויף און ברענגט דיר נענטער צו אים!

והביט אל נחש הנחושת וחי!

~

ויותר יעקב לבדו, יעקב אבינו איז געבליבן אליינס אינמיטן די נאכט, ויאבק איש עמו, די שרו על עשו האט זיך געשלאגן מיט אים ביז אינדערפרי.
ס'איז געקומען צופרי און די מלאך וויל שוין גיין, ויאמר שלחני כי עלה השחר. וואס האט יעקב געענטפערט? לא אשלחך כי אם ברכתני!

איך פארשטיי נישט, דער איז דאך די שרו של עשו. דער גרעסטער כח הטומאה! ער שלאגט זיך מיט יעקב, ער האט אים געשעדיגט און געמאכט הינקעדיג. יעצט אז ער וויל שוין ענדליך גיין, לאז אים גיין!... פארוואס ענטפערט יעקב לא אשלחך? פארוואס דארף יעקב א ברכה פון אזא איינער?

נאר יעקב אבינו האט אונז געוואלט לערנען אז ווען א איד גייט אדורך א צרה דארף ער זעהן ארויסצוגיין דערפון העכער און נענטער צום אייבערשטן ווי בעפאר דעם! ער דארף צוריקקוקן אויפן צרה און זעהן אז דאס האט אים געבענטשט און דערהויבן.
לא אשלחך, לאז עס נישט ארויס פון די האנט, כי אם ברכתני!


עס איז באקאנט אז רבי עקיבא האט געהאט א ניצוץ פון די נשמה פון יעקב, און אז מ'קוקט וואס ער איז אלס אדורך קען מען זיך לערנען די זעלבע געדאנק.

זייענדיג 40 יאר אלט האט רבי עקיבא הערשט אנגעהויבן לערנען תורה. ענדליך ענדליך נאך יארן האראוואניע האט ער אויפגעשטעלט פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים! וואס האט פאסירט א קורצע צייט שפעטער? זיי זענען אלע אוועק ר"ל אין די ימי הספירה.
וואס האט רבי עקיבא געטון? תיכף אנגעהויבן פון פריש מיט פינעף תלמידים, ר"מ ר' יהודה ר' יוסי רבי שמעון ורבי אלעזר בן שמוע. והם העמידו תורה אותה שעה!

נישט אז זיי האבן פארשטאנען פארוואס די אלע צרות זענען געקומען, און נישט אז די צרות זענען געווען לייכט דורכצוטראגן. זיי האבן אבער געוויסט וויאזוי אנצוקוקן די מצב. זיי האבן פארשטאנען אז עס איז א נסיון, זיי האבן פארשטאנען כי מנסה ה' אלוקים אתכם, דער אייבערשטער וויל אונז אויספריוון מיט דעם, און דער אייבערשטער וויל אונז אויפהייבן דורכדעם. און דאס האט זיי געגעבן די כוחות עס אריבעצוטראגן און אנצוגיין ווייטער.

און דאס זאגט די גמרא, על כל קוץ וקוץ עתיד רבי עקיבא לדרוש תילי תילים של הלכות! יעדע שטעך, יעדע שוועריקייט וואס רבי עקיבא איז אדורך האט ער געזעהן פאר א געלעגנהייט צו שטייגן און צו גיין העכער!

ווייל אז מ'קוקט ארויף זעהט מען נישט קיין נחש, מ'זעהט א נחש הנחושת! מ'זעהט אינעם פראבלעם א געלעגנהייט צו שטייגן, און א רוף פונעם אייבערשטן צו קומען נענטער צו אים.

והביט אל נחש הנחושת וחי!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: געדאנקען על פרשת השבוע - מתוך שיעורי ר' יוסף יצחק יאקאבסאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח זייער שיין
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: געדאנקען על פרשת השבוע - מתוך שיעורי ר' יוסף יצחק יאקאבסאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

הערליך
אוועטאר
נענטער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 3:49 pm

Re: געדאנקען על פרשת השבוע - מתוך שיעורי ר' יוסף יצחק יאקאבסאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נענטער »

יישר כחכם!
אוועטאר
נענטער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 3:49 pm

Re: בלק // ויפתח ה' את פי האתון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נענטער »

די וואך לערנען מיר אין די פרשה ווי בלק מלך מואב האט געשיקט בעטן פון בלעם אז ער זאל קומען שעלטן די אידן.

די תורה פארציילט ווי בלעם האט געזאגט פאר די שליחים לִ֤ינוּ פֹה֙ הַלַּ֔יְלָה וַהֲשִׁבֹתִ֤י אֶתְכֶם֙ דָּבָ֔ר כַּאֲשֶׁ֛ר יְדַבֵּ֥ר יְהֹוָ֖ה אֵלָ֑י לאמיר הערן צו דער אייבערשטער איז מסכים אז איך זאל גיין, וַיֵּשְׁב֥וּ שָׂרֵֽי־מוֹאָ֖ב עִם־בִּלְעָֽם.
ביינאכט איז דער אייבערשטער געקומען צו בלעם און געזאגט לֹ֥א תֵלֵ֖ךְ עִמָּהֶ֑ם לֹ֤א תָאֹר֙ אֶת־הָעָ֔ם כִּ֥י בָר֖וּךְ הֽוּא׃ און אינדערפרי האט בלעם געזאגט פאר די שרי מואב לְכ֖וּ אֶֽל־אַרְצְכֶ֑ם כִּ֚י מֵאֵ֣ן יְהֹוָ֔ה לְתִתִּ֖י לַהֲלֹ֥ךְ עִמָּכֶֽם׃ דער אייבערשטער לאזט מיר נישט גיין.

די שליחים קומען צוריק צו בלק און פארציילן וואס בלעם האט געענטפערט.
בלק שיקט צוריק חשוב'ערע און העכערע שרים, און זיי זאגן פאר בלעם כַבֵּ֤ד אֲכַבֶּדְךָ֙ מְאֹ֔ד וְכֹ֛ל אֲשֶׁר־תֹּאמַ֥ר אֵלַ֖י אֶֽעֱשֶׂ֑ה, דו קום נאר קָֽבָה־לִּ֔י אֵ֖ת הָעָ֥ם הַזֶּֽה׃
בלעם האלט זיך שטארק און ער זאגט זיי אִם־יִתֶּן־לִ֥י בָלָ֛ק מְלֹ֥א בֵית֖וֹ כֶּ֣סֶף וְזָהָ֑ב לֹ֣א אוּכַ֗ל לַעֲבֹר֙ אֶת־פִּי֙ יְהֹוָ֣ה אֱלֹהָ֔י. בלייבטס דא איבערנאכט און לאמיר הערן וואס דער אייבערשטער וועט יעצט זאגן.
וַיָּבֹ֨א אֱלֹהִ֥ים אֶל־בִּלְעָם֮ לַ֒יְלָה֒ ויֹּ֣אמֶר ל֗וֹ אִם־לִקְרֹ֤א לְךָ֙ בָּ֣אוּ הָאֲנָשִׁ֔ים ק֖וּם לֵ֣ךְ אִתָּ֑ם קענסט יא גיין, וְאַ֗ךְ אֶת־הַדָּבָ֛ר אֲשֶׁר־אֲדַבֵּ֥ר אֵלֶ֖יךָ אֹת֥וֹ תַעֲשֶֽׂה׃
פיין, אז דער אייבערשטער לאזט יא גיין שפאנט בלעם איין דעם אייזל, און מ'גייט.

וַיִּֽחַר־אַ֣ף אֱלֹהִים֮ כִּֽי־הוֹלֵ֣ךְ הוּא֒, און דער אייבערשטער שיקט א מלאך צו שטערן זיין וועג וַיִּתְיַצֵּ֞ב מַלְאַ֧ךְ יְהֹוָ֛ה בַּדֶּ֖רֶךְ לְשָׂטָ֣ן ל֑וֹ. בלעם זעהט נישט דעם מלאך, ער בייזערט זיך אויפן אייזל און שלאגט אים עטליכע מאל. וַיִּפְתַּ֥ח יְהֹוָ֖ה אֶת־פִּ֣י הָאָת֑וֹן וַתֹּ֤אמֶר לְבִלְעָם֙ מֶה־עָשִׂ֣יתִֽי לְךָ֔ כִּ֣י הִכִּיתַ֔נִי זֶ֖ה שָׁלֹ֥שׁ רְגָלִֽים׃ טענה'ט בלעם כי התעללת בי, און דער אייזל שרייעט צוריק. ביז וַיְגַ֣ל יְהֹוָה֮ אֶת־עֵינֵ֣י בִלְעָם֒ וַיַּ֞רְא אֶת־מַלְאַ֤ךְ יְהֹוָה֙ נִצָּ֣ב בַּדֶּ֔רֶךְ וְחַרְבּ֥וֹ שְׁלֻפָ֖ה בְּיָד֑וֹ וַיִּקֹּ֥ד וַיִּשְׁתַּ֖חוּ לְאַפָּֽיו׃
בלעם אנטשולדיגט זיך חָטָ֔אתִי כִּ֚י לֹ֣א יָדַ֔עְתִּי כִּ֥י אַתָּ֛ה נִצָּ֥ב לִקְרָאתִ֖י בַּדָּ֑רֶךְ וְעַתָּ֛ה אִם־רַ֥ע בְּעֵינֶ֖יךָ אָשׁ֥וּבָה לִּֽי׃ אויב דער אייבערשטער לאזט נישט, גיי איך צוריק. ענטפערט די מלאך ניין, גיי יא. לֵךְ עִם־הָ֣אֲנָשִׁ֔ים, וְאֶ֗פֶס אֶת־הַדָּבָ֛ר אֲשֶׁר־אֲדַבֵּ֥ר אֵלֶ֖יךָ אֹת֣וֹ תְדַבֵּ֑ר.
און בלעם האט פארגעזעצט זיין וועג וַיֵּ֥לֶךְ בִּלְעָ֖ם עִם־שָׂרֵ֥י בָלָֽק׃

די מעשה איז גאר אינטערסאנט און מאנדע.
בלעם וויל זיין ערליך, בלעם וויל פאלגן און טון דאס וואס דער אייבערשטער וויל. ער פרעגט דעם אייבערשטן צו ער זאל גיין, און דער אייבערשטער ענטפערט לא תלך עמהם. גייט ער נישט.
די צווייטע נאכט זאגט דער אייבערשטער קום לך אתם, גיי יא און רעד נאר וואס איך הייס. פיין, גייט ער יא.
ויחר אף אלוקים כי הולך הוא.
דער מלאך קומט אפשטעלן די וועג. בלעם זאגט פארן מלאך אם רע בעינך אשובה, אויב דער אייבערשטער וויל נישט אז איך זאל גיין וועל איך נישט גיין. ענטפערט די מלאך, ניין, לך עם האנשים. גיי יא...

וואס גייט דא פאר? אויב דער אייבערשטער איז מסכים און זאגט קום לך אתם, דעמאלס פארוואס ויחר אף אלוקים כי הולך הוא? און פארוואס האלט אים די מלאך אין איין אפשטעלן? און אויב דער אייבערשטער וויל דאס נישט, אויב אזוי פארוואס ווען ער וויל שוין יא צוריקגיין זאגט די מלאך ניין, לך עם האנשים???

די קשיא פרעגט דער מדרש. און די מדרש פירט אויס מִכָּן אַתּ לָמֵד פון דא זעהט מען שֶׁבַּדֶּרֶךְ שֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵילֵךְ בָּהּ מוֹלִיכִין אוֹתוֹ. שֶׁמִּתְּחִלָּה נֶאֱמַר לוֹ לֹא תֵלֵךְ, כֵּיוָן שֶׁהֵעֵז פָּנָיו לַהֲלֹךְ, אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא רָשָׁע אֵינִי חָפֵץ בְּאִבּוּדָן שֶׁל רְשָׁעִים, הוֹאִיל וְאַתְּ רוֹצֶה לֵילֵךְ לֵאָבֵד מִן הָעוֹלָם - קוּם לֵךְ.

בלעם פרעגט דעם אייבערשטן צו ער זאל גיין, און דער אייבערשטער ענטפערט 'ניין'. ס'קומט די צווייטע נאכט און בלעם פרעגט נאכאמאל. פארוואס פרעגסטו נאכאמאל אויב דער אייבערשטער האט שוין געזאגט 'ניין'? פארוואס פרעגסטו איבער אויב האסטו שוין באקומען א קלארע תירוץ?

נאר באמת האט בלעם גוט געוויסט אז דער אייבערשטער וויל נישט אז ער זאל גיין, בלעם האט גוט געוויסט אז שעלטן די אידן איז נישט די רצון ה'. נאר דאסמאל - ווען עס האט אים געווארט אסאך כבוד און געלט איז בלעם'ס תאווה געווען אסאך שטערקער, און ער האט געהאפט אז ער וועט יעצט יא באווייזן ארויסצובאקומען א פאזאטיווע ענטפער. אפשר אפשר וועט אים דאסמאל יא געלונגען ארויסצוקוועטשן א שטיקל הסכמה פונעם אייבערשטן.

און אויף דעם האט דער אייבערשטער געזאגט, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו. אויב ווייסטו אז איך וויל נישט אז דו זאלסט גיין, אויב ווייסטו אז מיין רצון איז פארקערט און דאך ווילסטו גיין לאבד מן העולם - קום לך.

~

די הסבר פונעם מדרש פארענטפערט אבער נישט די צווייטע חלק פון די מעשה.
אויב האט דער אייבערשטער שוין יא מסכים געווען אז ער זאל גיין, אויב בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, פארוואס האט דער אייבערשטער דערנאך געשיקט א מלאך אים אפצושטעלן? פארוואס האט בלעם געדארפט ליידן אזויפיל צרות פונעם אייזל?

נאר לאמיר א רגע פארשטיין עפעס אנדערש.
וואס איז געווען די גאנצע מטרה פון ויפתח ה' את פי האתון? פארוואס האט דאס געדארפט פאסירן אז די אייזל זאל רעדן צו בלעם?
אויב דער אייבערשטער האט געשיקט א מלאך אים אפצושטעלן, פארוואס האט ער נישט גלייך געזעהן די מלאך? פארוואס האט עס אזוי געדארפט צוגיין אז די אייזל זאל יא זעהן די מלאך און בלעם נישט, און בלעם זאל שלאגן דעם אייזל, און דער אייזל זאל רעדן, און ערשט דערנאך ויגל ה' את עיני בלעם?
צום סוף האט דאך בלעם ממילא געזעהן דעם מלאך, אויב אזוי פארוואס האט אויסגעפעלט די גאנצע מעשה מיטן אייזל און די נס פונעם פי האתון???

און נאכמער, אין פרקי אבות ווערט אויסגערעכנט די 10 זאכן וואס איז באשאפן געווארן בערב שבת בין השמשות, און צווישן די זאכן ווערט דערמאנט די 'פי האתון'...
זעהען מיר אז די פי האתון איז געווען אזא וויכטיגע זאך פאר די בריאה, אז זי ציילט זיך צווישן די לעצטע פאר זאכן וואס די וועלט איז נאכנישט געווען פארטיג אן דעם!
פארוואס איז די אייזל'ס מויל געווען אזא וויכטיגע זאך פאר די בריאה? און אייגנטליך, פארוואס האט בכלל אויסגעפעלט אז אזא מאנדע ערשיינונג זאל פאסירן???

רש"י אויפן פסוק וַיִּתְיַצֵּ֞ב מַלְאַ֧ךְ יְהֹוָ֛ה בַּדֶּ֖רֶךְ לְשָׂטָ֣ן ל֑וֹ מערקט אן אז מַלְאָךְ שֶׁל רַחֲמִים הָיָה, וְהָיָה רוֹצֶה לְמָנְעוֹ מִלַּחֲטֹא, שֶׁלֹּא יֶחֱטָא וְיֹאבַד: די מלאך ווערט אנגערופן מלאך ה' און נישט מלאך אלוקים ווייל עס איז געווען א מלאך של רחמים וואס האט געוואלט אפשטעלן בלעם אז ער זאל נישט גיין.

און דאס לערנט אונז א מורא'דיגע לימוד.

דער אייבערשטער וועט קיינמאל נישט לאזן א מענטש פאלן. אפילו איינער וואס מ'האט אים קלאר געזאגט 'גיי נישט' און ער גייט יא, און אפילו איינער וואס דער אייבערשטער האט שוין מסכים געווען און אים געזאגט אם אתה רוצה לילך לאבוד מן העולם קום לך, וועט אים דער אייבערשטער נאכאלץ באגלייטן מיט א מלאך של רחמים וואס זאל אים שטערן פון פארזעצן זיין שלעכטע וועג.

ויתיצב מלאך ה' בדרך לשטן לו!

בלעם האט אבער נישט געזעהן דעם מלאך. בלעם האט נישט געכאפט דעם ווינק. און ווען דער אייזל האט זיך אפגעשטעלט איז אים נישט איינגעפאלן צו טראכטן אז אפשר איז דאס א סימן פון הימל אז איך זאל נישט גיין, אפשר איז דאס א ווינק פונעם אייבערשטן אז איך זאל זיך אומקערן צו אים. נאר ער האט זיך געבייזערט אויפן אייזל און אים געשלאגן איינמאל נאכמאל און נאכאמאל. ער האט נישט געזעהן דעם מלאך, ער האט נישט פארשטאנען דעם רמז.

און אז בלעם זעהט נישט דעם מלאך איז דער אייבערשטער געגאנגען נאך ווייטער. דער אייבערשטער האט משנה געווען די סדרי בראשית, דער אייבערשטער האט געמאכט אז א אייזל זאל רעדן צום בלעם! דער אייזל זאל קלאר ווייזן פאר בלעם דעם מלאך של רחמים, דער אייזל זאל קלאר ווייזן פאר בלעם אז די וועג וואס ער נעמט איז קעגן די רצון ה'. ויפתח ה' את פי האתון!

און דער מויל, דער ווינק, איז געווען פון די צעהן וויכטיגסטע זאכן וואס דער אייבערשטער האט באשאפן ערב שבת בין השמשות. דער וועלט איז נישט געווען פארטיג ביז ווילאנג דער אייבערשטער האט געהאט א מויל צו רעדן צו בלעם צוויי און אהאלב טויזנט יאר שפעטער! א וועג וויאזוי אים צו ווייזן וואס איז ריכטיג צו טון, און א שפראך וואס ער וועט האפנטליך פארשטיין.

~

אויב דער אייבערשטער האט דאס געטון פאר בלעם אודאי און אודאי רעדט ער צו אונז אידישע קינדער.

עס איז אמת אז בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, און אז איינער קלויבט אויס צו גיין אויף די נישט ריכטיגע וועג וועט אים דער אייבערשטער נישט אפהאלטן פון גיין.
דער אייבערשטער וועט אבער קומען איינמאל און נאכאמאל מיט פארשידענע רמזים, און ווינקען פארן מענטש אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג. ער וועט ווייזן פאר דער וואס וויל זעהן, וואס זיין אמת'ע רצון איז.

און אפילו ווען א מענטש האט נגיעות און ער וויל נישט הערן דעם אמת, אפילו ווען דער אייבערשטער שיקט אים א געוויסע רמז זעהט ער אינגאנצן עפעס אנדערש, ווען דער אייזל שטעלט זיך אפ טראכט ער נישט אז דאס איז א ווינק פון הימל אז ער זאל זיך צוריקדרייען, ער טראכט נישט אז דער אייבערשטער האט אים געשיקט א מלאך של רחמים וואס זאל אים אפשטעלן - קיינמאל איז נישט א איד גענוג נידריג אז דער אייבערשטער זאל זיך ח"ו שיידן פון אים און אים לאזן פאלן. און אז דער מענטש זעהט נישט דעם מלאך, וועט דער אייבערשטער מאכן אז אייזלען זאלן רעדן און אים ווייזן קלאר ווי דער וועג פירט לאבד מן העולם.
דער אייבערשטער וועט קומען מיט א אפענע און קלארע שפראך, און אים צופירן צום ריכטיגן וועג!

ויפתח ה' את פי האתון!

מ'דארף זיך אבער לאזן פירן.
אונזער ארבעט איז צו פרובירן צו זעהן דעם מלאך. אונזער עבודה איז זיך צוצוהערן צום פי האתון. ווען דער אייבערשטער געבט אונז א ווינק, ווען דער אייבערשטער שיקט אונז א שנעלקע, דארפן מיר דאס דערהערן און אפטייטשן ריכטיג. ווען עפעס פארשטעלט אונזער וועג דארפן מיר אריינטראכטן, אפשר איז די רצון ה' אנדערש, אפשר איז דאס א שליח פון הימל וואס וויל אונז אפשטעלן פון גיין, אפשר איז דאס א מלאך של רחמים וואס וויל אונז אפראטעווען פון לאבד מן העולם!
אוועטאר
נענטער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 3:49 pm

פנחס // את קרבני לחמי לאישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נענטער »

די וואך לערנען מיר ווי דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה עֲלֵ֛ה אֶל־הַ֥ר הָעֲבָרִ֖ים הַזֶּ֑ה וּרְאֵה֙ אֶת־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֥ר נָתַ֖תִּי לִבְנֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃ וְרָאִ֣יתָה אֹתָ֔הּ וְנֶאֱסַפְתָּ֥ אֶל־עַמֶּ֖יךָ גַּם־אָ֑תָּה כַּאֲשֶׁ֥ר נֶאֱסַ֖ף אַהֲרֹ֥ן אָחִֽיךָ׃

גלייך נאכדעם פארציילט די תורה וַיְדַבֵּ֣ר מֹשֶׁ֔ה אֶל־יְהֹוָ֖ה לֵאמֹֽר׃ משה רבינו בעהט פונעם אייבערשטן יִפְקֹ֣ד יְהֹוָ֔ה אֱלֹהֵ֥י הָרוּחֹ֖ת לְכׇל־בָּשָׂ֑ר אִ֖ישׁ עַל־הָעֵדָֽה׃ אֲשֶׁר־יֵצֵ֣א לִפְנֵיהֶ֗ם וַאֲשֶׁ֤ר יָבֹא֙ לִפְנֵיהֶ֔ם וַאֲשֶׁ֥ר יוֹצִיאֵ֖ם וַאֲשֶׁ֣ר יְבִיאֵ֑ם וְלֹ֤א תִהְיֶה֙ עֲדַ֣ת יְהֹוָ֔ה כַּצֹּ֕אן אֲשֶׁ֥ר אֵין־לָהֶ֖ם רֹעֶֽה׃
און דער אייבערשטער הייסט פאר משה קַח־לְךָ֙ אֶת־יְהוֹשֻׁ֣עַ בִּן־נ֔וּן אִ֖ישׁ אֲשֶׁר־ר֣וּחַ בּ֑וֹ וְסָמַכְתָּ֥ אֶת־יָדְךָ֖ עָלָֽיו און ער וועט זיין די ממלא מקום. וַיִּסְמֹ֧ךְ אֶת־יָדָ֛יו עָלָ֖יו וַיְצַוֵּ֑הוּ כַּאֲשֶׁ֛ר דִּבֶּ֥ר יְהֹוָ֖ה בְּיַד־מֹשֶֽׁה׃

הארט נאכדעם - וַיְדַבֵּ֥ר יְהֹוָ֖ה אֶל־מֹשֶׁ֥ה לֵּאמֹֽר׃ צַ֚ו אֶת־בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל וְאָמַרְתָּ֖ אֲלֵהֶ֑ם אֶת־קׇרְבָּנִ֨י לַחְמִ֜י לְאִשַּׁ֗י רֵ֚יחַ נִֽיחֹחִ֔י תִּשְׁמְר֕וּ לְהַקְרִ֥יב לִ֖י בְּמוֹעֲדֽוֹ׃ דער אייבערשטער זאגט פאר משה, צו את בני ישראל - א זירוז מיד ולדורות אז מ'זאל מאכן דעם קרבן תמיד במועדו.

און די ספרי איז מסביר די קשר צווישן די צוויי פרשיות:
צו את בני ישראל את קרבני לחמי – למה נאמר? לפי שהוא אומר אשר יצא לפניהם ואשר יבוא לפניהם;
משל למה הדבר דומה? למלך שהיתה אשתו נפטרת מן העולם, והיתה מפקדתו על בניה. אמרה לו: בבקשה ממך, הזהר לי בבני. אמר לה: עד שאת מפקדתני על בני – פקדי בני עלי, שלא ימרדו בי ושלא ינהגו בי מנהג בזיון.
כך אמר לו הקב"ה: עד שאתה מפקדני על בני – פקוד בני עלי, שלא ינהגו בי מנהג בזיון, ושלא ימירו את כבודי באלהי הנכר.
און דאס האט דער אייבערשטער געבעטן פון משה, דו גייסט אוועק פון די וועלט, את קרבני לחמי לאישי תשמרו, מאך זיכער אז די אידן וועלן ווייטער אנהאלטן צו ברענגען קרבנות פאר מיר. מאך זיכער שלא ינהגו בי מנהג בזיון.


דער ענטפער פונעם אייבערשטן איז אבער זייער אנטוישנד. משה רבינו קומט צום אייבערשטן מיט א רירנדע בקשה. די מאמע פון כלל ישראל קומט צום מלך און בעהט אים: איך האב אויפגעצויגן די קינדער, איך האב זיך אפגעגעבן מיט זיי און שטענדיג זיכער געמאכט אז עס פעלט זיי גארנישט. יעצט, אז איך גיי שוין פון די וועלט, וואס וועט זיין מיט זיי? ווער וועט זיך זארגן פאר זיי? מ'קען נישט לאזן די אידישע קינדער כצאן אשר אין להם רועה, זיי דארפן א מנהיג, זיי דארפן איינער וואס זאל זיי פירן.

און וואס ענטפערט דער אייבערשטער? איין רגע, איידער די זארגסט דיך פאר זיי, זארג זיך פאר מיר קודם. איך דארף מ'זאל מיר ברענגען ברויט יעדן טאג. את קרבני לחמי לאישי תשמרו, מאך זיכער להקריב לי במועדו...
איך פארשטיי נישט. משה רבינו זארגט זיך דא פאר די קיום פון כלל ישראל. די אידן זענען צובראכן, זייער מנהיג גייט זיך שיידן פון זיי, זיי דארפן א נייע פאסטוך. דעם אייבערשטן פעלט נישט גארנישט, ער האט גענוג מלאכים, ער איז די קעניג פון די וועלט! דא איז בכלל נישט אין פלאץ דאס וואס דער אייבערשטער בעהט צוריק, עד שאתה מפקדתני על בני, פקוד בני עלי...?
וואס איז פשט פון אזא ענטפער???


רש"י, אויפן פסוק צו את בני ישראל, ברענגט אראפ דעם אויבנדערמאנטן מדרש: אָמַר לוֹ הַקָּבָּ"ה עַד שֶׁאַתָּה מְצַוֵּנִי עַל בָּנַי, צַוֵּה אֶת בָּנַי עָלַי, מָשָׁל לְבַת מֶלֶךְ שֶׁהָיְתָה נִפְטֶרֶת מִן הָעוֹלָם וְהָיְתָה מְפַקֶּדֶת בַּעְלָהּ עַל בָּנֶיהָ וְכוּ' כִּדְאִיתָא בְסִפְרֵי:

אבער רש"י הקדוש האט געטוישט איין קליינעם דעטאל פונעם משל. א קליינע דעטאל וואס מאכט אבער א גרויסע חילוק.

די משל וואס די מדרש ברענגט איז מלך שהיתה 'אשתו' נפטרת מן העולם - א מלך וואס די מלכה איז אוועק פון דער וועלט. משה רבינו איז דומה צום מלכה, און דער אייבערשטער איז דער מלך.
רש"י זאגט אבער, משל ל'בת מלך' שהיתה נפטרת מן העולם, והיתה מפקדת בעלה על בניה - א טאכטער פונעם קעניג וואס בעהט פון איר מאן אויף אירע קינדער.

פארוואס טוישט רש"י די מעשה? און נאכדערצו מיט עפעס וואס מאכט אינטערסאנטער דעם משל, און שווערער צו פארשטיין די נמשל? דער אייבערשטער און משה רבינו זענען ענדערש געגליכן צו א קעניג און קעניגן, ווי איידער צו א בת מלך און איר מאן וואס איז בכלל נישט קיין קעניג?...
פארוואס מאכט רש"י אזא טויש???


נאר רש"י וויל אז מיר זאלן פארשטיין דאס וואס דער אייבערשטער האט געענטפערט פאר משה. רש"י וויל אונז טאקע דאס לערנען, אז אין דעם פאל איז דער אייבערשטער טאקע נישט געגליכן צו א קעניג. ווייל א קעניג דארף זיך נישט זארגן אויף זיין עסן, ס'זענען דא גענוג און נאך באדינערס וואס וועלן אים באזארגן מיט וואס עס פעלט זיך אויס. אין דעם הינזיכט איז דער אייבערשטער צוגעגליכנט צום איידעם פונעם קעניג, וואס זיין גאנצע קשר מיט די קעניגליכע פאמיליע איז דורכדעם וואס ער איז די מאן פונעם בת מלך.
און יעצט, ווען זי גייט אוועק פון די וועלט, און זי בעהט אים אז ער זאל ווייטער זיך אפגעבן מיט די קינדער, ענטפערט ער איר, וואס איז מיט מיר? ווען דו ביסט דא געווען בין איך געווען א מיטגליד פון די קעניגרייך, ווען דו ביסט דא געווען האט מען מיר מכבד געווען ווי עס פאסט פאר אן איידעם פונעם קעניג, יעצט אז דו גייסט אוועק ווער וועט זיך אומקוקן אויף מיר? ווער וועט מיר געבן צועסן? איך בעהט דיר, מאך זיכער אז אפילו דו גייסט אוועק זאלן די קינדער פונעם קעניג מיר געדענקען, מאך זיכער אז אפילו דו ביסט מער נישט דא זאל איך נישט הונגערן און מ'זאל מיר ווייטער ברענגען ברויט יעדן טאג.

און דאס האט דער אייבערשטער געענטפערט פאר משה. דו ווילסט אז ווען דו לאזט איבער כלל ישראל זאלן זיי נישט זיין כצאן אשר אין להם רועה? דו ווילסט אז אפילו ס'איז נישט דא קיין מנהיגי ישראל זאלן אידישע קינדער בלייבן ערליך? איך האב פאר דיר אן עצה. לאז זיי וויסן, אז איך בין נישט קיין מלך ווי זיי מיינען. איך בין נישט איינער וואס איז רוהיג אין פארזיכערט מיט זיין מלוכה אפילו ווען די מלכה פארלאזט אים. לאז וויסן פאר כלל ישראל אז מיין גאנצע קעניגרייך איז געוואנדן אין זיי! און בעהט זיי אז זיי זאלן נישט פארגעסן פון מיר, בעהט זיי אז זיי זאלן ווייטער געדענקען צו ברענגען עסן פאר מיר! ווייל אז נישט וועל איך בלייבן הונגעריג!!

~

דער אייבערשטער איז טאקע א מלך מלכי המלכים וואס פעלט אים גארנישט, און נאך אסאך מער ווי דעם. דער אייבערשטער איז א כל יכול, און ס'קומט ניטאמאל אין באטראכט צו זאגן אז דער אייבערשטער זאל כביכול דארפן צוקומען צו איינעם.
אבער למעשה האט דער אייבערשטער בוחר געווען אין כלל ישראל. נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים. און דאס מיינט אז אין א געוויסע זין באדערט עס יא פארן אייבערשטן ווען אידן פירן זיך נישט אויף ווי עס פאסט, אין א געוויסע זין שפירט די שכינה הק' יא מיט צערתן של ישראל, און ווען אידישע קינדער געפונען זיך בשפל המצב איז דער אייבערשטער צובראכן.

און דאס איז די גרעסטע חיזוק פאר אידישע קינדער, אז דער אייבערשטער ווארט און לעכצט צו הערן פון זיי!
יא, דער אלמעכטיגער באשעפער, האט בוחר געווען אין א פאלק פון קליינע מענטשעלעך, און ער דארפן צוקומען צו זייערע קרבנות.
מיט זייערע עבודה איז דער אייבערשטער א מלך, און אן זייערע עבודה איז דער אייבערשטער כביכול אן עלנדע איידעם. אינגאנצן פארלוירן!

~

ס'איז דא אן אינטערסאנטע מדרש וואס ווערט נאכגעברענגט אינעם הקדמה פון עין יעקב. די מדרש ברענגט א מחלוקת אמוראים וועלעכע פסוק אין תנ"ך איז די וויכטיגסטע פסוק און איז כולל די גאנצע תורה.

בן זומא אומר מצינו פסוק כולל, והוא שְׁמַ֖ע יִשְׂרָאֵ֑ל יְהֹוָ֥ה אֱלֹהֵ֖ינוּ יְהֹוָ֥ה אֶחָֽד, בן ננס אומר מצינו פסוק כולל יותר, והוא וְאָֽהַבְתָּ֥ לְרֵעֲךָ֖ כָּמ֑וֹךָ, ר' שמעון בן פזי אומר מצינו פסוק כולל יותר, והוא אֶת־הַכֶּ֥בֶשׂ אֶחָ֖ד תַּעֲשֶׂ֣ה בַבֹּ֑קֶר וְאֵת֙ הַכֶּ֣בֶשׂ הַשֵּׁנִ֔י תַּעֲשֶׂ֖ה בֵּ֥ין הָֽעַרְבָּֽיִם!
און דער מדרש פירט אויס, עמד רבי על רגליו ואמר הלכה כבן פזי. עכ"ל המדרש.

לכאורה איז שווער צו פארשטיין פארוואס די פסוק את הכבש האחד תעשה בבוקר איז בכלל צווישן די וויכטיגע פסוקים וואס זענען כולל די גאנצע תורה... און נאכדערצו, אז אפילו ווען מ'האט דן געווען אקעגן שמע ישראל און ואהבת לרעך כמוך האט רבי נאכאלץ גע'פסק'נט הלכה כבן פזי! את הכבש האחד איז נאך וויכטיגער...

אבער לויט וואס מיר האבן געשמועסט פארשטייען מיר זייער גוט פארוואס דער פסוק איז אזא וויכטיגע און כלליות'דיגע הוראה מיד ולדורות. עמד רבי על רגליו ואמר הלכה כבן פזי! את הכבש אחד תעשה בבוקר ואת הכבש השני תעשה בין הערבים. דער פסוק דארף א איד שטענדיג חזר'ן און געדענקען!

דער אייבערשטער דארף אונזערע קרבנות!
דער אייבערשטער דארף אונזערע תפילות ובקשות!
דער אייבערשטער לעכצט צו הערן פון אונז דריי מאל א טאג. ער קוקט ארויס און ווארט אויף זיין עסן!

און דאס איז די שליסל אז אידן זאלן זיך האלטן ערליך אין אלע מצבים. דער אייבערשטער בעהט פון אונז: פקוד בני עלי!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”